אידישע נחת האט געשריבן:זונטאג אוגוסט 10, 2025 11:36 am
אל מע”כ הרה”ח יואל קליין ני”ו.
איך שרייב עס צו אייך דא אין פאבליק, ווייל איר האט דאס געטוהן אין פאבליק..
איך האב ב”ה א טאכטער וועלכע וועט נאך איין טאג געבן מער נחת בעזהשי”ת. איך בין דיר אבער שולדיג א ריזיגע הכרת הטוב!
פורים תשפ”ה, מוצאי שבת אין וויליאמסבורג.
איך האב געזאגט פאר מיין טאכטער קום לאמיר אביסל ארומפארן צו זעהן די ’פאן’. מיר זענען געווארן סטאק אויף בעדפארד קארנער טעילער אינטער א טראק וועלכע האט געבאכעט ’יא דו האסט די כוחות’. זי זאגט מיר - טאטי פאר עס נאך! איך דארף הערן דעם ניגון נאכאמאל און נאכאמאל.
טאטי, ווי קען איך דאונלאודן די ניגון??
מוצאי חמשה עשר באב תשפ”ה.
שוין 4 חדשים וואס עס איז דא א פילטער אויף איר סמארטפאון, און די בעקראונד שטייט אין גרויס: יא! דו האסט די כוחות.
שוין אפאר חדשים וואס אסאך שוועריקייטן ברוחניות, ענדיגט זיך מיט ”יא! דו האסט די כוחות”.
שוין אפאר חדשים וואס זי קען מיר זאגן - טאטי יא דו האסט די כוחות...
יואלי, איך ווייס נישט וועלכע מצווה דו האסט געטוהן פארדעם, אבער עפעס א ריזיגע זכיה האסטו פאר א זיכוי הרבים וואס ניטאמאל ווייסטו דערפון!
(אויב נאך איינער האט א סיפור ווי א ניגון האט געטוישט א מציאות, פאר מער פון 5 מינוט. כאן המקום לפורטם כי רבים הם)
ערענסט גערעדט, אין קויף כמעט נישט קיין אויסגאבעס, איך באקום צומאל פון משפּחה פון פארגאנגענע וואך, טועמי' איז בחנם אנליין בלעטער איך עס דורך געווענליך, איז עס מיר - באגעגענענדיג די ערשטע מאל - געווען אויפאלאנד.
כ'מיין אז איינער האט שוין דא געשריבן אז אידיש וועלט קען מען מיינען אז ס'איז אן אויסגאבע וכדומה, און כ'האב צוגעשטימט אז כ'קען דערהערן אז ס'איז נישט געפערליך.
לידוע בעלמא פאר ווער ס'ווייסט נישט. די דרשה וואס ס'איז ארומגעפארן לעצטענס. אויף וואס ר' יעקב ווייס באציט זיך, איז געזאגט געווארן דורכן משפיע שליט"א פאר צוואנציג יאר צוריק שנת תשס"ה. ער האט דעמאלסט געוואלט ארויס ברענגען א געוויסע נקודה. לאו דווקא וועגן סאטמאר. ער האט אין יענע דרשה אויך דערמאנט ליובאוויטש, אז זיי מיינען אז טוהן שליחות איז די עיקר וכו'. די א"ג עסקנים וואס האבן יעצט פארשפרייט די דרשה האבן דאס געטון כדי אנצודרייען אן איבערקערעניש. און אויף אזעלכע עסקנים האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר זיך לעצטנס אויסגעדריקט, כלשונו. איך נעם אראפ פון אייך די עול פון הנהגות הכלל..

די משפיע האט שוין אסאך מאל געלאזט פאלן ווערטער בניגוד דעת רבינו הק'
ווי למשל אז ווען רבינו הק' זאל ווען פילן די הייליגקייט וכו' ביים כותל וואלט די רבי קיינמאל נישט גע'אסרט פון גיין צום כותל וכהנה וכהנה