בלאט 67 פון 102
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 5:39 pm
דורך צווייטער
ווערווייס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:30 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:01 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 4:57 pm
א יחיד זיכער אז יא. א קהלה זיכער אז נישט. זיכער מיינט זיכער....
קלאר אז ער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם.
נאכאמאל, איך ווייס אמת'דיג נישט וואס ס'איז געשען צו אונז, פשוט'ע זאכן זענען היינט חידושים און ווילד פרעמד.
@מסתמא קום פאר בעקאפ...
איך ליין 3 מאל אויב איך פארשטיי וואס דא שטייט
די רבי וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם אז א קהלה מיט אידן עסן מאשין מצות אין קרית יואל? אר יו פאר ריעל
מהר"א האט לעצטענס געהאקט ערגעץ אויף מאשין מצות אז דאס איז שוין נישט געפערליך?
ווערווייס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:35 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 4:19 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 4:13 pm
מען קען נישט שרייען מחלל שבת אזוי שנעל. אבער עס איז אים געגאנגען בנפשו אז "כלל ישראל" זאל זיך פירן ווי שיטת ר"ת, וואס ער האט געהאלטן אלס די ריכטיגע הלכה, דאס איז זיכער.
מ'קען נישט מסביר זיין פשוטע זאכן, שוין.
זיכער האט ער געוואלט אז גאנץ כלל ישראל זאל זיך פירן ווי שי' ר''ת, אבער ער האט אזוי געהאלטן מיט א גבול.
ער האט עס אנגעקוקט ווי מאשין מצות אום פסח. גענוג א גוטע משל?
דו האלטסט אז די רבי האט געהאלטן אנדערש ווי דעם דברי חיים לגבי מאשין מצות?
יויוש זעמיר פארקראכן. מיר מיינען אז מאשין מצו גייט צוזאמען מיט רעפארמער אידן וואס פראווענען א סדר. אביסעל שכל צו מבחין זיין זאכן האט מען נישט.
שטעל זיך פאר אז הגאון רבי ישראל יעקב פישר זצ''ל וויל קומען וואוינען קיין קרית יואל מיט אפאר מתפללים פון זכרון משה, וואלט אים דער רבי נישט געלאזט ווייל ער עסט מאשין מצות? וואס דער רבי האט אנגענומען קלאר ווי דער הייליגער דברי חיים אז ס'איז חמץ.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 5:40 pm
דורך צווייטער
ווערווייס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:36 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 4:12 pm
וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 4:02 pm
וועגן שבת האט מען שוין געענטפערט אז אלעס פיין און וואויל אבער אין זיין שטאט האט ער דאס נישט געלאזט
דאס וואס דו שרייבסט וועגן ציונות אז היזיגע אגודה'סטן זענען נישט קיין ציונים, דארף מען פשוט וויסן וואס ציונות מיינט, אסאך מאכן דעם טעות, און ביים כינוס כללי האט מען דאס קלארגעשטעלט, ס'איז דא 2 סעיפים אין ציונות, סעיף א' איז די עצם רעיון הציוני וואס אין דעם איז רוב כלל ישראל ליידער געשלאגן בארץ צי בחו"ל. סעיף ב' די גזירות און אפענע רדיפת הדת, וואס קעגן דאס איז גאנץ כלל ישראל פאראייניגט
אויב האלטסטו אז וויזשניץ איז געשלאגן מיטן עצם רעיון הציוני, דאן דארפסטו נאכאמאל מאכן א כינוס כללי...
שיטת וויזשניץ איז אז א איד איז מקושר מיט דעם אויבעשטען און מיט די תורה, א איד איז נישט א 'נאציאן' ווי אנדערע פעלקער. און אויב איינער האלט אנדערש איז די 'גברא' פסול.
אויך איז שיטת וויזשניץ אז דאס אידישע פאלק טאר נישט אליינס זיך אויסלייזן און נעמען א מלוכה פאר ביאת המשיח. און אויב איינער האלט אנדערש איז די 'גברא' פסול.
וויזשניץ האלט אבער בטעות אז אין א''י מעג מען זיך מתחבר זיין מיט די ציונים פאר די סיבות וואס אגודת ישראל האט אזוי געהאלטן, ואכמ''ל. וואס איז אפגעפרעגט לויט רביה''ק זי''ע, אבער אויף דעם האט ער אליינס געהאלטן (מעשיו מוכיחין) אז די 'דעה' איז אפגעפרעגט און נישט די 'גברא'.
ברענג מיר נישט קיין ראיות פון קצה המחנה, נאר פרעג די זקנים ומורים אין וויזשניץ וואס זיי האבן געהאלטן.
אויב ביסטו א וויזניצער הער איך וואס דו זאגסט, אבער אויב ביסטו א סאטמארער, איז אוי לאותו בושה פאר די מחנכים וואס האבן דיך אזוי מחנך געווען
איך בין א סאטמארער, קוק מיין ערשטע תגובה בענין.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 6:19 pm
דורך שעפעלע
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 3:13 pm
וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 2:41 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 2:07 pm
עכט וויל איך נישט אריינרעדן, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן. איך האף איך וועל נישט אריינגעשלעפט ווערן אין ענדלאזע דעבאטעס.
איך האב געזען א תגובה אויף אייוועלט פון ידידינו הרב @יוד אלף בנוגע עפעס אנדערש, כ'האב שטארק הנאה געהאט און ס'איז נוגע לענינינו.
