היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

אונזער היסטאריע
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 863
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 919

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך תינוק הבורח »

הרב @מסתמא איי לאוו יו, באט איי איך האב פיינט די גענערעלעזאציע (איז עס א ווארט?).

דו זעהסט דאך אז ביי די אונגארישע וואס דו קענסט אביסל מער פון אינעווייניג ווי נישט אייניג זיי זענען געווען, וה"ה ביי די גאליציאנער.

די ריזשינער רבי'ס זענען אויך געווען גאליציאנער...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:55 pm בכלל פארשטיי איך נישט די גאנצע הנחה אז די גאליציאנער זענען געווען פרומער ווי די אונגארישע.

ווי ווייט איך ווייס זענען אסאך מחלוקת אין די קהילות צווישן די צוויי וועלט מלחמות געווען ווייל די וואס האבן געפליכטעט קיין אונגארן נאך די ערשטע וועלט מלחמה געווארן אנגעקוקט דורך די אריגינעלע אונגארישע ווי נישט גענוג פרום.
קוק די בילדער, די שפראך, קליידונג, אלעס אלעס איז גאליציע געווען אויסגעשפראכן עקסטרעם פרום. קיין ווארט לשון העמים האסטו דארטן נישט געהערט וכו’ וכו’ קאסקעטן, לאנגע געקראזלטע פאות, הויזן אין די שיך אדער ארויפגעצויגענע זאקן. קוק די בילדער.

נאך די ערשטע וועלט קריג איז געווען א ירידה אין גאליציע פלאי פלאים, לכאורה אלץ רעזאלטאט פונעם קריג. בקיצור, די טעמים זענען נישט נוגע. אסאך זענען אנטלאפן קיין אונגארן און געלאכט פונעם טיילונג היות אין גאליציע איז דאס נישט געווען. לדוגמא אין וויען פלעגן רוב גאליציאנע נעמען פלייש פון די קולטוס געמיינדע (אזויווי די שטאטוסקווא, אדער שוואכער) און האבן זיך נישט אנגעהערט צו די שיפפשול’ס הנהגה, זייער אסאך פון זיי זענען אוועקגעפאלן, עד כדי כך אז מיין עלטער זיידע פלעגט דערציילן אז אין וויען פלעגט מען נישט נעמען קיין פרוי וואס איז גאר געגאנגען צוגעדעקט מיט א היט ווייל דאס האט געמיינט אז זי איז א גאליציאנע וואס דאס האט באדייט אז זי איז בפשטות נישט אונטער די ארטאדאקסישע הנהגה.

סאיז א לאנגע שמועס, אבער ווען מיר רעדן פון גאליציע רעדן מיר פון בעפאר די ערשטע וועלט קריג. נאכדעם איז ליידער אלעס צאמגעפאלן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 863
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 919

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 11:23 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:55 pm בכלל פארשטיי איך נישט די גאנצע הנחה אז די גאליציאנער זענען געווען פרומער ווי די אונגארישע.

ווי ווייט איך ווייס זענען אסאך מחלוקת אין די קהילות צווישן די צוויי וועלט מלחמות געווען ווייל די וואס האבן געפליכטעט קיין אונגארן נאך די ערשטע וועלט מלחמה געווארן אנגעקוקט דורך די אריגינעלע אונגארישע ווי נישט גענוג פרום.
קוק די בילדער, די שפראך, קליידונג, אלעס אלעס איז גאליציע געווען אויסגעשפראכן עקסטרעם פרום. קיין ווארט לשון העמים האסטו דארטן נישט געהערט וכו’ וכו’ קאסקעטן, לאנגע געקראזלטע פאות, הויזן אין די שיך אדער ארויפגעצויגענע זאקן. קוק די בילדער.

