בלאט 5 פון 6
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 10:13 am
דורך ווער
אינוועסטירער ערווארטן מיט אנגסט צו הערן היינטיגע וואך מיטוואך די ענדגילטיגע באשלוס פון דער "פעדעראל רעזערוו" צי זיי וועלן אנהייבן שניידן אינטערעסט ראטעס.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 3:26 pm
דורך ווער
פעדעראלע רעזערוו מעלדט שניט אין אלגעמיינע אינטערעסט ראטעס פון האלבע פראצענט
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 3:48 pm
דורך בערל דער פייפער
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 3:26 pm
פעדעראלע רעזערוו מעלדט שניט אין אלגעמיינע אינטערעסט ראטעס פון האלבע פראצענט
וועט לכאורה העלפן העריס
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 12:51 pm
דורך ווער
נאנט צו 50 טויזנט ארבייטער זענען ארויס אויף סטרייק ביי אמעריקאנער פארטן פון מעין ביז טעקסעס, דערשטיקענדיג די פלוס פון פולע אימפארטן
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:16 pm
דורך מיילעך פריילעך
די פעד האט געשניטן אינטרעסט ראטעס מיט 0.25 %.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 1:25 pm
דורך ווער
ביטקאוין זעצט פאר מיט ברעכן פרישע רעקארדס, און שטייט ביים שוועל פון גרייכן די ווערד פון גאנצע 90 טויזנט דאלאר
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 1:28 pm
דורך דעת קדשי
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 1:25 pm
ביטקאוין זעצט פאר מיט ברעכן פרישע רעקארדס, און שטייט ביים שוועל פון גרייכן די ווערד פון גאנצע 90 טויזנט דאלאר
$89,993.69
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 10:23 am
דורך ווער
פעדעראלע רעזערוו טשערמאן פאועל זאגט אז מען וועט ווייטער שניידן די אינטערעסט ראטעס צושטאטליך
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 10, 2025 11:21 am
דורך מיילעך פריילעך
מעסי'ס (M) האט געמאלדן אז זיי וועלן אפשפארן 66 לאקאציעס אין אמעריקא, אלץ טייל פון א פלאן צו פארמאכן אירע שוואכע לאקאלן און אנשטאט עפענען אנדערע וועלכע זאלן ברענגען מער פראפיטן.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 10, 2025 11:21 am
דורך מיילעך פריילעך
ראלס רויס (RYCEY) סי-אי-או זאגט אז טראמפ'ס טאריפס וועלן מעגליך האבן אן אפעקט אויף לוקסעריעזע פראדוקטן, אבער אויף זיין פירמע ספעציפיש ערווארט ער נישט קיין באדייטענדע אימפאקט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
מאדערנא (MRNA) האט געשניטן אירע סעילס ערווארטונגען אויף 2025 מיט א ביליאן דאלער, ברענגענדיג איר סטאק צו פאלן ארום צוואנציג פראצענט איידער'ן זיך עטוואס צוריק כאפן.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
אלסטעיט אינשורענס (ALL) האט זיך היינט אנגעהויבן צוריק כאפן, נאכן פאלן פרייטאג מיט איבער פינף פראצענט, אין רעזולטאט פון די גרויסע קלעימס וועלכע זענען ערווארטעט נאכפאלגענדיג די קאליפארניע פייערן.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 4:24 pm
דורך שינאווער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:58 pm
אלסטעיט אינשורענס (ALL) האט זיך היינט אנגעהויבן צוריק כאפן, נאכן פאלן פרייטאג מיט איבער פינף פראצענט, אין רעזולטאט פון די גרויסע קלעימס וועלכע זענען ערווארטעט נאכפאלגענדיג די קאליפארניע פייערן.
viewtopic.php?p=144639#p144639
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 6:01 pm
דורך מיילעך פריילעך
מארקעט איבערזיכט אויפ'ן טאג:
די טעכנאלאגיע אינדוסטריע האט געהאט א שווערן טאג היינט, ווען דער נעסדעק איז געפאלן מיט 0.38%. דאגעגן דער עס-ענד-פי איז ארויף מיט 0.16% און דער דאו מיט 0.86%.
