על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2999
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6644

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@סוחר

ס‘איז סארקאסטיש

@נקודות טובות איז געווען אין א גיטע מוד.

אגב @דער תהלים איד האט דיקע הויט

ווען די צוויי פארען אויף די עוועניו, שטייט מען סתם אין די זייט אין וואטשט די שוי.

פרי ענד קאשער ענטערטעינמענט
סוחר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 374

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך סוחר »

פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:11 am @סוחר

ס‘איז סארקאסטיש

@נקודות טובות איז געווען אין א גיטע מוד.

אגב @דער תהלים איד האט דיקע הויט

ווען די צוויי פארען אויף די עוועניו, שטייט מען סתם אין די זייט אין וואטשט די שוי.

פרי ענד קאשער ענטערטעינמענט
אה, גאט איט... זאל איך מעקן? אדער עס קען זיין אז עס איז דא נאך איינער וואס קען נישט אזוי די לאקאלע דא און מיינט אויך אז עס איז ערענסט...?
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2999
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6644

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

סוחר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:14 am
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:11 am @סוחר

ס‘איז סארקאסטיש

@נקודות טובות איז געווען אין א גיטע מוד.

אגב @דער תהלים איד האט דיקע הויט

ווען די צוויי פארען אויף די עוועניו, שטייט מען סתם אין די זייט אין וואטשט די שוי.

פרי ענד קאשער ענטערטעינמענט
אה, גאט איט... זאל איך מעקן? אדער עס קען זיין אז עס איז דא נאך איינער וואס קען נישט אזוי די לאקאלע דא און מיינט אויך אז עס איז ערענסט...?
נעעה

זאל עס זיין א חלק, ס‘מאכט עס מער קריספי..
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8460
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20599

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 20, 2025 11:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:01 am
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 11:39 pm איך פארשטיי אז דו ווילסט נישט מאכן אן אינשורענס קלעים, דו ווילסט נישט שאדן מאכן יענעם מיט דעם וואס די פרימיעם גייט אים ארויפגיין פאר א נארישע קלעים. אבער זאל ער באצאלן קעש. פארוואס דארפסטו עס באצאלן? (חוץ אויב דו ביסט סתם אזוי ניטש מקפיד, און דיין קאר איז סיי ווי צוזעצט...)
מיין קאר איז אלט א יאר מיט עפעס. ס'האט נאכנישט געהאט ביז יעצט קיין איין קריץ, אפגערעדט פון אזא שניט/לאך.

עכ"ז, וואלט איך נישט גענומען געלט פון א איד צוליב דעם, כאטש ער איז מחוייב מדינא.

ווען איינער גיסט אויס א קאווע אויף מיר בטעות, ברבים, און איך האב בושות, איז מעגליך אז איך קען אים רופן צו די"ת און באקומען געלט פאר בושת... אבער אלס א מאמין גלייב איך נישט אז דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט, צו ארויספרעסן געלט פון 'טעותים' פון אנדערע אידן.

חוץ אויב יענער איז א מיליאנער...
אאהה... הייסט דו האסט שוין גענומען דיין שוואכקייט, און געמאכט דערפון א שיטה... נישט סתם א שיטה, נאר אמונה גאר! איך הער.

איך זעה נישט וואו אין די וועלט אמונה קומט אריין אין שמועס דא. ווען יענער האט נישט דאס געלט, און דו ווישט דיר אפ די נאז. אדער ווען יענער זאגט דיר קלאר איך האלט נישט ביים צאלן, און דו נעמסט אים נישט צום דין תורה, פארשטיי איך. זאגסט המקום ימלא חסרוני און פארטיג. אבער פלעין? בעטן פון יענעם געלט פארן דיר מזיק זיין? וואו קומט אריין אמונה? זייער א שוואכע שיטה דאס... טרעף עפעס בעסערס. אלץ אמונה און בטחון וואלסטו אויך נישט געדארפט אז יענער זאל דיר קומען זאגן איי עם סארי... גלייב אז עס איז דיר געווען באשערט די היזק, און יענער איז נאר די שטעקן... פארוואס דארפסטו יענער זאל דיר קומען זאגן? זארגסט זיך פאר זיין הלכה'דיגע אחריות?

מיין פוס!

בנוגע דיין צוזאמשטעל צו בושת. גאט אין הימל! איר וועט מיר מוזן מוחל זיין פאר די לשון, אבער אזעלכע שטותים צו רעדן? ביסטו @דער תהלים איד וועמען איך קען? עס פאסט פשוט נישט פאר דיר, איך מיין איך גיי בעטן די הנהלה צו מעקן דיין פאוסט פשוט מפני כבודך. רעדט מען דען פון רייך ווערן אויף יענעמס טעות? אדער אפשר פון קלעימען אינשורענס ווען מען פאלט אין פראנט פון יענעמס פראפערטי ווי @פופציגער ווייטאגט? בסך הכל האט יענער אריינגעבעקט אין דיין קאר און דיר געשחטן די באמפער, זאל ער מוחל זיין באצאלן די פאר הונדערט דאלער וואס קאסט צו פיקסן!