נאך די ערשטע וועלט קריג איז געווען א ירידה אין גאליציע פלאי פלאים, לכאורה אלץ רעזאלטאט פונעם קריג. בקיצור, די טעמים זענען נישט נוגע. אסאך זענען אנטלאפן קיין אונגארן און געלאכט פונעם טיילונג היות אין גאליציע איז דאס נישט געווען. לדוגמא אין וויען פלעגן רוב גאליציאנע נעמען פלייש פון די קולטוס געמיינדע (אזויווי די שטאטוסקווא, אדער שוואכער) און האבן זיך נישט אנגעהערט צו די שיפפשול’ס הנהגה, זייער אסאך פון זיי זענען אוועקגעפאלן, עד כדי כך אז מיין עלטער זיידע פלעגט דערציילן אז אין וויען פלעגט מען נישט נעמען קיין פרוי וואס איז גאר געגאנגען צוגעדעקט מיט א היט ווייל דאס האט געמיינט אז זי איז א גאליציאנע וואס דאס האט באדייט אז זי איז בפשטות נישט אונטער די ארטאדאקסישע הנהגה.

סאיז א לאנגע שמועס, אבער ווען מיר רעדן פון גאליציע רעדן מיר פון בעפאר די ערשטע וועלט קריג. נאכדעם איז. ליידער אלעס צאמגעפאלן.
איך רעד פון די פרומע גאליציאנער, דוגמת ר' שאול בראך נגד מהר"ש ענגל.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 11:22 pm הרב @מסתמא איי לאוו יו, באט איי איך האב פיינט די גענערעלעזאציע (איז עס א ווארט?).

דו זעהסט דאך אז ביי די אונגארישע וואס דו קענסט אביסל מער פון אינעווייניג ווי נישט אייניג זיי זענען געווען, וה"ה ביי די גאליציאנער.

די ריזשינער רבי'ס זענען אויך געווען גאליציאנער...
ריזשין איז כמעט זיכער נישט גאליציע, ענדערש וואהלין. אבער אין אלענפאלס, די גענערעלעזאציע איז זייער קלאר, דער רבי ר’ אלימלך ותלמידיו, דער חוזה, מרמ”מ מרימינאוו, דער קאזניצער מגיד, דער ראפשיציר רב, די מונקאטשער גזע לדורותם, אזוי אויכעט די בעלזא רבי’ס. מרעדט דא פון ממש אלע חסידישע גאליציאנע הויפן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 863
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 919

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 11:26 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 11:22 pm הרב @מסתמא איי לאוו יו, באט איי איך האב פיינט די גענערעלעזאציע (איז עס א ווארט?).

דו זעהסט דאך אז ביי די אונגארישע וואס דו קענסט אביסל מער פון אינעווייניג ווי נישט אייניג זיי זענען געווען, וה"ה ביי די גאליציאנער.

די ריזשינער רבי'ס זענען אויך געווען גאליציאנער...
ריזשין איז כמעט זיכער נישט גאליציע, ענדערש וואהלין. אבער אין אלענפאלס, די גענערעלעזאציע איז זייער קלאר, דער רבי ר’ אלימלך ותלמידיו, דער חוזה, מרמ”מ מרימינאוו, דער קאזניצער מגיד, דער ראפשיציר רב, די מונקאטשער גזע לדורותם, אזוי אויכעט די בעלזא רבי’ס. מרעדט דא פון ממש אלע חסידישע גאליציאנע הויפן.
איך האב געמיינט די קומענדיקע דורות, סאדיגור באיאן בוהוש וכו' אלעס גאליציע.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 11:32 pm

אבער עס איז זיכער גאר א צווייטע זאך פון די אויבנדערמאנטע רשימה פון רוב מנין ובנין חסידות’ער פון גאליציע. עס איז זיכער געווען די מיעוט און נישט פארגעשטעלט מיט זיך די צורה פון יהדות גאליציע, אסאך ענדערש יענע רשימה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שטיינער
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 48