עטליכע באדייטענדע טוישונגען:
נעווידיע (NVDA) איז געפאלן ארום צוויי פראצענט, צוליב זארגן איבער פרישע צוימונגען אויף די כינעזער מארקעט.
טראמפ מידיא (DJT) איז געשפרינגען מיט איבער צוואנציג פראצענט היינט.
אבערקראמבי ענד פיטש (ANF) איז געפאלן ארום פופצן פראצענט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:32 pm
דורך מיילעך פריילעך
טייוואן סעמיקאנדאקטאר (TSM) איז ערווארטעט ארויס צו שטעלן אירע פארדינסטן קומענדיגן דאנערשטאג, ווען שאצונגען גייען אזוי ווייט ווי א פופציג פראצענטיגע שפרינג אין פראפיטן.
די פירמע'ס באריכט ווערט שטארק נאכגעפאלגט דורך אינוועסטירער, זייענדיג די גרעסטע טשיפ פראדוצירער גלאבאל.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:33 pm
דורך מיילעך פריילעך
אמאזאן וועט נעמען א טריט צוריק פון די ליבעראלע DEI פראגראמען, אנגעבליך וויבאלד דאס איז צו קאסטבאר פאר די פירמע. די שריט ווערט געזעהן דורך פילע אלץ נאך א וועג פון לעקן פרעזידענט טראמפ.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:42 am
דורך מיילעך פריילעך
מיט טראמפ אריינקומענדיג אינעם ווייסן הויז, זענען עקספערטן פארנימען פאראויס שאצן דעם סטאק מארקעט אונטער טראמפ, ווען רוב אנאליזירער זענען ביי די מיינונג אז מען קען ערווארטן א ווייטערדיגע שטארקע מארקעט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 8:20 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר די פרעסע אז מייקראסאפט איז אין געשפרעכן צו אפקויפן די כינעזער סאוציאלע מידיע ריז טיקטאק. "עס איז דא אסאך אינטערעסע אין טיקטאק, אסאך מענטשן שלאגן פאר עס צו קויפן", האט ער זיך אויסגעדריקט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 5:48 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פארפאלן טראמפ טויג
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 11:46 am
דורך ווער
יוסטיץ דעפארטמענט פארשט מעגליכע ראלע פון גרויסע פארמערס דירעקט צו האלטן אייער פרייזן הויעך
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 11:00 am
דורך ווער
די 'קאנסומער פרייס אינדעקס' אין חודש פעברואר למס' איז געשטיגן מיט 2.8 פראצענט פון א יאר פריער, שוואכער ווי דאס וואס עקאנאמיסטן האבן געהאט פארגעשאצט און שוואכער ווי די 3 פראצענט יערליכע ראטע פון א חודש פריער. קוקענדיג פון חודש צו חודש איז עס אויך געווען בעסער, זעענדיג א וואוקס פון 0.2 פראצענט, אראפ פון די 0.4 פרצאענט וואוקס א חודש פריער. די יעצטיגע רעדוקציע איז געטריבן געווארן דורך פארשידענע פאקטארן, אריין גערעכענט פלי רייזע ראטעס וואס איז געפאלן מיט 4 פראצענט און קאר פרייזן וואס איז געפאלן מיט 0.1 פראצענט
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 9:22 am
דורך ווער
האלסעיל אייער פרייזן זענען געפאלן די דריטע וואך אין א רייע, אויסקומענדיג צו ארום 3.45 פאר א דאזען אייער.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 3:43 pm
דורך ווער
די פעדערעל ריזערוו לאזט די אינטרעסט ראטעס אומגעטוישט
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג מערץ 24, 2025 2:37 pm
דורך ווער
וואל סטריט האט זיך שטארק געהויבן היינט
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 3:59 pm
דורך ווער
פעדערעל ריזערוו געשטימט צו לאזן די אינטרעסט ראטעס אומגעטוישט ביי א ראטע פון 4.25 ביז 4.5 פראצענט, טראץ רופן פון טראמפ צו נידרן די ראטעס