די גלוסטעניש האב איך ווייל עס גייט מיר אריין אין קאפ אז מען קען עס באווייזן. און איך פלאן עס צו טוהן אי"ה דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל געלונגען. איך האב נאר געזאגט מיינע הערות וואס עס מאכט מיר שפירן אומבאטאמט. אבער דאס גייט מיך נישט פאטקטיש אפהאלטן אי"ה.רעאליסטיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 10:10 pmאויב איך מעג דיך פרעגן פארוואס האסטו א גלוסטעניש? (וועלכע מארקעטינג האט דיך געכאפט)Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
צווייטענס פארוואס האסטו זיך נישט אנגעשלאסן אלע יארן ביז צוויי טעג צוריק ווען די קליפ איז ארויסגעקומען?
תורתך שעשועי סיום הש"ס
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2783
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6447
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15268
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
בנוגע אלע טענות, ס'איז דא גערעכטע טענות אויף פרטים אהער און אהין, ווייל ס'איז טאקע דא זאכן וואס ווערן געטון מיט א בעלבאטישע בליק און ס'געדויערט אמאל צייט ביז די ריכטיגע מענטשן זענען מעורר (ווייל סתם העצערס טוען מער אויף די פארקערטע... ווי אין רוב פעלער), און ביז יעדע פרט ווערט געשטעילט ריכטיג.
אבער ווי דער וומסב"ג רב שליט"א האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה פאר די עסקני "קבעת" אין וומסב"ג, קומט גרויס קרעדיט פאר די חבורה און איר מייסד דער שעפערישער מזכה את הרבים הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ, אז ער הערט אויס א דעת תורה, און ער האט שוין געטוישט גאר אסאך פארגעשלאגענע פלענער בלויז צוליב א ווארט פון די רבני ודייני הקהלה.
קומענדיגע אנהויב וואך גייט אי"ה נאכאמאל זיין אן אסיפה ביים וומסב"ג רב, וואו ס'וועט ווערן אויסגעשטעלט אלע ווייטערדיגע נקודות וואס ליגן אויפ'ן טיש. און אזוי ווי ביז אהער וועט אלעס גיין עפ"י דעת תורה. מ'וועט ווייטער בויען תורה מיט תורה! און יעצט, אנשטאט קריטיק קען מען געבן חיזוק!
אבער ווי דער וומסב"ג רב שליט"א האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה פאר די עסקני "קבעת" אין וומסב"ג, קומט גרויס קרעדיט פאר די חבורה און איר מייסד דער שעפערישער מזכה את הרבים הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ, אז ער הערט אויס א דעת תורה, און ער האט שוין געטוישט גאר אסאך פארגעשלאגענע פלענער בלויז צוליב א ווארט פון די רבני ודייני הקהלה.
קומענדיגע אנהויב וואך גייט אי"ה נאכאמאל זיין אן אסיפה ביים וומסב"ג רב, וואו ס'וועט ווערן אויסגעשטעלט אלע ווייטערדיגע נקודות וואס ליגן אויפ'ן טיש. און אזוי ווי ביז אהער וועט אלעס גיין עפ"י דעת תורה. מ'וועט ווייטער בויען תורה מיט תורה! און יעצט, אנשטאט קריטיק קען מען געבן חיזוק!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15268
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
תּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה חִגְרִי חַג • קְהַל עֲדַת סַאטְמַאר חִגְרִי חַג!
שֶׁהֵם שָׁבוּעַ אֶחָד: אלופי אלפי חברי "תורתך שעשועי" דערגרייכן היסטאָרישע "סיום והתחלת הש"ס"
כָּפוּל הָיָה: דאָפּעלטע היסטאָרישע מעמדים פון כבוד התורה ולומדי'ה קומענדיגן א' שלח, י"ט סיון הבעל"ט אין ריזן זאַלן פון "ראַקלענד קאָמיוניטי קאַלעדזש" פעסטונג אין מאָנסי אומגעגט
ניו יארק. – "שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְּמָנוּ עֵדָה הַמְאֻשָּׁרָה, וְהִגִּיעָנוּ לִשְֹמוֹחַ וּלְהַשְׁלִים הַתּוֹרָה"! – די חסיד'שע עולם התורה קוקט ארויס, גאנץ סאטמאר ערווארט מיט שפאנונג, און די תורה הקדושה איז איינגעהילט אין שמחה, ווען מען שטייט בלויז איין וואך אפגעריקט צו דעם היסטארישן "סיום והתחלת הש"ס", דער גרעסטער תורה'דיגע ש"ס-פייערונג "מיט בחינות" ביים היימישן ערליכן חסיד'ישן ציבור על אדמת אמעריקא, וואס וועט צונויפזאמלען אלפי לומדים והוגי תורה אין די סאטמארער ש"ס חבורה "תורתך שעשועי", צו פייערן דעם ערשטן "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך אלפי לומדים ומסיימים – קומענדיגן זונטאג פר' שלח, י"ט סיון הבעל"ט.
סאַטמאַר לעבט מיט אַ היסטאָרישע תקופה, אט קומט אן דער גרויסער טאג פון דעם גרויסאַרטיגן מלכות'דיגן "חגיגת סיום והתחלת הש"ס", ווען טויזנטער בעלי בתים וועלכע האָרעווען שווער על המחי' ועל הכלכלה זענען זוכה צום היסטאָרישן מאָמענט, צו מסיים זיין כל הש"ס כולו, און אויסשרייען דעם התרגשות'דיגן "הדרן עלך תלמוד בבלי" במעמד אלופי אלפי ישראל יחד כל לומדי החבורה. דער גרויסער סיום איז דער געשפּרעך פון טאָג אומעטום, באַגלייט מיט אויסטערלישע שעצונג און אַנערקענונג צו די חשובע הוגי תורה וועלכע זענען זוכה צו דעם גליקליכן מאָמענט לשמוח בשמחת התורה.