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך שטיינער »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:31 pm @שטיינער קענסט ביטע מסבירן די אויסשטעל פון ’אמרי אש, מהר"י אסאד, מהר"ם שיק’ פארוואס זעסטו איינעם מער שארפער ווי דעם צווייטן? פארוואס נישט ממש בדעה אחת? כפרעג ווייל כווייס נישט
אמרי אש מהר"י אסאד לאו דוקא, בערך די זעלבע מדריגה.
מהר"ם שיק (עכ"פ בתחילת דרכו) האט געהאט פארשידענע קולות בענין ספרי רמ"ד וחכמות חיצוניות. מ'קען עס אויך זעהן אויף זיינע תלמידים פון יענע צייט דוגמת הג"ר דוד צבי האפמאן והג"ר שלמה צבי שיק (עי' ספרו ממשה עד משה על מהר"ם שיק, מ'דארף עס אבער נעמען מיט א לעפל זאלץ ואכמ"ל).
שטיינער
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 48

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך שטיינער »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:55 pm בכלל פארשטיי איך נישט די גאנצע הנחה אז די גאליציאנער זענען געווען פרומער ווי די אונגארישע.

ווי ווייט איך ווייס זענען אסאך מחלוקת אין די קהילות צווישן די צוויי וועלט מלחמות געווען ווייל די וואס האבן געפליכטעט קיין אונגארן נאך די ערשטע וועלט מלחמה געווארן אנגעקוקט דורך די אריגינעלע אונגארישע ווי נישט גענוג פרום.
גאליציע רעדט מען פון חסידי גאליציע מגזע רימינוב והמסתעף. דהיינו, בעלזא צאנז הבני יששכר וממשיכי דרכו סיגוט-סאטמאר (מן הייטב לב ואילך עכ"פ) והמסתעף.
די מקומות האט מען שולל געווען מאדערנקייט וחכמות חיצוניות ותרבות המערב מכל וכל. משא"כ אנדערע מקומות וואו די מהלך איז געווען מער מורכב.
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

שטיינער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 2:11 pm
ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:50 pm
שטיינער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:35 pm
ס'דארף צו זיין א בריוו פון כת"ס צו ר"ע הילעסהיימער אז ער זאל נעמען די פאזיציע, כ'האב עס נישט געקענט טרעפן. כ'מיין אז מאיר הילדסהיימער איז עס מעתיק אין איינע פון זיינע מאמרים.
ער דא רעדט אויך ארום דערפון.
מקומו של הרב עזריאל הילדסהיימר במאבק על דמותה הרוחנית של יהדות הונגריה.pdf
וא"כ מסתבר אז גם לר' פייש האט ער מסכים געווען.
אבער יצחק יוסף הכהן שרייבט
Screenshot 2025-09-15 133029.png
כ'ווייס נישט פון וואו ער נעמט דאס.
ע"ע תשובות בית הלל סימן לד וואו ער דערמאנט נישט קיין ווארט אז דאס איז קעגן דעת הכת"ס.
אינטערעסאנט צו זאגן אז די כת''ס האט אים זאגאר גערופן קיין פ''ב, אינעם בריוו פון ר' עזריאל וואס איך האב נעכטן אראפגעברענגט דערמאנט ער דעם כת''ס אלס איינע וואס גבה טורא ביניהם.
דאכט זיך אז תרכ''ג האט ער שוין געהאט די בית ספר אין א''ש אויף וואס די טענות זענען געווען (חוץ צו זאגן אז די כת''ס הט טאקע דאס געוואלט ער זאל קומען קיין פ''ב און אוטומאטיש צומאכן די ב''ס)
וואו האט איר גזעהן אז ס'איז גבה טורא?
אפשר גבה טורא איז צו שארף אבער די כת''ס האט געזאגט "כאן יקלקל ושם יתקן"
קוק דא ווי ר''ע שרייבט
וידידי הגאון הצדיק אב״ד דק״ק אונגוואר לא כחש תחת לשונו, במכתב שקבלתי ממנו זה כמה חדשים, כי לבו עוד בל עמי כמקדם וכ״כ בכל ידידי הצדיקים.....
ובודאי גם הגאב״ד בק״ק פ״ב יבא לשם, ויש כמה וכמה גדולים וצדיקים, אשר ע״כ ההפסד כשאבוא לשם יתר על השכר.
אבער דאס אלעס איז געווען דריי יאר נאך די אנגעבליכע איינלאדענונג
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 2:26 pm
עכ"פ עס איז ברור כשמש פון אלע מקורות אז ר' הלל זצ"ל איז געווען גאר א שארפער קנאי, איינס אין דער וועלט. וואס דארפסטו מער ווי דעם אז ער האט נישט געקענט סובל זיין די אויבערלענדער דרך אז ער האט זיך געצויגן קיין קאלעמייע גאליציע.
דאס איז א השערה אדער א היסטארישע פאקט?
כמדומה האט ער געדארפט אנטלויפן צוליב א מסירה, ואין המקורות לפני

