מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 10:23 am
פנים חדשות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 7:03 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:45 pm
2) דאס אוועקשטעלן רבי נחמן אלץ צדיק יסוד עולם מער ווי אנדערע צדיקים מיט וועמען מיר זענען אויפגעוואקסען.
נישט סתם, נאר אפילו מער ווי די בעשטה"ק אליינס!!!
אזוי האב איך געזעהן אין א ברעסלעווע אשכול אויף פורום לתורה, וואס ס'דא דארט א שיינע פאר ברעסלעווע חסידים, עטליכע מיט די אמת'ע נאמען, און דארט שרייבען זיי מיט א פשטות אז אין ברעסלעוו האלט מען הרה"ק ר' נחמן זצ"ל אלס גרעסער פון די בעשטה"ק (ווייל ער איז מיחידי הדורות, וכל פעם שהנשמה יורדת היא יותר גדולה מהפעם שעברה, בערך אזוי, וממתיקים כ"ז באומרם שנשמת הבעשטה"ק בעצמו נתגדלה בר' נחמן זצ"ל, כך שאין להפריד בין הבעשטה"ק לבין הר"נ, כ"ז רק בערך בלי שירדתי לעומק הדברים).
יא יא, און דעם אמת וועל איך זאגן, די סיבה פארוואס כהאב נאכגעזוכט אין די ספרים איז צוליב די לשון הרע וואס כהאב געהערט וואס האט מיך געמאכט בודק זיין אם כנים הדברים. אין מיין הארץ איז אלץ געווען אסאך פלאץ פאר די ברסלבע דרך צוליב כמה טעמים ואפרוט עטליכע דערפון
1 נישט זיין מחיוב צום ”יעדער”.
2 ארגינעלקייט.
3 רעדן אלץ און אלעמאל צום אויבערשטן אויף יעדע שפראך.
4 נישטא אזא זאך אויפגעבן, אלץ אנהייבן פון פריש.
5 דער אויבערשטער איז אלץ, אבער אלץ, מיט דיר.
6 זיך מחזק זיין מיט נקודות טובות.
7 לערנען בשיטחיות און קונה זיין א היקף אין די תורה הקדושה.
וכו’ וכו’
די לשון הרע וואס כהאב געהערט איז אז די אויסגערעכנטע זענען בלויז די באזז ווערטער צו אריינברענגען מענטשן אין די זאך. איינמאל ביסט בתוך הענינים הייבט זיך אן א נייע מסכת פון גילויים..
1 אלע צדיקים זענען כקליפת השום צו מוהר”ן.
2 אלע מוזן צוקומען דייקא צו מוהר”ן.
3 די גילוי פון ברסלב איז ”די” אויסשליסליכע תיקון העולם.
4 נייע חיובים פון עליה ציון, התקשרות, וכו’ וכו’ טאמער ווילסטו האבן א תקומה.
5 ועל כולם, די פריערדערמאנטע ענינים וואס זעהט זיך אויס פארן פשוטע אויג ווי ממוצע און שיתוף שאסור לקבלם.
נאכאמאל, צו דאס איז ”כלל ברסלב”? כהאב נישט קיין השגה.
צו די ספרים רעדן אויף א סיגנון אשר לא ראינו ולא שמענו אצל אבותינו ורבותינו? יא.
צו הגאון הצדיק רי”מ שכטר איז א צדיק מקובל ביי אלע קרייזן? זיכער יא.
בקיצור, כשרייב דאס אלעס בכדי אז מזאל וויסן און אבאכט געבן. וואס מיינט אבאכט געבן? נאר מקבל זיין דאס וואס איז תואם צו די מסורה וואס איר האט געזעהן אינדערהיים און ביי אייערע רבי’ס. מיט מסורה טרעט מען פארזיכערט. געדענק שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.
די פאלגנדע שורות איז געשריבן געווארן דורך די שרייבער פון וועם איך האב שוין געלייגט אפאר זאכן דא, ער שרייבט נישט דא ער איז א יוד א ת''ח, וואס זיצט און לערנט, און ס'באדערט אים זייער זייער שטארק די גאנצע זאך דא, ער האט א געוויסע שארפקייט און זיינע שורות ווייל ער מיינט עס באמת און ס'טוט אים זייער זייער וויי, און ער מיינט ח''ו נישט קיינעם פערעזנליך און ער בעהט איבער אויב ער האט איינעם וויי געטוהן ביטע מקבל זיין די נקודת האמת פון זיינע שורות און נאר אויף א גוטע וועג.