דער גרויסאַרטיגער "סיום הש"ס" צייכנט אָפּ אַ רעוואָלוציאָנערישע מהפּיכה אין אַלע קהלות קדושות בישראל ובפרט בתוככי קהלתינו הק' קהל עדת סאַטמאַר, דער וועג-ווייזער און באַלייכטער פאר אַלע קהלות הקודש, עס רופט אויס מיט התרגשות אז די תורה הקדושה האָט א קיום! דער עם הנבחר שטאלצירט מיט די טויזנטער בעלי בתים און יונגעלייט וועלכע הארעווען שווער אויף פרנסה, און מיט דעם אַלעם האָבן זיי פאר צוועלף גאנצע יאָר, טאָג-איין-טאָג-אויס, זיך אַוועקגעריסן פון אַלע זייערע עסקים און געהאָרעוועט לעסוק בדברי תורה אַ-בלאַט-נאָך-אַ-בלאַט מיט עמל ויגיעה, ביז זיי האַלטן היינט ביי דעם פייערליכן מאָמענט אַז זיי זענען זוכה מסיים צו זיין ש"ס!
"זְכוֹר שְׁנֵים עָשָֹר"! – גאנצע צוועלף יאָר איז זיך פארלאפן זינט דער רועה נאמן ומנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט מייסד געווען די חבורה "תורתך שעשועי" מיטן ציל צו לערנען על סדר הש"ס מיט בחינות. ביום זאת חנוכה תשע"ג איז געווען דער היסטארישער טאג וואס האט נאכגעברענגט אזויפיל התמדת התורה און עמל בתורה אין די לאַנגע קייט פון מסכתות הש"ס, צו לערנען, חזר'ן און קענען די בלעטער, ביז מ'איז יעדן חודש אָנגעקומען צו די בחינה. היינט ווען מ'קוקט צוריק אויף דעם לאַנגן וועג פון יגיעת התורה, "את כל התלאה אשר מצאתנו", רופט זיך ארויס דער לויב-געזאנג: אשרינו שהגענו! אשרינו ומה טוב חלקינו!
פאר העכער צוועלף יאר האט די הייליגע חבורה "תורתך שעשועי" געשיינט לעכטיגע שטראלן פונעם אור התורה אינעם לעבן פון טויזנטער גליקליכע בעלי בתים איבער דער גארער וועלט. די טויזנטער לומדים האבן זיך מייגע געווען בעמלה של תורה אויף א געוואלדיגן פארנעם, "בבוקר יאכל טרף ולערב יחלק שלל", אינדערפרי און ביינאכט, פארטאגס און באישון לילה, "ותדד שנתי מעיני", לאנגע שלאפלאזע פארטאגס'ן און שבת נאכמיטאג'ס, אנגעפילטע שעות פון ליל שישי'ס און זונטאג'ס זענען געווארן פארנוצט לעסק התורה, ביז מ'איז ב"ה אנגעקומען צום גליקליכן טאג, ווען מ'וועט בשמחת התורה מיט טיפע התרגשות פייערן דעם "סיום הש"ס", און לויבן השי"ת דעם נותן התורה, "ברוך המקום ברוך הוא ברוך שנתן תורה לעמו ישראל ברוך הוא", אויף די געוואלדיגע זכי' וואס מ'האט דערלעבט זיך צו קענען משמח זיין בשמחת התורה.
די הייליגע ש"ס-חבורה "תורתך שעשועי" האט אויפגעפלאקערט די הערצער פון טויזנטער אידן צו ווערן צוגעצויגן צו די הייליגע בלעטער גמרא! די הייליגע ש"ס-חבורה "תורתך שעשועי" האט געברענגט דעם מתיקות התורה אין טויזנטער שטובער צו שפירן ווי זיס ס'איז ווען מ'ענדיגט איין מסכתא נאך די אנדערע!
די הייליגע ש"ס-חבורה "תורתך שעשועי" איז דער וועג-ווייזער פאר די "תורה חבורות" פון אלע קהלות הקודש בישראל איבער גרעיטער ניו יארק און די גאנצע וועלט! די הייליגע ש"ס-חבורה "תורתך שעשועי" איז א מאגנאט! אלע חברים אין די חבורה שפירן די מתיקות התורה און לאזן נישט אויס קיין איין טאג פון קביעות עתים לתורה!
די הייליגע ש"ס-חבורה "תורתך שעשועי" האט זוכה געווען צו עפענען דעם וועג צו לערנען איין מסכתא נאך די אנדערע, אלע סדרים, אריינגערעכנט אויך די רייכע מסכתות אין סדר קדשים, וואס קומט נישט אויס אזוי אפט צו לערנען.
די הייליגע ש"ס-חבורה "תורתך שעשועי", האט געאקערט, געזייט, געפלאנצט, געשוויצט און געשלעפט דעם לאנגן וועג, דער וועג וואס איז געווען אזוי שווער אבער אזוי געשמאק, אזוי לאנג אבער אזוי לעכטיג, און ענדליך שטייט מען ביים 'ברנה יקצורו', ווען טויזנטער לומדים וועלן אין געציילטע וואכן ארום מסיים זיין גאנץ ש"ס, מיט א הארציגע מעלאדיע פון שמחת התורה וועלן זיי אויסרופען: "הדרן עלך כולה תלמודא"!
"תורתך שעשועי" האט אין די לעצטע צוועלף יאר געשיקט דעם הילכיגן מעסעדזש וואס איז נוקב ויורד, אז יעדער איד, אפילו א בעה"ב אדער ארבייטער וועלכער איז טרוד רוב שעות אין טאג על המחי' ועל הכלכלה קען ארויסנעמען זיין חלק אין די תורה הק', און "טרעפן צייט" אדוכצולערנען גאנץ ש"ס קלאר און גרונטליך, מען דארף נאר 'ארויפטאנצן אויפן וואגן' און זיך מיטכאפן מיטן שטראם אינאיינעם מיט די גליקליכע לומדים, און מיטן כח הרבים קען מען דאס אדורכמאכן, וכל התחלות קשות אבל מכאן ואילך יערב לכם.
