דער וויליאמסבורגער עירוב

שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1612
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1748

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שבת קודש »

איטשע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:13 pm אויב דער וואס טראגט נישט ווייסט אויך אז עס איז דא אנדערע שיטות, און אז געוויסע רבנים זענען מתיר די עירוב, דאן פארוואס ווען זיי זעהן מיר שבת אינדערפרי מיט מיין טלית בייטל אין הענט ווער איך נאכגעשריגן?

די פאלג דיין רבי, און איך פאלג מיין רבי!
מען שרייט נאך היינט צוטאגס? איך בין נישט קיין ווילאמבסבורגער
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 926

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך איטשע »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:32 pm
איטשע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:13 pm אויב דער וואס טראגט נישט ווייסט אויך אז עס איז דא אנדערע שיטות, און אז געוויסע רבנים זענען מתיר די עירוב, דאן פארוואס ווען זיי זעהן מיר שבת אינדערפרי מיט מיין טלית בייטל אין הענט ווער איך נאכגעשריגן?

די פאלג דיין רבי, און איך פאלג מיין רבי!
מען שרייט נאך היינט צוטאגס? איך בין נישט קיין ווילאמבסבורגער
מ'? מ'שרייעט נישט... עס איז דא געוויסע הייזעריגע מענטשן וואס שרייען יעדע וואך נאכאנאנד
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 836
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 717

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך איך »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:30 pm
אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:16 pm
איטשע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:13 pm אויב דער וואס טראגט נישט ווייסט אויך אז עס איז דא אנדערע שיטות, און אז געוויסע רבנים זענען מתיר די עירוב, דאן פארוואס ווען זיי זעהן מיר שבת אינדערפרי מיט מיין טלית בייטל אין הענט ווער איך נאכגעשריגן?

די פאלג דיין רבי, און איך פאלג מיין רבי!
מעגסט אים דן זיין לכף זכות אפשר האט זיין רבי אויך געהייסן שרייען ;)
וועלעכע רבי הייסט שרייען?
די קענסט נישט וויסן
זיי געבן נישט ארויס די נעמען ווייל זיי האבן מורה אז מען וועט.....
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 927

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ביטע נישט דעבאטירן דא די גאנצע נושא איבער מוחה זיין אויפ'ן עירוב / שרייען אויף די וואס טראגן / אד"ג.

יישר כח!
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:47 pm
סומקא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:05 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:33 pm נישט דא קיין גאס/סטריט אין גאנץ ברוקלין וויליאמסבורג וואס איז שישים רבוא.
דאס איז א חלק פונעם מחלוקת לויט סאך פוסקים קומט אויס אז מען רעכנט נישט קיין גאס נאר א עיר אין ברוקלין איז זיכער אן עיר וואס האט מער ווי דעם רבוא, אין אזוי האבן געהאלטן אסאך גדולי ישראל
דאס איז נאר אז מ'רעכענט מיט די קארס וואס ס'איז א מחלוקות הפוסקים צו מ'קען עס רעכנען אלץ א חלק פון די שישים רבוא.
עיין בשבט הלוי ח"ה סי' נג שהכריע ופסק גם בזה כהאגרות משה עיי"ש.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10141

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:42 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:47 pm
סומקא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:05 pm

דאס איז א חלק פונעם מחלוקת לויט סאך פוסקים קומט אויס אז מען רעכנט נישט קיין גאס נאר א עיר אין ברוקלין איז זיכער אן עיר וואס האט מער ווי דעם רבוא, אין אזוי האבן געהאלטן אסאך גדולי ישראל
דאס איז נאר אז מ'רעכענט מיט די קארס וואס ס'איז א מחלוקות הפוסקים צו מ'קען עס רעכנען אלץ א חלק פון די שישים רבוא.
עיין בשבט הלוי ח"ה סי' נג שהכריע ופסק גם בזה כהאגרות משה עיי"ש.

סאטמאר רב זי"ע האט נישט געהאלטן אזוי, זינט ער האט געהייסן ברענגען קינדער צום ברית דורך א גוי, אלס שבות דשבות במקום מצוה.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:50 pm

ער האט קלאר יא געהאלטן אזוי עיין הילקוט מכתבים מדור ג' כמה עדים על זה.