דו כאפסט? איך נעם מיך פשוט אן פאר דיר....

וחוץ מזה, אפשר פארציילסטו מיר וועלכע בי"ד פסק'ענט דיני בושת? פון פשטות השלחן ערוך איז מען נישט דן דיני בושות בזמן הזה.

נאר וואס? וואו איך האב געשריבן אויבן. עס איז אן עיגאו פראבלעם, עס "פאסט נישט" זיך נאריש צו מאכן אויף די פאר דאלער, It's beyond my dignity... איך גיי מיך עפעס משוגע מאכן אויף די "נארישע" פאר הונדערט דאלער? איך בין עפעס א שנארער? נע, איך וועל אים זאגן ס'איז גוט.... איי טיף אין הארץ וואלסטו געקענט באשטיין צו טרעפן אין די פאסט אן ענוועלאופ מיט 500 דאלער? דאס דארף שוין יענער נישט וויסן...

דער אמת איז אז איך מיין נישט דיר, דו ביסט באמת א בעל מידות און דיין אמונה איז צום באווינדערן. נאר דו האסט אמאל געזאגט אז עס איז דא נאך איינער וואס באניצט זיך מיט דיין ניק מזמן לזמן, אים מיין איך!

אגב, אז מען רעדט שוין. איך זוך צו מאכן אן עד יעצט, אפשר קענסטו מיר עס מאכן און אויב ס'איז באשערט זאלסט מאכן געלט דערויף וועט עס שוין דער אויבערשטער צושיקן? איך גיי דיר אבער נישט באצאלן, מסכים?
היות די הנהלה האט שוין געמעקט דיין פאוסט, וועל איך ענטפערן אן ציטירן.

אופס, ס'איז נאך יא דא. אקעי איך ציטיר באצייטנס, זאלן די בושות זיין פאר אייביג! :roll:

@נקודות טובות איז טייטש גוטע פיילן? איך האב אלעמאל געמיינט אז ס'מיינט "גוטע פוינטס". :lol: דו פלעגסט רעדן זייער צום זאך :lol:

עניוועי, לענין, יענער האט געמאכט א "טעות", און עס איז מיר ענדערש צו פארן מיט א צובראכענעם באמפער, ווי איידער צוזען ווי א צווייטער איד נעמט ארויס דערפאר פון טאש א טויזנטער 'וואס ער האט נישט'. (אוקי אחזקתי'...).

כ'האב נישט קיין מושג וואו עיגאו קומט אריין דא... כ'בין שוין היינט טרענירט גראדע, אז ווען ס'קומט זיך איינעם עכט, פליט מיין רחמנות אוועק... ווען איך זאל האלטן אז יענער איז עפעס שולדיג דא און איך בין מיאוס באקריוודעט על לא דבר, וואלט איך אים געזאגט אז ילמדינו רבינו אהער מיט ס'געלט. למעשה האט יענער נעבעך גארנישט געוואלט.

איי ווי קומט אמונה דא אריין? אה. ווייל ווען איך וואלט געווען א גוי ח"ו וואלט איך שווער אדורכגעטראגן דעם זעץ אין באמפער... כאפסט? ממילא וואלט איך עס שוין יא אפגעבעטן. עכשיו שזכינו האב איך אנדערע צילן אויף דער וועלט.

מעגסט מיר ווייטער ענטפערן, אבער ביטע אן רחמנות. :!:
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2212
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6917

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 10:14 am
► Show Spoiler

פאר דעם אליינס האט זיך אלעס געלוינט! דאס ערשטע מאל איך הער פון דיר אז "איך פלעג" אמאל רעדן צו די זאך. כאטש ביסטו מודה איז "איך פלעג"... שאין טובתם שלמה האבן מיר געזעהן פאריגע וואך אין רש"י...

דער אמת איז, איך מיין אז ווי געשריבן דא, דו כאפסט פשוט זאכן צוואנציג יאר שפעטער, יעצט זעהסטו אז "אמאל" פלעג איך רעדן צו די זאך... דו ליינסט איבער אלטע פאוסטס זעהסטו אז איך זאג גוט. ליין איבער די פאוסט אין צוואנציג יאר פון יעצט וועסטו אויך זעהן אז איך רעד צו די זאך...

אגב, דו זאגסט מיר צו ענטפערן אן רחמנות. דו כאפסט נישט אז דו גאנצע סיבה פארן שרייבן, איז נאר ווייל איך האב אויף דיר רחמנות? איך קען נישט צוזעהן ווי בלויז צוליב דיין נארישע עיגאו, זאלסטו דארפן ארויסנעמען אפאר הונדערט דאלער פון טאש. איך מיין פשוט דיין טובה דא.... ס'קומט נאר פון מיין גרויס רחמנות...