לאמיר נעמען סאטמאר vs מאדערן ארטאדאקס, פארשטייט יעדער אז די core values צווישן די צוויי זענען זייער זייער ווייט, אפילו זיי זענען שומרי תומ''צ, און נישט נאר לגבי ציונות.
ווידעראום, סאטמאר vs פאפא, זענען די צוויי מער ווייניגער די זעלבע, נישט נאר אין די סאמע יסודות נאר אינעם גאנצן הלוך ילך אינעם לעבנסשטייגער אין אלעם. ופשוט הוא.
יעצט לאמיר נעמען וויזשניץ לדוגמא, (ס'איז אזוי מיט אלע א''י חסידות'ער וואס גייען מיט דעם שפאן) לאמיר לייגן פאר א מינוט ציונות מיט אגודה וכו' אין א זייט, אבער אין פאקט זענען זיי מיט אלע אנדערע אידישקייט זאכן, די אלע core values די זעלבע ווי ביי אונז, אנגעהויבן פון לבוש ביז כשרות המאכלים און אלעס בעפאר און נאכדעם און אלעס אינדערמיט.
דא קומט די גרויסע 'אבער', ציונות. מיר זענען זייער סעסעטיוו צו דעם, און מיר שפייען אויס יעדעם וואס איז נישט מיט אונז בשיטה אחת לגבי ציונות.
דא קומט יעדער מיט זיין אייגענע מעסטער וויפיל מ'מעג יא און וויפיל מ'טאר נישט האבן שייכות מיט זיי, מיט חילוקים וחילוקי חילוקים עד אין קץ. ווייל אין פאקט האבן רבותינו הקדושים זיי נישט אפגעסטעמפעלט אלס ציונים, מיר האבן זיי אלס אנגעקוקט פאר ערליכע פרומע אידן, מיר עסן זייערע השגחות, מיר וועלן זיך באנוצן מיט זייערע מקוואות, נאכמער, מיר קוקן זיי אן פאר פרומע אידן וואס זענען 'אנטי-ציונות', נאר ערגעץ ווי האבן זיי א טעות מיט דעם, מיר האבן זיך אפילו משדך געווען צווישן אונז. און מיר האבן שטארק מחשיב געווען זייערע רבי'ס וראשי ישיבות, מ'האט זיי מחשיב געווען סיי אין געדאנק און סיי מחשיב געווען און מכבד געווען באמת בפועל ממש.
ווער האט די ריכטיגע מעסטער? איך ווייס נישט. איך האלט אז איך, אבער דו האלטסט אז דו, וואס זאל איך טון?
מ'קען זיך קריגן איבער די מעסטער בנוגע פארשידענע זאכן
אבער לגבי קומען זיצן אין
קרית יואל איז דער מעסטער קלאר, אז מ'מוז זיין נכנע כל כולו צו דעת קדשו פון רביה"ק זי"ע אין אלע עניני יסודות הדת וואס ער האט געהאלטן, אזוי האט ער געוואלט און אזוי האט ער קלאר געזאגט
הונדערט פראצענט.
איך בין אליינס נישט קלאר די גדרים, אבער לאמיר פארשטיין. רביה''ק זי''ע האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין מלבושי הנשים, און ער האט אויפגעטון א מורא'דיגער הידור אין דעם מיטן ארייננייען סיעמ''ס כידוע.
אבער לאמיר א רגע אריינגיין אין זיין כוונה וואס ער האט געוואלט, ער האט געוואלט סיעמ''ס אדער האט ער געוואלט ערליכע דיקע שטרימפ? מעג א ערליכע פרוי מיט דיקע שטרימפ לכל הדעות אבער אן קיינע סיעמ''ס וואוינען אין קרית יואל? בעסער געפרעגט, וואלט דער רבי זי''ע געלאזט אזא פרוי וואוינען אין קרית יואל? 100 פראצענט אן קיין שום שאלה אז יא! ווייל ער האט פארלאנגט צניעות לויטן שולחן ערוך, און ווילאנג יענער קומט עס נאך איז יענער וועלקאם.
וויזשניץ אין אמעריקע גייט נישט צו קיין בחירות אין א''י, ווייל זיי וואוינען דא, ציונים זענען זיי אויך נישט, זיי זענען ערליכע פרומע אידן. פאר מיר איז שווער צו טראכטן אז דער רבי וואלט געהאט א פראבלעם מיט זיי.
די רבי זי"ע לעבט שוין נישט, אבער אתנו חיים אדמו"ר סאטמאר מהרי"י מייסד הקריה -קרית יטב לב-בלומינגבורג, וואס האט קלאר געבעטן וויזניץ'ע רבי בכבודו ובעצמו נישט צו קומען צו זיין שטאט אין בלומינגבורג!
דארפסט נישט צוריק קריכן אין די עבר , ווי די רבי זי"ע לעבט שוין נישט, און בויען אייגענע מסקנות; קענסט ברענגען ראיות פון היינט צוטאגס , אז סאטמאר זיכט נישט זיך אויסצומישען מיט וויזשניץ, משא"כ למשל סקולען וויליאמסבורג רבי נעמט מען דארט אויף אפט ביותרת הכבוד , און אפילו געווען א פלאן ער זאל דארט אהינמופן, סאיז זייער קלאר די חילוק.