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 78&hilite=
עיי"ש הענין דשבות דשבות וכש"כ במקום מצוה והדברים עתוקים.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 477

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך צווייטער »

שמות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:50 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:42 pm
עיין בשבט הלוי ח"ה סי' נג שהכריע ופסק גם בזה כהאגרות משה עיי"ש.

סאטמאר רב זי"ע האט נישט געהאלטן אזוי, זינט ער האט געהייסן ברענגען קינדער צום ברית דורך א גוי, אלס שבות דשבות במקום מצוה.
ער האט קלאר יא געהאלטן אזוי עיין הילקוט מכתבים מדור ג' כמה עדים על זה.
נעמט מען ארויס א אלטן פארשטויבטן ילקוט מכתבים ארויסגעגעבן אין ברען פון מחלוקה אז מ'זאל דארטן נאכקוקן וואס אפאר זקנים וואס ווייסן נישט וויאזוי צו קוקן אויפן רבי'ן וואס זיי האבן צו זאגן

יעדער ווייסט שוין היינט אז די רבי האט קלאר נישט געהאלטן אז ס'איז א רה''ר דאורייתא
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 382

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך טיר »

שמות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:42 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:47 pm
סומקא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:05 pm

דאס איז א חלק פונעם מחלוקת לויט סאך פוסקים קומט אויס אז מען רעכנט נישט קיין גאס נאר א עיר אין ברוקלין איז זיכער אן עיר וואס האט מער ווי דעם רבוא, אין אזוי האבן געהאלטן אסאך גדולי ישראל
דאס איז נאר אז מ'רעכענט מיט די קארס וואס ס'איז א מחלוקות הפוסקים צו מ'קען עס רעכנען אלץ א חלק פון די שישים רבוא.
עיין בשבט הלוי ח"ה סי' נג שהכריע ופסק גם בזה כהאגרות משה עיי"ש.
די וואס רעכנען די גאנצע שטאט דארפן נישט צו קומען מיט קאר'ס ס'איז דא ברוקלין כמעט 3מליון מענטשן ר'משה האט אויף דעם א שטארקע חידוש אז מ'רעכנט די שטאט אבער ס'איז נישט גענוג שישם ריבוא נאר ס'דארף זיין א סאך מער אם כל זה איז ברוקלין דא גענוג ער טענה'ט אז שישם ריבוא דארפן זיך דרייען אין די שטאט אין ס'איז דא א סאך מענטשן וואס גייען נישט ארויס יעדן טאג לדוגמא פרויען חולים וכו' אבער רוב פוסקים וואס האלטן "עיר" האלטן אז שישם ריבוא איז יא גענוג
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

קצי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:07 am
שמות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:42 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:47 pm
דאס איז נאר אז מ'רעכענט מיט די קארס וואס ס'איז א מחלוקות הפוסקים צו מ'קען עס רעכנען אלץ א חלק פון די שישים רבוא.
עיין בשבט הלוי ח"ה סי' נג שהכריע ופסק גם בזה כהאגרות משה עיי"ש.
די וואס רעכנען די גאנצע שטאט דארפן נישט צו קומען מיט קאר'ס ס'איז דא ברוקלין כמעט 3מליון מענטשן ר'משה האט אויף דעם א שטארקע חידוש אז מ'רעכנט די שטאט אבער ס'איז נישט גענוג שישם ריבוא נאר ס'דארף זיין א סאך מער אם כל זה איז ברוקלין דא גענוג ער טענה'ט אז שישם ריבוא דארפן זיך דרייען אין די שטאט אין ס'איז דא א סאך מענטשן וואס גייען נישט ארויס יעדן טאג לדוגמא פרויען חולים וכו' אבער רוב פוסקים וואס האלטן "עיר" האלטן אז שישם ריבוא איז יא גענוג
קלאר ר' משה חידוש איז נאר א קולא.
און עיר איז שיטת רש"י. הובא במג"א ובכל אחרונים סי' שנ"ז.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:51 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:50 pm

