פרישטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 12:58 pm
שרעקליך! שוידערליך! השכלה ממש !
די הארץ באכעט ווען איינער רעדט קעגן די עסטעבלישמענט און מען לייגט עס אריין אין אידישקייט...האסט ליב די סיסטעם, דעטס אלל...
ער מיינט צו זאגן אז יעדער וואס האט געטון וואס איז ריכטיג לאורך היסטאריע איז געווען באשמוצט און אקעגן רוב כלל ישראל, די חשמונאים האבן נישט געהאט דעם רוב מיט זיך, ניטאמאל א פראצענט, אבער פון זיי לעבט היינט כלל ישראל. קענסט מיר אפשר זאגן די לשון וואס זיי האבן גענוצט? מי לה' אלי. אז דו האלטסט מיטן אייבערשטן קום מיט אונז. א קליין הייפעלע אידן אקעגן דעם דעת הקהל. זיי האבן נישט געזאגט לאמיר זיין די רוב.
מרדכי הצדיק איז געווען א יחיד קעגן גאנץ כלל ישראל, ויזעק זעקה גדולה ומרה, ווי רבי שאול יצחק בשעתו, יעדער האט געלאכט פון אים, גאנץ כלל ישראל האט זיך באטייליגט ביים סעודת אחשורוש, אידן יראים ושלמים, און ווער האט געראטעוועט כלל ישראל?
סאטמאר רבי איז געקומען קיין אמעריקע און געגאנגען אקעגן דעם גאנצן שטראם, עס איז געווען א אסיפת רבנים דעמאלטס ווי מען האט אים געוואלט מחרים זיין, ווער האט אים געוואלט מחרים זיין ? רעפארמער? ניין, היימישע רבנים, חסידים און ליטאים. די גאנצע עסטעבלישמענט, יעדער האט געזאגט אז ער איז א שונא ישראל און ער האט זיך נישט דערשראקן, אחד היה אברהם. און ער איז גערעכט געווען.
אגב, ס'איז דא א שמועס פון סאטמאר רבי ביי א התאחדות הרבנים אסיפה ווי ער איז מסביר אז די טעות פונעם רב הכולל פארוואס ער האט נישט מצליח געווען אין אמעריקע איז ווייל ער האט געוואלט איבערמאכן דעם סיסטעם, טוישן יעדעם, האט דער רבי געזאגט אונז טוען אנדערש, מען עפנט קליין, אבער וואס איז ביי אונז איז שמן זית זך, ארגינעלע אידישקייט. און צום סוף וועט עס שוין איבערינען צו די גאס, וכך הוא.
מיט וויפיל אידן איז רבי יוסף חיים זאנענפעלד געגאנגען צום כותל מחרים זיין הרב קוק? ניטאמאל צוויי מנינים, פון גאנץ ירושלים, קוק נאך היסטאריע, וועסט זיין שאקירט.
א פלא אז מען דארף מסביר זיין אלף בית פאר סאטמארע חסידים, ביי אונז האט מען געפילעוועט מיטן אחד היה אברהם, אז מען קוקט נישט וואס די רוב טוט, די רוב קען זיך טועה זיין. דאס איז די יסוד, דעם רבין'ס ספרים זענען פול דערמיט.
הונדערט פראצענט אז די ערליכע אידן זענען געווען אקעגן די עסטעבלישמענט,אפשר נישט בשיטה, אבער זיי האבן בכלל נישט געהאט א אמונה פשוטה אין עולם גולם, נישטא קיין ספק דערין, קענסט עס רופן פרא תורה, קענסט עס רופן וויאזוי דו ווילסט, זיי האבן נישט געהאט די רוב, נישט די צייטונגען, נישט די דעת הקהל, זיי זענען געווען אראפגעקוקט און אויסגעשפיגן. פאקט.
דאס איז אלעס לגבי אידישקייט, אבער רעדן קעגן תקנות פון קהילות האט קיין שייכות מיט אידישקייט, ס'איז די עסטעבלישמענט ווס. די אנטי עסטעבלישמענט. פינטל. ברענג נישט אריין קיין אידישקייט דא.
כמנהגי מאז ומקדם ווען איך טרעף א פרישע ניק וועל איך אים קודם אויפנעמען מיט א ברייטע שלום עליכם. איז קודם כל שלום עליכם, יהא בואכם לברכה!
איך האף אז מיר זאלן דא אינאיינעם קענען פארברענגען און הנאה האבן.