בס"ד
איי, איי, איי, האט איר מחדש געוועהן א חידוש נפלא...
"באזז ווערטער"...
נישטא א בעסערער לשון ווי דאס אנצורופען!
הייליגע ווערטער וואס "באאזזען" אין די אויערן...
"באזזען" אין די מח...
און בעיקר "באזזען" זיי אין "הארץ"...
אזעלכע היילליגע באזז ווערטער...
אזעלכע זיסע באזז ווערטער...
אזוי דערפרישנד!
אזוי דעקוויקענד!
"מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד"!
"אין שום יאוש בעולם כלל"!
"כל העולם כולו גשר צר מאד והעיקר שלא לפחד כלל"!
"אם אתה מאמין שאת יכול לקלקל, תאמין שאתה יכול לתקן"!
"תיקון הכללי"!
"כשם שמצוה ללמד זכות על אחרים, כך הוא מצוה ללמד זכות על עצמו"!
"זיך אויסרעדן אלעס וואס דרוקט אויפ'ן הארץ - צום אויבערשטן, אזויווי מען רעדט צו א גוטן פריינד"!
ועוד ועוד ועוד...
עס איז דאך כמים קרים על נפש עיפה!
אפילו מען איז נאר זוכה מקיים צו זיין א חלק פון די זאכן איז מען שוין א גאר גליקליכער מענטש!!!
*
קיינער בעהט קיינעם נישט צו זיין א 'ברסלב'ר חסיד'.
זייט נאהנט צום באשעפער בכל אופן שהוא!
[קיינער פרובירט נישט 'אריינצוכאפן אין ברסלב מיט באזז ווערטער'.
די ספרי ברסלב זענען אפען פאר יעדעם [עס איז נישט געבונדען פון ביידע זייטן...]
...די באקאנטע תורה "אזמרה" אין ספה"ק ליקו"מ איז ערשט די 'צוויי הונדערט איו צוויי אין אכציגסטער תורה!" אינעם הייליגן ספר.
*
מיר האבן שוין צוויי מאל מעתיק געוועהן די הייליגע ווערטער פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שכטער שליט"א:
ובכן, אל תתעמק בשיחה בשעה שאינה מאירה לך, וכל שיחה תתקבל אצלך רק לטב ולחיים ולשלם.
ווי אויך האבן מיר שוין מעתיק געוועהן אין א פריערדיגע תגובה די ווערטער פון הגה"צ רי"מ שליט"א וואס ער שרייבט:
כי מקובל שרבינו הק' היה רוצה שיאמרו תורותיו או עצותיו אפילו בשם גדול אחר, והעיקר שיצא מזה קיום עצותיו לעבודת השי"ת. עכ"ל.
זייט מקיים די הייליגע עצות, און מען דארפט נישט זיין קיין ברסלב'ר.
איר דארפט חלילה וחס נישט ווערן אריינגעשלעפט...
ווער ווייסט וואס עס קען נאך געשעהן צו אייך...
[דער רבי האט נישט געזוכט חסידים, דער רבי האט בסך הכל געלעבט אויף דעם עולם השפל 38-39 יאר, וואס א חלק ניכר פון דעם איז ער געוועהן קראנק און שוואך.
ער האט זיך מוסר נפש געוועהן צו טרעפן תיקוני נשמות פאר אידישע קינדער בזה ובבא... און עצות טובות ומועילות וויאזוי דאס צו דערגרייכן.
ער האט נישט געהאט קיין הויף...
נישט קיין גבאים...
וכו' וכו'.
*
די אלע טענות ומענות זענען נאר אויסגעדראשן אין איבערגעדראשן געווארן במשך די יארן...
די טוענים ובעלי מחלוקת זענען שוין לאנג נישט דא, נאר אין יעדן דור שטייען אויף פרישע חכמים בעיניהם וואס מיינען אז זיי האבן מחדש געוועהן עפעס א פריש געבעקס... בו בשעתו וואס דאס אלעס איז שוין פרשימעלטע סחורה...