שווערע הונדערטער תלמידי חכמים, בעלי בתים נכבדים, אברכים יקרים, האבן אין לויף פון די יארן אדורכגעלערנט, גע'חזר'ט און זיך געלאזט פארהערן אויף "אלע מסכתות הש"ס", אנגעהויבן פון מס' ברכות אין סדר זרעים, ביז נאך די לעצטע מסכתא, און יעצט שניידט מען די פירות פון די שווערע האראוואניע, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, ווען מ'האט ב"ה דערלעבט די גליקליכע מינוטן, מ'שטייט ביים סאמע שפיץ פון שמחת התורה, קוקט מען צוריק מיט קורת רוח און הנאה אויף די לעצטע יארן, און עס שרייט זיך ארויס מיט שמחה און התרגשות: "ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה".
אלס ריכטיגער שליסל פון כבוד התורה, איז דער יום הסיום זעלבסט באשטימט געווארן אלס "יום לימוד כל הש"ס", ווען די אלפי בני החבורה, זקנים עם נערים, חדשים גם ישנים, וועלן אינאיינעם נאכאמאל איבערלערנען "גאנץ ש"ס", אין איין טאג, אויף איין פלאץ, אין די שעות איידער דער היסטארישער מעמד סיום הש"ס.
"כל התורה כולה על רגל אחת"! אין דעם סדר פון "לימוד כל הש"ס" איז דער ריזן ציפער פון 2,711 דפים פון די 36 מסכתות הש"ס געווארן צוטיילט צווישן די אלפי לומדים, צו לערנען כאיש אחד בלב אחד, אין איין טאָג, אויף איין פּלאַץ, אין די שעות איידער דער היסטאָרישער "סיום כל הש"ס", און אינאיינעם אַדורכלערנען "גאנץ ש"ס", אין א אחדות'דיגע אטמאספערע, מיט א פייערדיגן קול תורה, וכולהון מתאחדין בתורתינו הקדושה.
דער העכסט-היסטארישער תורה'דיגער רעיון איז געווארן אויסגעארבעט דורך די געטרייע חברי הנהלה פון "תורתך שעשועי", מיט די ברכת הקודש פונעם גרויסן מייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועלכער האט אויסגעדריקט א געוואלדיגן קורת רוח און חיבה יתירה צו דעם רעיון, וואס איז אין די בחינה פון 'יגעת ומצאת', דורך זיך מייגע זיין אזויפיל יארן אדורכצולערנען גאנץ ש"ס, וועט מען יעצט זוכה זיין צו קענען אדורכלערנען אינאיינעם גאנץ ש"ס, אלע בני החבורה אינאיינעם.
גאר איבערראַשענד איז פאר די חברי החבורה צו הערן אז אויך הגאונים הצדיקים רבני ומורי צדק שליט"א האבן זיך אנגעשלאסן אין לימוד כל הש"ס, ובראשם מלכם, דער גרויסער מייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט זוכה געווען אין "השלמת התורה", מיט די לעצטע דפים פון ש"ס תלמוד בבלי, וואס דער רבי שליט"א וועט לערנען אינאיינעם מיט זיעו לאַנגיעריגע חברותא הגאון הצדיק אבד"ק ור"מ ראשית חכמה שליט"א.
זונטאג שלח, ביום י"ט סיון הבעל"ט, וועט דער גרויסער מעמד הסיום ווערן אפגעראכטן אין די ריזן זאלן פון "ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש" אין מאנסי אומגעגנט. מאסן לומדים, מסיימים ומתחילים וועלן זיך ארויסלאזן אויף די וועגן אין די פריע פארמיטאג שעה'ן צום "מעמד לימוד כל הש"ס" וואס ווערט אפגעהאלטן באותו מקום ובאותו זמן, וואו אלע גאנץ סאטמאר וועט אינאיינעם אדורכלערנען גאנץ ש"ס, און דאן, בשעה 4:45, וועט פארקומען די היסטארישע חגיגה, דער מעמד "סיום והתחלת הש"ס".
אין די יעצטיגע טעג, קומענדיג נאנטער צום יום הסיום, ווערן שוין ביסלעכווייז פארעפנטליכט די דראמאטישע דעטאלן פונעם זעלטן אינהאלטסרייכן סדר המעמד, וואס וועט אויף אן ערשטמאליגן באגריף פארמירן א העכסט קאלירפולע פראגראם פון שפאנענדע אויפטריטן און גייסטרייכע מאמענטן וואס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור האלפים דורכאויס די שעות של קורת רוח ותענוג רוחני, בשמחת ודביקות בתורה.
נאך א סעודה רחבה כיד המלך, וועט מען האבן דעם כבוד צו הערן די אמרי נועם בדברי פי חכם חן פונעם בארימטער מגיד מישרים, הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מרבני החבורה, מרביץ תורה והוראה בקרב ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג, וועלכע וועט שטיין אין שפיץ פונעם מעמד קדוש ונשגב, מיט זיינע בליציגע פערל רייד, דברי חכמים בנחת ובמתיקות נשמעין, וה' נתן חכמה לשלמ"ה.
צווישן די הויכפונקטן פונעם מעמד קדוש ונשגב וועט זיין די דראמאטישע אויפטריטן וואס וועט געהערט ווערן ביי די שורת הדרשות פון די נואמי הכבוד שליט"א, געהויבענע וועלט-בארימטע מגידים ונואמים בחסד עליון, וועלכע וועלן משמיע זיין דעם דבר ה' ברמה בשבח התורה ולומדי'.