ווי מער איך קוק אויף די בילד וואס דו האסט געלייגט, זעהט מיר אויס אז קיינער האט נישט אריינגעבעקט אין דיר, נאר דו האסט אריינגעבעקט אין עפעס... ס'איז עפעס צו א טיפע לאך אן קיין זעץ אין די זייט, ס'איז משמע אז דו האסט אריינגעבעקט אין עפעס א שפיציגע זאך. נאר כדרכך קענסט נישט נעמען קיין בלעים, וועסטו אלעמאל באשולדיגן א צווייטן. א וואונדער דו ווילסט נישט נעמען קיין געלט פון יענעם? פון וועמען זאלסטו נעמען? דו ווייסט דאך אז קיינער איז נישט שולדיג חוץ דו!....
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2212
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6917

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:24 am
► Show Spoiler
נאך א סיבה לפטור
אמר רב פפא לא שנו אלא בו אבל בבגדו לא וניהוי כי בייש בדברים אמרי במערבא משמיה דרבי יוסי בר אבין זאת אומרת ביישו בדברים פטור מכלום:
ווען איינער קומט מיט א קאווע, און בכוונה גמור געבט ער עס א שפריץ אין פנים אריין איז ער פטור פון דמי בושת?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8460
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20599

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

:lol: :lol: :lol:

@נקודות טובות דו ביסט סופער!!!

(מעסעדזש געסקעדזשולט פאר ה' אלפים תת"ו)
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 973
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1089

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:01 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:24 am
► Show Spoiler
נאך א סיבה לפטור
אמר רב פפא לא שנו אלא בו אבל בבגדו לא וניהוי כי בייש בדברים אמרי במערבא משמיה דרבי יוסי בר אבין זאת אומרת ביישו בדברים פטור מכלום:
ווען איינער קומט מיט א קאווע, און בכוונה גמור געבט ער עס א שפריץ אין פנים אריין איז ער פטור פון דמי בושת?
ניין, נאר בבגדו.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 721

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך ChatGPT »

ביינונז אין ביהמ''ד האט מען געהאנגען דעם באקאנטן צעטל איבער די ענין פון עולה זיין זאת חנוכה, און היות ס'דא אזעלכע וואס מיט "פרנסה" נעמען זיי נישט קיין שאנסן, מ'שטעלט נישט איין, האט זיך די עליות פארקויפט פאר א נישטיגע $350 דאלער.

איך בין באמת נייגעריג, איז דאס נישט קין אונאת ממון? אדער לכה''פ א גורם? דער שמש שרייט אז יעדער ווייסט אז ס'שקר. דאס איז נישט ריכטיג, והא ראי', קוק די פרייז צעטל וואס סאיז געגאנגען. אויסערדעם, דער מוכר עליות רוקט די ליציטאציע פון 10 צו 50 צו 100 א.א.וו. אנדערש ווי געווענליך ווען א מענטש איז נישט מסכים צו בידן אזעלכע נאמבערס...

און מיינע אויגן איז נישטא קיין היתר צו רייטן אויף תמימת'דיגע אידן וואס פאלן פאר יעדן געבעקס, טאקע א רחמנות אויף זיי, אבער ס'נישט אידישלעך און נישט מענטשליך עס אויסצוניצן צו פרעסן געלט פון מענטשן
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2212
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6917

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 10:34 am ביינונז אין ביהמ''ד האט מען געהאנגען דעם באקאנטן צעטל איבער די ענין פון עולה זיין זאת חנוכה, און היות ס'דא אזעלכע וואס מיט "פרנסה" נעמען זיי נישט קיין שאנסן, מ'שטעלט נישט איין, האט זיך די עליות פארקויפט פאר א נישטיגע $350 דאלער.

אן אריינגיין אין הלכות אונאה, נאר גענצליך דעת בעל הבית.

ווי עס קוקט מיר אויס איז נישט דא איינער וואס גלייבט "באמת" אין די סגולה. קויפן די עליות זאת חנוכה איז לדעתי נישט מער ווי א סטייל. די וואס לאזן זיך קאסטן פאר מפטיר יונה איז אויך נישט צוליב די סגולה, נאר וויבאלד ס'איז א סגולה פאר עשירות קויפן עס א געוויסע טיפ פון מענטשן. אזוי ווי חתן בראשית וכדו'... (הגם לויט ווי איך געדענק האט מפטיר יונה אויך נישט קיין געהעריגע מקור...)

מענשטן לאזן זיך קאסטן תועפת מיט געלט, פאר זאכן וואס איז באמת נישט ווערד די פרייז. נאר ווייל עס איז אין "סטייל". קענסטו גיין טענה'ן אז ס'איז אונאה? אזוי קוק איך אן די וואס קויפן די עליות זאת חנוכה. איך מיין אז "יעדער" ווייסט שוין היינט אז די סגולה איז געזויגן פון פינגער. ווער עס קויפט עס קויפט עס אלץ די סטייל שבו. איך גלייב זייער שווער אז איינער גלייבט אין דעם בתמימות. אויב יא איז עס דאך טאקע א סגולה אלץ לא לחכמים לחם...

וחוץ מזה ווי אזוי איז שייך אונאה ביי א סגולה? ער זאגט אז ס'איז מסוגל. ער האט דיר עפעס פארקויפט פאר מער ווי דער פרייז? וואס איז מען תובע דא?