איין טובה בעט איך, ביטע לאמיר זיך האלטן צום נושא, און נישט אריינפארן אין צאלאזע דיבאטעס פון שמתות וחרמים וכו' וכו'.
יעצט צום ענין. וואו אין מיינע ווערטער האסטו געזעהן אז איך פראביר צו פראטעקטען עסטעבלישמענט? פארוואס מיינסטו איך ווער געטריגערט פון איינער וואס גייט קעגן די סיסטעם? איך האב שוין אויבן געשריבען אז איך האב נישט קיין שום פראבלעם ווען דער יחיד גייט נישט מיט'ן סיסטעם ווען ער שפירט אז עס איז נישט פאסיג פאר אים. אדרבה, זאל ער טוהן וואס ער האט צו טוהן. מען טאר נישט לאזן די לעבן ווערן דיסטרויד צוליב דרויסענדיגע דרוק.
נאר וואס? די העצערישע אנטי מענטעליטי איז ביי מיר פארפיינטעט. דו טוה וואס דו ווילסט, אבער לאז במנוחה כל הקהל הקודש! וואס פעלט אויס צו מסביר זיין פארן ציבור ווי ראנג זיי זענען? דזשאסט טוה וואס דו האסט צו טוהן און גיי ווייטער! די קאנסטענט האקן אויף די סיסטעם און זוכן וואו נאך מען קען קריטיקירן איז וואס נערווירט מיר.
דו מיינסט טאקע אז איך טוה נישט אנדערש ווי די סיסטעם אין געוויסע זאכן? יעדער האט זיך זיינע זאכן אין וואס ער איז דיפרענד. און אויב איינער פרעגט מיר אן דערוועגן זאג איך אים זייער פשוט אז דאס איז וואס ארבעט פאר מיר. איך האב קודם פראבירט די אנדערע וועג און עס האט נישט געקלאפט. דא ענדיגט זיך די קאנווערסעישן. און אויב יענער זאגט מיר ביסט אן אויבער חכם, SO BE IT. איך בין נישט דא צו דיבאטירן און איבערמאכן יענעם. אז יענער וויל נישט איז נישט.
אבער איינער וואס קומט כסדר אויפקלערן דעם עולם ווי נעריש עולם גולם איז, איז סופו מוכיח אז אפילו מתחילה טוט ער נישט וואס ער טוט ווייל עס איז אים געשמאקער, נאר ער קריכט סתם אויף די גראדע ווענט כדי צו טרעפן וואו ער קען זיין דיפרענד. און די סיבה דערצו איז ווייל ער איז אזוי insecure אז ער דארף כסדר זיך נאכאמאל סעקיורן מיט דעם וואס ער טוט עפעס דירפרענד. ער דארף נאך אסאך מער צוקומען צו די acknowledgement פונעם המון, ווי דער עוורידזש מענטש וואס גייט מיטן סיסטעם. ער לעבט אויף דעם! ער שפירט זיך געקלאפט און נישט סעקיור, ממילא ווערט ער אן אויבער חכם, קאמענטירט דער עולם, קלערט ער אויף, שפירט ער זיך בעסער אויפן מינוט, וחוזר חלילה. ס'איז פלעין א קראנקע העביט און א קראנקע מענטעלעטי מיט וואס טעראפיסטן דיעלן טעגליך. ס'איז א טיפיקעל גייסטישע פראבלעם.
איך געדענק איך בין אמאל געזיצן מיט איינעם און יענער האט נישט אויפגעהערט צו אראפרייסן סאטמאר. נאך א האלבע שעה פרעג איך אים, דו קענסט מיר אפשר זאגן אמת'דיג וואס דיין פראבלעם מיט סאטמאר איז? זאגט ער מיר יא! די סאטמארע הערן נישט אויף אראפרייסן אנדערע מענטשען! זאג איך אים אינטערעסאנט, איך זיץ מיט דיר א האלבע שעה דא און דו הערסט נישט אויף אראפרייסן סאטמאר, אבער איך אלץ סאטמארער האב נאך קיינעם נישט אראפגעריסן דא....
כאפסט וואס דא קומט פאר? מען רייסט אראפ סאסייעטי וואס האט נישט קיין זעלבסשטענדיגע מיינונג, און דארפן כסדר צוקומען צו וואס סאסייעטי זאגט. נישט כאפענדיג לעבסטו נאך אסאך מער אויף די קאמענטס פונעם סאסייעטי. איינמאל דו האסט נישט די סאסייעטי, ביסטו אויס אויבער חכם, פארלירסטו דאך דיין גאנצען שויות!