סאטמאר רב זי"ע האט נישט געהאלטן אזוי, זינט ער האט געהייסן ברענגען קינדער צום ברית דורך א גוי, אלס שבות דשבות במקום מצוה.
ער האט קלאר יא געהאלטן אזוי עיין הילקוט מכתבים מדור ג' כמה עדים על זה.
נעמט מען ארויס א אלטן פארשטויבטן ילקוט מכתבים ארויסגעגעבן אין ברען פון מחלוקה אז מ'זאל דארטן נאכקוקן וואס אפאר זקנים וואס ווייסן נישט וויאזוי צו קוקן אויפן רבי'ן וואס זיי האבן צו זאגן

יעדער ווייסט שוין היינט אז די רבי האט קלאר נישט געהאלטן אז ס'איז א רה''ר דאורייתא
כדוגמת? הרב רפאל זילבער פריימאן רב?
ועוד כמה עדות. וגם מביא שם מהדיין ר' געציל וואס זעהט אויס גלייבט יא דו פארשטויבטע עדות.
זיי זענען נאמן אין יעדע בי"ד כדת של תורה.
(ר' געציל האט טאקע געשריבן א תשובה וועגן זיכוי הפת, וואס דאס אליינס איז גענוג הארב. אבער ער שרייבט דאס אויך, ואין כאן מקומו סתם שרייען שקר'ן אויף איינער וואס ברענגט דאס אראפ מזכרונו פריער און אשכול)
יעדער ווייסט איז סתם געשאסן, יעדער מיינט קיינער.
און תש"ס איז ארויסגעקומן א ספר פסקי דברי יואל וואס האט דאס געשריבן און נאמען פון הרב חיים קרייזווירטה זצ"ל אבער שפעטער איז געווען א ריקארדינג פון איהם אז להד"ם קיינמאל נישט געזאגט. ס"ה האט ער געהערט פון רבי"ן אז א עירוב דארף א שטאטס רב, יענער האט געמאכט זיינע אייגענע קל וחומר און בנין אב'ס .
ועיין עוד בהקונטרס ערבך ערבא צריך דברים מתוקים והאריכת דברים.
אין לי שום ענין להכריח שרבינו חשש לרשה"ר, כיון שהדבר שהחכם אסור משום סיג וגדר הוא דבר חמור ביותר שאף בי"ד גדול בחכמה ובמנין אינו יכול לבטל.
אבל האמת זה היה אחד מהג' טעמים שרבינו אמר להרי"ד מאשקאוויטש "מחלוקת הפוסקים" א"כ חשש להחמיר בעניין הלכה, וגם פלפול לילה אחת עם הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל בענין הלכה ותוס' ויש כמה עדות על זה, והגאון מתבטל אצל רבינו רק בענין השקפה. ובדורינו הרי הוא דור שלא ידע את יוסף וחושבים שקטנינו גדול ממתניו.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך רואה חשבונות »

אין ירושלים וואוינען היינט צוטאגס בערך 1.3 מיליאן מענטשן. פארוואס ווערט נישט ירושלים אנגערופן א רשות הרבים דאורייתא? פארוואס האט מען דארט יא אן עירוב?
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:59 am אין ירושלים וואוינען היינט צוטאגס בערך 1.3 מיליאן מענטשן. פארוואס ווערט נישט ירושלים אנגערופן א רשות הרבים דאורייתא? פארוואס האט מען דארט יא אן עירוב?
ירושלים איז צוזאם געשטעלט מיט אסאך עקסטערע
געגענטער כדוגמת רמות.
ועיין עוד בשו"ת תשובת והנהגות ח"ז סי' ק"ד וכו' שמחלק שם טובא ופסק שם גם כן שברוקלין יש חשש רשה"ר עיי"ש
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך רואה חשבונות »

שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:12 am

ס'היינט איין גרויסע געגענט, אן אנדערע נאמען מאכט עס נאכנישט איין גרויסע שטאט.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2220

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך מירון »

מעמד זיכוי הפת שנת תשפ"ג. דער וואס שטייט איז רבי.. מייעס פון רבני צאנז קלויזנבוירג.
פיילס
88.jpg
88.jpg (38.61 KiB) געזען געווארן 309 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10141

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:20 am אין לי שום ענין להכריח שרבינו חשש לרשה"ר, כיון שהדבר שהחכם אסור משום סיג וגדר הוא דבר חמור ביותר שאף בי"ד גדול בחכמה ובמנין אינו יכול לבטל.
נישט איבערטרייבן.