איך ווייס נישט אויב איך האב מיך גוט ארויסגעברענגט, אבער טראכט אריין אין דעם.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
נמואל
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 5:12 pm
Location: ערגעץ ווי אויפן גלאוב
x 24

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נמואל »

סוחר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:57 am
נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 20, 2025 11:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:01 am

מיין קאר איז אלט א יאר מיט עפעס. ס'האט נאכנישט געהאט ביז יעצט קיין איין קריץ, אפגערעדט פון אזא שניט/לאך.

עכ"ז, וואלט איך נישט גענומען געלט פון א איד צוליב דעם, כאטש ער איז מחוייב מדינא.

ווען איינער גיסט אויס א קאווע אויף מיר בטעות, ברבים, און איך האב בושות, איז מעגליך אז איך קען אים רופן צו די"ת און באקומען געלט פאר בושת... אבער אלס א מאמין גלייב איך נישט אז דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט, צו ארויספרעסן געלט פון 'טעותים' פון אנדערע אידן.

חוץ אויב יענער איז א מיליאנער...
אאהה... הייסט דו האסט שוין גענומען דיין שוואכקייט, און געמאכט דערפון א שיטה... נישט סתם א שיטה, נאר אמונה גאר! איך הער.

איך זעה נישט וואו אין די וועלט אמונה קומט אריין אין שמועס דא. ווען יענער האט נישט דאס געלט, און דו ווישט דיר אפ די נאז. אדער ווען יענער זאגט דיר קלאר איך האלט נישט ביים צאלן, און דו נעמסט אים נישט צום דין תורה, פארשטיי איך. זאגסט המקום ימלא חסרוני און פארטיג. אבער פלעין? בעטן פון יענעם געלט פארן דיר מזיק זיין? וואו קומט אריין אמונה? זייער א שוואכע שיטה דאס... טרעף עפעס בעסערס. אלץ אמונה און בטחון וואלסטו אויך נישט געדארפט אז יענער זאל דיר קומען זאגן איי עם סארי... גלייב אז עס איז דיר געווען באשערט די היזק, און יענער איז נאר די שטעקן... פארוואס דארפסטו יענער זאל דיר קומען זאגן? זארגסט זיך פאר זיין הלכה'דיגע אחריות?

מיין פוס!

בנוגע דיין צוזאמשטעל צו בושת. גאט אין הימל! איר וועט מיר מוזן מוחל זיין פאר די לשון, אבער אזעלכע שטותים צו רעדן? ביסטו @דער תהלים איד וועמען איך קען? עס פאסט פשוט נישט פאר דיר, איך מיין איך גיי בעטן די הנהלה צו מעקן דיין פאוסט פשוט מפני כבודך. רעדט מען דען פון רייך ווערן אויף יענעמס טעות? אדער אפשר פון קלעימען אינשורענס ווען מען פאלט אין פראנט פון יענעמס פראפערטי ווי @פופציגער ווייטאגט? בסך הכל האט יענער אריינגעבעקט אין דיין קאר און דיר געשחטן די באמפער, זאל ער מוחל זיין באצאלן די פאר הונדערט דאלער וואס קאסט צו פיקסן!

דו כאפסט? איך נעם מיך פשוט אן פאר דיר....

וחוץ מזה, אפשר פארציילסטו מיר וועלכע בי"ד פסק'ענט דיני בושת? פון פשטות השלחן ערוך איז מען נישט דן דיני בושות בזמן הזה.

נאר וואס? וואו איך האב געשריבן אויבן. עס איז אן עיגאו פראבלעם, עס "פאסט נישט" זיך נאריש צו מאכן אויף די פאר דאלער, It's beyond my dignity... איך גיי מיך עפעס משוגע מאכן אויף די "נארישע" פאר הונדערט דאלער? איך בין עפעס א שנארער? נע, איך וועל אים זאגן ס'איז גוט.... איי טיף אין הארץ וואלסטו געקענט באשטיין צו טרעפן אין די פאסט אן ענוועלאופ מיט 500 דאלער? דאס דארף שוין יענער נישט וויסן...

דער אמת איז אז איך מיין נישט דיר, דו ביסט באמת א בעל מידות און דיין אמונה איז צום באווינדערן. נאר דו האסט אמאל געזאגט אז עס איז דא נאך איינער וואס באניצט זיך מיט דיין ניק מזמן לזמן, אים מיין איך!

אגב, אז מען רעדט שוין. איך זוך צו מאכן אן עד יעצט, אפשר קענסטו מיר עס מאכן און אויב ס'איז באשערט זאלסט מאכן געלט דערויף וועט עס שוין דער אויבערשטער צושיקן? איך גיי דיר אבער נישט באצאלן, מסכים?
...What an attack for no good reason

עס איז זייער נארמאל און ארענטלעך (אויב איז מען נישט געדריקט אין געלט) צו מוותר זיין אויף היזק. גארנישט מיט עגאו צו טון.

און דיין צושטעל צו באשטעלן א עד אומזיסט... איז דאס די נקודות טובות וואס איך קען...? כ‘גיי בעטן די הנהלה זאל מעקן דיין פאוסט פשוט מפני כבודך...