נאך מער פון דעם , בלומינגבורג איז דא שטחים יעצט צו בויען טויזענטער דירות, אפילו זייער אייגענע מענטשן דארפן עס נישט.
מיט דעם אלעם רופן זיי נישט קיין אנדערע קהילות, און זיי טיילן נאך אויך אויס צרות, פאר "סאטמאר געשטימטע" אידן וואס וואינען דארט ווי קהילות העלישוי און נאדבורנא .
וואס זיידעל ראזענבוים איז געווען די גאנץ ערשטע תושב אין בלומינגבורג, אן אים וואלט גארנישט געווען, און די מתפללים פון העלישוי זענען פון די נחשונים פונעם ישוב, מיט דעם אלעם פארשטייען חסידי מהרי"י אז די שטעטל איז זייערס, דארף מען גיין אין שפאן מיט זיי,
אבער וויזניץ איז זיכער דארט וועלקאם

נישט דא ווער זאל לאכן/וויינען
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 6:35 pm
דורך שינאווער
שעפעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 6:19 pm
יא יא.
און ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט וויזניץ אויך אפגעטרעטן גלייך נאכדעם וואס האדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א בעט זיי [פאר אפאר יאר צוריק] אין נאמען פון רביה"ק נישט צו קומען אין די געגנט פון ק"י.
נאר וואס דען, אין די געגנט פון קרית יואל זענען דא אזעלכע חברה וואס רופן זיך די UJC וואס האבן א נגיע אז וויזניץ זאל זיך יא באזעצן דארט און אזוי ארום ארויסהעלפן זייער ציל צו צושטערן דעם עתיד פונעם רבינ'ס הייליגן שטאט.
און זיי זענען גאר געגאנגען רעדן אין וויזניץ אז מען זאל אריבער קומען קיין קרית יואל מאכן א וויזניצער ישוב און זיי צוגעזאגט אלעס גוטס.
און אזוי אויך, א קורצע צייט נאכדעם וואס די שליחים פון סאטמארע רבי'ן האבן פארלאזט דעם וויזניץ וומ"ס רבי'ס הויז נאכן איבערגעבן דעם בריוו איבער דעם ענין, איז געזען געווארן, נישט מער און נישט ווייניגער, די פירער פון UJC אנקומען צום וויזניצע רבי'נס הויז[!!!]
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 7:35 pm
דורך ליכטעלע
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:39 pm
ווערווייס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:30 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:01 pm
קלאר אז ער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם.
נאכאמאל, איך ווייס אמת'דיג נישט וואס ס'איז געשען צו אונז, פשוט'ע זאכן זענען היינט חידושים און ווילד פרעמד.
@מסתמא קום פאר בעקאפ...
איך ליין 3 מאל אויב איך פארשטיי וואס דא שטייט
די רבי וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם אז א קהלה מיט אידן עסן מאשין מצות אין קרית יואל? אר יו פאר ריעל
מהר"א האט לעצטענס געהאקט ערגעץ אויף מאשין מצות אז דאס איז שוין נישט געפערליך?
ווערווייס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:35 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 4:19 pm
מ'קען נישט מסביר זיין פשוטע זאכן, שוין.
זיכער האט ער געוואלט אז גאנץ כלל ישראל זאל זיך פירן ווי שי' ר''ת, אבער ער האט אזוי געהאלטן מיט א גבול.
ער האט עס אנגעקוקט ווי מאשין מצות אום פסח. גענוג א גוטע משל?
דו האלטסט אז די רבי האט געהאלטן אנדערש ווי דעם דברי חיים לגבי מאשין מצות?
יויוש זעמיר פארקראכן. מיר מיינען אז מאשין מצו גייט צוזאמען מיט רעפארמער אידן וואס פראווענען א סדר. אביסעל שכל צו מבחין זיין זאכן האט מען נישט.
שטעל זיך פאר אז הגאון רבי ישראל יעקב פישר זצ''ל וויל קומען וואוינען קיין קרית יואל מיט אפאר מתפללים פון זכרון משה, וואלט אים דער רבי נישט געלאזט ווייל ער עסט מאשין מצות? וואס דער רבי האט אנגענומען קלאר ווי דער הייליגער דברי חיים אז ס'איז חמץ.
ווען ער וויל ווען עפענען אייגענע מוסדות !? זיכער נישט.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 7:38 pm
דורך ליכטעלע
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 6:35 pm
שעפעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 6:19 pm
יא יא.
און ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט וויזניץ אויך אפגעטרעטן גלייך נאכדעם וואס האדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א בעט זיי [פאר אפאר יאר צוריק] אין נאמען פון רביה"ק נישט צו קומען אין די געגנט פון ק"י.
נאר וואס דען, אין די געגנט פון קרית יואל זענען דא אזעלכע חברה וואס רופן זיך די UJC וואס האבן א נגיע אז וויזניץ זאל זיך יא באזעצן דארט און אזוי ארום ארויסהעלפן זייער ציל צו צושטערן דעם עתיד פונעם רבינ'ס הייליגן שטאט.
און זיי זענען גאר געגאנגען רעדן אין וויזניץ אז מען זאל אריבער קומען קיין קרית יואל מאכן א וויזניצער ישוב און זיי צוגעזאגט אלעס גוטס.
