א גראסערי ארבעט 40 יאר פאר דיר און האלט יעדן טאג אויף ארבעטערס, און נעמט א געוויסע אנגענומענע פראצענט 30 אדער מער וויפיל עס איז איינגעפירט מער ווייניגער איינער מער און איינער ווייניגערוואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 10:32 pmהאסט פארגעסן צו רעכענען די אינטערעסט וואס מ'צאלט אויפן מארטגעדז.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 8:31 pmגראדע, לגבי דעם נקודה, איך ווייס נישט אין אנדערע געגנטער, אבער אין קרית יואל איז דא מער בויערס ווי גראסעריס.
און איך ווייס נישט פארוואס מ'נעמט זיך נישט צו די ביינער פון די גראסעריס... דו ווייסט וויפיל איך גיי צאלן פאר גראסערי במשך 40 יאר? איבער א מיליאן דאלאר. דא האסטו מיין חשבון:
0.png
און איך בלייב אן גארנישט... ביי מיין דירה בלייב איך כאטש מיט עפעס א קנין אויף אייביג.
נאר וואזשע דען, דער גראסערי מאן האט מזל אז מען צאלט עס פער וואך, נישט אויפאיינמאל.
ווען מ'נעמט א מארטגעדז פון $1,000,000 צאלט מען איבער $2,000,000 דורכאויס די 30 יאר (גערעכנט אינטערעסט 6%).
דאס איז אויסער די טעקסעס, אינשורענס, וכו'.
אה, פארגעסן פון די דאון פעימענט.
דא ארבעט ער אפאר יאר און פארטיג, און ער מאכט וויפיל פראצענט אויף דיר??? קיינער ווייסט נישט און זיי זאגן גארנישט אויס אויך נישט, עס פארט נאר ארויף די פרייז יעדע פאר חדשים, אן קיין תירוצים
יעצט וויפיל בויערס איז דא?? אוודאי איז דא איך ווייס נישט וויפיל מענטשן וואס בויען הייזער, אבער ווען מען רעדט פון עכטע דיוועלאפערס, איז עס זייער ווייניג, אז עס זאל קענען פארעכנט ווערן ווי א קאמפעטישן, ווייל עס איז דא ווייניג און פאר נאך פארשטענדליכע סיבות
און א גראסערי קען יעדע גראסערי צושטעלן גענוג אייער וויפיל עס פעלט אויס, אויך גענוג פאר 8000 משפחות, אז עס גייט אויס באשטעלט מען נאך, מש"כ א הויז
סך הכל, צוצושטעלן הייזער צו גראסעריס, איז אזוי ווי, עסן באנאנעס מיט טאמעיטע דיפ.