פארשטייסט טאקע נישט קיין חילוק פון פארגעבן פאר איינעם אויף א טעות, ביז טון דזאבס פאר מענטשן בחנם??
און ווי ביזטו מדמה מזיד לשוגג, ואונס כרצון?? עס מוז זיין א צווייטער ניצט דיין ניק...

און אין ע סייד נאוט, נישט יעדער איינער פריידט זיך צו $500 וואס קומט מעגליך פון א אנגעשטרענגטע איד, און יא, עס איז ריכטיג ארויסצוברענגען אז א מענטש דארף נאך אלס זיין ארענטלעך און אנרופן וועם ער האט מזיק געווען, אפגעזען צו דיין פיס אדער דיין הענט טראכטן נישט אזוי...

כ‘זיך נישט אנצונעמען פערזענלעך פאר‘ן תהילים יוד נאר פשוט למען האמת, ער איז ארויפגעקומען מיט א ריכטיגע תגובה, און מאיזה סיבה איז אויסגעגאסן געווארן א טוץ פון שורות אומפארשטענדלעך. עס שיינט מער צו זיין א חובת גברא, ווי א חובת חפצא...
@נקודות טובות איך האלט זייער שטארק פון די פוינט. אבער איבער וואס איז די אטאקע?
איינער האט עפעס שלעכט געטוהן?
נמואל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:21 pm אקעי. יעצט האט מען שוין געשריגן די 'שרעקעדיגע' ווארט ספין סא אלעס איז אפגעפרעגט.
פליז. אונז אלע זעמיר נארמאלע מענטשען וכשם שפרצופיהן...
לאמיר רעדן ווי נארמאלע מענטשען
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1483
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4752

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 8:37 pm
ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 10:34 am ביינונז אין ביהמ''ד האט מען געהאנגען דעם באקאנטן צעטל איבער די ענין פון עולה זיין זאת חנוכה, און היות ס'דא אזעלכע וואס מיט "פרנסה" נעמען זיי נישט קיין שאנסן, מ'שטעלט נישט איין, האט זיך די עליות פארקויפט פאר א נישטיגע $350 דאלער.

איך בין באמת נייגעריג, איז דאס נישט קין אונאת ממון? אדער לכה''פ א גורם? דער שמש שרייט אז יעדער ווייסט אז ס'שקר. דאס איז נישט ריכטיג, והא ראי', קוק די פרייז צעטל וואס סאיז געגאנגען. אויסערדעם, דער מוכר עליות רוקט די ליציטאציע פון 10 צו 50 צו 100 א.א.וו. אנדערש ווי געווענליך ווען א מענטש איז נישט מסכים צו בידן אזעלכע נאמבערס...

און מיינע אויגן איז נישטא קיין היתר צו רייטן אויף תמימת'דיגע אידן וואס פאלן פאר יעדן געבעקס, טאקע א רחמנות אויף זיי, אבער ס'נישט אידישלעך און נישט מענטשליך עס אויסצוניצן צו פרעסן געלט פון מענטשן
אן אריינגיין אין הלכות אונאה, נאר גענצליך דעת בעל הבית.

ווי עס קוקט מיר אויס איז נישט דא איינער וואס גלייבט "באמת" אין די סגולה. קויפן די עליות זאת חנוכה איז לדעתי נישט מער ווי א סטייל. די וואס לאזן זיך קאסטן פאר מפטיר יונה איז אויך נישט צוליב די סגולה, נאר וויבאלד ס'איז א סגולה פאר עשירות קויפן עס א געוויסע טיפ פון מענטשן. אזוי ווי חתן בראשית וכדו'... (הגם לויט ווי איך געדענק האט מפטיר יונה אויך נישט קיין געהעריגע מקור...)

מענשטן לאזן זיך קאסטן תועפת מיט געלט, פאר זאכן וואס איז באמת נישט ווערד די פרייז. נאר ווייל עס איז אין "סטייל". קענסטו גיין טענה'ן אז ס'איז אונאה? אזוי קוק איך אן די וואס קויפן די עליות זאת חנוכה. איך מיין אז "יעדער" ווייסט שוין היינט אז די סגולה איז געזויגן פון פינגער. ווער עס קויפט עס קויפט עס אלץ די סטייל שבו. איך גלייב זייער שווער אז איינער גלייבט אין דעם בתמימות. אויב יא איז עס דאך טאקע א סגולה אלץ לא לחכמים לחם...

וחוץ מזה ווי אזוי איז שייך אונאה ביי א סגולה? ער זאגט אז ס'איז מסוגל. ער האט דיר עפעס פארקויפט פאר מער ווי דער פרייז? וואס איז מען תובע דא?

איך ווייס נישט אויב איך האב מיך גוט ארויסגעברענגט, אבער טראכט אריין אין דעם.

איך האב אויך געמיינט אז יעדער ווייסט שוין אז ס'איז ליגנט, אבער היינט אליין האב איך געטראפן צוויי אידן וואס האבן נישט געהאט קיין אנונג אז עפעס איז ראנג מיט די אויסגעזויגענע סגולה.