א ספעציעלע שפאנונג ווערט ערווארטעט צו די צענטראַלע דרשת "נואם הכבוד" דורך דעם וועלט-באַרימטער מלהיב לבבות ונואם בחסד עליון הרב הגאון המפורסם רבי אפרים וואַקסמאַן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק מאנסי יצ"ו, וועלכער איז מפורסם מיט זיינע דרשות נלהבות בשבח התורה ולומדי', און וועט אויפשטורמען די הערצער פון די אלפי המשתתפים אין סאַמע צענטער פון מעמד אדיר מיט פייערדיגע ווערטער וואס וועט עלעקטריזירן די טויזנטער משתתפים, און גיסן עמערס מיט חיזוק והתעלות צו גיין מחיל אל חיל בהתחלת הש"ס מחזור שני.
א מאמענט פון כבוד מחזיקי תורה, און כבוד מקימי תורה, א מאמענט פון חיזוק פאר די לומדים ומסיימים, א מאמענט פון אינספיראציע פאר די פרישע מתחילים, וועט ווי געווענליך זיין דער שטארקער אויפטריט פונעם מנהל ופטרון החבורה, הרבני התורני הנדיב המפורסם מו"ה יצחק שווארץ הי"ו. די דרשות פון ר' יצחק זענען ווי געווענליך פון די שענסטע הויכפונקטן פונעם מעמד הסיום, צו זען דעם אש להבה וואס ברענט אין זיין הארץ צו שלעפן נאך אידן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה, ונאה דורש נאה מקיים, ער זעלבסט איז מרביץ תורה אין די חבורה, מדי יום ביומו ושבת בשבתו, פאר מערערע קבוצות פון לומדי ש"ס, ומוזיל זהב מכיסו מיט סכומים עצומים להגדיל תורה ולהאדירה, ובדין הוא שיטול שכרו בתוך קהל עדת מי מנה.
על עם קדשך לדבר עמם, קול ה' בהדר – דער שפיץ פונעם מעמד קדוש ונשגב וועט זיין די דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דער רועה נאמן דעביד לתורה שלא תשתכח מישראל, דורך זיינע פעולות נמרצות להגדיל תורה ולהאדירה, אוועקצושטעלן חבורות חבורות ללימוד התורה, פון וואס די גאנצע חסיד'ישע וועלט האט היינט הנאה און איז מרומם דעם קרן התורה בכל מקום שהוא. דער רבי שליט"א וועט דערביי משמיע זיין אמרי חיזוק והתעלות פאר די אלפי לומדי תורה, את הדרך ואת המעשה אשר נעשה.
אין די לעצטע וואכן זענען טויזנטער זיצן שוין געווארן אויספאַרקויפט. "מתחילים" און "געלאַדענטע אורחי המסיימים" רעגיסטרירט שוין אייער זיץ אויפן "קול הסיום", 718.970.8976, וואו די איינגעשריבענע וועלן ערהאלטן אַ "איינטריט קאַרטל" צום מעמד, וואס וועט ווערן געסקענט דורך א סאַפיסטיקירטע "באַר קאָוד סיסטעם". מען וועט נישט קענען אַריינקומען צום מעמד אָן אַ "איינטריט קאַרטל"!
כל עדת סאטמאר קוקט ארויס מיט שפאנונג צו די שעות של התרוממות, שעות של דביקות, שעות של התקשרות צום נותן התורה, וואס מ'וועט בעז"ה מיטלעבן דעם קומענדיגן זונטאג שלח הבעל"ט, במקהלות אלפי ישראל.
כולהון מתאחדין בתורה הקדושה.
לִהְיוֹת מוּכָן וּמְזֻמָן מֵאוֹתָם הַנוֹחֲלִים לַחֲזוֹת בְּנוֹעַם ה':
טויזנטער זיצן שוין אויספאַרקויפט;
"מתחילים" און "געלאַדענטע אורחי המסיימים" רעגיסטרירט שוין אייער זיץ:
"קול הסיום"
718.970.8976
סאַפיסטיקירטע "באַר קאָוד סיסטעם" וועט סקענען אַלע קאַרטלעך ביים אַריינקומען אין זאַל.
מען וועט נישט קענען אַריינקומען צום מעמד אָן אַ "איינטריט קאַרטל"!

נישט אויף די וועבסייט צעטלעך און נישט אויף די קליפס האט מען איהם געפרעגטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 1:39 pm בנוגע אלע טענות, ס'איז דא גערעכטע טענות אויף פרטים אהער און אהין, ווייל ס'איז טאקע דא זאכן וואס ווערן געטון מיט א בעלבאטישע בליק און ס'געדויערט אמאל צייט ביז די ריכטיגע מענטשן זענען מעורר (ווייל סתם העצערס טוען מער אויף די פארקערטע... ווי אין רוב פעלער), און ביז יעדע פרט ווערט געשטעילט ריכטיג.
אבער ווי דער וומסב"ג רב שליט"א האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה פאר די עסקני "קבעת" אין וומסב"ג, קומט גרויס קרעדיט פאר די חבורה און איר מייסד דער שעפערישער מזכה את הרבים הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ, אז ער הערט אויס א דעת תורה, און ער האט שוין געטוישט גאר אסאך פארגעשלאגענע פלענער בלויז צוליב א ווארט פון די רבני ודייני הקהלה.
קומענדיגע אנהויב וואך גייט אי"ה נאכאמאל זיין אן אסיפה ביים וומסב"ג רב, וואו ס'וועט ווערן אויסגעשטעלט אלע ווייטערדיגע נקודות וואס ליגן אויפ'ן טיש. און אזוי ווי ביז אהער וועט אלעס גיין עפ"י דעת תורה. מ'וועט ווייטער בויען תורה מיט תורה! און יעצט, אנשטאט קריטיק קען מען געבן חיזוק!
זיך אריין ווישן אין וומב"ס רב אלע שמוץ איז נישט שיין און נישט מענטשליך
נאכן טוהן אלעז פאר אפאר חדשים גייט מען קומענדיגע וואך פרעגן וואס מען מעג
#אבא האיך מעשרין את המלח....
