אלעס ארום כשרות המאכלים
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
קען איינער דא ברענגן דו תשובות דא?
xanthan gum
xanthan gum
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
התאחדות פלעגט אלס גייט מיט די מהלך, און נישט געגעבן קיין הכשר אויף רוב כשר לפסח פראדוקטן.צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:26 pmזאת ועוד, ס'זענען דא געזונטע אידן וואס וואלטן געוואלט עסן די ווי די מדקדקים אויף פסח נאר געוויסע אומשטענדן לאזן נישט, לדוגמא די שטוב ווירטשאפט איז נישט ווי ס'דארף צו זיין. ער וואלט נישט געוואלט ארייננעמען אין מויל עפעס א מפוקפק'דיגער מאכל אום פסח.מנחם קארפינקל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:25 pm איך האב געהערט אז דער מהלך ביי געוויסע הכשרים איז אז די פסח פראדוקטן איז פאר שוואכע אידן ווייל ערליכע אידן מישן זיך נישט, ממילא גייט מען מיט קולות
קומט אויס אז 'כשר לכל השנה' איז מער מהודר לענינו ווי 'כשר לפסח' ווען ס'איז מער אויפן OU סטאנדארט
איז עס אזוי? וואס זאגט דער עולם צו אזא מהלך? זייער גרייזיג לענ"ד בעה"ב
מענטשן עסן עס אחרון של פסח זיך צו מישן אבער זיי דארפן טסריקטלי קאשעור
קען זיין די לעצטע פאר יאר וואס זיי געבן יא איז עס מיט דעם חשבון וואס @מנחם קארפינקל שרייבט.
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
סתם אזוי איז גוט צו וויסן אז איינס פון די יסודות'דיגע קולות פון OU איז זיך פארלאזן אין אסאך פעלער אויפן פגום היתר, און אפילו ווען עס איז לתועלת (אדער גאר נותן טעם), און רוב היימישע הכשרים זענען נישט מסכים דערמיט.
אינטרעסאנט צו וויסן אויב איז דאס די איינציגסטע מאל וואס התאחדות און די אנדערע הכשרים פארלאזט זיך אויך די היתר.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 40469
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
דאן איז עס א מחלוקה צווישן כשרות רבנים, און מען קען ברענגען ביידע זייטן אייניג. נישט שטעלן הנחות אז ס'איז בלויז א OU
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
נישט ממש, עס זענען דא אסאך גרויסע קולות וואס OU האט ערפינדן און פארלאזן זיך לכתחילה, דא רעדט מען פון איינס פון זיי. א OU היתר.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:15 pmדאן איז עס א מחלוקה צווישן כשרות רבנים, און מען קען ברענגען ביידע זייטן אייניג. נישט שטעלן הנחות אז ס'איז בלויז א OU
אנדערע הכשרים פארלאזן זיך אויף אויף די סארט קולות לעת הצורך, למשל הפסד מרובה, פרטים ווענד זיך שוין יעדע הכשר באזונדער. קען זיין זיי האבן א אנדערע סיבה יא צו לאזן, קען זיין אז דא קריגט מען זיך אין א מציאות, אבער לויט הרה"ג מוואלאווע איז כנ"ל.
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
גערעכט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:15 pmדאן איז עס א מחלוקה צווישן כשרות רבנים, און מען קען ברענגען ביידע זייטן אייניג. נישט שטעלן הנחות אז ס'איז בלויז א OU
לאמיר עס צולייגן אויף דיין נוסח.
מחלוקת הכשרים צווישן די או יו און די עדה החרדית.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 40469
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
התאחדות. מיסטערחן וחסד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:31 pmגערעכט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:15 pmדאן איז עס א מחלוקה צווישן כשרות רבנים, און מען קען ברענגען ביידע זייטן אייניג. נישט שטעלן הנחות אז ס'איז בלויז א OU
לאמיר עס צולייגן אויף דיין נוסח.
