דוד צבי זיצט אין זיין אפיס. היינט איז ער אריין געקומען פריער ווי געווענליך נאך וואס ער האט נעכטן געזעהן אז ס'איז נאך דא צופיל אומגעליינטע אימעילס וואס מוזן ווערן געליינט און צוריק געענטפערט ווי אמשנעלסטן, האט ער באשלאסן צו אנשטעלן די וועקער זייגער סזאל אים אויפוועקן שוין זעקס אזייגער, א שעה פריער ווי יעדן טאג און אזוי וועט ער אניאגן מער במשכ'ן טאג.
פארטיפט אין די ארבעט הערט זיך פלוצלינג די טעלעפאן קלינג. דוד צבי געבט א קוק צו זעהן ווער ס'קלינגט. ס'איז די בעל הבית פון די ביזנעס; חיים וויינשטאק. 'אינטערעסאנט, וואס קען ער ווילן פון מיר?' קלערט ער.
"יא חיים, וואס טוט זיך?" הייבט ער אויף "דוד צבי, קום א מינוט ארויף צו מיין אפיס." בעט אים דער בעה"ב. "עהם.. ס'מוז זיין ממש יעצט? איך בין אביסל ביזי דא מיט די אימעיל וואס איך האב נעכטן באקומען, דער קאסטומער טענה'ט אז ער האט קיינמאל נישט באקומען זיין פעקל און איך פראביר אויסצוגעפינען ווי די פעקל איז געבליבן שטעקן." איז ער מסביר. "אקעי, ענדיג עס צו און קום ארויף צו מיך." זאגט חיים.
"נישט קיין פראבלעם ביז א האלבע שעה האף איך צו זיין אויבן"
.
דוד צבי לייגט צוריק די אפיס טעלעפאן אויפן פלאץ און עפעס אן אומהיימליכע געפיל האט אים ארום גענומען. עפעס טיף אין זיין הארץ זאגט אים אז דער חיים מיינט דא נישט קיין גוטס, ער ווייסט אבער נישט וואס יא. ער פרובירט צו ענדיגן די אימעיל וואס ער האט האלט אינמיטן שרייבן, אבער זיין נייגער לאזט נישט נאך. ער באשליסט אז ער גייט שוין יעצט ארויף צו חיים.
ער גייט ארויס פון אפיס און מאכט זיין טריט צום צווייטן שטאק, ארויף צום בעל הבית. ער קלאפט אויפן שיינעם טיר. "יא, קום אריין" הערט זיך חיים'ס קול. ער דרייט דאס הענטל, עפנט דעם טיר און טרעפט חיים זיצן אויפן שיינעם לעדערנעם דרייעדיגן אפיס בענקל ביי די הערליכע מעבל'דיגע ברוינע טיש. א קאמפיוטער ביים זייט מיט א קליינע הייפעלע פון דאקומענטן ביי די אנדערע זייט. אנטקעגן איבער חיים איז דא צוויי בענקלעך און חיים ווייזט אים זיך אראפ צו זעצן אויף איינע פון די בענקלעך.
"דוד צבי וואס טוט זיך? ווי אזוי גייט די דזשאב?" ברעכט חיים דאס שטילקייט.
"ברוך השם, מען קען זיך נישט אפרעדן. ס'איז דא ארבעט, סאיז דא וואס צו טון, און סאיז דא געלט אהיים צו ברעגען פארן געזינדל, ב"ה" ענדיגט דוד צבי מיט א שמייכל. און דא באמערקט ער ווי חיים'ס געזיכט איז געווארן ערנסט.
"קוק אהער דוד צבי, איך וועל גיין גלייך צום פוינט און זאגן פארוואס איך האב דיך אהער גערופן.
די מצב דא אין ביזנעס איז געווארן די לעצטע צוויי חדשים אביסל ענג. אנגעהויבן האט זיך עס, - ווי דו האסט מסתמא מיטגעהאלטן - ווען נאך איינער האט אנגעהויבן צו פארקויפן אויף עמעזאן די זעלבע שיך וואס אונז פארקויף מיר אויף כמעט האלב פרייז."
"יא יא, אוודאי געדענק איך. אבער כ'האב געמיינט אז יענער האט אויפגעהערט צו פארקויפן א צוויי וואכן שפעטער, ניין?"
"אזוי האט מען געמיינט דעמאלט, למעשה האט יענער געעפענט אינגאנצן א נייע וועבסייט ווי דארט פארקויפט ער זיינע שיך. און עפעס האט ער געמאכט א מאסיווע מארקעטינג, איך מיין אויף סאושעל מידיע, פרעג מיך נישט ווייל איך קען מיך נישט אויס און איך בין נישט אינטרעסירט זיך אויסצוקענען מיט די אלע גע'אסר'טע פלאטפארמעס, אבער ער האט געמאכט ריזיגע מארקעטינג און די עולם האט אנגעהויבן צו קויפן ביי אים. אנהייב האב איך געמיינט אז ס'איז עפעס א דורכגאנג אבער ווי א טאג שפעטער האב איך געזעהן אז די מצב איז גארנישט אזוי פויגלדיג. איך האב געהאט נעכטן א מיטינג מיט מיין בוק-קיפער איבער צו גיין די בודזשעט און זען מיט וואס מקען ראטעווען די מצב דא. און אונז זעמיר צוגעקומען צו זייער א ווייטאגליכע החלטה. אונז האמיר געזעהן אז אויב גייט עס ווייטער אזוי ווי יעצט וועט נישט נעמען לאנג און מ'גייט קענען פארמאכן די ביזנעס. ס'איז פשוט געווארן צו א גרויסע לאך אין די בודזשעט. איז האב איך מחליט געווען צו שניידן אביסל מיט די הוצאות.
