בלאט 61 פון 65

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 10:19 pm
דורך totty
וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:28 pm ר יואליש קרויס האט געהאט אן אינטערוויו מיט שלומי זייענץ, ער וואוינט און געגנט פון ישיבת מיר, און דערציילט שרעקליכע זאכן וואס טוט זיך אפ דארט מיט די בחורים[צניעות וד"ל] ,איז עס אמת?
ישיבת מיר איז א שם הכולל ווי ניו יארקער אומגעגענט...
מען איז איינגעשריבן אין מיר און מען שלאפט מיט נאך אפאר בחורים אנע השגחה
און מלערנט אדער גארנישט אדער אביסל
און אנדערע זענען טאקע יא ערליך אבער וויפיל בחורים קענען זיין ערליך אין א שטח הפקר אין היינטיגע צייטן מיט אזא טמאנע גאס?
איר ווייסט ווי אומריין די ירושלימ'ער גאסן קוקן אויס כהיום? עס איז דא בעסערע גאסן אבער אסאך גאסן זענען ארגער ווי 13טע עוועניא אין ב"פ

רבינו מהר"א איז שוין יארן מרעיש עולמות אויף די הפקירות פון ישיבות אין א"י

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 4:00 pm
דורך מחפש שלווה
ווען גיי איך פטור ווערן פון מיין פארשעמטע נאמען פרישע באנוצער ?? וויפל תגובות דארף מען האב געשריבן ?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:10 am
דורך דבוק אין צדיק
וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:28 pm ר יואליש קרויס האט געהאט אן אינטערוויו מיט שלומי זייענץ, ער וואוינט און געגנט פון ישיבת מיר, און דערציילט שרעקליכע זאכן וואס טוט זיך אפ דארט מיט די בחורים[צניעות וד"ל] ,איז עס אמת?
מפארציילט, אז צוויי אמעריקנער בחורים האבן שפאצירט אויף די ירושלימע גאסן, איין בחור פרעגט פארן צווייטן וואס איז די בילדונג?, ענפערט ער, דאס איז די גרויסע מירער ישיבה, זאגט ער יא יא דא לערנען מיר טאקע....

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:24 am
דורך הדסים
וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:28 pm ר יואליש קרויס האט געהאט אן אינטערוויו מיט שלומי זייענץ, ער וואוינט און געגנט פון ישיבת מיר, און דערציילט שרעקליכע זאכן וואס טוט זיך אפ דארט מיט די בחורים[צניעות וד"ל] ,איז עס אמת?
כ'האב עס נישט געהערט אבער פון אויסצוגן וואס כ'האב געליינט קלינגט אביסל ווי דער לעבט אין עולם הדמיון.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 9:19 am
דורך יאנטשי
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:24 am
וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:28 pm ר יואליש קרויס האט געהאט אן אינטערוויו מיט שלומי זייענץ, ער וואוינט און געגנט פון ישיבת מיר, און דערציילט שרעקליכע זאכן וואס טוט זיך אפ דארט מיט די בחורים[צניעות וד"ל] ,איז עס אמת?
כ'האב עס נישט געהערט אבער פון אויסצוגן וואס כ'האב געליינט קלינגט אביסל ווי דער לעבט אין עולם הדמיון.
קען זיין ער פארציילט דמיונות, איך קען אים נישט. אבער ליידער קענען די סארט זאכן פארקומען, זיין חידוש איז אז אנשטאט אין א קעלער אדער וואלד אינדרויסן פון שטאט קומט עס פאר אפיציעל אין דירות.

דאס אז אסאך דירות האבן אפענע אינטערנעט און טיווי האט מען שוין אסאך געהערט, דאס אז עס קומט פאר וד"לס האט מען שוין אויך געהערט, דאס אז זאכן וואס אינדערהיים וואלט קיינער נישט געטון קומט דארט פאר בפרהסיא האט מען שוין אויך געהערט. ס"ה שטעלט ער צוזאמען א פאזעל, כהאף ער איז נישט גערעכט.