מחלוקת הכשרים צווישן די או יו און די עדה החרדית.
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
נאופ.
התאחדות נישט.
זיי האבן אויך געהאלטן די הוראה פון די עדה החרדית ביז אפאר יאר צוריק.
התאחדות נישט.
זיי האבן אויך געהאלטן די הוראה פון די עדה החרדית ביז אפאר יאר צוריק.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 40469
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
וואס נישט? זיי געבן געהעריג א הכשר דערויף. זעה בילד
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
איך כאפ נישט וואס דו פארשטייסט נישט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 6:02 pmוואס נישט? זיי געבן געהעריג א הכשר דערויף. זעה בילד
אויב איז עס א "מחלוקה" צווישן הכשרים, דאן קענסטו ארויסנעמען סיי וואלאווא און סיי התאחדות. ביידע פון זיין האבן ביז עטליכע יאר צוריק געהאלטן די זעלבע, און אנגענומען די הוראה פון די עדה החרדית.
און אפילו אויב ס'איז ווי דיר אז ס'איז יא א מחלוקה צווישן זיי, וואס האט זיך געטוישט אפאר יאר צוריק?? פארוואס האבן זיי געטוישט סטאנדארט?
פארוואס האבן זיי ביז אפאר יאר צוריק געהאלטן איין וועג, און נאכדעם געטוישט?
איך ווייס דער תירוץ.
ס'איז זייער ווייטאגליך, ממילא העמיר בלייבן מיט דעם.
- מאטל שניידער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:08 pm
- x 14
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
ווער איז די משיב מיט די אויסגעמעקט נאמען?שטיינער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 10:47 amhttps://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=27&t=68333
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
פארוואס איבערקוקן? טאמער האלטסטי אז ס'נישט גוט דאן זאלסטי דיך נישט פארלאזן אויף די הכשר פון מתירים בכלל. ווער ווייסט וואס נאך פאר א קילות זיי נעמען אן?
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
טרייב נישט איבער, די היימישע השגחות פארלאזן זיך נישט בלינדערהייט אויף די או יו. דאס איז א שאלה להלכה און די השגחות האבן מברר געווען אז ס'איז מותר. האסט געהערט איין רב זאל זאגן "איך ווייס נישט, אבער טאמער או יו איז מתיר לאז איך עס ניצן"?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 07, 2026 11:05 pmדי מעשה איז אז ביז אפאר יאר צוריק האט יעדער גענוצט זענטען גאם מיט א השגחה פון וואלאווער, אבער די קאמפאני האט אויפגעהערט עס מאכן די כשר'ע וועג און ס'איז נישטא מער מיט א היימישע השגחה.
די קאמפאניס האבן עס ווייטער גענוצט, אפילו אלע די געבעקסן מיט היימישע השגחות, זיי פארלאזן זיך אויף OU וואס זאגט אז די אלקאהאקל איז פגום, אבער דער וואלאווער רב שרייבט אז ער האט עס טועם געווען און ס'איז 'נישט' פגום, און אויך אז מ'האט זיך קיינמאל נישט פארלאזט ביי אונז אויף אזא היתר וכ"ש נישט ביי חמץ בפסח. אויך שרייבט ער אז רבי יעקב בלוי ז"ל און הרב לאנדא ז"ל האבן קלאר גע'פסק'ט אז ס'איז חמץ גמור.
איך פארשטיי נישט בכלל פשט פון פארשפרייטן די צעטלעך אין די גאסן. טאמער איז עס א פראבלעם דארף מען מעורר זיין די רבנים זיי זאלן ארויסקומען מיט א פסק טאמער מ'מעג עס ניצן.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 40469
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
אה... ווען מען הייבט אן מיט דעם שפראך ליעוו איך דעם טשעט... ביפ מיר ווען ס'איז דא עפעס וואס מען קען יא רעדן פון. וק"ל וד"ל וכו' וגו' ואכמ"ל עי"ל