איז דוד צבי, לאמיר צוגיין צום פוינט. איך האב זייער הנאה פון דיין ארבעט. דו טוסט זייער א גוטע דזשאב. אבער איך מוז דיך זאגן מיט זייער א שווערע הארץ אז איך וועל דיך מוזן אפזאגן פון דיין ארבעט."
בום!
"וואס? חיים? מאכסט א דזשאוק?"
"דוד צבי, איך ווייס אז דו האסט אריין געלייגט דיין נשמה אין די ארבעט. יא, איך ווייס. און וועגן דעם איז מיך עס אזוי שווער ארויס צו זאגן די ווערטער פון מויל. איך פיל מיט מיט דיך דוד צבי. אבער איך האב נישט קיין אנדערע ברירה. און אויב וועל איך לאזן די מצב אזוי ווי ס'איז, וועסטו ממילא מוזן ארויס גיין ווייל די ביזנעס גייט זיך פארמאכן. און דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי איך וועל אפשר קענען ראטעווען עפעס."
"איך קען עס נישט גלייבן! וואס הייסט? וואס טוה איך יעצט? כ'זאל פשוט אהיים גיין?" ער פילט אז נאך א סעקונדע געבט ער א שיס אויס אין א געוויין. ער געבט זיך א שטעל אויף און לויפט ארויס פון אפיס.
"דוד צבי... איין מינוט, איין מינוט… כ'האב נאכנישט געענדיגט צו רעדן מיט דיר." שרייט חיים
דוד צבי איז שוין נישט דארט. ער איז אויפן וועג צום ביה"כ ווי ער שיסט אויס אין א געוויין.
אבער נישט סתם געוויינט, ער וויינט מיט זידיגע טרערן. אנהייב האט ער זיך נאך אביסל געשעמט, ער איז 29 יאר. אבער נאר פון טראכטן אז ער איז געענדיגט מיט זיין ארבעט, האט אים שוין צוגעברענגט זיך נישט צו קענען באהערשן.
חיים זיצט געשמידט צום לעדערנעם בענקל, ער קען נישט גלייבן וואס דא איז פארגעקומען די לעצטע פינף מינוט. וואס האב איך שוין געטון? איך האב אים פראבירט שיין מסביר צו זיין אז איך וואלט אים געוואלט האלטן אבער איך קען פשוט נישט. דארף איך אים אפשר יא האלטן? איז עס נישט ריכטיג וואס איך טו יעצט? עהם.. הער איך גוט? וואס איז די געוויין? טאקע?! דוד צבי זיצט אין ביה"כ און וויינט! וואס טוה איך דא?
חיים פרובירט צו צאמנעמען זיינע מחשבות, וואס טוט מען דא? ער האט באשלאסן ער גייט אנקלינגען א גוטע איד זיך דורך רעדן מיט אים. זיך דורך רעדן מיט א צווייטע געטרויבארע מענטש איז אייביג א געווינטשענע זאך און בפרט אין אזעלכע סיטואציעס. וועם קלינגט מען? אה, ר' שאול דוד, איך האב שוין לאנג נישט גערעדט מיט אים, ער גייט זיכער האבן עפעס א געדאנק וויאזוי איך זעה מיך ארויס דא פון דעם פלאנטער. די שאלה איז נאר וואו האב איך זיין נאמבער, עהם, כ'מיין כ'האב עס געהאט אמאל געסעיווט. אה יא, כהאב עס, אקעי לאמיר אים קלינגען.
"העלא, ר' שאול דוד, א גוטן." הייבט ער אן דעם שמועס. "א גוט יאר, ווער רעדט?" פרעגט ר' שאול דוד. "דאס איז חיים, חיים וויינשטאק. איר געדענקט מיך?" פרעגט ער. "אה חיים. א שאלה צו איך געדענק דיך נאך? זיכער אזוי. אהה, חיים, געווען אמאל גוטע צייטן. נו, וואס טוט זיך? וואס מאכסטו היינט?"
"איז אזוי. איך וועל גלייך גיין צום פוינט. איך בין אין א פראבלעם אין איך דארף עפעס א גוטע עצה פון א קלוגע איד. ר' שאול דוד, איך קען אייך גוט, איר זענט פונקט גוט פארוואס איך דארף יעצט."
"נו, אז איר זאגט אזוי, זאל זיין אזוי. איז זאגט, מיט וואס קען איך אייך העלפן?"
"קוקטס אהער, די מעשה אין קורצן איז אז איך האב א ביזנעס, איך פארקויף שיך אנליין. איך האב ב"ה זייער שיין מצליח געווען די לעצטע דריי יאר, ביז פאר צוויי חדשים צוריק ווען איך האב באקומען א נייע קאמפעטישן, זייט דעמאלטס האבן זאכן אנגעהויבן גיין מיטן פיטום אראפ. ס'איז געקומען אויף אזוי ווייט אז איך האב געהאט א מיטינג מיט מיין בוק-קיפער צו זעהן וואס מ'קען טון דא, און איך בין אנגעקומען מיט אים צו די החלטה אז מיינע הכנסות כרגע דעקן נישט גענוג מיינע הוצאות און איך מוז דרינגענד אנהייבן שניידן פון די הוצאות. אונז זעמיר אנגעקומען צו די החלטה אפצוזאגן דריי איינגעשטעלטע און מ'גייט פראבירן זיך אן עצה צו געבן אן זיי, און אזוי האפנטליך וועט מען ראטעווען די ביזנעס.