הוא לא 'אסר'.

לא רצה שיעשו עירוב. לכל היותר.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 477

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך צווייטער »

שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:20 am
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:51 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:26 pm
ער האט קלאר יא געהאלטן אזוי עיין הילקוט מכתבים מדור ג' כמה עדים על זה.
נעמט מען ארויס א אלטן פארשטויבטן ילקוט מכתבים ארויסגעגעבן אין ברען פון מחלוקה אז מ'זאל דארטן נאכקוקן וואס אפאר זקנים וואס ווייסן נישט וויאזוי צו קוקן אויפן רבי'ן וואס זיי האבן צו זאגן

יעדער ווייסט שוין היינט אז די רבי האט קלאר נישט געהאלטן אז ס'איז א רה''ר דאורייתא
כדוגמת? הרב רפאל זילבער פריימאן רב?
ועוד כמה עדות. וגם מביא שם מהדיין ר' געציל וואס זעהט אויס גלייבט יא דו פארשטויבטע עדות.
זיי זענען נאמן אין יעדע בי"ד כדת של תורה.
(ר' געציל האט טאקע געשריבן א תשובה וועגן זיכוי הפת, וואס דאס אליינס איז גענוג הארב. אבער ער שרייבט דאס אויך, ואין כאן מקומו סתם שרייען שקר'ן אויף איינער וואס ברענגט דאס אראפ מזכרונו פריער און אשכול)
יעדער ווייסט איז סתם געשאסן, יעדער מיינט קיינער.
און תש"ס איז ארויסגעקומן א ספר פסקי דברי יואל וואס האט דאס געשריבן און נאמען פון הרב חיים קרייזווירטה זצ"ל אבער שפעטער איז געווען א ריקארדינג פון איהם אז להד"ם קיינמאל נישט געזאגט. ס"ה האט ער געהערט פון רבי"ן אז א עירוב דארף א שטאטס רב, יענער האט געמאכט זיינע אייגענע קל וחומר און בנין אב'ס .
ועיין עוד בהקונטרס ערבך ערבא צריך דברים מתוקים והאריכת דברים.
אין לי שום ענין להכריח שרבינו חשש לרשה"ר, כיון שהדבר שהחכם אסור משום סיג וגדר הוא דבר חמור ביותר שאף בי"ד גדול בחכמה ובמנין אינו יכול לבטל.
אבל האמת זה היה אחד מהג' טעמים שרבינו אמר להרי"ד מאשקאוויטש "מחלוקת הפוסקים" א"כ חשש להחמיר בעניין הלכה, וגם פלפול לילה אחת עם הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל בענין הלכה ותוס' ויש כמה עדות על זה, והגאון מתבטל אצל רבינו רק בענין השקפה. ובדורינו הרי הוא דור שלא ידע את יוסף וחושבים שקטנינו גדול ממתניו.
דעם ילקוט מכתבים האב איך געזעהן א לאנגע צייט צוריק ואינו תחת ידי, אודאי איז דא דארטן כמה עדיות פון חשובע תלמידי חכמים ורבנים בענין דעת רבינו ברה׳׳ר, אבער די רוב דערפון זענען פון אנשים פשוטים וואס ווייסן נישט וויאזוי צו הערן זאכן פונעם רבי׳ן (ופשוט הוא לכל מבין).

והשנית איז דא כמה עדיות אז רבינו האט נישט געהאלטן אז עס א רה׳׳ר דאורייתא, איני זוכר כרגע (אויב דו ווילסט דוקא, קען איך נאכאמאל מברר זיין).

