נייעס און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1750
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6539

נייעס און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

פאוסט דורך שינאווער »

ב"ה

לכאורה וואלט געווען א שטארקע טובה פאר די ליינער צו האבן א באזונדערע טעמע בלויז פאר נייעס און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט.

ווער ס'איז מיט מיר, אדער נישט, זאל זיך ביטע לאזן הערן.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1750
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6539

Re: נייעס, און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

פאוסט דורך שינאווער »

נעווידיע [NVDA] איז איבערגעשטיגן עפּל [AAPL] צו ווערן דער גרעסטער פירמע באזירט אויף איר מארקעט קעפּ.
VzRWYj.jpeg
VzRWYj.jpeg (143.46 KiB) געזען געווארן 369 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1750
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6539

Re: נייעס, און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

פאוסט דורך שינאווער »

סטאקס פון גרויסע אמעריקאנער אינשורענס קאמפאניס פאלן צוליב ערווארטעטע פארלוסטן פון לאס אנדזשעלעס פייערן‎.

צווישן אַנדערן איז די סטאַקס ווערד פון "אָל סטעיט" געפאַלן מיט פיר פּראָצענט, און די "טשאב" אינשורענס קאָמפּאַני איז געפאַלן מיט 3 פּראָצענט, און ענליך זענען געפאַלן די סטאַקס פון "פּראָגרעסיוו" און אַנדערע קאָמפּאַניס. דאָס קומט צוליב וואָס מען ערוואַרט אַז די לאָס אַנדזשעלעס פייערן וועלן ברענגען 150 ביליאָן דאָלער שאָדנס, וואָס דערפון וועלן 20 ביליאָן דאָלער דאַרפן געדעקט ווערן דורך די אינשורענס

Allstate_LobbyAllstateSign635x600_57_250110021709.jpg
Allstate_LobbyAllstateSign635x600_57_250110021709.jpg (100.37 KiB) געזען געווארן 329 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1750
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6539

Re: נייעס, און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

פאוסט דורך שינאווער »

סטאקס האבן געליטן שווערע פארלוסטן דעם פרייטאג נאך וואס עס איז ארויסגעקומען אן אויסגעצייכנטע דזשאבס באריכט וואס צייגט טאקע אויף א שטאנדהאפטיגע עקאנאמיע, אבער ברענגט מיט זארגן איבער אינפלאציע און פארמינערט די שאנסן פאר נאך אינטערעסט ראטע שניטן היי יאר.
​​​​​​​
די לעיבער דעפארטמענט באריכט צייגט אז די אמעריקאנער עקאנאמיע האט צובאקומען 256,000 דזשאבס אין דעצעמבער, אסאך שטערקער ווי די ערווארטעטע 153,000 - דאס איז די מערסטע זינט מערץ 2023. ווי אויך איז די ארבעטסלאז ראטע געפאלן צו 4.1%. אלע גרויסע אינדעקסן האבן צוגעזעהן פארלוסטן פון בערך 1.6%.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2972
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8579

Re: נייעס, און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

פאוסט דורך פופציגער »

יישר כח @שינאווער פאר דעם אשכול!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 563

Re: נייעס, און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

פאוסט דורך קיינמאל »

שינאווער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:41 pm נעווידיע [NVDA] איז איבערגעשטיגן עפּל [AAPL] צו ווערן דער גרעסטער פירמע באזירט אויף איר מארקעט קעפּ.

VzRWYj.jpeg
וואס מיינט מארקעט קעפ

א גרויסע שכח פאר די אשכול
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1750
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6539

Re: נייעס, און אלעס ארום דעם סטאק מארקעט

פאוסט דורך שינאווער »

די אמעריקאנער קאר פראדוצירער דזשענעראל מאטארס סטאק איז נעכטן געפאלן מיט נאנט צו 9%, זעהענדיג די גרעסטע פארלוסט פון אלע עס-ענד-פי-500 פירמעס, טראץ וואס די פירמע האט געמאלדן פערטע-קווארטל רעוועניו און פארדינסטן בעסער ווי וואל סטריט האט ערווארטעט.
​​​​​​​
דאס קומט צוליב וואס אינוועסטירער זענען באזארגט וואס פאר א ווירקונג טראמפ'ס טאריפס וועלן האבן אויף קאר פראדוצירונג, און צו זיינע פאליסיס וועלן פארשטייטערן סעילס פון עלעקטרישע קארן. די פירמע שאצט פאר פארדינסטן פון צווישן $11.2 ביז $12.5 ביליאן אין 2025 למספרם.
שרייב פאוסט