מיין פראבלעם איז מיט איינע פון די דריי חברה. כ'האב יעצט געהאט א שמועס מיט אים און מסביר געווען מיין סיטואציע און אים געזאגט אז מיט א שווער הארץ מוז איך אים אפזאגן, אבער יענער האט עס גענומען אזוי פערזענליך אז ער האט זיך פשוט אויפגעשטעלט און ארויס געלאפן פון אפיס גראד אריין צום נענסטן ביה"כ און אויסגעשאסן אין א געוויין. איך בין געווארן געפלעפט, איך בין פשוט נישט געווען גרייט פאר דעם. און יעצט זיץ איך דא און איך פראביר צו טראכטן צו איך בין געווען ראנג מיט וואס כ'האב געטון צו נישט, איך טראכט אז אפשר וואלט איך אים עס נישט געדארפט זאגן און איך זאל אים יא לאזן ביים דזשאב, איך ווייס פשוט נישט וואס צו טון. ר' שאול דוד איך דארף איר זאלט מיך העלפן."
"חיים, איך זעה אז ס'איז היבש קאמפליצירט די מעשה, איז לאמיר טראכטן. קודם כל, חיים, דו ביסט מסתמא נאך גוט אין שאק פון וואס ס'איז געווען דא, איך פארשטיי דיר הונדערט פראצענט, איך וואלט מסתמא נישט געווען אנדערש ווי דיך אין דיין פלאץ, אבער לאמיר יעצט טראכטן וואס טוט מען יעצט. קוק אהער, דו האסט א ביזנעס און דו האסט די רעכט אים ארויס צו ווארפן, דו ביסט נישט געקומען דא אים צו פייניגן. דו האסט אים געמוזט ארויס ווארפן ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג פאר דיך צו קענען ווייטער אנגיין מיט דיין ביזנעס. ריכטיג?"
"יא."
"פיין. יעצט, דו וואלסט אים למעשה געהאלטן ווייטער אין דיין ביזנעס אבער פשוט דו קענסט מער נישט, דיין בודזשעט לאזט דיך נישט. איז איך וואלט דיך געזאגט איינמאל דו ביסט צוגעקומען צום החלטה אז דו קענסט אים מער נישט האלטן אין דיין ביזנעס זאלסטו זיך האלטן צו דעם. ס'איז נארמאל וואס דו פילסט, מ'קען פראבירן עס צו מאכן אויף די מערסטע איידעלסטע וועג וואס ס'איז שייך. איך וואלט דיך געזאגט זאלסט אים נאכאמאל רופן און אים בעסער מסביר זיין פארוואס דו האסט אזוי מחליט געווען און אים אנטראגן הילף. קודם זאג אים אז דו גייסט אים צאלן פאר די נעקסטע צוויי חדשים אפילו ער גייט שוין נישט ארבעטן ביי דיך, שפעטער טראג אים אן הילף צו טרעפן א נייע דזשאב, זאג אים אז דו ביסט גרייט אים צו העלפן אויב פעלט אויס. נאך אלע מעשיות האט זיך דוד צבי זייער שטארק אוועק געגעבן פאר דיין ביזנעס, כ'מיין אז אביסעלע הכרות הטוב וועט נישט שאטן."
חיים: "ווייסטו וואס, ביסט גערעכט. מ'וועט מוזן עפעס אויסארבעטן אז סזאל קענען ארבעטן."
"פיין ר' חיים. כ'האף כ'האב דיר געהאלפן אביסל קלאר מאכן די נושא."
"יא ר' שאול דוד, איר זענט ממש א צדיק, איר האט מיך אמת'דיג קלאר געמאכט."
חיים לייגט אראפ דעם טעלעפאן, ער נעמט אריין א טיפע אטעם. קודם האב איך הנאה אז איך האב עס דורכגעשמועסט מיט איינעם, כ'מוז מודה זיין אז ס'האט מיך אסאך קלארער געמאכט. יעצט מוז מען נאר זען וואס מ'טוט דא ווייטער. איין מינוט וואו איז דוד צבי?
חיים שטעלט זיך אויף און גייט ארויס פון זיין אפיס זעהן וואו דוד צבי איז. 'ניין. אין ביה"כ איז ער נישט. אפשר איז ער אונטן אין זיין אפיס, ער גייט אראפ און טרעפט די טיר פון דוד צבי'ס אפיס פארמאכט. א קליינע קלאפ אויפן טיר, א דריי דאס הענטל, א שטיפ אויפן טיר, אפן, און.. יא, ער איז דא, ער זיצט אויף זיין בענקל. עס דערקענט זיך אז מ'האט פראבירט אפצווואשן דאס פנים ס'זאל נישט דערקענט ווערן אז א געוויין איז דא פריער פארגעקומען.
"דוד צבי, וואס טוט זיך? איך וויל דיך איבער בעטן אז איך האב דיך מצער געווען, מ'קען רעדן יעצט אפאר מינוט?"
"רעדן יעצט… נאכאמאל?"
"יא יא, כ'וויל נאכאמאל אויס שמועסן מיט דיר די פלענער פארן עתיד."