און אזוי אויך, א קורצע צייט נאכדעם וואס די שליחים פון סאטמארע רבי'ן האבן פארלאזט דעם וויזניץ וומ"ס רבי'ס הויז נאכן איבערגעבן דעם בריוו איבער דעם ענין, איז געזען געווארן, נישט מער און נישט ווייניגער, די פירער פון UJC אנקומען צום וויזניצע רבי'נס הויז[!!!]
ס"איז דא איין שאלה דא, פארוואס גייען זיי נישט אין די געגנט פון קיימישע, סקווירא, וכו' ? אה ווייל דארט קענען זיי נישט, נו נו, זאלן זיי פארשטיין אז אין קרית יואל קענען זיי אויך נישט.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 7:44 pm
דורך ליכטעלע
שעפעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 6:19 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 3:13 pm
וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 2:41 pm
מ'קען זיך קריגן איבער די מעסטער בנוגע פארשידענע זאכן
אבער לגבי קומען זיצן אין
קרית יואל איז דער מעסטער קלאר, אז מ'מוז זיין נכנע כל כולו צו דעת קדשו פון רביה"ק זי"ע אין אלע עניני יסודות הדת וואס ער האט געהאלטן, אזוי האט ער געוואלט און אזוי האט ער קלאר געזאגט
הונדערט פראצענט.
איך בין אליינס נישט קלאר די גדרים, אבער לאמיר פארשטיין. רביה''ק זי''ע האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין מלבושי הנשים, און ער האט אויפגעטון א מורא'דיגער הידור אין דעם מיטן ארייננייען סיעמ''ס כידוע.
אבער לאמיר א רגע אריינגיין אין זיין כוונה וואס ער האט געוואלט, ער האט געוואלט סיעמ''ס אדער האט ער געוואלט ערליכע דיקע שטרימפ? מעג א ערליכע פרוי מיט דיקע שטרימפ לכל הדעות אבער אן קיינע סיעמ''ס וואוינען אין קרית יואל? בעסער געפרעגט, וואלט דער רבי זי''ע געלאזט אזא פרוי וואוינען אין קרית יואל? 100 פראצענט אן קיין שום שאלה אז יא! ווייל ער האט פארלאנגט צניעות לויטן שולחן ערוך, און ווילאנג יענער קומט עס נאך איז יענער וועלקאם.
וויזשניץ אין אמעריקע גייט נישט צו קיין בחירות אין א''י, ווייל זיי וואוינען דא, ציונים זענען זיי אויך נישט, זיי זענען ערליכע פרומע אידן. פאר מיר איז שווער צו טראכטן אז דער רבי וואלט געהאט א פראבלעם מיט זיי.
די רבי זי"ע לעבט שוין נישט, אבער אתנו חיים אדמו"ר סאטמאר מהרי"י מייסד הקריה -קרית יטב לב-בלומינגבורג, וואס האט קלאר געבעטן וויזניץ'ע רבי בכבודו ובעצמו נישט צו קומען צו זיין שטאט אין בלומינגבורג!
דארפסט נישט צוריק קריכן אין די עבר , ווי די רבי זי"ע לעבט שוין נישט, און בויען אייגענע מסקנות; קענסט ברענגען ראיות פון היינט צוטאגס , אז סאטמאר זיכט נישט זיך אויסצומישען מיט וויזשניץ, משא"כ למשל סקולען וויליאמסבורג רבי נעמט מען דארט אויף אפט ביותרת הכבוד , און אפילו געווען א פלאן ער זאל דארט אהינמופן, סאיז זייער קלאר די חילוק.
נאך מער פון דעם , בלומינגבורג איז דא שטחים יעצט צו בויען טויזענטער דירות, אפילו זייער אייגענע מענטשן דארפן עס נישט.
מיט דעם אלעם רופן זיי נישט קיין אנדערע קהילות, און זיי טיילן נאך אויך אויס צרות, פאר "סאטמאר געשטימטע" אידן וואס וואינען דארט ווי קהילות העלישוי און נאדבורנא .
וואס זיידעל ראזענבוים איז געווען די גאנץ ערשטע תושב אין בלומינגבורג, אן אים וואלט גארנישט געווען, און די מתפללים פון העלישוי זענען פון די נחשונים פונעם ישוב, מיט דעם אלעם פארשטייען חסידי מהרי"י אז די שטעטל איז זייערס, דארף מען גיין אין שפאן מיט זיי,
אבער וויזניץ איז זיכער דארט וועלקאם

נישט דא ווער זאל לאכן/וויינען
אין בלומינגראוו טיילן זיי אויך אויס צרות פאר די סאטמאר געשטימטע אידן, ווי למשל קאריץ האט באקומען א סטאפ ארדער פארן נישט געהעריג אריינשרייבן די ווייבער שוהל אין די פלענס.
(לכאורה נאכן מקיים זיין דעם ונתנו איש כופר וועט די ווייבער שוהל מער נישט זיין קיין סכנה...)
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 8:03 pm
דורך קרית יואל'ער איד
איך האב שוין געהערט פון עטליכע אידן וואס וואוינען און יענע געגענטער, וואס זיי זאגן אז ס' ווערט געפירט דורך א גרופע וואס ווער ס'צאלט באקומט אלעס און ווער נישט נישט, ווי מ'האט שוין אסאך מאל גערעדט פון דעם דא אויבן..., און רובא דרובא עולם איז געפעליך אויף גערעגט אויף זיי, נאר יעצט ביי וויזשניץ פרשה האבן געוויסע שלום געמאכט, בבחינת עמון ומואב וד"ל...
