עקאנאמישע נייעס און באריכטן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 39

עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ר' דן »

די דריי טריליאן דאלערדיגע פירמע עפל האט געמאלן אז זיי ארבעטן אויף אן אייגענע ווערסיע GPT טשעט באט.

דאס קומט נאכדעם וואס מייקראסאפט (בלויז ווערט 2.5 טריליאן) האט ארויסגעלייגט זייער AI סובסקריפשן פלאן פון 30 דאללער א חודש.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 39

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ר' דן »

טעסלע שעירס איז געפאלן ביז יעצט מיט כמעט 10% אויפן טאג נאך אימבאטעמטע נייעס מיט די נעכטיגע עירנינגס ריפארט.

מען זעהט פאר שוואכערע פראדאקשן די קומענדיגע צייט און אויך א לעצטיגע ערנסטע ריקאל פון איבער 15,000 קארס.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 39

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ר' דן »

די נעסדעק האט היינט אראפגעשמיסן איבער 2 פראצענט, איך האב נישט דא מער סטאטיסטיקס אבער עס איז זייער אסאך פאר איין טאג.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 39

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ר' דן »

די ספעק Digital World Acquisition Corp, וואס איז אויסן זיך צאמשצושטעלן מיט טראמפס מידיע קאמפעני עס צו נעמען פאבליק, האט נאך א לאנג פארצויגענע אינוועסטיגעישן זיך אויסגעקומען מיט די SEC זיך אינטערנעמענדיג צו באצאלן 18 מיליאן דאלער איינמאל די דיעל גייט דורך, דאס האט געגעבן פרישע מאמענטאם פאר די סטאק נאכדעם וואס עס איז שוין געווען אנגענימען פאר א לענגערע צייט אז די דיעל גייט מעגליך נישט דורכגיין, די סטאק (DWAC) איז ארויף היינט דערווייל מיט בערך 50%.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך והיתם נקיים »

היינט האט די אמעריקאנער ביורא פון עקאנאמישע באריכטן ארויסגעגעבן זייער ערשטע שאצונג איבער ווי גרויס די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געווען אינעם צווייטן למספרם קווארטל.

די באריכט זאגט אז די ווערט פון דאמעסטישע פראדוקציע (GDP) איז געווען אינעם קווארטל ארום 26,834,953,000,000 דאלאר אויף א יערליכע ראטע (ד.ה. אז מיט אזויפיל פראדוקציע אין א קווארטל קומט מען אן צו דעם סכום נאך א יאר), וואס איז מיט 4.7% העכער -- אויף א יערליכע ראטע -- פונעם ערשטן קווארטל ווען ס'איז געווען ארום 26,529,774,000,000 דאלאר אויף א יערליכע ראטע.

דאס אויבנדערמאנטע זענען אבער די נומערן אין רויע דאלארן וואס זאגן נישט קיין סך צוליב וואס דער דאלאר טוישט איר ווערט כסדר, און ווען מ'נעמט דעם פאקטאר אין חשבון איז עס געווען אינעם צווייטן קווארטל מיט 2.4% העכער -- אויף א יערליכע ראטע -- ווי אינעם ערשטן קווארטל.

די ערווארטונג איז געווען אז ס'איז געווען אביסל שוואכער, און דערפאר הייסט עס א גוטע עקאנאמישע באריכט, אבער פון די אנדערע זייט טוט א גוטע עקאנמישע באריכט אנדייטן אז די פעדעראלע רעזערוו קען נאך מעגליך העכערן אינטרעסט ראטעס -- וואס דאס מאכט דעם באריכט נישט אזוי גונסטיג פאר מענטשן וואס נידריגערע אינטערעסט ראטעס איז ביי זיי א גרעסערע פריאריטעט.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 828
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1192

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ייש"כ.

ס'איז קאמיש ביז גאר. די עקאנאמיע וואקסט? שלעכטע סימן, אינפלעישן. די עקאנאמיע פאלט? שלעכטע סימן, רעסעסיע. ס'וואקסט צוריק? שלעכטע נייעס, מ'גייט העכערן ראטעס. ס'פאלט צוריק? ביטערע סימן, רעסעסיע איז יא דא.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 733
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1207

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ווירקליך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:58 pm ייש"כ.

ווען מ’קייקלט זיך בארג אראפ איז יעדע שטיינדל א שלעכטע סימן.

ווען מגייט בארג ארויף איז יעדע שטיינדל א הילף צו קריכן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 828
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1192

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

נו, אפשר זעמיר בארג ארויף?
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 733
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1207

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ווירקליך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:00 pm נו, אפשר זעמיר בארג ארויף?
קיין עקספערט בינעך נישט, אזויפיל ווייס איך אז אונזער עקאנאמיע איז ננשט אין א גוטע גיסטע.

מיין תגובה איז געווען טעארעטיש
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך והיתם נקיים »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:58 pm ייש"כ.