חיים נעמט עפעס אן אלטע בענקל וואס ס'איז געליגן ביי די זייט פון צימער און לייגט עס אנטקעגן איבער דוד צבי'ס פלאץ און זעצט זיך אראפ דערויף. "קוק אהער, איך פארשטיי אז ס'איז זייער נישט געשמאק צו הערן וואס דו האסט פריער געהערט, כ'האף אבער אז דו פארשטייסט מיין מצב. און… איך בין גרייט דיך צו העלפן. קודם כל וועל איך דיך צאלן פאר די נעקסטע צוויי חדשים שוין יעצט אז דו זאלסט האבן מיט וואס אנצוהייבן, איך גיי עס נאך היינט אריבער לייגן אין דיין אקאונט."
דוד צבי ווייסט נישט צו ער זאל זיך פרייען אדער זיין טרויעריג, ער קען נישט מחליט זיין. 'פלוצלינג ווערט ער מיך דא א גאנצע ''נייס גיי''', קלערט ער ביי זיך טיף אין הארץ. אבער חיים ווערט נישט פארטיג, "איך וויל ס'זאל דיך באמת זיין גוט, איך האב א גרויסע הכרת הטוב פאר דיר אז דו האסט מיך שטארק געהאלפן בויען מיין ביזנעס, כ'ווייס נישט וואו כ'וואלט געווען ווען נישט דיך."
דא האט זיך שוין דוד צבי נישט געקענט איינהאלטן. "אהא, איך פארשטיי, אלעס איז מורא'דיג קלאר, די גאנצע מעשה איז טאטאל פארשטענדליך, זאכן הייבן אן צו מאכן סענס, דו ווילסט אז ס'זאל מיך זיין גוט, דו האסט א מורא'דיגע הכרת הטוב פאר מיך, און וועגן דעם ווארפסטו מיך ארויס פון דיין ביזנעס. ווייל דו זוכסט מיין גוטס מאכסטו מיך מארגן אויפשטיין אן קיין דזשאב, אן קיין ארבעט, נישט האבן וואס צו טון מיטן טאג, זיך דרייען ליידיג. און איך רעד שוין נישט פון די ביזי בזיונות ווען אלע גייען רעדן אז איך בין געפלויגן פון מיין דזשאב, און שפעטער נאך א שטיק צייט וועל איך שוין קיין ברויט און פוטער אויך נישט האבן צו שפייזן מיין משפחה, אז איך גיי נישט ארבעטן גייט קיין געלט נישט זיין. און דאס אלעס מאכסטו מיך ווייל דו האסט א הכרת הטוב צו מיך. אהא? יא יא, ס'מאכט טאקע סענס." און דא איז דוד צבי'ס טאן ארויף געגאנגען העכער "זאג מיר, קענסט מיך מסביר זיין וואס דא גייט פאר מיט דיך? ביסטו טאקע משוגע געווארן אדער בין איך דא דער משוגענער? איך קוק דיך אויס ווי דער קהל'ס נער? ווי דער שלעפער פון גאס?"
חיים האט זיך נישט אינגאנצן געראכטן אויף אזא מין אטאקע, אבער ער האט מחליט געווען אז ער גייט זיך האלטן רואיג. ער געבט א טיפע אטעם אריין און ער הייבט אן. "דוד צבי איך פארשטיי דיך הונדערט און איין פראצענט, איך וויל אבער זאלסט מיך איין מינוט אויסהערן ביזן סוף. איך ווייס אז דו האסט אריין געלייגט דיין הארץ און נשמה אינעם ביזנעס, איך ווייס און איך שעץ עס. איך בין אבער צוגעקומען צו א מצב וואו איך קען נישט גיין ווייטער, איך קען פשוט נישט אנגיין אזוי ווייטער. און דאס איז נישט דו דער שולדיגער דערין, דאס האט דער באשעפער צוגעפירט אז ס'זאל אריין קומען א נייע קאמפעטישן און מיך צונעמען מיינע קאסטומערס. איך גלייב אז פרנסה איז באשערט פון הימל און קיינער קען פון מיך א פיאסטער נישט צונעמען, אבער אונז ווערן מיר געפירט פון אויבן און דער באשעפער האט צוגעפירט אז על פי דרך הטבע זאל אויס קוקן כאילו ער נעמט מיך צו מיינע קאסטומערס.
איך האב פרובירט מיין בעסטע, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט. איך האב מיך געזעצט מיט מיין בוק-קיפער און צוגעקומען צום החלטה אז סאיז נאך דא א וועג צו ראטעווען די ביזנעס אויב מ'וועט שניידן פון די הוצאות, און מהאט געזעהן אז אויב גייט עס אזוי ווייטער ווי ס'איז יעצט גייט זיך די ביזנעס פארמאכן, ס'איז דערנאך, אבער אויב גייט מען שניידן פון די הוצאות און אביסל איבער מאכן די סיסטעם פון די ביזנעס איז שייך עס צו ראטעווען.
און מיט גרויס צער האב איך געדארפט צוקומען צו די החלטה אז איך גיי דיך מוזן אפזאגן, און גלייב מיך, דוד צבי, ס'קומט מיך אן זייער זייער שווער, טאקע ווייל איך ווייס וואספארא ארבעט דו האסט אריין געלייגט אין די ביזנעס. אבער ביטע פארשטיי מיך אז איך האב פשוט נישט קיין אנדערע ברירה." האט חיים געענדיגט זיין גאנץ לאנגע דרשה.