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15268
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
@פינטל ביטע איבערליינען, מיט א רואיגקייט.
ייש"כ...
ייש"כ...
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
העצן טאר מען נישט, אבער רעדן פון פראבלעמען דארף מען יא וויבאלד אזוי קען מען עס פארעכטן,פינטל האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 2:25 pmנישט אויף די וועבסייט צעטלעך און נישט אויף די קליפס האט מען איהם געפרעגטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 1:39 pm בנוגע אלע טענות, ס'איז דא גערעכטע טענות אויף פרטים אהער און אהין, ווייל ס'איז טאקע דא זאכן וואס ווערן געטון מיט א בעלבאטישע בליק און ס'געדויערט אמאל צייט ביז די ריכטיגע מענטשן זענען מעורר (ווייל סתם העצערס טוען מער אויף די פארקערטע... ווי אין רוב פעלער), און ביז יעדע פרט ווערט געשטעילט ריכטיג.
אבער ווי דער וומסב"ג רב שליט"א האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה פאר די עסקני "קבעת" אין וומסב"ג, קומט גרויס קרעדיט פאר די חבורה און איר מייסד דער שעפערישער מזכה את הרבים הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ, אז ער הערט אויס א דעת תורה, און ער האט שוין געטוישט גאר אסאך פארגעשלאגענע פלענער בלויז צוליב א ווארט פון די רבני ודייני הקהלה.
קומענדיגע אנהויב וואך גייט אי"ה נאכאמאל זיין אן אסיפה ביים וומסב"ג רב, וואו ס'וועט ווערן אויסגעשטעלט אלע ווייטערדיגע נקודות וואס ליגן אויפ'ן טיש. און אזוי ווי ביז אהער וועט אלעס גיין עפ"י דעת תורה. מ'וועט ווייטער בויען תורה מיט תורה! און יעצט, אנשטאט קריטיק קען מען געבן חיזוק!
זיך אריין ווישן אין וומב"ס רב אלע שמוץ איז נישט שיין און נישט מענטשליך
די חילוק איז מען דארף רעדן בלויז פון די נושא אבער נישט פונ'ם פערזאן,
דאס דארף זיין קלאר אז קיין שום סטאנדארד אין אידישקייט אדער דרגא פון אונזער הייליגע קהלה טאר נישט אראפפאלן וויבאלד מען וויל דורכדעם בויען התעוררות ללימוד התוה"ק, מען קען אנקומען גאר ווייט מיט כשר'ע פראפאגאנדע, און אפי' אויב נישט הייליגט נישט די ציל די מיטלען.
אין פאקט די מארגנים זענען עכט חשוב'ע אידן וואס מיינען גאר אמת'דיג די זאך מען זעהט אז זיי טוען צו די זאך,
מען זעהט אז זאכן ווערן פאראכטן,
היינט איז נישט ארויסגעפארן קיין ווידיא כאטש די לעצטע 2 טעג יא, זעהט אויס די מארגנים דערהערן דעם קול הציבור, לאמיר האפן אז ס'זאל ממשיך זיין לטובה.
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 560
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 838
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
איך ווייס פאר א פאקט אז מ'האט אים געפרעגט וועגן די וועבסייט.פינטל האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 2:25 pmנישט אויף די וועבסייט צעטלעך און נישט אויף די קליפס האט מען איהם געפרעגטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 1:39 pm בנוגע אלע טענות, ס'איז דא גערעכטע טענות אויף פרטים אהער און אהין, ווייל ס'איז טאקע דא זאכן וואס ווערן געטון מיט א בעלבאטישע בליק און ס'געדויערט אמאל צייט ביז די ריכטיגע מענטשן זענען מעורר (ווייל סתם העצערס טוען מער אויף די פארקערטע... ווי אין רוב פעלער), און ביז יעדע פרט ווערט געשטעילט ריכטיג.
אבער ווי דער וומסב"ג רב שליט"א האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה פאר די עסקני "קבעת" אין וומסב"ג, קומט גרויס קרעדיט פאר די חבורה און איר מייסד דער שעפערישער מזכה את הרבים הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ, אז ער הערט אויס א דעת תורה, און ער האט שוין געטוישט גאר אסאך פארגעשלאגענע פלענער בלויז צוליב א ווארט פון די רבני ודייני הקהלה.
קומענדיגע אנהויב וואך גייט אי"ה נאכאמאל זיין אן אסיפה ביים וומסב"ג רב, וואו ס'וועט ווערן אויסגעשטעלט אלע ווייטערדיגע נקודות וואס ליגן אויפ'ן טיש. און אזוי ווי ביז אהער וועט אלעס גיין עפ"י דעת תורה. מ'וועט ווייטער בויען תורה מיט תורה! און יעצט, אנשטאט קריטיק קען מען געבן חיזוק!
זיך אריין ווישן אין וומב"ס רב אלע שמוץ איז נישט שיין און נישט מענטשליך
נאכן טוהן אלעז פאר אפאר חדשים גייט מען קומענדיגע וואך פרעגן וואס מען מעג
#אבא האיך מעשרין את המלח....
כ'קען פארשטיין די פרוסטוראציע פון כולל אינגעלייט וואס זיצן א גאנצן טאג על התורה און פילן זיך הייליג מיטן שרייבן אויף אידטיש, אז זיי ווערן בייז ווען זיי זעהן אז מ'שטעלט זיך צו צי מענטשן וואס ניצן די אינטערנעט מער וויפיל השמיעינו לאזט, אבער אזוי לאנג ווי איר האט נישט קיין פאזיציע אלס דיין איז אייער מיינונג אירעלעווענט וויזוי מ'זאל פירן די קאמפיין.