ס'זענען דא מענטשען וואס זענען מקפיד אויף סוף זמן תפלה א גאנצע וואך און אויך שבת. און עס זענען דא מענטשען וואס נישט נאר זענען זיי מקפיד נאר זיי זענען אויך מקפיד כסדר צו אויפווייזן פאר אנדערע אז שבת איז גארנישט אנדערש. יעצט, דאס איז דאך כולי עלמא מודי אז ע"פ הלכה איז טאקע א גרויסע פראבלעם. אין שלחן ערוך ונושאי כלים איז נישטא קיין חילוק פון שבת און די וואכן טעג. אבער דו ווייסט דאך אויך אז אין גאר אסאך חסידישע הויפן האט מען שבת נישט מקפיד געווען, וואס איז דיין פוינט פון אויפווייזן פארן גאנצען שטאט אז זיי טרעטן אויף די הלכה? אז דו ווילסט זיין א מחמיר, טרעף דיר א מנין וואס דאווענט פריער. אבער וואס ווילסטו פון כל הקהל הקודש?
ביז אהער האב איך גערעדט אין דזשענערעל נישט פון דעם קרויס דירעקט. יעצט לאמיר גיין אויף א מינוט צו אים דירעקט.
איך האב דעם קרויס אויסגעהערט עטליכע שמועסן עטליכע יאר צוריק נאכדעם וואס א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז עס איז א מאסט ליסען. דעמאלטס איז ער געווען פארנומען מיט דעם אז אידן זאלן גיין ארבעטן פאר ups. וואס זאל איך אייך זאגן? די גאנצע שמועס זיינער האט זיך אין מיינע אויערן געהערט ווי איינער זאגט ווי אזוי קען איך זיין דיפרענד! ביז ups איז נישטא קיין אינדעסטרי וואו עס ליגט א פאטענציאלע הצלחה פאר היימישע אידן? מען מוז דוקא גיין צו זאכן וואס הייבן ברעמען ביי מענשטען? די תירץ איז יא! ווי לאנג ער קומט אויף מיט איידיעס וואס יענקל און פייבל קומען אויך אויף מיט, איז ער נישט לעזער קרויס. ער איז נאר לעזער קרויס ווען ער קומט אויף מיט א ווילד פרעמדע געדאנק! ער דארף זיין יוניק! די יוניקנעס איז וואס ער זוכט!
דו מיינטסט אז איך בין אין שטיצע פון טייערע חתונות? חס ושלום! האב איך א פראבלעם אז יעדער זאל חתונה מאכן לויט זיין סטאנדארט? עה, אלץ מיך אויס מאך חתונה אין דיינונג רום אויב דו ווילסט. איך האב נישט קיין שום פראבלעם. דו קענסט חתונה מאכן אין דיינונג רום אפילו אויב דו האסט יא געלט. טוה ווי דו פארשטייסט. אדרבה, ווי איך האב געשריבן אין אן אנדערע טעמע בין איך שטארק ביי די מיינונג אז שמחות דארפן זיין ווי קלענער, ממש נאר די נאנטע משפחה. אז נישט פארלירט עס די היימישקייט.
אבער דו קענסט מיר זאגן א סיבה פארוואס איינער זאל אראפרייסן כינור דוד און כרם מנחם, אויב נישט ווייל דאס איז פונעם סיסטעם? קענסט מיר זאגן פארוואס איינער זאל אראפרייסן ביליגע 300 דאלער א סקווער פיס דירה אויב נישט ווייל דאס איז סיסטעם? ניין! נישטא קיין תירץ! ער לעבט אויף די כסדר'דיגע האקן אויפן סיסטעם! ווי לאנג עס איז נישט עפעס דראסטיש דוגמת גיין מיט א פרויערישע קאוט, וכו' וכו', איז ער נישט העפי! ער מוז כסדר זיין דירפענד! און צוליב דעם האב איך געשריבן אויבן אז ער איז א דיסטרויער. ער האט נישט קיין וויזיע ווי אזוי יא, ער קען דיר נאר טרעפן לעכער אינעם סיסטעם. שכח! לעכער קען יעדער טרעפן, א HERO וועסטו זיין ווען דו וועסט טרעפן די סעלושען וואס ארבעט! דאס אז די חרבן איז אז יעדער לעבט פאר יענעם ווייסט דאך יעדער, און יעדער ווייסט אז די מקור פון די פראבלעם קען נישט געטוישט ווערן מיט חתונה תקנות.