די פוינט איז אז דא לערנען עפ"ר בחורים וואס מען האט נאך א קאנטראל אויף אים, דארט לערנען בחורים וואס מען האט שוין נישט קיין קאנטראל (סיי וואס מען פארלירט עס מיטן אהינשיקן, און סיי וואס מען שיקט אהין טאקע פארדעם). מסתמא וואלט די בחורים אין אמעריקע געווען פון יענע סארט אן קיין ישיבה... און וואלסט פארשטאנען ווען איינער פארציילט אזאלכע מעשיות, נאר דארט לערענט ער אין מיר... די שאלה איז צו (האלב) נארמאלע בחורים קומען אן צו אזא מצב.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 9:49 am
דורך הדסים
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 9:19 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:24 am
וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:28 pm ר יואליש קרויס האט געהאט אן אינטערוויו מיט שלומי זייענץ, ער וואוינט און געגנט פון ישיבת מיר, און דערציילט שרעקליכע זאכן וואס טוט זיך אפ דארט מיט די בחורים[צניעות וד"ל] ,איז עס אמת?
כ'האב עס נישט געהערט אבער פון אויסצוגן וואס כ'האב געליינט קלינגט אביסל ווי דער לעבט אין עולם הדמיון.
די פוינט איז אז דא לערנען עפ"ר בחורים וואס מען האט נאך א קאנטראל אויף אים, דארט לערנען בחורים וואס מען האט שוין נישט קיין קאנטראל (סיי וואס מען פארלירט עס מיטן אהינשיקן, און סיי וואס מען שיקט אהין טאקע פארדעם). מסתמא וואלט די בחורים אין אמעריקע געווען פון יענע סארט אן קיין ישיבה... און וואלסט פארשטאנען ווען איינער פארציילט אזאלכע מעשיות, נאר דארט לערענט ער אין מיר... די שאלה איז צו (האלב) נארמאלע בחורים קומען אן צו אזא מצב.
אמת'ע נקודות, נאך א נקודה איז דא אז א בחור וואס איז פינף יאר צוריק געווען נארמאל איז נישט קיין הכרח אז אין אמעריקע וואלט עס יא אזוי געבליבן.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:09 am
דורך יאנטשי
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 9:49 am

אמת'ע נקודות, נאך א נקודה איז דא אז א בחור וואס איז פינף יאר צוריק געווען נארמאל איז נישט קיין הכרח אז אין אמעריקע וואלט עס יא אזוי געבליבן.
יא יא, דאס האב איך געמיינט מיט די איינגערינגעלטע, א בחור פון 21 וואס הערט אויף ברענגען נחת, אנשטאט זיך צוזאממיטשענען דא מיט א ישיבה, ארבעט און בזיונות, שיקט מען אים קיין מיר..

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:00 pm
דורך הדסים
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:09 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 9:49 am

אמת'ע נקודות, נאך א נקודה איז דא אז א בחור וואס איז פינף יאר צוריק געווען נארמאל איז נישט קיין הכרח אז אין אמעריקע וואלט עס יא אזוי געבליבן.
יא יא, דאס האב איך געמיינט מיט די איינגערינגעלטע, א בחור פון 21 וואס הערט אויף ברענגען נחת, אנשטאט זיך צוזאממיטשענען דא מיט א ישיבה, ארבעט און בזיונות, שיקט מען אים קיין מיר..
איך זאג נאך מער, אפילו א בחור וואס האט דא געברענגט נחת און דארט איז ער נחמץ געווארן איז נישט קיין הכרח אז א"י איז שולדיג אויב אינצווישן איז שוין דורכגעלאפן עטליכע יאר.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:08 pm
דורך נקודות טובות
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:44 pm
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:42 pm Screenshot 2026-01-08 163949.png
טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
פון וועלכע חובת הלבבות רעדסטו? פון רבינו בחיי? אפשר צייכענסטו צו וועלכע שטיקל דו רעדטסט פון?

