9/11 - דער טאג וואס האט אויפגעטרייסלט די וועלט!

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
שמעון דייטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:22 am
x 101

Re: 9/11 - דער טאג וואס האט אויפגעטרייסלט די וועלט!

פאוסט דורך שמעון דייטש »

בילדונג 7 איז אויך איינגעפאלן יענע טאג.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3977
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6686

Re: סעפטעמבער עלעווען - בילדער/ווידיאס/שמועסן

פאוסט דורך וואוילער »

שמעון דייטש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 12:53 pm א בילד פון וויליאמסבורג בשעתו

וויליאמסבורג.jpeg
אינטערעסאנט, כ'האב שוין אסאך געזעהן אבער די בילד נאכנישט.
אוועיטער
שמעון דייטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:22 am
x 101

Re: 9/11 - דער טאג וואס האט אויפגעטרייסלט די וועלט!

פאוסט דורך שמעון דייטש »

אוועיטער
שמעון דייטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:22 am
x 101

Re: 9/11 - דער טאג וואס האט אויפגעטרייסלט די וועלט!

פאוסט דורך שמעון דייטש »

IMG_2094.jpeg
IMG_2094.jpeg (325.55 KiB) געזען געווארן 449 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2763
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8552

Re: 9/11 - דער טאג וואס האט אויפגעטרייסלט די וועלט!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך האב געפרעגט איינעם ווי ער איז געשטאנען ווען ער האט געהערט אז די ערעפלאנען האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס, זאגט ער מיר 'איך האב געהאלטן דעמאלטס שבת צופרי פאר די אייער'. איך עפן אויף אויף אים צוויי אויגן, 'וואס הייסט די מעשה איז דאך געשען דינסטאג' ענטפערט ער מיר 'יא, איך בין נאכנישט געווען געבוירן דעמאלטס, אייינמאל שבת צופרי האט מיך עס מיין טאטע פארציילט...
=================
אמר הכותב - איך בין דעמאלס געווען א כיתה ב' אינגל, פארן גיין צו די באס אין חדר, מען האט פרובירט מיר צו מסביר זיין איבער דו צוויי בנינים וואס מען זעהט פון די דזשארדזש וואשינגטאן בריק, איך האב אבער אלס געמיינט אז מען רעדט פון צוויי טשימעניס וואס מען האט געזעהן פון דארט און אויך פון מיין זיידעס דירה אויף קענט עוועניו...

איך געדענק אבער דער בלאט דעמאלס אונטערן קעפל "אמעריקא אונטער טעראר" די ביכער און באשרייבונגען פון די פאסירונג

אין די מעלות איז דעמאלס געשטאנען א ווערטל אין קליינע אוצרות אז ווען מען האט געזאגט פאר א קינד אז עס שטייט אמעריקא אונטער טעראר האט ער געזאגט "אמעריקא אונטערן באשעפער"

גירסא דינקותא...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: 9/11 - דער טאג וואס האט אויפגעטרייסלט די וועלט!

פאוסט דורך שוהם »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:28 pm איך האב געפרעגט איינעם ווי ער איז געשטאנען ווען ער האט געהערט אז די ערעפלאנען האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס, זאגט ער מיר 'איך האב געהאלטן דעמאלטס שבת צופרי פאר די אייער'. איך עפן אויף אויף אים צוויי אויגן, 'וואס הייסט די מעשה איז דאך געשען דינסטאג' ענטפערט ער מיר 'יא, איך בין נאכנישט געווען געבוירן דעמאלטס, אייינמאל שבת צופרי האט מיך עס מיין טאטע פארציילט...
=================
אמר הכותב - איך בין דעמאלס געווען א כיתה ב' אינגל, פארן גיין צו די באס אין חדר, מען האט פרובירט מיר צו מסביר זיין איבער דו צוויי בנינים וואס מען זעהט פון די דזשארדזש וואשינגטאן בריק, איך האב אבער אלס געמיינט אז מען רעדט פון צוויי טשימעניס וואס מען האט געזעהן פון דארט און אויך פון מיין זיידעס דירה אויף קענט עוועניו...

