גא"מפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:04 pmאיינער ווייסט אפשר פארוואס כ'האב געבראכען אין געאיבעלט נאכען דעיס ליינען?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 5:45 pm אז מען איז שוין פארפארן אין שמועס מיט סתם מילי דעלמא (בעניני לב-טהור), וועל איך שוין דערציילן נאך א ידיעה וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן עולם:
עס איז געווען א תקופה אין ירושלים, בשעת דער חכם נר"ו איז געווען א קליינע יונגל, האט דער פריעדיגע רבי אויפגעשפילט יעדן פארטאגס מיטן חכם, די מעשה פון עקידת יצחק. דער רבי פלעגט אויפוועקן זיין זוהן (אגב, ער פלעגט שטענדיג אויפוועקן די קינדער פארטאגס, לעבודת הבורא), ער פלעגט אים אפירנעמען מיט א גרויסן מעסער און אים זאגן אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אים צו שחט'ן פאר זיינעטוועגן. ער פלעגט אים ארויפשטעלן אויפן טיש און זיך גרייטן אים צו שחט'ן אלס קרבן פארן אויבערשטן. אויף דעם וועג האט ער אריינגעבאקן אין אים אהבה ויראה, אים פרעגנדיג, "ביסט גרייט צו גע'הרג'עט ווערן על קידוש-השם? - דו ביסט גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן?" - דער חכם פלעגט ענטפערן מיט פייערליכקייט, "יא! אוודאי בין איך גרייט צו זיין א קרבן פארן אויבערשטן". ביז דער רבי האט געמאלדן, אז ער האט באקומען א באפעל פונעם אויבערשטן, אז ער זאל אים נישט שחט'ן.
דאס פלעגט זיך איבער'חזר'ן נאכט נאך נאכט, ביז ער האט אריינגעפרעגלט אין אים די ריכטיגע יראת-שמים און מסירת-נפש פארן אויבערשטן.
נישט פון זיך אליין וואקסט אזא חכם נר"ו.
בלי שום פגיעה @שמואל פוקס אבער די סארט באשרייבונגען, זענען גרויעליג!