קוק אריין אין שער הבטחון פרק ד', ער איז מאריך און מאריך אז א מענטש דארף זיך דוקא יא פירן בדרך הטבע, מיט פרנסה, און סיי מיט געזונט. עס איז קיין שום סתירה נישט מיט אמונה ובטחון. קומט נישט אריין דא קיין דעת בעל הבית בכלל. רבינו בחיי זאגט עס אליינס זייער קלאר. מען דארף טוהן וואס מען האט צו טוהן, זיך היטן די געזונט, און לעבן נארמאל מיט א פינאנציעלע פלאן. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער וויסן אז די השתדלות איז נישט די סיבה נאר גזירת הבורא יתברך, ומשום הא איז טוהן איבערגעטריבענע השתדלות א פגם אין אמונה ובטחון.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 30, 2026 12:12 pm
דורך נקודות טובות
מחפש שלווה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 4:00 pm ווען גיי איך פטור ווערן פון מיין פארשעמטע נאמען פרישע באנוצער ?? וויפל תגובות דארף מען האב געשריבן ?
איך בין מסכים מיט דיר אז פרישע באניצער איז א פארשעמענדע טיטל. אבער זייט וויסן אז אויב גייט איר שרייבן לופטיגע פאוסטס כדי פטור צו ווערן דערפון, וועט איר ווייטער בלייבן א פארשעמטער. די אורחישע טיטל וועט איר טאקע נישט טראגן, אבער אן אורח וועט איר בלייבן.

נאר וואס, האלט ווייטער אן דיין גוטע ארבעט, שרייב שיינע אינהאלטסרייכע פאוסטס, וועסטו זעהן אז דו וועסט שיין אנקומען. מען דארף ארבעטן שטייט, מיט מחשבה, און קאנסיסטענט. והחוט המשולש לא במהרה ינתק, אבער מיט א תנאי אז מען פראדעצירט נישט דעם חוט במהרה.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 12:22 pm
דורך בחינה 25
כ'וויס נישט צו דאס קומט דא, אויב נישט ביטע לאזן וויסן.
אנווייזונגען 2.pdf
(5.67 MiB) דאונלאודעד 173 מאל
וואס האלט די עולם אויף דעם?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:02 am
דורך צווייטער
צ''ק

איך ליין קיינמאל נישט די מאמענט (איך פרוביר צו זיין אפגעשיידט פון דעת אנשים פשוטים בלי תורה), פונקט יעצט איז מיר אריינגעפאלן די מאמענט פון די וואך איך האב געליינט די מעשה פונעם בעל תשובה פון נובה פעסטיוואל, איך בין מורא'דיג איבערגענומען. ממש אין מילים. מ'זעט ווי דער רבש''ע פירט זיך זיין וועלטל ער איז מקבץ נדחי ישראל כי לא ידח ממנו נדח.

נאכ'ן ענדיגן ליינען איז מיר אזוי אריינגעפאלן אזא מחשבה'לע, טאטע! למה נגרע? ווייל איך בין יא אויפגעוואקסן ב''ה צו פרומע עלטערן און יא נתחנך געווארן צו שמירת התורה ומצוות זאל איך נישט זיין קיין בעל תשובה??

טאטע! איך וויל אויך זיין א בעל תשובה! טאטע! שלח אורך ואמתך המה ינחוני, השיבני אבי לתורתך, וקרבני מלכי לעבודתיך, והחזירני בתשובה שלימה לפניך!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:46 am
דורך מחפש שלווה
איך האב א שאלה אידטש איז זייער אפען מיט די נקודה אז איינער איז גאר א שטארקע העטער ער איז דא פאר העיט גייען די מנהלים אדער גרויסע ניקס עם קומען זאגן צדיקל מען פירט זיך נישט אויף אזוי דא וכו'וכו'
מיט די אלע מעלות ווואס אידטיש האט
סאו פארוואס זאל מען נישט מאכן א דיסלייק קנעפל
ווען סווען נישטא קיין לייק קנעפל החרשתי
אבער געוויסע תגבות האבן א פאר לייקס אין יענער רעדט דאך נאן סענס אין עם אפציפרעגן פאר די שטיות וואס ער רעדט ציזאם האב איך נישט קיין נערווען סאו זאל פשוט זיין א דיסלייק קנעפל אין מען זאל זעהן למי החותמת ולמי הפתולים

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 11:31 am
דורך נקודות טובות
מחפש שלווה האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:46 am איך האב א שאלה אידטש איז זייער אפען מיט די נקודה אז איינער איז גאר א שטארקע העטער ער איז דא פאר העיט גייען די מנהלים אדער גרויסע ניקס עם קומען זאגן צדיקל מען פירט זיך נישט אויף אזוי דא וכו'וכו'
מיט די אלע מעלות ווואס אידטיש האט
סאו פארוואס זאל מען נישט מאכן א דיסלייק קנעפל
ווען סווען נישטא קיין לייק קנעפל החרשתי
אבער געוויסע תגבות האבן א פאר לייקס אין יענער רעדט דאך נאן סענס אין עם אפציפרעגן פאר די שטיות וואס ער רעדט ציזאם האב איך נישט קיין נערווען סאו זאל פשוט זיין א דיסלייק קנעפל אין מען זאל זעהן למי החותמת ולמי הפתולים
שוין עטליכע מאל געווארן אויפגעברענגט די געדאנק. איך וויל דיר זאגן פארוואס איך בין שטארק דערקעגן.