שטיינער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 8:36 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 8:28 pm
ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 6:34 pm @מסתמא
קודם האסטו נישט געענטפערט פארוואס די חת''ס האט עס למעשה גע'אסר'ט פאר זיין אייגן שטוב. ס'איז דאך גארנישט אנדערש ווי טורבאן-סנוד?

נאר איין נקודה, איך האב נישט געשריבען אז דאס האט מיט בחוקותיהם, נאר אז עס איז געווען א מאדערנע זאך. פונקט ווי דו זאלסט זיך יעצט אנטון א זשיענס און א ברייטע ווייסע הוט.
עס איז נישט ווי סנוד/טורבאן, אבער עס איז אן אויסגעפסקנטע זאך אין שו”ע והפוסקים להיתר גמור. דער חת”ס האט ביים אפלערנען די סוגיא געקומען צו די מסקנה נגד הרמ”א והמג”א והאליהו רבה והפמ”ג ורוב הפוסקים, כשיטת היעב”ץ. כמובן אז לרבים קען מען נישט מחמיר זיין נגד אלע אונזערע פוסקים מובהקים, לעצמו און פאר די אייגענע שטוב קען מען יא. ופשוט הוא.

בנוגע די צווייטע נקודה, מאדערנקייט ’כשלעצמו’ איז נישט קיין נושא געווען אין אויבערלאנד. א שטייגער ווי קורצע רעקלעך, שניידן די בארד, אטו רוכלא אחשיב ואיזל? כרעד דא אלעס נאך פון די זמן תקופת החת”ס. די עצם קאנצעפט ’מאדערן’ אן גארנישט ממשות’דיג פארבינדן דערצו וואס דארף אויפצוציטערן דאס גופא איז א גאליציאנע קאנצעפט. אין אויבערלאנד איז געווען הלכה, מסורה, מנהג. מאדערן איז נישט געווען קיין נושא בכלל. א ודאי, מאדערן אויף די חשבון פון די תורה? דאס איז שוין איינמאל א פראבלעם, א ריזיגע. אבער סתם די קאוד ווארט ’מאדערן’? וואס פונקטליך באדייט דאס? סאיז נישט געווען קיין עקסטערע נושא אפגעטיילט פון יהדות. אלעס האט פאקוסירט אויף יראת שמים. לימוד התורה. קיום המצוות. שמירת המסורה. נישטא אזא עקסטערע באגריף א נושא ’מאדערן’.
הרב @מסתמא כ'זע נישט פארוואס איר פרובירט זיך צו עקשנ'ען אויף דעם נושא. יא דער חת"ס האט זייער נישט געשמעקט דאס גיין מיט שייטלען, און ער האט דאס גע'אסר'ט פאר זיינע קינדער. צו ער האט געהאלטן ס'איז אסור? לכאורה נישט, ווען יא וואלט ער גע'אסר'ט לגמרי. פארוואס ער האט נישט געוואלט זיינע קינדער זאלן גיין? י"ל משום פריצות או כל טעם שהוא.
ס'איז דער ערשטע מאל וואס איר הערט פונעם מושג לפנים משורת הדין?
זיכער יא
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 10:34 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 2:26 pm
עכ"פ עס איז ברור כשמש פון אלע מקורות אז ר' הלל זצ"ל איז געווען גאר א שארפער קנאי, איינס אין דער וועלט. וואס דארפסטו מער ווי דעם אז ער האט נישט געקענט סובל זיין די אויבערלענדער דרך אז ער האט זיך געצויגן קיין קאלעמייע גאליציע.
דאס איז א השערה אדער א היסטארישע פאקט?
כמדומה האט ער געדארפט אנטלויפן צוליב א מסירה, ואין המקורות לפני
ער האט עס זיכער נישט סובל געווען און ער האט זיכער זיך אוועקגעצויגן, נישט אנדערש ווי זיין בר פלוגתא ר’ עזריאל הילדעסהיימער. אויב זאגסטו אז סאיז געווען א מסירה איז עס נאר מוסיף מקור אז סאיז געווען ביטערע היץ דארטן, הגם כוואלט זייער געוואלט וויסן די היסטאריע אינטער דעם, אדרבה ברענג יא די מקורות אויב טרעפט איר עס. סאיז זייער אינטערעסאנט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 10:45 am
שטיינער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 8:36 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 8:28 pm
הרב @מסתמא כ'זע נישט פארוואס איר פרובירט זיך צו עקשנ'ען אויף דעם נושא. יא דער חת"ס האט זייער נישט געשמעקט דאס גיין מיט שייטלען, און ער האט דאס גע'אסר'ט פאר זיינע קינדער. צו ער האט געהאלטן ס'איז אסור? לכאורה נישט, ווען יא וואלט ער גע'אסר'ט לגמרי. פארוואס ער האט נישט געוואלט זיינע קינדער זאלן גיין? י"ל משום פריצות או כל טעם שהוא.
ס'איז דער ערשטע מאל וואס איר הערט פונעם מושג לפנים משורת הדין?
זיכער יא
10-4

