שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 7:10 pm
איך וויל קלארשטעלן די פריעדיגע מעשה.
דער רבי האט דאס אמאל דערציילט אינמיטן די הקפות, בשעת די הקפה פון יצחק. ער פלעגט האלטן א גרויסן מעסער אין די האנט, ארויפגעלייגט דעם חכם אויפן טיש און דערציילן די מעשה פון עקידת יצחק און געפרעגט דעם חכם צי ער איז אויך גרייט זיך צו לאזן שחט'ן פארן אויבערשטן, אויף וואס דער חכם האט געענטפערט, "יא, אוודאי טאטע". דער חכם אליין האט דאס אויך דערציילט.
עס איז כדאי צו באמערקן, אז אזעלכע מעשיות זענען שוין דערציילט געווארן אויף פריעדיגע. אין ויז'ניץ איז באקאנט דער חסיד ר' יחזקאל אברהם (ער האט געלעבט אין די פריע ת"ר יארן), וועלכער איז געזעצן פרייטאג צו נאכטס מיט חסידים און פארברענגט, אז ער האט גענומען זיין דריי יעריגער זוהן - דער שפעטערדיגע טערנאווער רב - אים ארויפגעשטעלט אויפן טיש צווישן די חסידים, און ער האט אים געזאגט, אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן אז ער דארף אים שחט'ן. האט ער געפרעגט דעם זוהן, צי ער זאל טאקע פאלגן און שחט'ן, אדער איז אפשר בעסער אז נישט. דער זוהן האט תיכף געענטפערט, "טאטע סעכט" (ער האט נישט געקענט זאגן קיין ש'). גוט, ס'איז טאקע נישט געווען מיט קיין מעסער אין האנט, אבער ס'איז שוין געווען ביי די פריעדיגע אזא מושג.
די ראשונים זענען מסביר, וואס איז געווען די נסיון פון די עקידה?
ביז אברהם אבינו איז געקומען האט מען געמיינט אז 'דינען' א גאט, מיינט נאר זיך לאזן שעכטן און זיך פייניגן, מיט א מהלך פון רציחה, אזוי דינט מען א גאט.
איז אברהם אבינו געקומען איז אנטפלעקט אז די אמת'ע גאט דינט מען דורכן 'טון זיין רצון', פינטל.
און אדרבה די רצון פונעם אמת'ן באשעפער איז אז מ'זאל אים דינען מיט אהבה און ליבשאפט, מיט חסד בין אדם לקונו, און טון חסד בין אדם לחבירו.
און אזוי האט ער איבערגעדרייט זיין דור און געשלעפט צו זיך תלמידים, און צוביסלעך אנגעהויבן טוישן די אלגעמיינע מיינסעד.
איז געקומען דער אייבישטער און אים געהייסן שעכטן זיין זון.
דאס איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון וואס ער האט אלעמאל געלערנט פאר די וועלט.
דא האט די גאנצע וועלט אנגעהויבן שרייען און לאכן און ווילדעווען: דו ביסט דאך פונקט ווי אונז!!!
אבער אברהם האט געהאלטן פאר זיינע אויגן אז דינען דעם אויבערשטן איז דורכן 'טון זיין רצון', אפגעזען וואס ער וויל, יעצט וויל ער אזוי איז אזוי, אפילו איך פארשטיי נישט, און אפילו עס איז דאך אקעגן וואס איך האב ביז היינט געוויסט.
און דאס איז געווען די עיקר נסיון, ווייל מיט דעם האט ער פארלוירן זיין גאנצע טראסט אין די וועלט, טוענדיג עפעס וואס איז געווען קעגן זיין זאך וואס ער האט כסדר געפרעדיגט.
***
אויפהייבן א גרויסער מעסער אקעגן א אייגענע זון און זאגן אז דער אייבישטער האט מיך געהייסן דיך שעכטן,
אן באקומען א בפירוש'דיגער ציווי פונעם אויבערשטן אז ער זאל אזוי טון, דאס איז די עבודה פון די געצנדינערס איידער אברהם אבינו איז געקומען.
אזא פארשוין קען רואיג זאגן ברוך אתה אלקי תרח...
דאס פלאנצט איין אן עבודה פון רציחה. און דאס איז טאקע פירות היוצאים!!!
זאג נאר ר' שמואל, וואלסט אמאל מעתיק געווען אפאר פסוקים און אינטערסאנטע אנעקדאטן פון די טמא'נע New Testament וואס ווייזט אביסל די גרויסע עבודה און מדריגות פונעם אותו האיש שר"י, פארשטייט זיך נאר סארקאסטיש, פשוט פאר אינטערסאנטקייט!?
איך וויל הערן נאך אזעלכע מעשיות, אבער לאז די סארקאזעם אין א זייט, און שרייב נארמאל, ווילסט נישט אראפרייסן ממש מיט קנאות, שרייב עס כאטש פארעוו ס'זאל זיך נישט דוכטן אז דו ביסט איינשטומיג דערמיט. יש"כ.