*
און וואס האבן די אלע בעלי מחלוקה ומחרחרי ריב מרוויח געוועהן?
נאר דאס אז זיי האבן פארפאסט זייער געלעגנהייט נהנה צו זיין מאור האורות און נישט זוכה געוועהן צו זיינע הבטחות בזה ובבא].
*
אבער עס זעהט נישט אויס ווי איר זעהט און דערהערט דאס.
*
אין די תולדות פון הגה"צ רבי מרדכי פוגרומנסקי זצוק"ל מגדולי אדירי חכמי ליטא ווערט געברענגט א משל [ווי אויך ווערט דאס געברענגט בשמו בספרי תלמידו הגדול רבי מרדכי גיפטער זצ"ל ר"י טעלז]:
עס איז א מאל געוועהן אן "ארט" אויסשטעלונג פון די הערליכסטע פעינטינגס פון די גרעסטע מעלער אין דער וועלט, אזש די מביני דבר זענען געשטאנען פארגאפט און זיך נישט גערירט פון ארט פון גרויס התפעלות און עקסטאז.
פלוצלינג הערט זיך א ביטערער געשריי פון איין עק זאל: "זויער מילך! זויער מילך!"
מענטשן האבן זיך דערוועקט צום געשריי פונעם משוגע'נעם צו זעהן וואס גייט פאר.
אט באמערקן זיי ווי זיינע גאנצע ברילן זענען פארשמירט מיט "זויער מילך" אין דאס איז וואס ער זעהט אינעם גאנצען "ארט גאלעריע"...
*
דער נמשל איז פאשטענדליך, "אמונה אמתית" איז אן איידעלער הרגש...
מען ברויך האבן ריינע אויגן און ריינע אברים, און אן די בגדים הצואים.
אז איינער עפנ'ט אויף ספרים הקדושים מיט אויגן באשמירט מיט זויער מילך בפרט אויב עס איז מיט א "כוונה הזדונית" בכדי דארט צו טרעפן זויער מילך. דאן "אוי און נאך ווי" וועט ער טרעפן - נישט נאר זויער מילך - נאר פיל ערגערס... אזוי ווי ממוצע וכו' וכו' און אנדערע נארישקייטן...
לא זכה נעשית לו סם המות...
*
אבער אז איינער עפנט דעם ספר מיט ריינע אויגן [אדער מיט א כוונה אז דער ספר זאל איהם רייניגן די אויגן] און מיט אן הכנעה'דיג הארץ בכדי מקבל צו זיין "פונעם" צדיק, און נישט ח"ו צו זיין אן הוגה דיעות "אויפ'ן" צדיק [בבחינת "מ'ניתי ספר און מ'נחזה'ט"...]. דאן וועט ער בעזר ה' טרעפן וואס ער זוכט און וועט זוכה זיין אז די דברי צדיק וועלן אריינדרינגען און ערוועקן זיין הארץ, און באלייכטן זיינע אויגן.
און טאמער וועט ער טרעפן עפעס "וואס ער פאשטייט נישט" וועט ער ח"ו נישט מאכן א קנייטש אינעם ספר, נאר מאכן א קנייטש אין זיין פיצינקע מח [אויב זיין מח איז נאך גענוג גרויס אז עס זאל זיין בכדי שיעשו צו מאכן דערין א "קנייטש"...].
*
איז ביטע לייגט אוועק אלע אייערע לעבנס "טראמא" און "אנגעגעגסנקייט" און א זייט. [דער רבי איז גארנישט שולדיג אין דעם]. און קוקט מיט אן אמת'דיגן אויפריכטיגן בליק!
*
און אפשר גאר זיינען מיינע רייד איבעריג.
וויל דער רבי האט שוין מבטיח געוועהן:
"גמרתי ואגמור נצחתי ואנצח''! און ביטע פארגעסט נישט אז די רבי האט צוגעזאגט
אם אתה מאמין שאתה יכול לקלקל תאמין שאתה יכול לתקן... אין שום יאוש בעולם כלל...
ווי עס שרייבט מיט ווייטאג און האפענונג הרוצה בעילום שמו