דערמאן זיך ווי די בעלי השמיעינו האבן געטאנצן הערנדיג ווי האדמו"ר מהר"א איז מתיר אנליין שאפינג - וואס דעי חברה האבן געארבייט צו פארבאטן. אבער א דעת תורה ווייסט פונקטליך ווי איין און ווי אויס, וואס ס'איז מותר און וואס ס'איז אסור. און ווען מענטשן זאלן וויסן וואס ר' יצחק האט שוין אלס אויפגעגעבן צוליב דעת תורה וואלטן זיי נישט געשריבן אזעלכע עשו פסוקים אויף אים.
ס'מיר א ווינדער איר ווייסט נישט אבער ביי דעם מעמד גייט נישט זיין קיין סקרינס ביי די פרויען. נישט מיט קיין סעקיוריטי תירוץ, נישט מיט קיין צעטיל אז ס'איז הארדווייערד נישט קביעות'דיג, אן דעי אלע שטותים תירוצים ַ דעי באשלוס איז מסירות נפש ממש און מ'טוט עס נאר ווייל די רבנים האבן עס נישט געוואלט מתיר זיין, אפילו מ'מאכט עס אין א גרויסע זאל. און די באשלוס איז שוין געווען אפאר וואכן צוריק, וואס האקסטו אין קאפ אז מ'טוט ''
אלעז פאר אפאר חדשים גייט מען קומענדיגע וואך פרעגן וואס מען מעג
#אבא האיך מעשרין את המלח....
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 212
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 408
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
תורה תהא אמונתי:
הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א האט ביי שלש סעודות ארומגערעדט איבער די גרויסע שמחה פון ענדיגן ש''ס, וואס איז גאר גרויס.
דערביי האט דער רב מעורר געווען אז אויסער לערנען ש''ס דארף מען געדענקען צו לערנען חומש רש''י יעדע וואך און אויך אלע אנדערע פליכטן זאל מען נישט גורע זיין.
אויך אז דאס שלעפן צו לימוד התורה זאל קיינמאל נישט זיין דורך קליפס אדער אנדערע נישט היימישע מיטלען.
די התעוררות קומט א טאג בעפאר א פרישע אסיפה בביתו וואו דער רב וועט זיצן מיט די געטרייע עסקני ומנהלי ''תורתך שעשועי'' וועלכע קומען אויסארבעטן אז יעדע שריט פון יעדן עסקן פרטי וואס העלפט ארויס באיזה אופן, אלעס בלי יוצא מן הכלל זאל זיין ריין און לויטער.
שישו ושמחו בשמחת התורה.

- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:12 pm
- x 97
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:12 pm
- x 97
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
וויפיל מאל לערנט מען דורך ש"ס ביום הסיום? געוויסע דפים זעה איך מער ווי איין נאמען און געוויסע נישט.
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 4:58 pmאיך ווייס פאר א פאקט אז מ'האט אים געפרעגט וועגן די וועבסייט.פינטל האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 2:25 pmנישט אויף די וועבסייט צעטלעך און נישט אויף די קליפס האט מען איהם געפרעגטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 1:39 pm בנוגע אלע טענות, ס'איז דא גערעכטע טענות אויף פרטים אהער און אהין, ווייל ס'איז טאקע דא זאכן וואס ווערן געטון מיט א בעלבאטישע בליק און ס'געדויערט אמאל צייט ביז די ריכטיגע מענטשן זענען מעורר (ווייל סתם העצערס טוען מער אויף די פארקערטע... ווי אין רוב פעלער), און ביז יעדע פרט ווערט געשטעילט ריכטיג.
אבער ווי דער וומסב"ג רב שליט"א האט ארויסגעברענגט ביים מסיבה פאר די עסקני "קבעת" אין וומסב"ג, קומט גרויס קרעדיט פאר די חבורה און איר מייסד דער שעפערישער מזכה את הרבים הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ, אז ער הערט אויס א דעת תורה, און ער האט שוין געטוישט גאר אסאך פארגעשלאגענע פלענער בלויז צוליב א ווארט פון די רבני ודייני הקהלה.
קומענדיגע אנהויב וואך גייט אי"ה נאכאמאל זיין אן אסיפה ביים וומסב"ג רב, וואו ס'וועט ווערן אויסגעשטעלט אלע ווייטערדיגע נקודות וואס ליגן אויפ'ן טיש. און אזוי ווי ביז אהער וועט אלעס גיין עפ"י דעת תורה. מ'וועט ווייטער בויען תורה מיט תורה! און יעצט, אנשטאט קריטיק קען מען געבן חיזוק!
זיך אריין ווישן אין וומב"ס רב אלע שמוץ איז נישט שיין און נישט מענטשליך
נאכן טוהן אלעז פאר אפאר חדשים גייט מען קומענדיגע וואך פרעגן וואס מען מעג
#אבא האיך מעשרין את המלח....
כ'קען פארשטיין די פרוסטוראציע פון כולל אינגעלייט וואס זיצן א גאנצן טאג על התורה און פילן זיך הייליג מיטן שרייבן אויף אידטיש, אז זיי ווערן בייז ווען זיי זעהן אז מ'שטעלט זיך צו צי מענטשן וואס ניצן די אינטערנעט מער וויפיל השמיעינו לאזט, אבער אזוי לאנג ווי איר האט נישט קיין פאזיציע אלס דיין איז אייער מיינונג אירעלעווענט וויזוי מ'זאל פירן די קאמפיין.
דערמאן זיך ווי די בעלי השמיעינו האבן געטאנצן הערנדיג ווי האדמו"ר מהר"א איז מתיר אנליין שאפינג - וואס דעי חברה האבן געארבייט צו פארבאטן. אבער א דעת תורה ווייסט פונקטליך ווי איין און ווי אויס, וואס ס'איז מותר און וואס ס'איז אסור. און ווען מענטשן זאלן וויסן וואס ר' יצחק האט שוין אלס אויפגעגעבן צוליב דעת תורה וואלטן זיי נישט געשריבן אזעלכע עשו פסוקים אויף אים.