די ערשטע נקודה: אויב ווען דו ליינסט א צווייטענס פאוסט, און דיין איינציגע ענטפער צו יענעם איז "שטותים", דאן איז דיין מיינונג גענצליך איבריג. דו האסט גארנישט צוצוגעבן צום שמועס. אויב שפירסטו אז עס קומט דיר צו ברעכן ביים ליינען געוויסע פאוסטס, נעם א בעג און טו וואס דו האסט צו טוהן. דארפסט נישט ברעכן ברבים.

אויב דו ביסט מחולק מיט איינעם, אדרבה, שרייב ארויס דיין מיינונג. א נארמאלע דיבאטע אין וואס נושאים ווערן שיין געדעקט פון ביידע זייטן, איז א געשמאק צו ליינען. אבער סתם א דיסלייק איז ליידיג, לופטיג, און אן קיין שום ווערד פארן ליינער.

ווידער דער לייק קנעפל, ווי איך פארשטיי עס, איז געמאכט געווארן צו פארטרעטן דעם אלטן “גא״מ” סלאגאן. און דאס איז טאקע א גרויסע טובה.
ערשטנס, ס’האט נישט קיין פשט אז נאך יעדע געלונגענע פאוסט זאל נאכפאלגן 15 “גא״מ” מעסעדזשעס. א לייק קנעפל לאזט דעם שמועס פארן אומגעשטערט, און געבט פארט די געלעגענהייט פארן ליינער צו געבן רעקאגנישן פארן שרייבער.
צווייטנס, אויב איז די איינציגע וועג פון אפגעבן א דאנק אדער צושטימונג איז דורכן שרייבן גא"מ, וועט די פידבעק פארשטענדליך זיין נאר א פראצענט. קודם כל וויבאלד נישט יעדער איז דער "גא"מ" סארט טיפ. און עס איז א שאד אז דער שרייבער זאל נישט באקומען פידבעק אפילו פון די וואס שרייבן נישט "גא"מ". און אפילו די וואס זענען יא די גא"מ טיפ, וועלן נישט ראגירן 10 מאל אינעם זעלבען טעמע מיט א גא"מ, משא"כ 10 לייקס וועט ער יא געבן.

איך וועל זיין אפן מיט דיר, ווען איך קוק אויף די רעשיאו צווישן מיינע פאוסטס און די לייקס וואס איך באקום, איז עס אביסל מער ווי דריי לייקס פאר יעדע פאוסט. ס’איז א גוטע געפיל. איך בין נישט קיין נייעס ברענגער וכדו', די לייקס וואס איך באקום איז פון ניקס וואס האבן הנאה פון מיין פערזענליכע מיינונגען. און ס'פילט זיך גוט. איי, פארוואס? וואו קען איך דאס איינקעשן? אין ערגעץ נישט, אבער אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט. א מענטש גלייכט א גוט ווארט, און א מענטש גלייכט רעקאגנישן.

שרייב איך כדי צו באקומען לייקס? ניין. וועל איך מיך אפהאלטן פון שרייבן עפעס ווייל איך טראכט אז מ’וועט עס נישט לייקן? אויך ניין. איך ווייס אז אין גראסערי קען מען נישט איינקויפן מיט לייקס, און דערפאר לויף איך נישט נאך קיין לייקס. אבער למעשה עפרישיעט איך יעדע לייק וואס איך באקום.

איך האב בעבר בהוה געשריבן זאכן וואס געפעלט נישט פאר יעדעם, און איך פלאן מיך נישט צו טוישן אין די עתיד. איך שרייב נאטורליך, אפגעזעהן וואס אנדערע האלטן. אויב וואלט געווען א דיסלייק קנעפל, בין איך נישט זיכער אז איך וואלט געשריבן נאטורליך. איך האב נישט קיין פראבלעם אז איינער האלט אנדערש ווי מיר, אבער זיך ארומדרייען מיט א הויפן דיסלייקס אויפן פראפייל איז נישט געשמאק.