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:31 am
דורך שטורעם
א גוטן, איך בין א גרוסע מוציא לחם, קען מיר איינער זאגן און קורצן וואס עס גייט פאר?
וויל ווישניץ קומען? וואס וויל ujc?
איז ujc פאר מהריי?
וואס רעדט מען פון א לאט מערע מאל?
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:50 am
דורך דעת קדשי
שטורעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:31 am
א גוטן, איך בין א גרוסע מוציא לחם, קען מיר איינער זאגן און קורצן וואס עס גייט פאר?
וויל ווישניץ קומען? וואס וויל ujc?
איז ujc פאר מהריי?
וואס רעדט מען פון א לאט מערע מאל?
דרייט ארום די קאסעטע אויף די אנדערע זייט צו הערן ווייטער
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:15 am
דורך איד
לגבי די שמועס פון מאשין מצות, אפי' ווען די רבי זי''ע איז געווען רב אין די עדה החרידית, האט די עדה החרידית ווייטער געגעבן א הכשר אויף מאשין מצות..
אבער כמובן, איז גארנישט קיין פארגלייך
די רבי ז''ל, האט געוואלט אז אלע אידן זאלן האלטן ר''ת, און אז קיינער זאל נישט עסן קיין מאשין מצות,
נאר די כלל איז תפסת מרובה לא תפסת
וועגן דעם האט די רבי אויפגעשטעלט אייגענע קהילות אין מוסדות אפי' ער איז געווען רב אין ירושלים, אבער ער האט געוואלט אז אייגענע קהילות און מוסדות, וואס ער זאל קען איינפירן וויאזוי ער וויל,
די זעלבע מיטן שטעטל קרית יואל,
נישט קיין ספק אז די רבי האט געוואלט אז אלע זאלן האלטן דא ר''ת, אפי' אזעלכע וואס זייערע עלטערן האבן נישט געהאלטן (ס'איז דא א בריוו פון רבי'ן אז ער וויל ארויסגעבן א גאנצע חיבור אויף די זמן ר''ת)
אין ירושלים איז ער נישט געווען בכח איבער צו דרייען אויף דעם, אבער דארט ווי ער האט געקענט האט ער געטאן!
און אמעריקע איז געטאן אסיפה פון גאר אסאך קהילות וואס האבן זיך אלע מקבל געווען ר''ת וועגן די רבי
און זיכער א שטעטל וואס ער האט מייסוד געווען
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:07 am
דורך מידלייף
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:31 pm
פשוטע דאקומענטן דערציילן לכאורה אסאך מער ווי מעשה'לעך.
2.jpg
1.jpg
זייער אינטערעסאנטע דאקומענטן, הרב תהילה קענסט מיר געוואר ווערן (נישט פאר מיר דווקא, פאר די ציבור), ווי זענען דא אזאנע דאקומענטן איידער תשלד, ליבי אומר לי איינער האט דא אראפגעשטעלט אגענדעס וואס איז נישט ממש געלאפןם מיטן רבינו מהלך המחשבה איבערן אויפבוי פון די קריה, אין די כ יארן איז נישט געווען אזא גערעדאכטס "תלמידיו וחסידיו", סיריעסלי? פון ווי נעמט מען אזא געדאנק? ווי אלטע היים איז געווען א שטאט פון בלויז "תלמידיו וחסידיו"?
נאנכאמאל, ביטע אויב סאיז דיר נישט אזוי שוועא, ברענג עפעס א דאקומענט איישער תשלד.
ישר כח גדול
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 7:01 am
דורך נפתלי
מידלייף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:07 am

זיך אויף די דאקומעננטן פון די שטעטל וואס די רבי האט געפענט פאר תשל"ד.....
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:22 pm
דורך וואלף
איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:15 am
לגבי די שמועס פון מאשין מצות, אפי' ווען די רבי זי''ע איז געווען רב אין די עדה החרידית, האט די עדה החרידית ווייטער געגעבן א הכשר אויף מאשין מצות..
אבער כמובן, איז גארנישט קיין פארגלייך
די רבי ז''ל, האט געוואלט אז אלע אידן זאלן האלטן ר''ת, און אז קיינער זאל נישט עסן קיין מאשין מצות,
נאר די כלל איז תפסת מרובה לא תפסת
וועגן דעם האט די רבי אויפגעשטעלט אייגענע קהילות אין מוסדות אפי' ער איז געווען רב אין ירושלים, אבער ער האט געוואלט אז אייגענע קהילות און מוסדות, וואס ער זאל קען איינפירן וויאזוי ער וויל,
די זעלבע מיטן שטעטל קרית יואל,
נישט קיין ספק אז די רבי האט געוואלט אז אלע זאלן האלטן דא ר''ת, אפי' אזעלכע וואס זייערע עלטערן האבן נישט געהאלטן (ס'איז דא א בריוו פון רבי'ן אז ער וויל ארויסגעבן א גאנצע חיבור אויף די זמן ר''ת)
אין ירושלים איז ער נישט געווען בכח איבער צו דרייען אויף דעם, אבער דארט ווי ער האט געקענט האט ער געטאן!
