א צפון וויעטנאם זעלנער לאכט פון א געפאנגענע אמעריקאנער מיט א שלום קייטל.
וויעטנאם 1973
אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4253
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 28444
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
- פיילס
-
- Screenshot_20260209_003603_Instagram.jpg (165.05 KiB) געזען געווארן 381 מאל
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
דער האט זיך כסדר מבזה געווען מיט זיין אדיקשן, אין 94' האט די סיקרעט סערוויס באקומען אן עמערדזשענסי קאל אינמיטן נאכט אז יעלצין דריידט זיך אויף די וואשינגטאנע גאסן מיט די אונטערוועש פרובירנדיג צו כאפן א היטש מיט א פיי פיצא אין די הענטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:37 pmגלייבסט מיר נישט?אוטובאס האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:55 amחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 1:42 am פרעזידענט ביל קלינטאן צולאכט זיך אויפן קול, ווען דער שיכור פרעזידענט פון רוסלאנד באריס יעלצין האלט א דרשה ביי א באזוך אין אמעריקע.
אויפן קול???ביטע נישט פירקלען אין די וועלט אריין. יש"כ.► Show Spoiler
ער איז אמאל דורכגעפארן אירלאנד מיט'ן פלאן זיך צו טרעפן מיט'ן אירלאנדישן פריים מיניסטער, למעשה איז ער נישט אראפגעקומען פונ'ם פליגער צוליב א שטארקע "מידעקייט"..
זייענדיג ביי א קאנצערט אין בערלין איז ער ארויפגעשפרינגען אויפ'ן סטעידזש, ארויסגעכאפט דעם שטעקעלע פונ'ם קאנדאקטער און זיך גענומען דירעגירן דעם ארקעסטער מיט די אייגענע אכט פינגער (צוויי האט ער פארלוירן אלס קינד)
זיין צעפארנקייט האט עווענטועל געהאלפן פוטין געווינען די וואלן און דאן פארכאפן די מאכט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
א געוועזענער פרעזידענט אנגעקלאגט האמיר שוין געהערט, לעצטנס געהערט צום ערשטן מאל פונ'ם געוועזענעם פויבסט אנגעקלאגט.
אין ד"א תרנ"ו איז דער 111טער פויבסט פארמאסוס געשטארבן, דער קומענדיגער אין דער רייע האט איבערגענומען פאר 15 טעג און געשטארבן. דאן איז געווארן אויפגענומען פויבסט סטעפאן דער זעקסטער.
ער האט שטארק נישט געגליכן דעם פארמאסוס (מעגליך אז מ'האט אים אויך בא'גנב'עט די וואלן), און ער האט באשלאסן אים צו שטעלן פאר א געריכט. מ'האט אים אויסגעגראבן פון קבר, אנגעטון פויבסטליכע בגדים און געזעצט אויפ'ן באשולדיגונגס באנק. נישט איבערראשנד איז דער אנגעקלאגטער געפינען געווארן שולדיג אין ווערן פויבסט אומלעגאל, זאגן ליגן אונטער א שבועה און אין גליסטן צו שטארק צום פויבסטנטום...
דער ריכטער האט פארארדנט דעם פארגייער זיינעם אפצושניידן דריי פינגער, אריינווארפן אין טייך און מבטל זיין אלע זיינע געזעצן.
למעשה האט דער המון עם נישט געגליכן זיינע פרואוון צו ברענגען יוסטיץ, א קורצע צייט שפעטער האט א פישכאפער געטראפן דעם אריינגעווארפענעם קערפער און מ'האט אים צוריק באערדיגט, דער סטעפאן איז געווארן ארעסטירט און א וויילע שפעטער גע'הרג'עט.
דער פאראוטיילטער פויבסט.
אגב, כ'בין נישט קיין היסטאריקער אבער עפעס איז נישט געווען מסודר דארט פאר א תקופה, דער קומענדיגער פויבסט האט אויך רעזיגנירט נאך 3-4 חדשים און איינער נאך אים איז געשטארבן נאך צוואנציג טעג.