והשלישית, נניח אז הגה׳׳ק מסאטמאר זי׳׳ע האט געהאלטן אז עס איז א רה׳׳ר דאורייתא, איז ווילאנג ס׳איז א הלכה שאלה איז די תורה אפען פאר יעדע רב בישראל צו פסקנ׳ן וויאזוי ער האט אפגעלערנט די תורה. אויב איז דא א תלמיד חכם וואס דינגט זיך מיט א שו׳׳ת דברי יואל ווערט נאכנישט הוראתו פסולה, די רבי אליינס האט געהאלטן אז מ׳מעג מחולק זיין מיט אים. און אויב האט די רב מחליט געווען אז ער איז זיך מבטל פאר די פסק פון רבי׳ן אשרי לו, אבער אויב וויל ער האלטן אנדערש מעג ער ווילאנג ס׳שטומט מיט די גדרי הלכה.

ומה שכתבת ״כיון שהדבר שהחכם אסור משום סיג וגדר הוא דבר חמור ביותר שאף בי"ד גדול בחכמה ובמנין אינו יכול לבטל״. זה תמוה ביותר, יעי׳ מ׳׳ש רבינו בשו״ת דברי יואל (יו"ד סי' מ"ד אות ד') "תמהני שחשד אותי שח"ו אני גוזר גזירות, ומי אנכי לגזור גזירות בישראל, אבל אין זה גזירה אלא כנלע"ד מעיקר ההלכה, וכן דרכי בכל הענינים שאני אומר, ולכן על הרבה ענינים אינני משיב כלל על מה ששואלין אותי בין בכתב ובין בע"פ יען שאין לי דבר ברור, ואמרו חכז"ל (שבת דף קמ"ה ע"ב) אם ברור לך כאחותך תאמר ואם לאו אל תאמר, ובחנם חושדין אותי על גזירות".

ועדיין יש להאריך
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:16 am
שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:12 am
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:59 am אין ירושלים וואוינען היינט צוטאגס בערך 1.3 מיליאן מענטשן. פארוואס ווערט נישט ירושלים אנגערופן א רשות הרבים דאורייתא? פארוואס האט מען דארט יא אן עירוב?
ירושלים איז צוזאם געשטעלט מיט אסאך עקסטערע
געגענטער כדוגמת רמות.
ועיין עוד בשו"ת תשובת והנהגות ח"ז סי' ק"ד וכו' שמחלק שם טובא ופסק שם גם כן שברוקלין יש חשש רשה"ר עיי"ש
ס'היינט איין גרויסע געגענט, אן אנדערע נאמען מאכט עס נאכנישט איין גרויסע שטאט.
עיין עוד שם כמה חילוקים.
וגם ידועה שהרחובות הגדולים שם הם סגורים לחצי שבת, ועוד ועוד ואין כאן מקומו שהנידן פה הוא על ברוקלין ולא על ירושלים. ואם רוצים להשוות הנידן לשאר עיירות אז כבר כתוב הפוסקים על עיירות הגדולות כמו לאנדאן פאריז ווינה וכדומה הובא בשו"ת מנחת יצחק שהם רשות הרבים ויש להאריך טובא.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:33 am
שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:20 am אין לי שום ענין להכריח שרבינו חשש לרשה"ר, כיון שהדבר שהחכם אסור משום סיג וגדר הוא דבר חמור ביותר שאף בי"ד גדול בחכמה ובמנין אינו יכול לבטל.
נישט איבערטרייבן.

הוא לא 'אסר'.

לא רצה שיעשו עירוב. לכל היותר.
הרבנים בתשל"ט קול קורא כותבים אחרת. (ונראה שהם כן מבינים דעתו ליאסר)
שאף אם יעשו לא יטלטל בין גדולים ובין קטנים.
ובשנת תשמ"א יצא קו"ק מטעם התאחדות הרבנים כמה רבנים עדות ששמע ממנו בפירוש ליאסר.
והבדיחה שלא רצה ולא אסור כבר שמענו על מה שכתוב בעל הגאולה ועל התמורה מניעת לילך להכותל ולא כתוב איסור ...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10141

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קאם אן, ביטע... זיי נישט מדמה. צום כותל האט ער געשריבן בירורים מ'זאל נישט גיין. אן עירוב האט ער נישט געשריבן און נישט געזאגט קיינמאל בפירוש אז מ'טאר נישט מאכן, און אודאי נישט אז ווען ס'איז דא טאר מען נישט טראגן.