ס'מיר א ווינדער איר ווייסט נישט אבער ביי דעם מעמד גייט נישט זיין קיין סקרינס ביי די פרויען. נישט מיט קיין סעקיוריטי תירוץ, נישט מיט קיין צעטיל אז ס'איז הארדווייערד נישט קביעות'דיג, אן דעי אלע שטותים תירוצים ַ דעי באשלוס איז מסירות נפש ממש און מ'טוט עס נאר ווייל די רבנים האבן עס נישט געוואלט מתיר זיין, אפילו מ'מאכט עס אין א גרויסע זאל. און די באשלוס איז שוין געווען אפאר וואכן צוריק, וואס האקסטו אין קאפ אז מ'טוט ''אלעז פאר אפאר חדשים גייט מען קומענדיגע וואך פרעגן וואס מען מעג
#אבא האיך מעשרין את המלח....
222555 האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 2:40 am תורה תהא אמונתי:
הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א האט ביי שלש סעודות ארומגערעדט איבער די גרויסע שמחה פון ענדיגן ש''ס, וואס איז גאר גרויס.
דערביי האט דער רב מעורר געווען אז אויסער לערנען ש''ס דארף מען געדענקען צו לערנען חומש רש''י יעדע וואך און אויך אלע אנדערע פליכטן זאל מען נישט גורע זיין.
אויך אז דאס שלעפן צו לימוד התורה זאל קיינמאל נישט זיין דורך קליפס אדער אנדערע נישט היימישע מיטלען.
די התעוררות קומט א טאג בעפאר א פרישע אסיפה בביתו וואו דער רב וועט זיצן מיט די געטרייע עסקני ומנהלי ''תורתך שעשועי'' וועלכע קומען אויסארבעטן אז יעדע שריט פון יעדן עסקן פרטי וואס העלפט ארויס באיזה אופן, אלעס בלי יוצא מן הכלל זאל זיין ריין און לויטער.
שישו ושמחו בשמחת התורה.
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
ק"פ פון אייוועלט222555 האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 2:40 am תורה תהא אמונתי:
הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א האט ביי שלש סעודות ארומגערעדט איבער די גרויסע שמחה פון ענדיגן ש''ס, וואס איז גאר גרויס.
דערביי האט דער רב מעורר געווען אז אויסער לערנען ש''ס דארף מען געדענקען צו לערנען חומש רש''י יעדע וואך און אויך אלע אנדערע פליכטן זאל מען נישט גורע זיין.
אויך אז דאס שלעפן צו לימוד התורה זאל קיינמאל נישט זיין דורך קליפס אדער אנדערע נישט היימישע מיטלען.
די התעוררות קומט א טאג בעפאר א פרישע אסיפה בביתו וואו דער רב וועט זיצן מיט די געטרייע עסקני ומנהלי ''תורתך שעשועי'' וועלכע קומען אויסארבעטן אז יעדע שריט פון יעדן עסקן פרטי וואס העלפט ארויס באיזה אופן, אלעס בלי יוצא מן הכלל זאל זיין ריין און לויטער.
שישו ושמחו בשמחת התורה.
*פאלגענד ציטירן מיר גאר שטארקע דיבורים בנוגע די גרויסע מעמד סיום הש''ס בתוככי מסגרת תורתך שעשועי זענען געהערט געווארן פון הגה"צ וומ''ס רב שליט"א הײנט ביי שלש סעודות:*
"... ס'איז א גרויסע שמחה ביי אונז אין די קהלה ווען הונדערטער אידן ענדיגן ש"ס אין די טעג אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי, ס'איז א שמחה וואס מ'קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, אידישע קינדער האבן זיך מייגע געווען לילות כימים! אין די קומענדיגע טעג וועט מען בעז"ה פראווענען די סיום ברוב עם ארויסצוהייבן לשבח די הונדערטער מסיימים! אשרינו מה טוב חלקנו..."
"... ס'איז דא אידן וואס האבן טענות אויף געוויסע זאכן, יעדער פארשטייט אבער אז אויב וויל מען באמת אויפטון אין די ענין איז בעסער מ'זאל נישט רעדן דערפון ברבים, אז מ'וועט ארבעטן אויף א פריוואטע פארנעם וועט מען סאך מער אויפטון..."
"... איך וויל אבער רעדן צו די אידן וועלכע זענען נישט מסיים ש"ס ביי די יעצטיגע סיום, כ'האף אז מ'געט נישט די געפיל ווי כאילו זייער תורה איז נישט גענוג ווערד, ס'איז דא אידן וואס ארבעטן ביטער שווער על המחי' ועל הכלכלה און קענען קוים קוים דעריאגן דורכצולערנען אן עמוד גמרא מיט א קלארקייט, דאס איז חוץ פון דעם וואס אסאך אידן דארפן ארויסהעלפן אינדערהיים מיט מסירות נפש און פארמאגן נישט די צייט פאר אזא גרויסע שיעור נאכדעם איז דא כלי קודש וואס זענען מער עוסק אין הלכה און ס'איז נישט מעגליך פאַר זיי אנצוקומען די שיעורים - חלילה צו זאגן זײ זענען עפעס ווייניגער חשוב! אוודאי, די אידן וואס האבן נאך יא איבריג צייט אין טאג, זיכער זאלן זיי זיך לערנען פון דעם אז מ'קען אנקומען סאך מער ווי מ'מיינט און אוודאי זאלן זיי זיך איינשרייבן און זיך מיטככאפן מיטן צווייטן מחזור פון תורתך שעשועי..."