א פארום דארף זיין קאלירפול. ס’דארף זיין פארשידענע מיינונגען. א דיסלייק קנעפל מאכט אז דער וואס טראכט אביסל אנדערש זאל מורא האבן צו שרייבן. קיינער זוכט נישט קיין דיסלייקס. עס וועלן געשריבן ווערן נאר די אנגענומענע מיינונגען, און דער פארום וועט ווערן בארינג.

א שמועס דארף קענען פארן נאטורליך אזוי ווי מען שמועסט צווישן מענטשן. ביי א שמועס צווישן צוויי נארמאלע מענטשן וועסטו נישט זעהן אז נאכדעם וואס איינער זאגט זיין מיינונג זאל דער צווייטער ראגירן "דיסלייק".

ווייסטו וויפיל דיסלייקס דער תהלים איד וואלט געהאט? פאר יעדע פרא וועד הקהילות פאוסט וואלט ער באקומען פינף דיסלייקס... איז דאס גערעכט? איז דאס געזונטע פארן פארום?

א דיסלייק קומט בדרך כלל פון מענטשן וואס האבן גארנישט וואס מוסיף צו זיין, נאר זייער גאנצע ענטפער איז דרוקן דעם קנעפל. אזא איינער איז העפליך געלאדענט צו ליינען, אבער ער זאל ביטע נישט ראגירן אין א שמועס.

וחוץ מזה איז א דיסלייק קנעפל א גן עדן פאר טראללס.
איינער עפנט דריי ניקס, און מיט דריי פארשטינקענע דיסלייקס קען ער אראפברענגען שיינע אינהאלטסרייכע פאוסטס. קיינער ווייסט נישט אז דער זעלבער מענטש שטייט אונטער דעם. ממש אויסגעשפילט די סיסטעם...

און צום לעצט, א דיסלייק טוט וויי. שרייבן א פאוסט און מסביר זיין פארוואס מען איז מחולק טוט נישט וויי, אדרבה, עס איז א פארגעניגן צו פירן באזעסענע שמועסן. אבער א דיסלייק טוט וויי. סתם א פליק און געגאנגען ווייטער. קיינער דא איז נישט דא צו וויי טוהן א צווייטן, אדער צו ווערן וויי געטוהן. און ווער יא זאל טאקע פליען פון דא מיט א הייפערסאניק מיסל!

ס'איז דא נאך נקודות, אבער איך מיין אז דאס איז שוין גענוג חומר למחשבה פארוואס א דיסלייק קנעפל איז נישט קיין גוטע זאך.

איך ווייס אז דו האסט פארגעשלאגן א פלאן פון דיסלייק נאר אין געוויסע פעלער, אבער זייט וויסן אז איינמאל דער קנעפל עקזעסטירט, איז דאס שוין נישט בידך. יעדער וועט דיסלייקן לויט זיין אייגענע פארשטאנד.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 11:55 am
דורך שמח
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 11:31 am
► Show Spoiler
איך וואלט אויף אזא פאוסט געוואלט געבן מער ווי איין לייק, וואס זאל איך טון, די סיסטעם געט נישט די מעגליכקייט.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 12:01 pm

ביסט גערעכט אבער אין די פעלער ווען א אורח קומט אריין מיט נערשקייטן אין אפאר ניקס קומען אריין לייקן ווען יענער איז פון די זעלבע פארטיי מאכט דאס שרעקליך נערוועז אבער אין מה לעשות האסט אן גערעכטע נקודה
#נקודות טובות

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:18 pm
דורך נאסע שמאטעס
שמח האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 11:55 am
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 11:31 am
► Show Spoiler
איך וואלט אויף אזא פאוסט געוואלט געבן מער ווי איין לייק, וואס זאל איך טון, די סיסטעם געט נישט די מעגליכקייט.
👍 דאס דארף מען טאקע בעטן צו מאכן....