דוד צבי זיצט אויף זיין פלאץ און ס'דערקענט זיך אויף זיין פנים אז ער קלערט אריין אין די ווערטער וואס חיים האט נארוואס געענדיגט ארויס צו זאגן. "קוק אהער חיים" רופט זיך דוד צבי ענדליך אן, "איך גיי נישט לייקענען און זאגן אז ס'איז מיך גרינג אבער איך הייב אן צו פארשטיין וואס דו זאגסט."
"כ'האב הנאה דוד צבי, און זאלסט וויסן אז איך בין גרייט און איך וויל דיך העלפן אז דו זאלסט קענען טרעפן א נייע ארבעט'ס פלאץ, וואספארא הילף דו דארפסט נאר פון מיך, טראכט נישט קיין צוויי מאל, בעט מיך און איך וועל טון וואס אימער איך קען נאר, דיך צו העלפן." ענדיגט חיים צו.
"גוט צו וויסן…" רעאגירט דוד צבי. "איז תכלית זאגסטו אז פון מארגן האב איך נישט וואס צוריק צו קומען דא."
"עהם.. יא, דוד צבי. און איך זאג דיך נאכאמאל אז ס'טוט מיך באמת וויי אז איך דארף עס מאכן און הלוואי, הלוואי איך וואלט עס נישט געדארפט טון, און פארגעס נישט, איך בין דא דיך צו העלפן מיט וואס דו דארפסט נאר."
"אקעי חיים, איך האב ארויס די נושא. איך וואלט מיך געפרייט אויב דו וואלסט מיך געקענט לאזן אליינס יעצט, איך דארף יעצט צאמפאקן מיינע זאכן וואס ליגן שוין דא דריי יאר."
חיים שטעלט זיך אויף און גייט צום טיר, ער דרייט זיך אויס נאך איין מאל, אבער ער דרייט זיך צוריק אויס אן צו זאגן עפעס און גייט ארויס פון דוד צבי'ס אפיס.
'נאך א נס ער האט מיך נישט נאכאמאל דערמאנט אז ער איז דא פאר מיך' טראכט דוד צבי, 'למעשה, איז דאס די מציאות און מען מוז זעהן וואס מ'טוט פון דא ווייטער'.
איך האב נאך נישט קיין אנונג וואס איך זאג פאר מיין ווייב ווען איך גיי אהיים קומען, ווי אזוי גייט זי עס אויפנעמען?וואס זאג איך פאר מיינע חברים? וואס זאג איך פאר מיין שווער? אוטש, ס'גייט זיין מעסיוו בושות! ריכטיגע כפרת עוונות! און וואס גיי איך טון מארגן א גאנצן טאג? און נישט נאר מארגן, איבער מארגן און איבער איבער מארגן, און א טאג שפעטער, און א וואך שפעטער, ביז איך גיי טרעפן אן אנדערע דזשאב? רבונא דעלמא כולא. וואס גיי איך טון א גאנצן טאג? און וויאזוי גייי איך אהיים ברענגען געלט? אז ס'איז נישטא קיין ארבעט איז דאך נישטא קיין געלט! באשעפער אין הימל וואס טוט מען דא?
***
זיבן אזייגער אינדערפרי.
דוד צבי וועקט זיך אויף, קוקט אויפן זייגער, וויפיל איז יעצט? אהה… זיבן אזייגער, פונקט גוט, לאמיר זיך מאכן גרייט, א פרישע טאג היינט, ס'איז נאך דא אסאך וואס צו טון היינט אין אפיס. א רגע, וואס אפיס? ניין ניין.. ס'איז נישט געווען א חלום, האלאו, איך בין געפלויגן פון ארבעט, כ'האב מיך נישט וואו צו יאגן.
אחחח, כ'האב נישט קיין נערוון, וואס גיי איך טון היינט א גאנצן טאג? אוי באשעפער! שוין, כ'מיין איך גיי צוריק שלאפן, ס'וועט שוין זיין גוט.
א שעה שפעטער.
"דוד צבי, דוד צבי, ס'שפעט, ס'איז שוין אכט אזייגער!"
"וו...וואס? אה... עהם... כ'האב דיך פארגעסן צו זאגן נעכטן אז עהם.. איך בין געפלויגן פון מיין דזשאב.. כ'מיין.. נישט פונקט געפלויגן.. נאר עפעס מיין באס האט מיך געזאגט אז זיין ביזנעס ערלויבט שוין נישט מיך אויפצוהאלטן און צאלן א געהאלט יעדע חודש. סאו, כהאב נישט עכט קיין דזשאב.. במילא האב איך נישט עכט פארוואס אויפצושטיין"
"וואס זאגסטו? מיינסט עס נישט ערנסט?!"
"ליידער מיין איך עס יא ערנסט."
"אהה, אקעי, סאו, וואס איז דיין פלאן אויף ווייטער? כ'מיין… איך האב נישט קיין פראבלעם אז דו בלייבסט שלאפן יעצט א גאנצן טאג, אבער וואס טראכסטו צו טון יעצט? גייסט נישט גיין ארבעטן? אדער זוכן א נייע ארבעט?"
"אקעי, דו פרעגסט גוטע קשיות, איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס איך גיי טון, כ'האב נישט קיין אנונג. ביזדערווייל בין איך אין בעט, און איך גיי באלד זעהן וואס איך גיי טון.."