נישט אזוי איז מען דן אויף א נושא ’oh yeah, oh no’

שמועס אויס דיין צד אויב ביסטו מוסיף צו וואס מען האט שוין גערעדט ביז אהער (סתם חזרה מאכט נישט קיין סענס), את שלי אמרתי באריכות, ואנן בדידן, צו מיך איז עס זייער קלאר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 10:48 am
ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 10:45 am
שטיינער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 8:36 pm
הרב @מסתמא כ'זע נישט פארוואס איר פרובירט זיך צו עקשנ'ען אויף דעם נושא. יא דער חת"ס האט זייער נישט געשמעקט דאס גיין מיט שייטלען, און ער האט דאס גע'אסר'ט פאר זיינע קינדער. צו ער האט געהאלטן ס'איז אסור? לכאורה נישט, ווען יא וואלט ער גע'אסר'ט לגמרי. פארוואס ער האט נישט געוואלט זיינע קינדער זאלן גיין? י"ל משום פריצות או כל טעם שהוא.
ס'איז דער ערשטע מאל וואס איר הערט פונעם מושג לפנים משורת הדין?
זיכער יא
10-4

נישט אזוי איז מען דן אויף א נושא ’oh yeah, oh no’

שמועס אויס דיין צד אויב ביסטו מוסיף צו וואס מען האט שוין גערעדט ביז אהער (סתם חזרה מאכט נישט קיין סענס), את שלי אמרתי באריכות, ואנן בדידן, צו מיך איז עס זייער קלאר.
א גוטן, איינער האט דא גערעדט צו דיר??
אגב, דו אליינס האסט אויך אזוי געשריבען אז די חת''ס האט געאסר'ט
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 11:23 am
Screenshot_20250916_105726_Chrome.jpg
Screenshot_20250916_105726_Chrome.jpg (197.11 KiB) געזען געווארן 195 מאל
הפלא ופלא, ווען מען קען נישט בעיסיק היסטאריע נעמט מען ארויס פון די פאוסט מיט א ודאות אז ר’ יהודה אסאד האט זיך זיכער מתנגד געווען צו ר’ עזריאל כאטש ענליך ווי ר’ הלל זצ”ל... כלשונך הרב @ChatGPT 'מרים יד בתורת משה'..