ס'איז קאמיש ביז גאר. די עקאנאמיע וואקסט? שלעכטע סימן, אינפלעישן. די עקאנאמיע פאלט? שלעכטע סימן, רעסעסיע. ס'וואקסט צוריק? שלעכטע נייעס, מ'גייט העכערן ראטעס. ס'פאלט צוריק? ביטערע סימן, רעסעסיע איז יא דא.
ס'איז ממש אזוי, נישט אז די עקאנאמיע איז אלעמאל שלעכט (אדער אלעמאל גוט), נאר אז ס'איז א פשוט'ע סייקל.

ווען ס'איז דא א שפע און מענטשן קענען זיך מער ערלויבן, איז נאטורליך אז פארקויפער לאזן זיך מער באצאלן, וואס מאכט אז די שפע זאל נאכלאזן (ווייל הגם מ'האט ווייטער אסאך געלט איז אבער די געלט ווייניגער ווערט), וואס מאכט אז פארקויפער זאלן מוזן נאכלאזן, וואס מאכט אז ס'זאל ווייטער זיין א שפע, וואס מאכט אז פארקויפער זאלן זיך לאזן מער באצאלן... און ס'ענדיגט זיך נישט.

ס'האט אסאך מינע וועגן וויאזוי ס'קען -- און ס'טוט -- זיך אויסשפילן, אבער מ'איז אייביג ערגעץ אין אזא אדער ענליכע סייקל, און די קונץ איז צו האלטן די זאך סטאביל -- אדער גאר נאך בעסער -- פאר ווי לענגער להחיות בהם נפש כל חי.

למשל אין לויף פונעם פריערדיגן יאר-צענדלינג ווען מ'איז ארויסגעקראכן פון די גרויסע רעסעסיע, האט מען גאר אפט געקענט מיטהאלטן ווי א שלעכטע עקאנאמישע באריכט האט ארויפגעטריבן די מארקעט, אדער אז א גוטע עקאנאמישע באריכט האט אראפגעטריבן די מארקעט, און דאס גייט שוין באמת אן זינט די פעדעראלע רעזערוו פרובירט צו האלטן די עקאנאמיע סטאביל.
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך והיתם נקיים »

היינט האט די אמעריקאנער ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס ארויסגעגעבן די יולי דזשאבס באריכט, און די באריכט ווייזט אז ס'זענען צוגעקומען אין יולי 187,000 דזשאבס צו די אמעריקאנער עקאנאמיע.

אין די לעצטע צוועלף חדשים זענען צוגעקומען א דורכשניט פון ארום 280,000 דזשאבס א חודש, און אין די לעצטע דריי חדשים איז די דורכשניט געווען ביי ארום 218,000.

אין די לעצטע צוויי אין א האלב יאר (זינט די יעצטיגע אדמיניסטראציע האט איבערגענומען די ווערטשאפט) זענען צוגעקומען דו די עקאנאמיע 13.4 מיליאן דזשאבס ארויסקריכנדיג פונעם קאוויד קריזיס וואס האט אפגעווישט 9.1 מיליאן דזשאבס אינעם לעצטן יאר פונעם פריערדיגן פרעזידענט, און דערווייל זעצט פאר די שוואונג פון די שטארק וואקסנדע דזשאבס מארקעט.

געהאלט אויפ'ן שעה איז געשטיגן מיט פערצן צענט אין יולי, נאכ'ן שטייגן מיט פופצן צענט אין יוני, נאכ'ן שטייגן מיט פערצן צענט אין מאי, און דאס איז גאר גוטע נייעס פאר ארבעטער אז טראץ די פארשטאטערטע אינפלאציע האלט געהאלט אן איר שטארקע גאלאפ אויף ארויף, אזש עכטע געהאלט איז שוין געווען אין יולי מיט א פראצענט העכער ווי דריי און א האלב יאר פריער (פאר קאוויד).
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך והיתם נקיים »

היינט האט די אמעריקאנער ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס ארויסגעגעבן די יולי באריכט פון די קאנסומער פרייז אינדעקס (וויאזוי פרייזן זענען געווען אינעם חודש, צו מעסטער פון אינפלאציע), און די באריכט ווייזט אז פרייזן זענען געשטיגן אין יולי מיט 0.17% פון א חודש פריער, וואס איז א וואוקס פון צוויי פראצענט אויף א יערליכע ראטע.

קעגן דריי חדשים פריער זענען פרייזן אין יולי געווען מיט בלויז 1.9% העכער -- אויף א יערליכע ראטע, און קעגן א יאר פריער זענען פרייזן געווען מיט 3.3% העכער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12815
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29403

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ניקל »

פרייזן פון רענטל דירות זענען געפאלן די דריטע חודש און א רייע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12815
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29403

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:34 pm פרייזן פון רענטל דירות זענען געפאלן די דריטע חודש און א רייע
Screenshot_20230810_213431_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230810_213431_WhatsApp.jpg (57.87 KiB) געזען געווארן 879 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12815
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29403

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ניקל »

אינפלאציע נאמבערס פאר jul איז אריינגעקומען העכער ווי ערווארטעט ביי 2.4%
א צייכן אז אינפלעישן איז נאך דא
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך והיתם נקיים »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:20 am אינפלאציע נאמבערס פאר jul איז אריינגעקומען העכער ווי ערווארטעט ביי 2.4%
א צייכן אז אינפלעישן איז נאך דא
פון וועלכע באריכט רעדסטו?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12815
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29403

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ניקל »

א געלט מעשה מאנטאג נאכמיטאג

דער באקאנטער אינוועסטירער מייקל בורי האט היינט shorted איבער איין און אהאלב ביליאן דאלאר אויף די סטאק מארקעט.

