ווערטלעך

דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1586
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3659

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך דעת קדשי »

פיילס
IMG_20251005_205749_968.jpg
IMG_20251005_205749_968.jpg (64.23 KiB) געזען געווארן 1782 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 27722

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך חלום חלמתי »

Screenshot_20251012_205422_WhatsApp.jpg
Screenshot_20251012_205422_WhatsApp.jpg (134.6 KiB) געזען געווארן 1696 מאל
מים און עפר
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 9:22 am
x 60

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך מים און עפר »

זאגט מיר א בריסקער מחמיר אז ביז א וואך נאך שמחת תורה איז ער מקפיד נישט צו עסן פליישיגס אלס נישט צו מישן פיש מיט פלייש.....
מים און עפר
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 9:22 am
x 60

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך מים און עפר »

הער איך פון א בעל דרשן "וואס איז די ענין פון אונז ניו יארקע אידן צו גיין צום האדסאן ריווער זאגן תשליך און מכפר זיין די עוונות? פארוואס קען מען נישט טון אזוי ווי רוב קהילות אין ארץ ישראל אז מען נעמט אזא קליינטשיגע פיש טאנק און פארטיג?" זאגט ער "דאכט זיך מיר אז די וואסער פון די האדסן ריווער קומט אן ביז צו די וואסער ברעגעס פון פלארידע, נישט אזוי.....?"
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 365
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 299

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך אני-הק' »

שמחת תורה האב איך געהערט אזא תורה:

אדם הראשון האט דאך באקומען א קללה פון בזיעת אפיך תאכל לחם קומט אויס אז ס'איז א קללה צו ארבעטן,

אבער פון דער אנדערער זייט איז דא אזא זאך ווי נהמא דכיסופא, ממילא איז א ברכה צו ארבעטן אז מ'זאל נאכדעם קענען הנאה האבן פון די שווייס,

אויך איז שווער אז ווען משיח גייט קומען וועט דאך וואקסן זאכן פון די בוים, דעמאלטס וועט עס מער נישט הייסן נהמה דכיסופא

נאר זאגט יענער, אז מסתמא גייט בזיעת אפך אויך ארויף אויף די שווייס צו נהנה זיין פון סאושעל סערוויסעס, און ווער ס'ארבעט אין אמעריקע אויף די בוקס מעג זיך טאקע שעמען...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8968

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מלמד כיתה ד': טייערע קינדער! וואס איז דאס גמרא? איך וועל ענק געבן א דוגמא ענק זאלן פארשטיין! ווען מען קוועטשט אויס אן עפל וואס פאסירט? עס קומט ארויס עפל דזשוס! ווען מען קוועטשט אויס א אראנדזש וואס פאסירט? עס קומט ארויס אראנדזש דזשוס! ווען מען קוועטשט אויס משניות וואס פאסירט?

יאנקעלע: מיין פלאץ ווערט נאס...
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1586
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3659

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך דעת קדשי »

פיילס
image (6).png
image (6).png (38.23 KiB) געזען געווארן 1289 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שבת גוי
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 9:59 pm
Location: willimsbrg
x 55

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שבת גוי »

אין היימישן וויאמסבורג ביינאכט, א אינגערמאן שפרייזט אדורך די טינקעלע גאס בראדוועי ביי די באנען,
ער קוקט רעכט לינקס מאכט זיכער אויף יעדן שארכץ אז מען מיינט נישט אים, בראדוועי איז כידוע נישט דאס בעסטן פלאץ זיך צו דרייען אין די ביינאכט שעות,

יאפ! קיין טעות האט ער נישט געהאט ווען פון אינטער אים רוקט זיך נענטער א גרויסע 7 פיסיגע ברייט ביינערדיגע גוי,!
מיט א דינערדיגע שטימע מאני אר לייף!! ווען דער איד טרעפט זיך אנגעליינט אויף א וואנט!

העלא! מאני אר לייף!! חזר' די גוי! תכלית!!!

די איד ענטפערט מיט א שטילע קול סיר!?! איי עם מעריד! איך בין חתונה געהאט!