איך געדענק אבער דער בלאט דעמאלס אונטערן קעפל "אמעריקא אונטער טעראר" די ביכער און באשרייבונגען פון די פאסירונג

אין די מעלות איז דעמאלס געשטאנען א ווערטל אין קליינע אוצרות אז ווען מען האט געזאגט פאר א קינד אז עס שטייט אמעריקא אונטער טעראר האט ער געזאגט "אמעריקא אונטערן באשעפער"

גירסא דינקותא...
די צייט לויפט.. פיר און צוואנציג יעריגע יונגעלייט זענען נאכנישט געווען דעמאלט געבוירן.
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12034

Re: 9/11 - דער טאג וואס האט אויפגעטרייסלט די וועלט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:28 pm
איך געדענק אבער דער בלאט דעמאלס אונטערן קעפל "אמעריקא אונטער טעראר" די ביכער און באשרייבונגען פון די פאסירונג

רעדנדיג דערפון קען מען יענץ באצייכענען אלס א ר' שמואל ווידער ז"ל'ס הכתרה...

בעפאר האסטו אין יודיש געהאט נאר די איד, און שפעטער די צייטונג, ווען די בלאט האט זיך געעפנט סוכות א יאר בעפאר איז עס געווארן פאליטיש, ווער ס'קויפט וואס. די בלאט האבן נאר שטיצערס געקויפט צו מחזק זיין 'די זאך'. יענעם ווינטער ביי די ''וואלן'' היודע איז די איד באגאנגען זעלבסטמארד מיטן זיך אראפנידערן פון א באזעסענע אלטע נתייסד ע"י מרן רביה"ק צייטונג צו א קינדישע צווילדעוועטע פאשקעוויל. און דאן שטייענדיג אויף איין טריפל מיט די בלאט - אויך א פאליטישע צייטונג - האט זיך די בלאט אויפגעריסן מיט 9-11...

אפילו אין וו** האט מען פארקויפט דעמאלטס די בלאט (אינטערן רעדזשיסטער מיט א שווארצן זעקל..)
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: סעפטעמבער עלעווען - בילדער/ווידיאס/שמועסן

פאוסט דורך Think and Thank »

שמעון דייטש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 12:46 pm https://drive.google.com/file/d/1x-3gx0 ... f-gPC/view

WOW, האסט מיר צוריקגעשלעפט 25 יאר, ווען איך בין געווען אויפ'ן דאך פון די טווין טאוער! (די דאך וואו דער אינגל שטייט אויף די פלאטפארמע - די אנדערע דאך איז נישט געווען אפן פאר'ן פאבליק.) ווי יעדע זאך ווערט די פונקטליכע זכרון דערפון שוואכער מיט די יארן, אבער די קליפ שטימט גאר שטארק מיט וויאזוי איך געדענק עס. במשך די יארן האב איך זיך שוין אפילו גע'טענה'ט מיט איינער וואס איז דארט געווען צוזאמען מיט מיר בנוגע די 'דראמס' וואס איך געדענק קלאר צו זיין אויף די שטעקנס אויפ'ן דאך (עס איז אודאי געווען אן עלעקטראנישע דעווייס/אנטענע אף סאם סארטס), בעת וואס יענער האט גע'טענה'ט אז ער געדענקט נישט אזאנס און איך האב עס אויפגעטראכט...

איך האב אויך געדענקט מיין סורפרייז ביים זעהן אז אויסער די ריזיגע אנטענע אויף די דאך פונ'ם אנדערן טורעם (וואס מ'האט געקענט זעהן פון מיילן אוועק) איז די דאך געווען אנגעלייגט מיט צענדליגער קלענערע אנטענעס וואס זענען געווען צו קליין צו קענען געזען ווערן פונדערווייטנס. די סיבה פארוואס עס האט זיך מיר אזוי שטארק אריינגעזעצט אין זכרון איז ווייל בשעת איך ביו דארט געווען האט זיך איינער - מסתמא א טעקנישאן - ארומגעדרייט אויף די אנדערע דאך אן קיין צוים...

ב"ה אז די זכרון דינט מיר נאך...
שרייב פאוסט