דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 2:52 pmשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 12:55 pm די זעלבע זאך גייט יעצט געשעהן אין שכונת ברך משה ווי מ'בויעט דארטן ארום פינף זעקס הונדרעט דירות און מ'גייט בויען דארטן א ביהמ''ד מיט פלאץ פאר בערך האלב פון דעם,
דארט גייט אפילו נישט זיין קיין בעיסמענטס ווי מ'זאל קענען בויען נאך בתי מדרשים, מ'קען שוין טראכטן פון צובויען..
אן אמת'ע נקודה.
אבער, מיין באבע ע"ה פלעגט זאגן "אז מ'געוויינט זיך אין פריידן, לעבט מען אין ליידן".
אין אלע אנדערע באוואוינטע שטעט ארבעט עס, אז די איינוואוינער דארפן שאפן געלט צו קויפן א שטח, אדער אפקויפן אפאר דירות, און שאפן געלט צו בויען א ביהמ"ד. אין קרית יואל האט מען געמאכט א געזעץ אז דער בויער דארף צושטעלן א קאמיונעטי רום, אזוי אז מיט יעדע נייע געגנט קומט שוין אויטאמאטיש א נייע ביהמ"ד, נאך פאר די איינוואוינער דארפן בכלל עפעס טון.
דאס איז אבער זיכער אז עס בלייבט ווייטער א געברויך פאר די איינוואוינער צו שאפן נאך איינס, אדער פארברייטערן דעם שול. ס'איז טאקע א באקוועמע וועלט אבער נישט אלעס געשעט אליינס, נאר טייל זאכן געשעען אליינס...
די קאמיוניטי רום געזעץ איז נישט קיין קרית יואל'ער חידוש, עס גייט שוין אן יארן לאנג אין אסאך שטעט באוואוינט מיט אידן, אריינגערעכנט ניו יארק סיטי און לעיקוואוד. אין לעיקוואוד איז די איידיע צו מאכן א ביהמ"ד אלס די קאמיוניטי רום שוין צוואנציג יאר אלט און אפשר מער. אין די סיטי איז עס יא א נייערע זאך, און אזוי איז ארויסגעוואקסן די קעסקעיד ביהמ"ד און כמדומה לי אויך בנין בראך.