און יא, אונאה איז אודאי שייך אין אזא פאל. פונקט ווי דו מעגסט נישט פארקויפן א שטיין און מסביר זיין פאר'ן קונה אז די שטיין העלפט האבן קינדער, טארסטו נישט פארקויפן קיין מצוות/זכויות און פארקויפן א ליגנט אויף וואס דאס איז כלומר'שט מסוגל. ער האט געמאכט יענעם צאלן פאר א חפץ צוליב א ליגנט, מער ווי ער וואלט געצאלט פאר'ן זעלבן חפץ ווען ער ווייסט ווען דעם אמת. די פאקט אז די חפץ איבער וואס דו זאגסט דעם ליגנט און איבער וואס יענער צאלט איז א מצוה מאכט עס נישט ווייניגער אונאה.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 721

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך ChatGPT »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 8:37 pm אן אריינגיין אין הלכות אונאה, נאר גענצליך דעת בעל הבית.

ווי עס קוקט מיר אויס איז נישט דא איינער וואס גלייבט "באמת" אין די סגולה. קויפן די עליות זאת חנוכה איז לדעתי נישט מער ווי א סטייל. די וואס לאזן זיך קאסטן פאר מפטיר יונה איז אויך נישט צוליב די סגולה, נאר וויבאלד ס'איז א סגולה פאר עשירות קויפן עס א געוויסע טיפ פון מענטשן. אזוי ווי חתן בראשית וכדו'... (הגם לויט ווי איך געדענק האט מפטיר יונה אויך נישט קיין געהעריגע מקור...)

מענשטן לאזן זיך קאסטן תועפת מיט געלט, פאר זאכן וואס איז באמת נישט ווערד די פרייז. נאר ווייל עס איז אין "סטייל". קענסטו גיין טענה'ן אז ס'איז אונאה? אזוי קוק איך אן די וואס קויפן די עליות זאת חנוכה. איך מיין אז "יעדער" ווייסט שוין היינט אז די סגולה איז געזויגן פון פינגער. ווער עס קויפט עס קויפט עס אלץ די סטייל שבו. איך גלייב זייער שווער אז איינער גלייבט אין דעם בתמימות. אויב יא איז עס דאך טאקע א סגולה אלץ לא לחכמים לחם...

וחוץ מזה ווי אזוי איז שייך אונאה ביי א סגולה? ער זאגט אז ס'איז מסוגל. ער האט דיר עפעס פארקויפט פאר מער ווי דער פרייז? וואס איז מען תובע דא?

איך ווייס נישט אויב איך האב מיך גוט ארויסגעברענגט, אבער טראכט אריין אין דעם.
אין מיין מנין האט עס געקויפט א איד א תם ומתמם עם תמימים, ער האט געזעהן א צעטל, און ער גלייבט...
אויסערדעם איז דא פילע אידן וואס כאטש וועסט זאגן אז ס'נישטא קיין מקור, נעמט נישט קיין שאנסן מיט פרנסה, וויבאלד דער שמש האט געהאנגען א צעטל און דער מוכר ציט ווילדערהייט די ליציטאציע, טראכט ער אז זיכער יש דברים בגו...
לדוגמא ס'דא אסאך סגילות וואס יעדער ווייסט אז ריעועא מקורם, למשל ג' בשלח וכדומה, פונדעסטוועגן וועסטו זעהן הונדערטער אידן זיך שאקלען אויף א זאגערל אריינגערעכנט די וואס מאכן חוזק דערפון.

למעשה האב איך נארוואס געהערט אז א חשובע מורה הוראה פון די גרויסע פוסקים בברוקלין האט געהייסן א שמש צוריקגעבן דאס געלט.

נ.ב. בנוגע חתן בראשית - מקורו מר' פנחס'ל קאריצער. בנוגע מפטיר יונה עי' https://www.hidabroot.org/question/235542
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2212
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6917

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

נמואל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 11:33 pm
► Show Spoiler
@נקודות טובות איך האלט זייער שטארק פון די פוינט. אבער איבער וואס איז די אטאקע?
איינער האט עפעס שלעכט געטוהן?
איך ווייס נישט אויב דו האסט בכוונה נישט געליינט ווייטער, אדער האסט פשוט ראגירט פארן ענדיגן ליינען. אבער קוק ווייטער וועסטו פארשטיין אז ס'איז בבדיחותא.

הגם איך שטיי ווייטער פעסט ביי מיין מייינוג, איז אבער די אופן ווי אזוי עס איז געשריבן געווארן עקסקלוסיוו פאר דער תהלים איד. ס'איז חס ושלום נישט קיין אטאקע, צו אנדערע וואלט איך נישט אזוי געשריבן.

למען האמת וואלט איך עס טאקע נישט געדארפט טוהן. הגם כמדומה דער אקטיווער עולם ווייסט ווי אזוי עס אפצוליינען, פארט זענען דא גענוג וואס דרייען זיך נישט דא אזוי אפט און זיי כאפן עס נישט אויף. ווי מען זעהט אז דו ביסט שוין דער צווייטער וואס איז מיר מעורר. ס'איז יצא שכרו בהפסידו מיט דעם ואוס אנדערע וועלן טראכטן אז דאס איז די אידטיש שפראך. ומשום הא וועל איך טאקע פראבירן עס נישט צו טוהן נאכאמאל.