"אה.. אקעי, איך פארשטיי די גאנצע מעשה דא.. אקעי.. סאו, כזאל צוריק אויסלעשן די לעקטער?"
"יא."
דוד צבי נעמט זיין דאכענע, כאפט עס אן מיט זיינע צוויי הענט ווען יעדע האנט כאפט אן אן אנדערע עק, שלעפט עס ארויף ביז העכערן קאפ, קנייטשט איין זיין פיס כדאי ס'זאל אויך זיין צוגעדעקט, מאכט צו זיינע אויגן און שלאפט, ער שלאפט און שלאפט.
ער געבט זיך א כאפ אויף, יוי... ווי בין איך דא? וואו איז יעדער איינער? וויפיל אזייגער איז יעצט? פערטל נאך עלף? כ'גלייב עס נישט, פארוואס בין איך נאך דא אין בעט? פארוואס בין איך נישט אויפגעשטאנען אזוי ווי יעדן טאג? פארוואס האט מיך חיים נישט געקלינגען פרעגן וואו איך בין אזוי שפעט? יוש, באשעפער אין הימל, כ'האב אינגאנצן פארגעסן, כ'האב נישט קיין דזשאב!
אבער איך קען נישט מער בלייבן דא אין בעט, איך מוז שוין אויפשטיין, לאמיר נאך כאפן די חצות מנין, ווען איז די לעצטע מנין? ווען האב איך די לעצטע מאל געדאווענט אזוי שפעט? כ'קען מיך נישט דערמאנען, היינט גייט מען דאווענען אזוי שפעט? וואספארא פנים האט דאס? שוין, לאמיר גיין פאר איך האב שוין אויך נישט יענע מנין.
איין האנט, נאך א האנט, אפגעגאסן, אנגעטוען און מען איז אויפן וועג צום ביהמ''ד.
"א צענטער, א צענטער, זאג האסט שוין געדאווענט?" - "יא". "ווען האסטו געדאווענט? אזוי פרי? ניין אזייגער? קע"ה."
"זאג דו דארט, האסט שוין געדאווענט? ווער איז עס דוד צבי? דאס ביסטו?"
א דריי אויס, יא, שמעון רייכמאן שטייט דארט און רופט אים.
"שמעון? כהאב קיינמאל נישט געוויסט אז דו ביסט די גבאי ביי די שפעטערע מנינים".
"איך בין נישט דער גבאי, איך דארף פשוט א מנין, כ'האלט אינמיטן צאם קראצן א מנין. זאג דו האסט שוין געדאווענט?"
"איך? ניין. איך האב נאכנישט געדאווענט. אבער איך דארף נאך קודם א מקוה."
"אבער דוד צבי, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז דו ביסט פון די שלעפערס, כ'האב דיך קיינמאל נישט געזעהן דא אין אזא שפעטע שעה… וועלקאם טו די קלאב…''
"אוי שמעון, גלייב מיך, איך וואלט שוין געוואלט זיין אין מיין אפיס דריי שעה צוריק."
"נא, ווער לאזט דיך נישט?"
"אה... דו פרעגסט גוט, ס'דערקענט זיך אויף דיך אז דו האסט א גמרא קאפ, דו האסט אייביג די גוטע שאלה אויפן פלאץ, כ'האב שוין לאנג געהאלטן אזוי…"
"קום אהער דוד צבי, אז דו ווילסט מיך נישט ענטפערן דארפסטו מיך נישט משוגע מאכן יעצט. עניוועי איך יאג זיך, איך דארף נאך שאפן א מנין, זאג מיך שנעל, ווילסט מיך זאגן פארוואס דו קענסט נישט זיין אין דיין אפיס און פארוואס דו דאווענסט אזוי שפעט? עהם.. גייסט מיך זאגן אז מ'האט דיך גע'זרק'עט פון דיין ארבעט?"
"עהם. יא. עפעס אזוי."
"אוטש, נעבעך, ס'איז נישט געשמאק דאס. זאג, איך וויל נישט פרעגן, אויב דו ווילסט נישט מוזטו נישט ענטפערן, אבער סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס האט ער דיך געווארפן? האסט זיך נישט פארשטאנען מיט אים?"
"גראדע האב איך מיך יא פארשטאנען מיט אים, אבער עניוועי, דו האלסט אינמיטן צאם קראצן א מנין, סא פליז קראץ ווייטער, איך דארף לויפן אין מקווה…"
געגאנגען אין מקווה, געדאווענט, געענדיגט, צאם געלייגט די טלית ותפילין, זיך געזעצט ביי די לעקיך און בראנפן, שוין כמעט גארנישט געווען דארט, חוץ אפאר האלבע שטיקלעך לעקיך האבן נאך געווארט פאר א תיקון. דוד צבי האט זיי אלע מתקן געווען, צוגעטרינקען א גלעזל בראנפן, געמאכט א נאך ברכה, זיך אויפגעשטעלט און ארויס פון ביהמ"ד.
וואו גייט מען יעצט? וואס טוט מען יעצט? וואס גיי איך טון א גאנצע טאג? און וואס גיי איך טון מארגן? און וואס גיי איך טון א טאג נאך מארגן? און א טאג שפעטער? און א וואך שפעטער?
איך וויל אפילו נישט טראכטן, אבער איך מוז זעהן וואס איך קען יא טון. וועם קען איך קלינגען? ווער וועט מיך קענען העלפן דא יעצט?