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 12:01 pm
דורך וויענער חסיד
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 1:02 am צ''ק

איך ליין קיינמאל נישט די מאמענט (איך פרוביר צו זיין אפגעשיידט פון דעת אנשים פשוטים בלי תורה), פונקט יעצט איז מיר אריינגעפאלן די מאמענט פון די וואך איך האב געליינט די מעשה פונעם בעל תשובה פון נובה פעסטיוואל, איך בין מורא'דיג איבערגענומען. ממש אין מילים. מ'זעט ווי דער רבש''ע פירט זיך זיין וועלטל ער איז מקבץ נדחי ישראל כי לא ידח ממנו נדח.

נאכ'ן ענדיגן ליינען איז מיר אזוי אריינגעפאלן אזא מחשבה'לע, טאטע! למה נגרע? ווייל איך בין יא אויפגעוואקסן ב''ה צו פרומע עלטערן און יא נתחנך געווארן צו שמירת התורה ומצוות זאל איך נישט זיין קיין בעל תשובה??

טאטע! איך וויל אויך זיין א בעל תשובה! טאטע! שלח אורך ואמתך המה ינחוני, השיבני אבי לתורתך, וקרבני מלכי לעבודתיך, והחזירני בתשובה שלימה לפניך!
מאמענט האט בילדער פון אלע שרייבערס כמעט, און זיי אלע זענען גאר וואוילע יודען, אפילו מגיד שיעורים, רבנים, און בעלי בתים חשובים, סאו דארפסט נישט אריינפאלן ליינען קענסט ליינען רואיג.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 1:42 pm
דורך צווייטער
וויענער חסיד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 12:01 pm

יישר כח פאר'ן אויסקלארן.

פון היינט און ווייטער זיך אויסצוקלארן דעם דעת מיט א דעת תורה וועל איך ליינען די מאמענט.

מ'מעג עס ליינען אין ביה''כ?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 1:57 pm
דורך וויענער חסיד
צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 1:42 pm

יא, און יודטיש מעג מען אויך ליינען און ביה"כ, אוון איך זע די ליינסט עס[אגב סאיז גארנישט פערסאנעל איך קען פשוט נישט דערליידען די אוועקמאכן די פשוטער ערליכער יוד].

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 2:02 pm
דורך צווייטער
וויענער חסיד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 1:57 pm

מיין ליבע פריינד, איך בין נישטא צו פירן וויכוחים מיט אייך, איך האב געקויפט אידישקייט אין אן אנדער געשעפט ווי אייך, מיין מיינונג איז אנדערש ווי אייערס, און איך פלאן אייך נישט צו טוישן.

זייט געזונט און שטארק. :D

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 2:10 pm
דורך וויענער חסיד
צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 2:02 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 1:57 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 1:42 pm

יישר כח פאר'ן אויסקלארן.

פון היינט און ווייטער זיך אויסצוקלארן דעם דעת מיט א דעת תורה וועל איך ליינען די מאמענט.

מ'מעג עס ליינען אין ביה''כ?
יא, און יודטיש מעג מען אויך ליינען און ביה"כ, אוון איך זע די ליינסט עס[אגב סאיז גארנישט פערסאנעל איך קען פשוט נישט דערליידען די אוועקמאכן די פשוטער ערליכער יוד].
מיין ליבע פריינד, איך בין נישטא צו פירן וויכוחים מיט אייך, איך האב געקויפט אידישקייט אין אן אנדער געשעפט ווי אייך, מיין מיינונג איז אנדערש ווי אייערס, און איך פלאן אייך נישט צו טוישן.

זייט געזונט און שטארק. :D
נישט קיין פראבלעם, און אויב דו ווילסט קענסטו כאפן א היטש און בטעות הערן קול מבשר...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 3:22 pm
דורך זלמעלע
הנאה געהאט פון דעם נייעם ווארט
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 3:14 pm חושעראציע

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:24 am
דורך אנדערער
@נקודות טובות זייער שיין ארומגענומען די נושא פון לייקס

אגב. מיין לייק מיינט נישט גאמ. איך לייק ווען איך האב הנאה פון די פאוסט אפילו איך האלט פונקט פארקערט

אפשר קען מען מאכן א דיסלייק קנעפל וואס נאר די הנהלה קען זען און וויסן צו פארשיקן א טראל מיט צופיל דיסלייקס

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 8:52 pm
דורך דער תהלים איד
ביטע זאגט אייער מיינונג:

וויפיל ראבא-קאלס פער יאר איז נארמאל צו באקומען פון "רעדן ברבים!!!, לערנט אייך אויס בלא בלא"?