אין ד"א תרנ"ו איז דער 111טער פויבסט פארמאסוס געשטארבן, דער קומענדיגער אין דער רייע האט איבערגענומען פאר 15 טעג און געשטארבן. דאן איז געווארן אויפגענומען פויבסט סטעפאן דער זעקסטער.
ער האט שטארק נישט געגליכן דעם פארמאסוס (מעגליך אז מ'האט אים אויך בא'גנב'עט די וואלן), און ער האט באשלאסן אים צו שטעלן פאר א געריכט. מ'האט אים אויסגעגראבן פון קבר, אנגעטון פויבסטליכע בגדים און געזעצט אויפ'ן באשולדיגונגס באנק. נישט איבערראשנד איז דער אנגעקלאגטער געפינען געווארן שולדיג אין ווערן פויבסט אומלעגאל, זאגן ליגן אונטער א שבועה און אין גליסטן צו שטארק צום פויבסטנטום...
דער ריכטער האט פארארדנט דעם פארגייער זיינעם אפצושניידן דריי פינגער, אריינווארפן אין טייך און מבטל זיין אלע זיינע געזעצן.
למעשה האט דער המון עם נישט געגליכן זיינע פרואוון צו ברענגען יוסטיץ, א קורצע צייט שפעטער האט א פישכאפער געטראפן דעם אריינגעווארפענעם קערפער און מ'האט אים צוריק באערדיגט, דער סטעפאן איז געווארן ארעסטירט און א וויילע שפעטער גע'הרג'עט.
דער פאראוטיילטער פויבסט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4253
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 28444
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
בריטישער פרעמיער ווינסטאן טשורטשיל באזיכט די קבר פון די אמעריקאנע פרעזידענט רוזוועלט, קורץ נאך די צווייטע וועלט קריג - 1946.
- פיילס
-
- Screenshot_20260217_221624_Instagram.jpg (263.05 KiB) געזען געווארן 108 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4253
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 28444
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
סאוויעט רוסלאנד 1943 - א קינד קעמפט אין די שלאכטן אין קורסק.
די פראנט אין קורסק איז געווען די גרעסטע טאנק שלאכט אין היסטאריע, און 2 מיליאן זעלנער האבן דארט געקעמפט, אומאפציעל אויך גאר יונגע קינדער.

- Screenshot_20260217_222508_Instagram.jpg (131.46 KiB) געזען געווארן 91 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4253
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 28444
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
2018.
...1.4 צום ערשטן מאל, 1.4 צום צווייטן מאל, און צום דריטן מאל.
די עולם אפלאדירט צום געווינער וואס האט זיך נארוואס איינגעהאנדעלט אן אויטענטישן 'באנקסי' מאלעריי, אבער מיטאמאל הערט זיך א שטילע גערויש פונעם בילד.
די סאטעביס ארבעטער ווילן איבערגעבן דאס בילד פארן נייעם אייגנטימער, אבער שטייטלעך פארט דאס בילד ארויס פונעם ראַם, און ווערט צושניטן אויף שטיקער...
שטעלט זיך ארויס אז דער מיסטעריעזע לץ הניקרא באנקסי - וואס האלט אין איין חוזק מאכן פון מענטשן וואס צאלן טייער פאר קונסטווערק - האט מיאוס מסדר געווען דעם עולם, מיטן אינסטאלירן א קליינע רעמאוט שרעדער דעווייס אין די פרעים, און מיטהאלטנדיג די ליציטאציע באהאלטענערהייט האט ער אקטיוויזירט דעם מאשינקע אין די ריכטיגע מינוט...

- Screenshot_20260217_225110_Instagram.jpg (160.9 KiB) געזען געווארן 88 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4253
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 28444
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
נישט כאפן קיין בילדער ביטע... שוין גענוג געווען!
סענאטער דזשאן פ. קענעדי - 1960.
סענאטער דזשאן פ. קענעדי - 1960.
- פיילס
-
- Screenshot_20260217_230111_Instagram.jpg (182.26 KiB) געזען געווארן 84 מאל