ניין, איך קען נישט קלינגען קיינעם. וואס זאל איך אים זאגן, אז איך בין געפלויגן פון א דזשאב, פשוט געפלויגן? אזא שלימזל בין איך? זאל איך מיך אנהייבן צו פארענטפערן אז ס'איז נישט געווען קיין פליען נאר יענער האט פשוט געמוזט מיך אפזאגן כדאי ער זאל נישט דארפן פארמאכן זיין ביזנעס? גייט מיך איינער בכלל גלייבן? באשעפער ס'איז בושות!
איז דא איינער וואס קען מיך העלפן? ס'מוז זיין איינער וואס קען מיך העלפן, ס'זיכער דא הילף, איך גלייב אז איך בין נישט די ערשטע וואס האט זיך געטראפן איין שיינעם טאג אן קיין דזשאב, און מסתמא אויך נישט די לעצטע. הא הא.. איך בין נישט אזא שלימזל, סך הכל גיי איך אריבער א שוועריקייט אבער איך גיי עס דורך ברעכן
יא איך גיי עס מאכן, יא, איך קען. ממש אזוי, איך קען, איך קען עס מאכן און איך גיי עס מאכן!
פון ווי קען איך נאך די ווערטער "יא, איך קען?" פון ערגעץ קלינגט מיך די ווערטער און קאפ, עפעס, "יא, איך קען. "יא, איך קען." אהה, איך דערמאן זיך, ס'איז דא עפעס א ניגון 'יא, איך קען', עפעס אזוי, ניין? כמיין אזוי, אההה, איך דערמאן זיך 'יא, דו קענסט'. כ'מיין אז סאיז פון מיכאל, ניין? יא, כ'מיין אזוי..
ווער קען עס גלייבן אז ער איז שוין נישטא? א וואוילער יוד געווען, אן אמת'ער צדיק. שוין, וויאזוי גייט נאר די ניגון, עפעס 'יא, דו קענסט'. אבער וויאזוי גייט נאר די גאנצע ניגון? איך מוז עס פארשאפן, איך מוז עס הערן, איך דארף די חיזוק יעצט דרינגענד, איך מוז זיך ערלעדיגן די ניגון.
אקעי מ' גיימיר זיך עס פארשאפן יעצט, קודם האט מען יעצט וואס צו טון אויך עפעס…
ווי קען מען עס פארשאפן? אה, שמעון, ער האט די אלע זאכן, איך גיי אים קלינגען כ'בין זיכער ער האט עס.
טרר....
"ס'איז דוד צבי, כ'דארף א קליינע טובה פון דיר, קענסט מיך העלפן?"
"אה, דוד צבי, וואס טוט זיך? כ'האב דיך נארוואס געזעהן, וואו האב איך דיך נאר געזעהן? אה, אין ביהמ"ד, אהה. יא יא, זאג, האסט געהאט צום סוף א מנין? נו שוין… וואס טוסטו א גאנצע טאג? דו זוכסט א נייע דזשאב אדער דו האסט שוין?"
- "אה.. עהם.. כ'מיין אז כהאב שוין.. כ'בין נאכנישט אינגאנצן זיכער.. אבער ס'קען זיין אז כהאב שוין עפעס.. פארוואס פרעגסטו?"
"כ'וועל דיך זאגן. כ'ווייס גראדע פון איינער וואס זוכט אויפצונעמען א נייע איינגעשטעלטער, אבער אויב האסטו שוין אן אנדערע דשאב איז פיין. עניוועי, דו האסט מיך געזאגט פריער אז דו ווילסט א קליינע טובה פון מיר, מיט וואס קען איך דיך העלפן?"
"אהה, שמעון, איך דארף טאקע א טובה פון דיך, אבער פארדעם מוזטו מיך זאגן וואס איז די דזשאב?"
"אה.. פונקט לעצטנס האב איך גערעדט מיט א איד, כ'גלייב דו קענסט אים נישט, און ער זאגט מיך אז ער זוכט א יונגערמאן זאל אים פירן זיינע קאסטומער סערוויס, עפעס פארקויפט ער אנליין. ער האט מיך אריין גע'דרש'נט אבער כהאב נישט פונקט פארשטאנען, כהאב נאר אזוי פיל פארשטאנען אז ס'האט מיט מעבל, פורניטשער פאר די הויז, און ער זוכט אז איינער זאל זיך אפגעבן מיט די קאסטומערס און ער איז גרייט צו צאלן שיין. אבער די אמת איז אז כ'טראכט יעצט, לכאורה האט ער שוין געטראפן איינעם, סאו כוויל דיך נישט מאכן צו עקסייטעד, אבער ס'קען אויך זיין אז נישט."
WOW" איך גלייב עס פשוט נישט! איך זאג דיך, דאס איז ממש מן השמים, ממש מן השמים, איך קען נישט צו זיך קומען, אן אפענע השגחה פרטית!"
"העי דוד צבי, האלט דיך רואיג, ווער נישט אזוי פרייליך, דו גייסט שפעטער סתם זיין דיסעפוינטעט."
"אקעי, ס'איז פיין שמעון, זארג דיך נישט פליז, טוה מיר נאר איין טובה און קלינג אים יעצט שוין אן און פרעג אים אויב סאיז נאך אוועילעבעל. שמעון שמעון, פליז פליז, דו מוזט מיך עס טון."
"כ'וועל אים קלינגען, כ'זאג דיך פשוט, זיי נישט צו פרייליך."
.