אבער ליין פון דא און ווייטער, און זעה ווי דער תהלים איד מיט זיין עקספיריענס פארשטייט עס פונקטליך.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
נמואל
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 5:12 pm
Location: ערגעץ ווי אויפן גלאוב
x 24

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נמואל »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 10:09 pm
נמואל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 11:33 pm
► Show Spoiler
@נקודות טובות איך האלט זייער שטארק פון די פוינט. אבער איבער וואס איז די אטאקע?
איינער האט עפעס שלעכט געטוהן?
איך ווייס נישט אויב דו האסט בכוונה נישט געליינט ווייטער, אדער האסט פשוט ראגירט פארן ענדיגן ליינען. אבער קוק ווייטער וועסטו פארשטיין אז ס'איז בבדיחותא.

הגם איך שטיי ווייטער פעסט ביי מיין מייינוג, איז אבער די אופן ווי אזוי עס איז געשריבן געווארן עקסקלוסיוו פאר דער תהלים איד. ס'איז חס ושלום נישט קיין אטאקע, צו אנדערע וואלט איך נישט אזוי געשריבן.

למען האמת וואלט איך עס טאקע נישט געדארפט טוהן. הגם כמדומה דער אקטיווער עולם ווייסט ווי אזוי עס אפצוליינען, פארט זענען דא גענוג וואס דרייען זיך נישט דא אזוי אפט און זיי כאפן עס נישט אויף. ווי מען זעהט אז דו ביסט שוין דער צווייטער וואס איז מיר מעורר. ס'איז יצא שכרו בהפסידו מיט דעם ואוס אנדערע וועלן טראכטן אז דאס איז די אידטיש שפראך. ומשום הא וועל איך טאקע פראבירן עס נישט צו טוהן נאכאמאל.

אבער ליין פון דא און ווייטער, און זעה ווי דער תהלים איד מיט זיין עקספיריענס פארשטייט עס פונקטליך.
גערעכט יעצט איבערגעקוקט די גאנצע שמועס

אנטשולדיגט פאר סיי וועלכע אומבאקוועמליכקייט
נמואל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:21 pm אקעי. יעצט האט מען שוין געשריגן די 'שרעקעדיגע' ווארט ספין סא אלעס איז אפגעפרעגט.
פליז. אונז אלע זעמיר נארמאלע מענטשען וכשם שפרצופיהן...
לאמיר רעדן ווי נארמאלע מענטשען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8460
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20599

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כ'בין נבוך.

ס'ווערט מער און מער אז איך באקום טעלעפאון קאלס פון אידן איבער'ן ים, "איך בין א איד פון ___, איך מאך חתונה, ביטע העלפט מיר מיט א שיינעם סכום, פאר כך וכך וועל איך אייך מזכיר זיין ביים קבר פון ____".

מצד אחד, רבי איד! קריכט אראפ פון מיר. אויב ווילט איר א נדבה קומט אין ביהמ"ד, איך וועל אייך געבן א דאלאר. עפעס א נייע מעשה? מ'זעצט זיך ביי א טעלעפאן און פארטיג? ביז א יאר צוויי גייט מען דארפן אויפהייבן אזעלכע קאלס יעדע 5 אדער 10 מינוט? און וויפיל געלט מיינסטו קען איך טיילן? דו בעטסט בלויז $50... בלויז... און אויב וויל איך דיר געבן א דאלאר, בין איך דאך צודרייט ווי א וואנזיניגער. גייסט געבן א ק"ק נומער פון איין דאלאר, און יענער גייט זיך מוטשען עס צו איבערנעמען, וועגן די 80 צענט וואס ער גייט ארויסהאבן?... און בכלל... קענסט נישט געבן ווי א "נארמאלע מענטש"?!...

אין קורצן: 1) ס'נערווירט מיר אינמיטן די ארבעט (אידטיש איז אויסבלאזן, אזא קאל איז איינבלאזן), 2) א פאון קאל פאדערט מער געלט, כאטש כ'ווייס נישט פארוואס, 3) איינמאל דאס ווערט דער וועג צו גיין נאך געלט גייט ווערן קאטאסטראפע.

מצד שני, וואס מאכסטו אזויפיל חשבונות? פארוואס ביסטו דא אויף דער וועלט מיינסטו? כאפ אריין א מצוה! פריי דיך! איינער קאלט? גיב וויפיל דו קענסט! קענסט נישט געבן קיין $50? אפשר קענסטו יא? און אז נישט, גיב איין דאלאר! ער וועט זיך באליידיגן? גיב אים 5.

בקיצור... יא?
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 331

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך צולייגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 5:00 pm כ'בין נבוך.

איך בעט א לינק. איינער וואס וויל נישט געבן קיין לינק, קען איך נישט העלפן. און ווען איך געב אויפן לינק געב איך וויפיל איך וואלט געגעבן אין שוהל.

