קום לערנען א שטיקל גמרא בבא מציעא דף נ עמוד אשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 10:13 amדי פשט פון די הלכה איז פשוט, טאקע ווייל ס'איז באמת נישט ווערד אזוי פיל און ער בעט נישט געווענטליך אזוי סאך, קען ער נישט נאכדעם מאנען פון דיר אז דו ביסט אים שולדיג כך וכך פאר די ארבעט וואס איך האב דיר געטון.אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:23 amאן אינטערעסאנטע הלכה. איך ווייס נישט צו מען פסקנט היינט אזוי אבער נקודה למחשבה זיכערפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:18 am
מהיכי תיתי אז דאס איז די עדיטוט? אפשר איז עס בלויז א דמיון?
אויב איינער אנטלויפט פון א סכנה און א שיפלער בעט א געשוואלענע פרייז אריבערצופירן, מעג מען זאגן אז מען גייט באצאלן דעם הויכן פרייז און דערנאך איז מען נישט מחיוב צו צאלן מער ווי די געהעריגע פרייז
וואס איז פשט פון די הלכה?
אבער ס'איז לכאורה נישט די זעלבע זאך ווי איינער וואס האט א חפץ צו פארקויפן, ווייל דארט איז זיין תביעה ס"ה אז ער האט געטון א ארבעט פאר דיר, ממילא דארפסטו אים באצאלן וויפיל ער רעכנט נארמאל. אבער דא איז זיין תביעה אז דו וואוינסט אין מיין הויז, אויב ווילסטו נישט באצאלן, וואק ארויס פון דא. דא קענסטו אים נישט ענטפערן אז ס'איז עכט נישט ווערד אזוי פיל, אויב האלטסטו אז ס'איז נישט ווערד, קויף עס נישט.
ווען נישט דער מוכר איז א פריוואטער מענטש וואלט ער געקענט צוריקגעקומען די איבריגע זוז כאטש ער האט קלאר געוואוסט אז די ווערד איז ווייניגער
קרקע איז טאקע אנדערש און יעצט האב איך שוין נישט קיין צייט מער מרחיב צו מען אבער מען זעט פון די גמרא קלאר אז די טענה אז איך מעג רעכענען וויפיל איך וויל איז נישט ריכטיג