זעה נאר זעה וואס כהאב געטראפן, א מכתב פון ר’ יהודה אסאד צו ר’ עזריאל און קוק די לשונות
בעזה”י יום וי”ו עש”ק וע”פ [י”ד ניסן] תרכ”ו לפ”ק ס”ה
שובע שמחות ורב ברכות לראש צדיק כביר ה”ה ידי”נ רב חביבי הרב הגאון המפורסם בכל אפסים רכב ישראל ופרשיו נ”י ע”ה פ”ה כש”ת מו”ה עזריאל הילדעסהיימער נ”י הראבד”ק א”ש יע”א וכאלשא”ס [וכל אשר לו שלום אמן סלה]

וכו’

והנני חותם בברכת אהבה רבה ומאוה לו שמחת יו"ט ורב שלום עד בלי ירח כנה"ר
[=כנפשו הרמה] והנשאה ונפש אוה"נ הדש"ת,
הק' יהודאסאד
למאי נפק”מ? ווייל חוץ וואס מיר האבן דעם שבט הלוי’ס פייערדיגע הסכמה אויף די ספרי ר’ עזריאל על הש”ס אין וועלכע דער פוסק הדור איז קובע ר’ עזריאל אויף איין שורה מיט די סאמע גרעסטע וואס כלל ישראל האט נאר פארמאגט. אינה השם לידי דעם מכתב פון הגאון מהרי”א.

ועל הכלל כולו יצא, די קרענק פון די היינטיגע דור, אז ווען מען קען נישט סובל זיין צוויי פארקערטע שיטות, אדער לייקנט מען די חילוקי דעות און מען קלעבט עס צוזאמען אלץ איינס און די זעלבע שיטה אפילו עס קלעבט ווי ארבעס צום וואנט. אדער וועט מען קענסלען גדולים און זיי פערזענליך באשמיצן פארן גרויסן ריזיגן חטא פון האלטן אנדערש ווי דיר און דיינע רבי’ס (די הייליגע דרך האט שוין שטארקע שרשים אין אונטערלאנד נאך מזמן הכת”ס זיכער),

איי עס שטייט ’והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב’ נו אויף דעם האבן מיר דאך דעם דרך פון צושמעטערט ווערן פארן אויבערשטן, אויכעט כידוע אז דער ישמח משה איז געווען גרייט אויפצוגעבן זיין עולם הבא אלעס אבי משיח זאל שוין קומען. אזא סארט עבירה לשמה האט מען כנראה יא מתיר געווען ביי אונז. נו, תיתי לנו.

דער מכתב מהרי”א איז געדרוקט געווארן אין עלי זכרון (גליון 48)
http://jgsob.org/aleizikoroin/%D7%96%D7 ... %D7%97.pdf
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:07 am אגב, דו אליינס האסט אויך אזוי געשריבען אז די חת''ס האט געאסר'ט
נאופ, וואס איך האב געשריבן שטייט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:11 am למאי נפק”מ? ווייל חוץ וואס מיר האבן דעם שבט הלוי’ס פייערדיגע הסכמה אויף די ספרי ר’ עזריאל על הש”ס אין וועלכע דער פוסק הדור איז קובע ר’ עזריאל אויף איין שורה מיט די סאמע גרעסטע וואס כלל ישראל האט נאר פארמאגט. אינה השם לידי דעם מכתב פון הגאון מהרי”א.

כ'וויל פשוט מוסיף זיין כיהודה ועוד לקרא.
ממש די זעלבע זאך שטערט מיר אויך.

הן, די חלק ווי אזוי עס זענען דא וואס ווילן צאמקלעבען שיטות. ווי צו אראפשטעלן אז ר' עזריאל'ס שיטה איז געווען פאפולער מער ווי סאיז געווען
הן, גיין מפריד זיין בין הדבקים און זאגן אויף גדולי תלמידי ח''ס וועלכע זענען געווען שארפער ווי אנדערע אז זיי האבן זאגאר געהאלטן אויף די אנדערע אז סטו מן הדרך (איך וועל דיר טרעפן נאך אזוינע שיינע בריוון ווי דער בריוו פונעם מהרי''א) עכ''כ זיך אויסצודריקן אויף זיי ''יוצא דופן'' אדער ''טויטע קללות'' אן אזעלכע לשונות, עפ''ל...

קיינער דא האט ב''ה נישט געקענסלט קיין גדולים דא.