שארטן מיינט אז מ'פארדינט אויב די מארקעט פאלט.

ער האט געלייגט 740 מילאנעס אנטקעגן די נעסדעק און ניין הונדערט אנטקעגן די עס & פי.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 281

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך אלף טויב »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:02 pm א געלט מעשה מאנטאג נאכמיטאג

א סקרוך איז דורך געלאפען מיינע ביינער
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12815
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29403

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:02 pm א געלט מעשה מאנטאג נאכמיטאג

דער באקאנטער אינוועסטירער מייקל בורי האט היינט shorted איבער איין און אהאלב ביליאן דאלאר אויף די סטאק מארקעט.

שארטן מיינט אז מ'פארדינט אויב די מארקעט פאלט.

ער האט געלייגט 740 מילאנעס אנטקעגן די נעסדעק און ניין הונדערט אנטקעגן די עס & פי.
צו אנמערקן ער האט פאראויסגעזאגט די 08 קראך און יעצט געשארט 90% פון זיין געלט, וואס שיקט כוואליעס איבער א פרישע קראך,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12815
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29403

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:46 am
ניקל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:02 pm א געלט מעשה מאנטאג נאכמיטאג

דער באקאנטער אינוועסטירער מייקל בורי האט היינט shorted איבער איין און אהאלב ביליאן דאלאר אויף די סטאק מארקעט.

שארטן מיינט אז מ'פארדינט אויב די מארקעט פאלט.

ער האט געלייגט 740 מילאנעס אנטקעגן די נעסדעק און ניין הונדערט אנטקעגן די עס & פי.
צו אנמערקן ער האט פאראויסגעזאגט די 08 קראך און יעצט געשארט 90% פון זיין געלט, וואס שיקט כוואליעס איבער א פרישע קראך,
עפעס א נחמה איז דא אז ער האט שוין פאראויסגעזאגט 4 מאל די לעצטע 10 יאר פאר א קראך וואס איז למעשה נישט אנגעקומען
גליק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:14 am
x 87

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך גליק »

ניו יארק האט שוין פארלוירן איין טריליאן דאלער אין ביזנעס מיט 160 וואל סטריט קאמפאניס ארויסגעמופט פון די סטעיט‎

"בלומבערג ניוז" באַריכטעט אַז זייט די ענדע פון יאָר 2019 האָבן שוין נאָנט צו הונדערט זעכציג וואָל סטריט קאָמפּאַניס אַרויסגעצויגן זייערע הויפּטקוואַרטירן פון ניו יאָרק, נעמענדיג מיט זיך איין טריליאָן דאָלער ווערד פון פאַרמעגנס. קאָמפּאַניס זאָגן אַז א הויפּט סיבה פאַרוואָס זיי האָבן זיך אָנגעהויבן אַרויסציען פון ניו יאָרק איז געווען צו אַנטלויפן די פאַרברעכנס כוואַליע, און אויך צוליב הויכע שטייערן און א הויכע לעבנס קאָסטן
גליק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:14 am
x 87

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך גליק »

"גאלדמאן סאקס" באנק שאצט אז ס'איז דא א גרויסע שאנס אז ס'וועט פאסירן א רעגירונג שאטדאון היי יאר‎

די באַנק זאָגט אַז לויט ווי עס זעהט יעצט אויס פאַר זיי דער מצב, וועט קאָנגרעס זיך נישט קענען פאַראייניגן אויף א פרישע שפּענדונג ביל פאַר די פעדעראַלע רעגירונג, און א שאָטדאַון וועט אַריינגיין אין אַפעקט. "גאָלדמאַן סאַקס" האָט אויך געוואָרנט אַז אויב וועט טאַקע קאָנגרעס נישט קענען באַשטעטיגן פרישע שפּענדונג פאַר די רעגירונג, וועט דאָס האָבן ווייטגרייכנדיגע אַפעקטס אויף די גאַנצע אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12815
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29403

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך ניקל »

די פעדעראלע פארזיצער פאועל זאגט אז עס פארלאנגט זיך פאר די עקאנאמיע פרישע ראטע העכערונגען
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 1527

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך נאו לעיבל »

אין אוגוסט האט די עקאנעמי צובאקומען 187,000 דזשאבס, מער ווי די עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט.

אנעמפלוימענט רעיט איז ארויף צו %3.8.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 281

Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן

פאוסט דורך אלף טויב »

נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 9:12 am אין אוגוסט האט די עקאנעמי צובאקומען 187,000 דזשאבס, מער ווי די עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט.
באדייט לכוארה א רעיט העכערונג, בין איך גערעכט?
שרייב פאוסט