@שאינו יודע לשאול האט דא לעצטענס געקוואט לעזער בערך ווי פאלגענד.
הייסט איך בין חוזק ווייל איך האב עפעס פראבירט. דו ביסט סוקסעספול ווייל דו האסט נאך גארנישט פראבירט? איך הער די לאגיק דערפון. איך
@נקודות טובות וועל דיר זאגן יא! דו ביסט חוזק! דאס אז עס איז דא א פראבלעם ווייסט יעדער! דאס אז מען דארף טרעפן א סעלושען ווייסט אויך יעדער! דאס אז די סעלושען וואס דו האסט געברענגט צום טיש איז נישט ריאליסטיש האב איך דיר געקענט זאגן פאר דעם! סא יא, דו ביסט חוזק! נאכן זיך עקשנ'ען פאר 5 יאר אז דו האסט די סעלושען און איך שריי אז דו ביסט סתם אן אנטי עסטעבלישמענט פיגור און דו קענסט נישט סוקסידן, און עס שטעלט זיך ארויס אז איך בין גערעכט געווען ביסטו א חוזק! יעצט שטיי מיר ביידע אייניג אז מען קען גארנישט טוהן מער ווי בויען א שפיטאל. דו האסט דיך געבויגן צו מיר, נישט איך צו דיר! יא, דו ביסט חוזק! דו ביסט געקומען מיט א פארטיגע פלאן ווי אזוי דו גייסט פיקסען די וועלט, און ביסט דורך געפאלן! עס איז צייט אז דו זאלסט איינזעהן אז כינור דוד און כרם מנחם איז יא די לעזונג!
וואס מיך האט אזוי אויפגעשאקעלט איז אז אנשטאט א מענטש זאל זאגן יא מורי ורבותי איך בין אן אינסעקיור מענטש, איך בין זייער low אין סעלף קאנפידענס און איך דארף כסדר צוקומען צו נעגעטיוו עטענטשען, און נאר אזוי פיל איך אז איך בין עפעס ווערד. קומט מען און מען איז מגשם דאס גאנצע יהדות! שומו שמים! דו ביסט מדמה דיין וואסער געמאלענע פאדקעסט צו די פלאם פייער מי לד' אלי פון די פינטעלע איד?? דו שעמסט דיך נישט? דו האלטסט אז מען דארף חתונה מאכן אנדערש? איך הער. אבער ווייל דו ביסט קעגן עסטעבלישמענט מיינט אז דו ביסט גערעכט? אויב זאל יעצט אנקומען א צווייטע שוטה און אנהויבן פרעדיגען אז מען דארף גיין מיט א זאקן אויפן קאפ, וועט ער זיין גערעכט ווייל ער איז פון די מיעוט? אזוי גייט עס? די מיעוט איז אלעמאל גערעכט? סא אפשר איז לב טהור יא גערעכט? אלעס פארוואס? ווייל די חשמונאים זענען געווען רבים ביד מעטים? דער אנטי עסטעבלישמענט פיגור איז אלעמאל גערעכט ווייל סאטמאר רב איז געווען אנטי עסטעבלישמענט? דו וויסט וויפיל ביליגקייט ליגט אין אזא סטעיטמענט?!
די וועלט פארציילט אז עס איז אמאל אריינגעקמען א איד צו זיין רבי'ן און ער האט אים געזאגט אז ער האט געהאט א גילוי מן השמים אז ער איז משיח. די רבי קענעדיג דעם איד האט געוויסט אז ער איז נישט אינגאנצען משוגע, און ווי אויך אז ער האט משפחה וואס וועט זיך שעמען מיט דעם. האט אים די רבי מיט חכמה גענטפערט, אמת טאקע, איך ווייס אויך אז דו ביסט משיח, אבער וואס זאל מיר טוהן אז ליידער איז נאך נישט געקומען די צייט אז דו זאלסט נתגלה ווערן ברבים. לאמיר עס האלטן בסוד צווישן מיר און דיר ביז עס קומט די צייט אז דו זאלסט נתגלה ווערן.
הנוגע לענין. נישט יעדע זאך וואס מען טוט אנדערש ווי אנדערע דארף מען מאכן א מצב און פארציילן. טוה וואס דו האסט צו טוהן, און גיי ווייטער.