כל דבר לפי מקומו ושעתו - מדארף קענען דעם היקף פון די זאך...

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:12 am

גערעכט, יעצט באמערק אז דו האסט עפעס א פאני פשט אין חת''ס.

עוד ראיתי כאן חולי רעה, ס'דא מענטשן וואס מיינען אז וויבאלד היינט גייען אלע אונזערע וויייבער מיט שייטלען דארף מען טוישן די מציאות פון אמאל.
פון מיינע זיידעס יוצאי אשכנז האב איך געהערט אנדערש ווי דיר, זיי האבן יא געוויסט אז ס'איז אמאל נישט געווען אזוי. (וע''ע לבושה של תורה סי כ''ח שכתו' התחילה להתפשט בימיהם)

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:31 am

ביסט ממשיך אקוראט מיט דעם ארבעס געקלעבעכץ, איין מינוט נאכן רעדן דערפון.... זאגסט ווייטער אז דעת ר’ הלל איז געווען ממש כדעת כל שאר גדולי תלמידי החת”ס, שקר. עס זענען געווען א שיינע ביסל חילוקי דעות. דאס ביסל אינפארמאציע דא אין דעם טעמע שטעלט עס אוועק זייער קלאר. אני כשלעצמי האב נאך חומר אבער כברענג עס נישט משום טעמי ונימוקי, יעדער קען עס אליינס גיין נאכזוכן אין די תשובות און מכתבים פון רבותינו תלמידי החת”ס, די ראשי פרקים האסטו דא סייווי.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:35 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:12 am
ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:07 am אגב, דו אליינס האסט אויך אזוי געשריבען אז די חת''ס האט געאסר'ט
נאופ, וואס איך האב געשריבן שטייט.
גערעכט, יעצט באמערק אז דו האסט עפעס א פאני פשט אין חת''ס.

עוד ראיתי כאן חולי רעה, ס'דא מענטשן וואס מיינען אז וויבאלד היינט גייען אלע אונזערע וויייבער מיט שייטלען דארף מען טוישן די מציאות פון אמאל.
פון מיינע זיידעס יוצאי אשכנז האב איך געהערט אנדערש ווי דיר, זיי האבן יא געוויסט אז ס'איז אמאל נישט געווען אזוי. (וע''ע לבושה של תורה סי כ''ח שכתו' התחילה להתפשט בימיהם)
איך האב בילדער פון מיינע זיידעס און באבעס ביז היבש ווייט ארויף. עיינתי ב”ה בכל הסוגיא והארכתי כאן און אינעם שייטל טעמע, לענ”ד בטוב טעם ודעת. אויף די סטעיטמענט ’פאני פשט’ קען איך מיך נישט מתייחס זיין ווייל עס שטייט קלאר וואס כהאב צו זאגן און וויאזוי כללי הוראה לרבים ארבעט, ווייטער חזרה צוליב דעמאגאגיע אין דרכי בכך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:39 am
ביסט ממשיך אקוראט מיט דעם ארבעס געקלעבעכץ, איין מינוט נאכן רעדן דערפון.... זאגסט ווייטער אז דעת ר’ הלל איז געווען ממש כדעת כל שאר גדולי תלמידי החת”ס, שקר. עס זענען געווען א שיינע ביסל חילוקי דעות. דאס ביסל אינפארמאציע דא אין דעם טעמע שטעלט עס אוועק זייער קלאר. אני כשלעצמי האב נאך חומר אבער כברענג עס נישט משום טעמי ונימוקי, יעדער קען עס אליינס גיין נאכזוכן אין די תשובות און מכתבים פון רבותינו תלמידי החת”ס, די ראשי פרקים האסטו דא סייווי.
איך האב מיר באצויגן צו חוצפה'דיגע אויסדריקן וואס איז דא געפירקעלט געווארן על חשבונו.
אזא שפראך קען מען נאר שרייבן מיט פארשטויבטע 2025 ברילן ווי מען איז מגשם יעדע צדיק
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:50 am

דו זאגסט זייער קלאר אין דיין פאוסט אז דו רעדסט פון מפריד זיין בין הדבקים און צו דעם האב איך מיר באצויגן.