און אמעריקע איז געטאן אסיפה פון גאר אסאך קהילות וואס האבן זיך אלע מקבל געווען ר''ת וועגן די רבי
און זיכער א שטעטל וואס ער האט מייסוד געווען
פונקט געליינט א מעשה אין זקניך ויאמרו לך
ז. עס איז געווען ווען אונזער קרוב משפחה האט געמאכט א פדיון הבן אינעם זעלבן טאג ווי דער ברית, הגה"צ רבי יושע כ"ץ דער סאמבאטעהעליער רב ז"ל איז געווען דער מוהל און אויך דער כהן הפודה, און דער רבי איז געווען סנדק.
אינצווישן ביז דער רבי איז אנגעקומען איז געווארן זייער שפעט, און דער סאמבאטעהעליער רב האט געוואוסט אז דער אבי הבן איז א וויזניצער חסיד וואס האלטן א פריערדיגן זמן, האט ער זיך אנגערופן צום רבי'ן "עס זענען דא וואס זענען מהדר צו מאכן דעם פדיון פאר די שקיעה."
האט זיך דער רבי צוקאכט "דאס איז א הידור?! נאך די שקיעה איז וודאי יום, ווען איך וואלט געווען בכח וואלט איך איינגעפירט אז מ'זאל זיך פירן אינגאנצן ווי רבינו תם".
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:26 pm
דורך דער תהלים איד
מידלייף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:07 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:31 pm
פשוטע דאקומענטן דערציילן לכאורה אסאך מער ווי מעשה'לעך.
2.jpg
1.jpg
זייער אינטערעסאנטע דאקומענטן, הרב תהילה קענסט מיר געוואר ווערן (נישט פאר מיר דווקא, פאר די ציבור), ווי זענען דא אזאנע דאקומענטן איידער תשלד, ליבי אומר לי איינער האט דא אראפגעשטעלט אגענדעס וואס איז נישט ממש געלאפןם מיטן רבינו מהלך המחשבה איבערן אויפבוי פון די קריה, אין די כ יארן איז נישט געווען אזא גערעדאכטס "תלמידיו וחסידיו", סיריעסלי? פון ווי נעמט מען אזא געדאנק? ווי אלטע היים איז געווען א שטאט פון בלויז "תלמידיו וחסידיו"?
נאנכאמאל, ביטע אויב סאיז דיר נישט אזוי שוועא, ברענג עפעס א דאקומענט איישער תשלד.
ישר כח גדול
ווי איינער האט שוין געענטפערט, דער שטעטל איז געעפנט געווארן אלול תשל"ד.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:33 pm
דורך צווייטער
וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:22 pm
איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:15 am
לגבי די שמועס פון מאשין מצות, אפי' ווען די רבי זי''ע איז געווען רב אין די עדה החרידית, האט די עדה החרידית ווייטער געגעבן א הכשר אויף מאשין מצות..
אבער כמובן, איז גארנישט קיין פארגלייך
די רבי ז''ל, האט געוואלט אז אלע אידן זאלן האלטן ר''ת, און אז קיינער זאל נישט עסן קיין מאשין מצות,
נאר די כלל איז תפסת מרובה לא תפסת
וועגן דעם האט די רבי אויפגעשטעלט אייגענע קהילות אין מוסדות אפי' ער איז געווען רב אין ירושלים, אבער ער האט געוואלט אז אייגענע קהילות און מוסדות, וואס ער זאל קען איינפירן וויאזוי ער וויל,
די זעלבע מיטן שטעטל קרית יואל,
נישט קיין ספק אז די רבי האט געוואלט אז אלע זאלן האלטן דא ר''ת, אפי' אזעלכע וואס זייערע עלטערן האבן נישט געהאלטן (ס'איז דא א בריוו פון רבי'ן אז ער וויל ארויסגעבן א גאנצע חיבור אויף די זמן ר''ת)
אין ירושלים איז ער נישט געווען בכח איבער צו דרייען אויף דעם, אבער דארט ווי ער האט געקענט האט ער געטאן!
און אמעריקע איז געטאן אסיפה פון גאר אסאך קהילות וואס האבן זיך אלע מקבל געווען ר''ת וועגן די רבי
און זיכער א שטעטל וואס ער האט מייסוד געווען
פונקט געליינט א מעשה אין זקניך ויאמרו לך
ז. עס איז געווען ווען אונזער קרוב משפחה האט געמאכט א פדיון הבן אינעם זעלבן טאג ווי דער ברית, הגה"צ רבי יושע כ"ץ דער סאמבאטעהעליער רב ז"ל איז געווען דער מוהל און אויך דער כהן הפודה, און דער רבי איז געווען סנדק.
אינצווישן ביז דער רבי איז אנגעקומען איז געווארן זייער שפעט, און דער סאמבאטעהעליער רב האט געוואוסט אז דער אבי הבן איז א וויזניצער חסיד וואס האלטן א פריערדיגן זמן, האט ער זיך אנגערופן צום רבי'ן "עס זענען דא וואס זענען מהדר צו מאכן דעם פדיון פאר די שקיעה."
האט זיך דער רבי צוקאכט "דאס איז א הידור?! נאך די שקיעה איז וודאי יום, ווען איך וואלט געווען בכח וואלט איך איינגעפירט אז מ'זאל זיך פירן אינגאנצן ווי רבינו תם".
א שאלה? זיכער איז דאס געווען דעת קדשו פון רבי'ן! ער האט זיך געשלאגן פאר שיטת ר''ת ווייל ער האט אזוי געהאלטן להלכה.