דאן האט דער רב מאריך געווען איבער דאס וואס האט זיך אריינגעכאפט בקצה המחנה צו מיטהאלטן שיעורים אין תורה אויף די כלים הטמאים און מסביר געווען דעם ענין אז ס'קען נישט זיין אז א זאך וואס האט ליידער אזויפיל חרוב געמאכט און אזויפיל פארדארבן זאל קענען ברענגען גוטע זאכן, און אז דאס איז געווען די גאנצע מלחמה פונעם הייליגן חתם סופר איבער לערנען בלשונות העמים, און דערמיט האט דער רב אויסגעפירט "ענדערש נישט צו לערנען ווי צו לערנען אויף אזא אופן! א זאך וואס נייגט אוועק מדרך המסורה איז אינגאנצן מופרך בײ אונז!"
צוריק ארויף
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 560
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 838
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
די רב האט גערעדט פון קליפס????פינטל האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 5:09 amחלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 4:58 pmאיך ווייס פאר א פאקט אז מ'האט אים געפרעגט וועגן די וועבסייט.
כ'קען פארשטיין די פרוסטוראציע פון כולל אינגעלייט וואס זיצן א גאנצן טאג על התורה און פילן זיך הייליג מיטן שרייבן אויף אידטיש, אז זיי ווערן בייז ווען זיי זעהן אז מ'שטעלט זיך צו צי מענטשן וואס ניצן די אינטערנעט מער וויפיל השמיעינו לאזט, אבער אזוי לאנג ווי איר האט נישט קיין פאזיציע אלס דיין איז אייער מיינונג אירעלעווענט וויזוי מ'זאל פירן די קאמפיין.
דערמאן זיך ווי די בעלי השמיעינו האבן געטאנצן הערנדיג ווי האדמו"ר מהר"א איז מתיר אנליין שאפינג - וואס דעי חברה האבן געארבייט צו פארבאטן. אבער א דעת תורה ווייסט פונקטליך ווי איין און ווי אויס, וואס ס'איז מותר און וואס ס'איז אסור. און ווען מענטשן זאלן וויסן וואס ר' יצחק האט שוין אלס אויפגעגעבן צוליב דעת תורה וואלטן זיי נישט געשריבן אזעלכע עשו פסוקים אויף אים.
ס'מיר א ווינדער איר ווייסט נישט אבער ביי דעם מעמד גייט נישט זיין קיין סקרינס ביי די פרויען. נישט מיט קיין סעקיוריטי תירוץ, נישט מיט קיין צעטיל אז ס'איז הארדווייערד נישט קביעות'דיג, אן דעי אלע שטותים תירוצים ַ דעי באשלוס איז מסירות נפש ממש און מ'טוט עס נאר ווייל די רבנים האבן עס נישט געוואלט מתיר זיין, אפילו מ'מאכט עס אין א גרויסע זאל. און די באשלוס איז שוין געווען אפאר וואכן צוריק, וואס האקסטו אין קאפ אז מ'טוט ''אלעז פאר אפאר חדשים גייט מען קומענדיגע וואך פרעגן וואס מען מעג
#אבא האיך מעשרין את המלח....222555 האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 2:40 am תורה תהא אמונתי:
הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א האט ביי שלש סעודות ארומגערעדט איבער די גרויסע שמחה פון ענדיגן ש''ס, וואס איז גאר גרויס.
דערביי האט דער רב מעורר געווען אז אויסער לערנען ש''ס דארף מען געדענקען צו לערנען חומש רש''י יעדע וואך און אויך אלע אנדערע פליכטן זאל מען נישט גורע זיין.
אויך אז דאס שלעפן צו לימוד התורה זאל קיינמאל נישט זיין דורך קליפס אדער אנדערע נישט היימישע מיטלען.
די התעוררות קומט א טאג בעפאר א פרישע אסיפה בביתו וואו דער רב וועט זיצן מיט די געטרייע עסקני ומנהלי ''תורתך שעשועי'' וועלכע קומען אויסארבעטן אז יעדע שריט פון יעדן עסקן פרטי וואס העלפט ארויס באיזה אופן, אלעס בלי יוצא מן הכלל זאל זיין ריין און לויטער.
שישו ושמחו בשמחת התורה.
טשעק דיינע סארסעס, געוויסע מענטשן הערן זאכן וואס ווערט נישט געזאגט..
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
עמו אנכי, אבער, אז דו מיינסט עס אמתדיג, הייב אן מיט די חבורה און "שרייב דיך נישט אן", וכן אני ינהג אי"הAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pm איך האב א גלוסטעניש צו אנהויבן אבער די קליפס מאכן מיר פארגיין דעם אפעטיט. עס קוקט נישט אויס ווי די חבורה איז פאר מיך
- פרינדזשעס..
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:31 pm
- x 31
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
געהערט פרייטיג אינדערפרי בשם די תורתך עסקנים, אז מען הערט אויף מיט די קליפס,
למעשה איז פרייטאג ארויסגעקומען א פרישע קליפ...
נו מה נענה אבתריה?!
ווילן די עסקנים זיך צושטעלן?
איז בכלל דא א הו"א אז נאך די מיטינג היינט ביים וומ"ס רב וועט זיך עפעס טוישן?

- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 683
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1313
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
תורתך האט ארויסגעגעבן זייער אימעיל ליסטע פאר א יחיד??? מיט וואסערע רעכט?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:44 pm לאמיר טאקע קלארשטעלן דא:
די קליפס און אימעילס ווערן געמאכט און ארומגעשיקט דורך א יחיד וואס האלט אז דאס איז א תועלת. עס האט נישט מיט "תורתך".
מ'האט אפילו געבעטן יענעם ער זאל נישט נוצן תורתך'ס לאגא.
אגב, פרעג סיי וועם פון די וואס האבן גערעדט אויף די ווידיאוס ווער ס'האט זיי געבעטן צו רעדן דערויף... די מהלך פון לייקענען קען נישט ארבעטן אויף א זאך וואס איז גרינג צו וועריפייען
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
עס איז ארויסגיקומען אבער נישט געשיקט געווארן צו זייער ליסטפרינדזשעס.. האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 11:56 am געהערט פרייטיג אינדערפרי בשם די תורתך עסקנים, אז מען הערט אויף מיט די קליפס,