איך פראביר נישט מזלזל צו זיין אין גבאי צדקה ח"ו, אבער כ'דארף נישט מיטפארן אויף קיינעמס גילט טריפ...
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1298
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1818

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך יאנטשי »

צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 5:03 pm

איך בעט א לינק. איינער וואס וויל נישט געבן קיין לינק, קען איך נישט העלפן. און ווען איך געב אויפן לינק געב איך וויפיל איך וואלט געגעבן אין שוהל.

איך פראביר נישט מזלזל צו זיין אין גבאי צדקה ח"ו, אבער כ'דארף נישט מיטפארן אויף קיינעמס גילט טריפ...
ווי שיקט ער די לינק? איז דא טעקסט אין ארץ הקודש?
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 331

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך צולייגער »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 12:48 am
צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 5:03 pm

איך בעט א לינק. איינער וואס וויל נישט געבן קיין לינק, קען איך נישט העלפן. און ווען איך געב אויפן לינק געב איך וויפיל איך וואלט געגעבן אין שוהל.

איך פראביר נישט מזלזל צו זיין אין גבאי צדקה ח"ו, אבער כ'דארף נישט מיטפארן אויף קיינעמס גילט טריפ...
ווי שיקט ער די לינק? איז דא טעקסט אין ארץ הקודש?
כ'קען נעמען א לינק אויפן טעלעפאן.
אדער שיקט ער עס פון יענע 'מאשין' וואו ער האט געזעהן מיין מס' פלאפון.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 529
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 831

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2026-01-08 163949.png
Screenshot 2026-01-08 163949.png (227.44 KiB) געזען געווארן 272 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8460
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20599

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:42 pm Screenshot 2026-01-08 163949.png
טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 656

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך לאקאלער רב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:44 pm
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:42 pm Screenshot 2026-01-08 163949.png
טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1463

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך צווייטער »

לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:44 pm
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:42 pm Screenshot 2026-01-08 163949.png
טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
טאקע א נושא, פון איין זייט איז דא די גמרא (סוטה מח:) תניא רבי אליעזר הגדול אומר כל מי שיש לו פת בסלו ואומר מה אוכל למחר אינו אלא מקטני אמנה.

אבער פון די אנדערע זייט, דארף מען אבער עס אנקוקן אין א בחינה פון לכל זמן, דאס הייסט אזוי, אויב איז ווינטער די זמן צו פלאנצן און זוממער די זמן צו שניידן אויב וועט איינער זאגן אום ווינטער יעצט האב איך צו עסן איך דארף מיר נישט זארגן וואס וועט זיין מארגן, גייט עס זיכער נישט אריין אין דעם גדר. אויב יעצט איז די זמן אנצוזייען פאר'ן זוממער, און זוממער איז א זמן צו שניידן פארן יאר דארף ער עס יעצט טון. והה''ד אֹגֵר בַּקַּיִץ בֵּן מַשְׂכִּיל (משלי י', ה)

נאר וואס דען, יעדע פעולה וואס מ'טוט פאר השתדלות דארף ער מעסטן אין וועלכער קאטעגאריע עס פאלט אריין.

און נאכאלץ איז עס א נושא ארוכה
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8460
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20599

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:34 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:44 pm

טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
טאקע א נושא, פון איין זייט איז דא די גמרא (סוטה מח:) תניא רבי אליעזר הגדול אומר כל מי שיש לו פת בסלו ואומר מה אוכל למחר אינו אלא מקטני אמנה.

אבער פון די אנדערע זייט, דארף מען אבער עס אנקוקן אין א בחינה פון לכל זמן, דאס הייסט אזוי, אויב איז ווינטער די זמן צו פלאנצן און זוממער די זמן צו שניידן אויב וועט איינער זאגן אום ווינטער יעצט האב איך צו עסן איך דארף מיר נישט זארגן וואס וועט זיין מארגן, גייט עס זיכער נישט אריין אין דעם גדר. אויב יעצט איז די זמן אנצוזייען פאר'ן זוממער, און זוממער איז א זמן צו שניידן פארן יאר דארף ער עס יעצט טון. והה''ד אֹגֵר בַּקַּיִץ בֵּן מַשְׂכִּיל (משלי י', ה)

נאר וואס דען, יעדע פעולה וואס מ'טוט פאר השתדלות דארף ער מעסטן אין וועלכער קאטעגאריע עס פאלט אריין.

און נאכאלץ איז עס א נושא ארוכה
כ'גיי ארויפלייגן א שטיקל פון א הערליכע שיעור פון הג"ר בערל גורעלניק שליט"א איבער די שאלה דא, אבער ער זאגט נאך ספעציפיש איבער די גמרא, וואס הג"ר בנימין ראבינאוויטש זצ"ל האט אים געזאגט, כמדומה ער זאגט די מקורות אויך:

די גמרא זאגט אז מ'טאר נישט "זארגן" מה אוכל למחר! נישט אז מ'טאר נישט משתדל זיין... פארקערט, משתדל זיין אויף מארגן איז מדת הזריזות.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8460
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20599

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תשמעו ותמצאו נחת

שרייב פאוסט