אביסעלע הבחנה, נאר אביסעלע...
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:56 pm
דורך נקודות טובות
וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:22 pm
פונקט געליינט א מעשה אין זקניך ויאמרו לך
ז. עס איז געווען ווען אונזער קרוב משפחה האט געמאכט א פדיון הבן אינעם זעלבן טאג ווי דער ברית, הגה"צ רבי יושע כ"ץ דער סאמבאטעהעליער רב ז"ל איז געווען דער מוהל און אויך דער כהן הפודה, און דער רבי איז געווען סנדק.
אינצווישן ביז דער רבי איז אנגעקומען איז געווארן זייער שפעט, און דער סאמבאטעהעליער רב האט געוואוסט אז דער אבי הבן איז א וויזניצער חסיד וואס האלטן א פריערדיגן זמן, האט ער זיך אנגערופן צום רבי'ן "עס זענען דא וואס זענען מהדר צו מאכן דעם פדיון פאר די שקיעה."
האט זיך דער רבי צוקאכט "דאס איז א הידור?! נאך די שקיעה איז וודאי יום, ווען איך וואלט געווען בכח וואלט איך איינגעפירט אז מ'זאל זיך פירן אינגאנצן ווי רבינו תם".
viewtopic.php?p=156496#p156496
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:00 pm
דורך קרית יואל'ער איד
איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט לויט ווי איך האב געהערט האט וויזשניץ אויך געהאלטן שיטת רבינו תם ביז, דא האב איך געהערט צוויי גירסאות, אדער ביז'ן מופן קיין מאנסי, אדער ביז כ''ו אב תשל''ט, וואס ס'איז אבער זיכער אז וויזשניץ האט אויך געהאלטן שיטת רבינו תם אינעם רבינ'ס צייטן..
וועגן די אסיפת רבנים תשי''ד, ווי מ'האט דארט געמאכט א אפמאך אז יעדער גייט האלטן שבת פון די פריעסטע זמן ביז די שפעטסטע, און אזוי ווי היינט און לעקוואד און די עולם התורה האלט מען שיטת רבינו תם (כפי ידעתי)..
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:13 pm
דורך ירא השם
קרית יואל'ער איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:00 pm
איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט לויט ווי איך האב געהערט האט וויזשניץ אויך געהאלטן שיטת רבינו תם ביז, דא האב איך געהערט צוויי גירסאות, אדער ביז'ן מופן קיין מאנסי, אדער ביז כ''ו אב תשל''ט, וואס ס'איז אבער זיכער אז וויזשניץ האט אויך געהאלטן שיטת רבינו תם אינעם רבינ'ס צייטן..
וועגן די אסיפת רבנים תשי''ד, ווי מ'האט דארט געמאכט א אפמאך אז יעדער גייט האלטן שבת פון די פריעסטע זמן ביז די שפעטסטע, און אזוי ווי היינט און לעקוואד און די עולם התורה האלט מען שיטת רבינו תם (כפי ידעתי)..
נישט ריכטיג, איך געדענק נאך דעם רבינ'ס צייטן, און געוויסט אז וויזניץ האלט נישט ר"ת
וויזניצער רבי, דעמאלס נאר רב איז געווען די איינציגסטע היימישער רב פון די נאענטע ביים רבי'ן וואס איז נישט געווען ביי די אסיפה.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:56 pm
דורך Glass
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:56 pm
וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 12:22 pm
פונקט געליינט א מעשה אין זקניך ויאמרו לך
ז. עס איז געווען ווען אונזער קרוב משפחה האט געמאכט א פדיון הבן אינעם זעלבן טאג ווי דער ברית, הגה"צ רבי יושע כ"ץ דער סאמבאטעהעליער רב ז"ל איז געווען דער מוהל און אויך דער כהן הפודה, און דער רבי איז געווען סנדק.
אינצווישן ביז דער רבי איז אנגעקומען איז געווארן זייער שפעט, און דער סאמבאטעהעליער רב האט געוואוסט אז דער אבי הבן איז א וויזניצער חסיד וואס האלטן א פריערדיגן זמן, האט ער זיך אנגערופן צום רבי'ן "עס זענען דא וואס זענען מהדר צו מאכן דעם פדיון פאר די שקיעה."
האט זיך דער רבי צוקאכט "דאס איז א הידור?! נאך די שקיעה איז וודאי יום, ווען איך וואלט געווען בכח וואלט איך איינגעפירט אז מ'זאל זיך פירן אינגאנצן ווי רבינו תם".
viewtopic.php?p=156496#p156496
viewtopic.php?p=156617#p156617
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 4:02 pm
דאס וואס דו שרייבסט וועגן ציונות אז היזיגע אגודה'סטן זענען נישט קיין ציונים, דארף מען פשוט וויסן וואס ציונות מיינט, ס'איז נישט געבונדען נאר צו מעשים, בחירות וכו', אסאך מאכן דעם טעות, און ביים כינוס כללי האט מען דאס קלארגעשטעלט, ס'איז דא 2 סעיפים אין ציונות, סעיף א' איז די עצם רעיון הציוני וואס אין דעם איז רוב כלל ישראל ליידער געשלאגן בארץ צי בחו"ל. סעיף ב' די גזירות און אפענע רדיפת הדת, וואס קעגן דאס איז גאנץ כלל ישראל פאראייניגט
לכאורה נישט אמת, עכ"פ אין געדאנק וויאזוי דאס איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יענע קהילות.