"א רגע, איך כאפ זיך יעצט, דו האסט מיך דאך געקלינגען, עפעס א טובה האסטו געוואלט, אפשר זאגסטו מיך וואס דו האסט געוואלט?"
"אה.. נישט וויכטיג."
"יעצט מאכסטו מיך נייגעריג, דוד צבי, דו ווייסט דאך אז איך לייד אויף נייגעריגקייט.."
- "שמעון, כ'זאג דיך ס'איז א נארישע זאך. שוין, ווייסטו וואס, כ'וועל דיך זאגן. דו קענסט די ניגון פון מיכאל 'יא, דו קענסט'? קענסט מיך עס פארשאפן? ס'האט מיך געכאפט א תשוקה יעצט צו הערן די ניגון."
"עהם, כ'מיין אז איך האב די ניגון, כ'האלט שוין נישט קאפ מיט די אלע סידיס וואס איך האב, אבער לכאורה דארף איך עס האבן ערגעץ וואו."
"שוין, די אמת איז אז ס'איז נישט אזוי וויכטיג, ענדערש קלינג ביטע יענע מענטש און פרעג אים צו ער זוכט נאך איינעם ווייל כ'האב מורא אז נאך אביסל וועט שוין נישט זיין פארוואס צו קלינגען."
"אקעי נישט קיין פרעשור… איך קלינג אים אריין, און איך שיק דיר אריין דעם ניגון."
***
'לאמיר אריין גיין אין קיאסק, אפשר האט עס שוין שמעון געשיקט?'
געענדיגט דאונלאודען, ארויס פון קיאסק, נעמט ארויס זיין עירפאנס, אריין אין אויער…
"דער מצב איז ביטער שווער און אויפגעבן נעבעך מוזטו.
דו האלסט אז ס'איז נישטא מער קיין שום טשענס נישט.
נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט אויס, אדער אין וועלכע מצב ביסטו,
איז נישטא אזא זאך אז דו קענסט נישט.
מען געט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען,
דו האסט די כוחות, יא! דו קענסט עס באווייזן.
איבער גיין דעם שווערן בארג טאמער וויל מען קען מען,
ווייל ווילן איז פיל שטערקער ווי אייזן.
נישטא קיין זאך אויף דער וועלט וואס קען דיך אפשטעלן,
אין לך דבר העומד בפני הרצון.
דו קענסט אלעס דורכברעכן, דארפסט נאר וועלן,
הייב נאר אן וועסטו שפירן שטערקער שוין.
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט,
אפילו ס'איז שווער און דו וויינסט.
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט,
ווייל דו ביסט סאך שטערקער ווי דו מיינסט.
דו קענסט דו קענסט, דו ווייסט אז דו קענסט,
פון יעדן שווערן קלעם זיך זען ארויס.
דו קענסט, יא דו קענסט, דו ווייסט אליין דו קענסט,
שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויעך אויס:
איך ווייס אז איך קען!!
מענטשן אן הענט און פיס פירן א לעבן א רייכן,
שוואכע קעפ זענען פוסקים היינט, און עשירים מיט גאלד.
פיל סוקסעספולע מענטשן, האט מען געמיינט אז זיי קענען נישט דערגרייכן,
זיי האבן טאקע נישט געקענט, אבער געוואלט.
אפילו ס'איז א שווערע קאמף, זיי דו א שווערע קעמפער,
קוק נישט אויף יענעם, קיין עצות פון קיינעם פרעג.
לאז דיך נישט פון גארנישט, נעם נישט ניין פאר אן ענטפער,
ווייל וואו ס'איז דא א ווילן איז דא א וועג.
נישטא קיין זאך אויף דער וועלט וואס קען דיך מאכן שטייטער,
איך לך דבר העומד בפני הרצון.
קענסט אנקומען העכער ווי יעדן, אסאך אסאך ווייטער,
הייב נאר אן וועסט זיך שפירן שטערקער שוין.
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט,
אפילו סאיז שווער און דו וויינסט.
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט,
ווייל דו ביסט סאך שטערקער ווי דו מיינסט.
דו קענסט דו קענסט, דו ווייסט אז דו קענסט,
פון יעדן שווערן קלעם זיך זען ארויס.
דו קענסט, יא דו קענסט, דו ווייסט אליין דו קענסט,
שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויעך אויס:
איך ווייס אז איך קען!!
יא דו קענסט!
דארפסט נאר וועלן און דו קענסט! וויל נאר וועסטו קענען!
וויל נאר שטארק און דו קענסט!
יא דו קענסט.
א רגע ווער קלינגט דא? אה, ס'איז שמעון, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן.
- "שמעון וואס טוט זיך? האסט פאר מיך גוטע נייעס?"
"הממ.. דוד צבי ער האט שוין למעשה איינעם.."
"אקעי גם זו לטובה.."
לאמיר נאכאמאל אנצינדען דעם ניגון, יא איך ווייס אז איך קען, גם זה יעבור, און אלעס איז לטובה.
"דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט, ווייל דו ביסט סאך שטערקער ווי דו מיינסט!"
דער שרייבער ווארט אויף פידבעק, באגיסט אים מיט לייקס און פאוסטס בלויז פאר נעמען די מיה צו אראפ שרייבן דעם ארטיקל.
די ענדגילטיגע שטימען וועלן פארקומען ווי נאר אלע ארטיקלען וועלן זיין ארויסגעלייגט.