די לשון טויטע קללות איז דאך א פאקט, א מציאות. יוצא דופן איז א לשון מליצה ווען עפעס איז זייער אנדערש און מתמיה. אויב די ווערטער סעלעקציע איז נישט גוט, דארף מען טרעפן בעסערע, אבער דברים כהוייתן קען מען נישט איבערשרייבן. כוואלט אויכעט געוואלט זעהן די זעלבע קנאות ווען עס קומט אנצורופן דעם פרעסבורגער מגיד תלמוד חכם וצדיק מיטן נאמען ’פרעדיגער’ וכו’ אזאלעכע לשונות איז דאך ביי אונז נכסי צאן ברזל. נארוואס? אין שיעור צו די רעכטס... די כבוד פון גדולי ישראל הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ווען עס איז ביי די רעכטס, אפילו ווען עס איז עקסטרעם און אנדערש פון רוב רבותינו תלמידי החת”ס.
איך זעה נישט קיין בזיון און אנרופן קללות ביים נאמען ’קללות’ ווען אזוי איז געווען די מעשה. וכן די לשון ’יוצא דופן’ איז א געהעריגע גאנגבארע לשון אויף א דבר מחודש ומתמיה ’נישט די נארמע’.

אלענפאלס אויב ווילסטו פארלאנגען און חזרן דרך ארץ און כבוד פאר אלע אונזערע רבי’ס, בין איך דער ערשטער ארויפצוטאנצן אויפן וואגן.

דערווייל דיעלט מען דא מיט א איד וואס איז אויפגעשוידערט פון א תיאור מציאות ’טויטע קללות’ און א תיאור אויף אנדערשקייט מיטן גאנגבארן געבארגטן לשון אויף יעדע דבר מתמיה ומחודש ’יוצא דופן’, בו בזמן וואס דער אויפגעשוידערטער איד האט געשריבן אויף ר’ עזריאל הילדעסהיימער ’מרים יד בתורת משה’.... סאו לאזט מיר וויסן ווען איר ווילט אראפקומען, וועל איך זיין דער ערשטער מיטצוקומען מיט אייך און צוימען מיין לשון אפילו מיט לשונות המותרים און כוועל זיין עקסטער פארזיכטיג, בלי”נ. כבוד רבותינו הקדושים איז ביי מיר די סאמע הייליגסטע חשוב’סטע און טייערסטע וואס קען נאר זיין, עס איז מיין מיין סאמע פינטעלע איד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 12:17 pm בו בזמן וואס דער אויפגעשוידערטער איד האט געשריבן אויף ר’ עזריאל הילדעסהיימער ’מרים יד בתורת משה’....
ווי האב איך דאס געשריבען??
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 12:22 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 12:17 pm בו בזמן וואס דער אויפגעשוידערטער איד האט געשריבן אויף ר’ עזריאל הילדעסהיימער ’מרים יד בתורת משה’....
ווי האב איך דאס געשריבען??
כברויך עס נאכזוכן, האסט עס געשריבן בנוגע ר’ עזריאלס דרך

-----

אפדעיט, הנה
viewtopic.php?p=206278#p206278
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 588

Re: היסטאריע, דרכי הנהגה און דרך מלחמה קעגן השכלה, דורך גדולי אונגארן

פאוסט דורך ChatGPT »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 12:22 pm
ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 12:22 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 12:17 pm בו בזמן וואס דער אויפגעשוידערטער איד האט געשריבן אויף ר’ עזריאל הילדעסהיימער ’מרים יד בתורת משה’....
ווי האב איך דאס געשריבען??
כברויך עס נאכזוכן, האסט עס געשריבן בנוגע ר’ עזריאלס דרך

-----

אפדעיט, הנה
viewtopic.php?p=206278#p206278
וזה לשוני שם
ווי אויך איז די מיינונג פון רע''ה, לדעת גדולי אונגארן געווען א הרמת יד בתורת משה 'וביטל חצי הדת או רובו ר''ל' (לשון מהרי''א).
שרייב פאוסט