סא וואט????
סינס איי מעריד! נאו מאני! נאו לייף!!
:lol: :roll: :lol:
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1499
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5431

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך עדיטאריעל »

.
פיילס
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (64.83 KiB) געזען געווארן 1191 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8968

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א פארקערטע וועלט: אמאל האט מען געהאט סחורה'נע תפילין בייטלעך און לעדערנע שיך, היינט גייט מען מיט לעדערנע תפילין בייטלעך און סחורה'נע שיך...
(אברהם אקער)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8968

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מיין ווייב האלט מיר ממש ווי א מלך! זי געבט אכטונג אז איך זאל נישט נכשל ווערן אין דעם וכסף וזהב לא ירבה לו מאוד...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 27722

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אידן האבן זיך געזארגט וואס די פאנאוועזשע אדוואקאטן וועלן טון נאך דרייסיג יאר פרנסה, האט זיי עמיצער געגעבן די געדאנק זיך אריינצולייגן קעגן גיוס, וואס וועט זיי געבן פרנסה פאר די רעשטע פון זייער לעבן
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 189

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שטאטסמאן »

ווי אזוי טרינקט א גאליציאנער קאקע קאולע?
ער טרינקט סעלצער אין די טינקל!
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 189

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שטאטסמאן »

לכבוד פרשת ויצא!
רש''י זאגט ווען לבן האט געקושט יעקב ווייל אפשר האט ער אין מויל א מרגלית טובה,
פארוואס האט לבן געטראכט אז ער האלט שטיינער אין מויל? ווער האלט שטיינער אין מויל?
נאר ווען יעקב איז אנגעקומען האט מען ארויסגעלייגט גרויסע פלאקאטן, צדיק בא לעיר! בא ברוך ה'! הגה''צ פה מפיק מרגלית ר' יעקב שליט''א
און ווען עשב האט געזען שטיין פה מפיק מרגלית, האט ער שנעל געקישט, צו פילן צו ער האט יעצט עפעס א שטיין אין מויל,
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 27722

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אנדערע זאגן
פיילס
Screenshot_20251128_012042_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20251128_012042_WhatsAppBusiness.jpg (67.41 KiB) געזען געווארן 766 מאל
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 189

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שטאטסמאן »

היינט געבט מען פאר יעדע קינד א טיטעל
איינער ADHD איינער OCD
אמאל האט עס נישט אויסגעפעלט
איינמאל מ'האט געוויסט די משפחה נאמען האט מען אלעס געוויסט...
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 189

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שטאטסמאן »

א ראש ישיבה פארציילט
א עלטערע איד איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט און בי״ד של מעלה האט אנגעהויבן איבערגיין זיין לעבן,דער יוד איז געווען א שטילע ערליכע אידל וואס קיינער האט נישט געוואוסט פון אים, ער האט געענדיגט אפאר מאל ש״ס אבער קיינמאל געמאכט א סיום, געטיילט גרויסע געלטער פאר צדקה שטילערהייט, געטוהן אלע מצוות מיט א ערליכקייט אבער קיינמאל געמאכט קיין מצב פון זיך, נאכן אדורכגיין אלעס האבן זיי געזאגט אז דער איד האט זיך אויסגעצייכנט אין אלע ענינים, אבער ער האט קיינמאל נישט עוסק געווען אין ''סעלף קאנפידענס'' און מ׳גייט אים נאכאמאל דארפן אראפשיקן אויף די וועלט.

דער איד האט אנגעהויבן טענה׳ן אז מ׳האט קיינמאל געלערנט די מסכת אין ישיבה ביי זיי אין שטעטל און האט ניטאמאל געוואוסט פון אזא מצוה, און אויב גייט מען אים נאכאמאל אראפשיקן ווער ווייסט אויב ער גייט זיין אזוי ערליך, נאך א שטיקל דיסקוסיע צווישן די דיינים איז געבליבן אז מ׳גייט אים אראפשיקן אבער ער דארף נישט טוהן קיין שום מצוה, חוץ פון עוסק זיין אגאנץ לעבן אין סעלף קאנפידענס.