קענסט זאגן אז זיינע תלמידים האבן געהאלטן לאיסור. נישט דער רבי.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:37 am
שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:20 am
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:51 pm

נעמט מען ארויס א אלטן פארשטויבטן ילקוט מכתבים ארויסגעגעבן אין ברען פון מחלוקה אז מ'זאל דארטן נאכקוקן וואס אפאר זקנים וואס ווייסן נישט וויאזוי צו קוקן אויפן רבי'ן וואס זיי האבן צו זאגן

יעדער ווייסט שוין היינט אז די רבי האט קלאר נישט געהאלטן אז ס'איז א רה''ר דאורייתא
כדוגמת? הרב רפאל זילבער פריימאן רב?
ועוד כמה עדות. וגם מביא שם מהדיין ר' געציל וואס זעהט אויס גלייבט יא דו פארשטויבטע עדות.
זיי זענען נאמן אין יעדע בי"ד כדת של תורה.
(ר' געציל האט טאקע געשריבן א תשובה וועגן זיכוי הפת, וואס דאס אליינס איז גענוג הארב. אבער ער שרייבט דאס אויך, ואין כאן מקומו סתם שרייען שקר'ן אויף איינער וואס ברענגט דאס אראפ מזכרונו פריער און אשכול)
יעדער ווייסט איז סתם געשאסן, יעדער מיינט קיינער.
און תש"ס איז ארויסגעקומן א ספר פסקי דברי יואל וואס האט דאס געשריבן און נאמען פון הרב חיים קרייזווירטה זצ"ל אבער שפעטער איז געווען א ריקארדינג פון איהם אז להד"ם קיינמאל נישט געזאגט. ס"ה האט ער געהערט פון רבי"ן אז א עירוב דארף א שטאטס רב, יענער האט געמאכט זיינע אייגענע קל וחומר און בנין אב'ס .
ועיין עוד בהקונטרס ערבך ערבא צריך דברים מתוקים והאריכת דברים.
אין לי שום ענין להכריח שרבינו חשש לרשה"ר, כיון שהדבר שהחכם אסור משום סיג וגדר הוא דבר חמור ביותר שאף בי"ד גדול בחכמה ובמנין אינו יכול לבטל.
אבל האמת זה היה אחד מהג' טעמים שרבינו אמר להרי"ד מאשקאוויטש "מחלוקת הפוסקים" א"כ חשש להחמיר בעניין הלכה, וגם פלפול לילה אחת עם הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל בענין הלכה ותוס' ויש כמה עדות על זה, והגאון מתבטל אצל רבינו רק בענין השקפה. ובדורינו הרי הוא דור שלא ידע את יוסף וחושבים שקטנינו גדול ממתניו.
דעם ילקוט מכתבים האב איך געזעהן א לאנגע צייט צוריק ואינו תחת ידי, אודאי איז דא דארטן כמה עדיות פון חשובע תלמידי חכמים ורבנים בענין דעת רבינו ברה׳׳ר, אבער די רוב דערפון זענען פון אנשים פשוטים וואס ווייסן נישט וויאזוי צו הערן זאכן פונעם רבי׳ן (ופשוט הוא לכל מבין).

והשנית איז דא כמה עדיות אז רבינו האט נישט געהאלטן אז עס א רה׳׳ר דאורייתא, איני זוכר כרגע (אויב דו ווילסט דוקא, קען איך נאכאמאל מברר זיין).

והשלישית, נניח אז הגה׳׳ק מסאטמאר זי׳׳ע האט געהאלטן אז עס איז א רה׳׳ר דאורייתא, איז ווילאנג ס׳איז א הלכה שאלה איז די תורה אפען פאר יעדע רב בישראל צו פסקנ׳ן וויאזוי ער האט אפגעלערנט די תורה. אויב איז דא א תלמיד חכם וואס דינגט זיך מיט א שו׳׳ת דברי יואל ווערט נאכנישט הוראתו פסולה, די רבי אליינס האט געהאלטן אז מ׳מעג מחולק זיין מיט אים. און אויב האט די רב מחליט געווען אז ער איז זיך מבטל פאר די פסק פון רבי׳ן אשרי לו, אבער אויב וויל ער האלטן אנדערש מעג ער ווילאנג ס׳שטומט מיט די גדרי הלכה.