די פראבלעם פון די נישט סאטמארע קרייזן איז א דריטע ענין, נאכן מסכים זיין אז די מדינה כשלעצה איז א פראבלעם [להוציא פון די מזרחי], איז די שאלה, אונז זעמיר ביידע איינשטימיג אז די גזירות זענען א פראבלעם, וויאזוי שלאגט מען זיך מיט זיי?
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:35 pm
דורך Glass
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 5:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:57 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:55 pmאיך ווייס נישט פארוואס מען האט למעשה נישט געטוישט צו קרית ויואל משה
איך ווייס יא
גוט פאר דיר, אגב איז עס נישט די UJC וואס זענען קורא שם, עס זענען די רבנים (דער זשמיגראדער רבי שליט"א האט געגעבן דעם נאמען דברי חיים פאר די קלאוו וואוד געגנט), אויב די רבני העיר וועלן זיך צוזאמעננעמען און הייסן טוישן מאמין וועלן עס מענטשן לכאורה נאכפאלגן
פארוואס פאלגט UJC עפעס א רב פון ברא פארק וואס קימט ארויס עטליכע מאל א יאר אויף שבת צו שכינת דברי חיים
אבער ווען א רבי וואס רוב איינוואנער אין בלומינגראוו זענען זיינע חסידים איז קורא שם שכינת זרע קודש. לאזט נישט UJC עס אנריפן מיט די נאמען????
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:47 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:35 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 5:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:57 pm
איך ווייס יא
גוט פאר דיר, אגב איז עס נישט די UJC וואס זענען קורא שם, עס זענען די רבנים (דער זשמיגראדער רבי שליט"א האט געגעבן דעם נאמען דברי חיים פאר די קלאוו וואוד געגנט), אויב די רבני העיר וועלן זיך צוזאמעננעמען און הייסן טוישן מאמין וועלן עס מענטשן לכאורה נאכפאלגן
פארוואס פאלגט UJC עפעס א רב פון ברא פארק וואס קימט ארויס עטליכע מאל א יאר אויף שבת צו שכינת דברי חיים
אבער ווען א רבי וואס רוב איינוואנער אין בלומינגראוו זענען זיינע חסידים איז קורא שם שכינת זרע קודש. לאזט נישט UJC עס אנריפן מיט די נאמען????
וואס איז דען בכלל דער פארגלייך. דער סאטמאר רבי שליט"א האט סתם קורא שם געווען. דאס איז נישט מחייב די ujc. אבער דער זימיגראדע רבי שליט"א פון בארא פארק האט דאך געשריבן דעם נאמען בכתב ידו, דא האבן זיי שוין נישט קיין ברירות.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 8:18 pm
דורך מידלייף
נפתלי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 7:01 am
מידלייף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:07 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:31 pm
פשוטע דאקומענטן דערציילן לכאורה אסאך מער ווי מעשה'לעך.
2.jpg
1.jpg
זייער אינטערעסאנטע דאקומענטן, הרב תהילה קענסט מיר געוואר ווערן (נישט פאר מיר דווקא, פאר די ציבור), ווי זענען דא אזאנע דאקומענטן איידער תשלד, ליבי אומר לי איינער האט דא אראפגעשטעלט אגענדעס וואס איז נישט ממש געלאפןם מיטן רבינו מהלך המחשבה איבערן אויפבוי פון די קריה, אין די כ יארן איז נישט געווען אזא גערעדאכטס "תלמידיו וחסידיו", סיריעסלי? פון ווי נעמט מען אזא געדאנק? ווי אלטע היים איז געווען א שטאט פון בלויז "תלמידיו וחסידיו"?
נאנכאמאל, ביטע אויב סאיז דיר נישט אזוי שוועא, ברענג עפעס א דאקומענט איישער תשלד.
ישר כח גדול
זיך אויף די דאקומעננטן פון די שטעטל וואס די רבי האט געפענט פאר תשל"ד.....
חחח פאני.
ממש פארשטייסט נישט וואס איך פרעג? איז דא עפעס א דאקומענט ווער און פאר וועם די שטעטל וועט זיך בויען "פאר תשלד "? איידער די אגענדע געטריבענע עסקנים האבן גענומען די לייצעס
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 8:54 pm
דורך טיפע טאשן
Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:35 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 5:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:57 pm
איך ווייס יא
גוט פאר דיר, אגב איז עס נישט די UJC וואס זענען קורא שם, עס זענען די רבנים (דער זשמיגראדער רבי שליט"א האט געגעבן דעם נאמען דברי חיים פאר די קלאוו וואוד געגנט), אויב די רבני העיר וועלן זיך צוזאמעננעמען און הייסן טוישן מאמין וועלן עס מענטשן לכאורה נאכפאלגן
פארוואס פאלגט UJC עפעס א רב פון ברא פארק וואס קימט ארויס עטליכע מאל א יאר אויף שבת צו שכינת דברי חיים
אבער ווען א רבי וואס רוב איינוואנער אין בלומינגראוו זענען זיינע חסידים איז קורא שם שכינת זרע קודש. לאזט נישט UJC עס אנריפן מיט די נאמען????
עס איז זיין אייגענע דעוועלעפמענט