און דער בחור לערנט ביי מיר אין ישיבה.
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 189

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שטאטסמאן »

יענקל: מיין ווייב זאגט אז עסען פרישע רויע גרינצייג איז נישט דא געזונטער פון דעם

משה: יא מיין ווייב האט אויכעט נישט ליעב צו קאכען...
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 27722

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך חלום חלמתי »

IMG_20251210_201632_194.jpg
IMG_20251210_201632_194.jpg (35.36 KiB) געזען געווארן 490 מאל
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 189

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שטאטסמאן »

לכבוד חנוכה!
א סגולה פאר קינדער ארויסנעמען א קוואדער אין ביהמ''ד
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4883
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6666

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך שמח »

שמח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:42 am איך האב געגעסן נעכטן דריי דאונאטס:

איינס אנגעפילט מיט דשעם
צווייטע פיל מיט קאָסטערט
דריטע פיל מיט חרטה געפילן...
ארויף לאור המצב.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8968

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

לכאורה קשה, בפרקי אבות ישנו עקביא בן מהללאל אומר הסתכל בשלשה דברים וכו' - נמצא דמהללאל היה אביו של תנא, מצד אחר כתיב בפרשת בראשית דהיה דור חמישי לאדם הראשון ולא מצינו אז ער אדער עקביא זענען געווען אין די תיבה? נאר מען קען עס פארשטיין מיט א מעשה מיט א איד (כאן צריכים להאריך) וואס איז געווען אן ארימאן, נאכן שווער הארעווען א פעני אויף א פעני, איז ער צוביסלעך נתעשר געווארן, נאך א שלעכטע דרייוו אין די ביזנעס איז ער ל"ע געווארן א יורד, ממש אן עני ואביון, ער איז אריין צום פישפיקלאדיינער רבי וכו' ער איז צוריקגעווארן אן ריזיגן עושר, נאכן צווייטן מאל דורכפאלן איז ער געווארן ממש א ביטערער ארעמאן, ער איז געגאנגען אין בית המדרש איין טאג צושאסן און צובראכן, ווען איינער באפאלט אים מיט קולות! געמיר צוריק מיין געלט!!! איך האב אייך געבארגט 500 טויזענט דאלער און איר האט מיר עס קיינמאל נישט באצאלט!!! דער איד פרעגט אים צוריק, איך האב נישט קיין אנונג וואס איר ווילט, איך קען אייך נישט! פארוואס חלומ'ט איר אז כ'האב פון אייך געבארגט דאס געלט? - ווייל כ'האב עס געבארגט פאר איינעם מיט א שטאפענע כובע היט מיט א בלויע דזשיבי רעקל! - עס איז דא אסאך אידן מיט שטאפענע כובע היטן און בלויע דזשיבי רעקלעך... מיט דעם פארשטייט מען - עס איז געווען צוויי מענטשן מיט די נאמען מהללאל, איינער איז געווען בן ירד, און איינער אין די צייטן פון די תנאים...

(חיר)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8968

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

קמצן שתמה על הנס חנוכה, גם אני יכול ליקח צלוחית מספקת ליום א' ולחלקו שיסתפק לשמונה ימים... (והאמת דזה על ידי כהניך הקדושים מדת החסד ומשפיעים אצלם אינו שייך כן...)
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 27722

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך חלום חלמתי »

20251229_220432.jpg
20251229_220432.jpg (363.5 KiB) געזען געווארן 177 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8968

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א פרוי איז נישט קיין עבד! והא ראי' אז מען מאכט אן עקסטערע ברכה שלא עשני אשה און שלא עשני עבד – פריי זענען זיי אבער נישט ווייל זיי מאכן א שעשני כרצונו און נישט קיין שלא עשני שפחה... ווען דעם גייען זיי מיט אויעררינגלעך, ווייל אן עבד ווערט געבארט די אויער ווייל זיי האבן זיך קונה געווען אן אדון מעצמו, מענער זענען מצוה מיט פרי' ורבי' משא"כ א פרוי, דאן פארוואס האסטו זיך געקויפט אן אדון מדעת עצמך? דארף מען בארן די אויער! אבער וויבאלד למעשה ווילן זיי דאך העלפן א בחור'ל מקיים זיין א מצוה דעריבער פארגלעט מען די לאך מיט א שיינע אויערינגל... און נאך א ראיה אז זיי זענען דינסטן, ווייל ווען זיי גייען ארויס (שאפינג) פארלאנגען זיי אז דער מאן זאל מקיים זיין מצוות הענקה...

(מאיר אקער) (משפטים)
שרייב פאוסט