ומה שכתבת ״כיון שהדבר שהחכם אסור משום סיג וגדר הוא דבר חמור ביותר שאף בי"ד גדול בחכמה ובמנין אינו יכול לבטל״. זה תמוה ביותר, יעי׳ מ׳׳ש רבינו בשו״ת דברי יואל (יו"ד סי' מ"ד אות ד') "תמהני שחשד אותי שח"ו אני גוזר גזירות, ומי אנכי לגזור גזירות בישראל, אבל אין זה גזירה אלא כנלע"ד מעיקר ההלכה, וכן דרכי בכל הענינים שאני אומר, ולכן על הרבה ענינים אינני משיב כלל על מה ששואלין אותי בין בכתב ובין בע"פ יען שאין לי דבר ברור, ואמרו חכז"ל (שבת דף קמ"ה ע"ב) אם ברור לך כאחותך תאמר ואם לאו אל תאמר, ובחנם חושדין אותי על גזירות".

ועדיין יש להאריך
לא אמרת כלום.
ס"ה פראבירסטו צו זאגן אז היינטיגע רבנים קענען זיך קריגן מיט דו פריערדיגע וואס האבן אויפגעשטעלט דאס אידישקייט דא...
און מה שהבאת מרבינו מיו"ד כבר השיב על זה באריכות בספר הכו בסנוורים ואין כאן מקומו.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך תינוק הבורח »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:19 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:00 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:54 pm
יעצט גייסטו פרעגן פארוואס זעה איך נישט קיין עירוב בענדלעך אויף יענע גאסן?

די תשובה איז, אז בעצם זענען די בענדלעך אביסל ווייטער, און ס׳איז דא אפאר שיכטן פון גאסן ווי ס׳לויפט בענדלעך (משום מעשה שהיה). די מאפע איז ביז ווי מ׳מעג זיכער טראגן.
ניין, איך פרעג נישט ווייל עס איז מיר נישט נוגע, פאר די וויזניצער איז גענוג אז הרה"ג ר' יעקב זיידה שליט"א באשטעטיגט דעם עירוב.
די בריוו איז וועגן די נייע עירוב איבער גאנץ ברוקלין.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמות »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:54 am קאם אן, ביטע... זיי נישט מדמה. צום כותל האט ער געשריבן בירורים מ'זאל נישט גיין. אן עירוב האט ער נישט געשריבן און נישט געזאגט קיינמאל בפירוש אז מ'טאר נישט מאכן, און אודאי נישט אז ווען ס'איז דא טאר מען נישט טראגן.

קענסט זאגן אז זיינע תלמידים האבן געהאלטן לאיסור. נישט דער רבי.
מדמה געווען דו חילוק פון נישט געוואלט און איסור...סתם לצנות מאכן.
עירוב היה נוגע לרבנים און דארטן האט ער געזאגט.
וכן היה המנהג 50 שנה. לפני שקמו דור חדש שלא ידע את יוסף.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך רואה חשבונות »

שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:45 am
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:16 am
שמות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:12 am
ירושלים איז צוזאם געשטעלט מיט אסאך עקסטערע
געגענטער כדוגמת רמות.
ועיין עוד בשו"ת תשובת והנהגות ח"ז סי' ק"ד וכו' שמחלק שם טובא ופסק שם גם כן שברוקלין יש חשש רשה"ר עיי"ש
ס'היינט איין גרויסע געגענט, אן אנדערע נאמען מאכט עס נאכנישט איין גרויסע שטאט.
עיין עוד שם כמה חילוקים.
וגם ידועה שהרחובות הגדולים שם הם סגורים לחצי שבת, ועוד ועוד ואין כאן מקומו שהנידן פה הוא על ברוקלין ולא על ירושלים. ואם רוצים להשוות הנידן לשאר עיירות אז כבר כתוב הפוסקים על עיירות הגדולות כמו לאנדאן פאריז ווינה וכדומה הובא בשו"ת מנחת יצחק שהם רשות הרבים ויש להאריך טובא.
אויב האלט מען די חומר פון איין גרויסע שטאט העלפט נישט אז ס'דא געוויסע גאסן וואס זענען פארשפארט שבת.
שרייב פאוסט