עקיבא שפיל - חוה"מ פסח תשפ"ד

אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: עקיבא שפיל - חוה"מ פסח תשפ"ד

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

לייבל פריש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:21 pm
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:54 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:32 pm

viewtopic.php?p=82860#p82860
זאגט דארט זייער גוט די איינציקסטע זאך וואס איז אויפן וואגשאהל איז די צוויי געלערנטע חברה
חוץ פון דעי זאך איז עס געווען אן בליבבעל!
אין איך גלייב זיכער אז זיי האבן געטראכט טויזנט מאל ביפאר זיי האבן אפ געמאכט אז ס'זאל זיין, איך קען נישט גלייבן אז נישט
הייסט עס מעורב טוב ורע אין אונזער שפראך
אוודאי איז א שמחה אויב די אנדערע זאכן זענען געווען איידל אבער עס ווערט נישט כשר ווילאנג עס איז גענוג איידל למען חינוך בנינו און אזא בילד לייגט אריין דעם רציחהדיגן לעבן פונעם גוי אינאיינעם מיט שוואוילטאג
אז זיי האבן עס געטון פארשטיי איך אז זיי זענען נישט די וועלטס נאר אין אז זיי האבן עס אריינגעלייגט האבן זיי זיכער געהאט א סיבה אפילו מיט די אלע זאכן וואס די זאגסט
איך בין נאר נייגריג די סיבה...
אוועיטער
מיילעך פריילעך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 916
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: 5 sanz ct.
x 2314

Re: עקיבא שפיל - חוה"מ פסח תשפ"ד

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מיינע בליציגע מחשבה'לעך נאכן מיטהאלטן די ערשטע 'עקיבא שפיל'.

1. מען מוז דאך אנהויבן מיט אביסעלע קריטיק... די ווארטן אין די ליינס אריבער א שעה צייט, אבער לויט ווי כהאב געהערט פון א מיטארבעטער אז עס האט גארנישט מיט די פלעי, נאר עס האט צוטון מיט די זאל, וואס זיי שטעלן ארויס נישט אידישע ארבעטער זאלן סקענען די טיקעטס, און ווי מען האט געזען אויפן ארט האבן א חלק פון די 'וואגשאל פאמיליע' אויך ארויסגעהאלן אויפן פלאץ מיטן העלפן סקענען טיקעטס.

2. גאר א גוטע זאך האבן זיי געטון מיטן נעמען גאנץ א קליינע זאל, אז אפילו ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן אזא טייערע זיץ (וגם אני בתוכם) זאל אויך קענען גאר גוט זען.

3. די אריינפיר ניגון, "מיר זענען עקיבא", די ניגון האט אויפגעטון עכ"פ פאר מיר 2 זאכן, קודם האט עס אריינגעברענגט די עולם אין די שטימונג פון די פלעי, די עולם איז געווארן אויפגעהייטערט, והשנית אז פאר די פלעי האט זיך אנגעהויבן האט מען שוין געקענט וויסן יעדע עקטיאר וואספאקרא פאזיציע ער גייט האבן אויף די פלעי.

4. גענומען זייער ווייניג עקטער'ס וואס דאס האט זיכער געמאכט אז מען זאל נישט דארפן בעטן טייערער פאר די טיקעט'ס.

5. די מעשה...
א נייע מין מציאות פון א מעשה, די פלעי איז נישט נאר אינטערעסאנט ווען מען ברענגט אריין א קאר וכדו' אדער ווען עס רייסט אויף א באמבע, נאר די מעשה אליין איז גאר אינטערעסאנט, און עס ווערט נאך מער און מער קאמפלעצירט יעדע סצענע, נאך א זאך, מען האט נישט געשפילט א מעשה פון 2000 יאר צוריק, און יעצט ווערט די עולם געבעטן צו רילעיטן צו די מעשה, מען האטו גענומען א גאר היינטיגע מעשה, ארי אבראמאוויטש מיט די אפענע כאלאט'ל, טשיינע, טעק וכו'. (אויף די רוחניות רעד איך נישט, איך האלט עס מען דארף אביסל מער אכטונג געבן וואספארא השגות מען ברענגט אריין ביי כלל ישראל).

6. סאיז נישט געווען קיין א.ג. טעראר, האסט געקענט כאפן ווידיא'ס און קיינער האט דיר נישט געשטערט, (לענ"ד גייט נישט זיין קיין איין מענטש ווייניגער וואס גייט נישט קויפן די DVD ווייל ער האט שוין געזען אפאר קליינע שטיקלעך וואס א בחור'ל האט אפגעכאפט אויף א פליפ פאון...).

7. די פייער אלארם..., דאס איז געווען א אינטערעסאנטע איבערלעבעניש, אינמיטן א פלעי שיקט מען יעדעם ארויס, די עולם איז ארויס ווי עס פאסט פאר כלל ישראל, א קידוש השם געווען, (נעבעך פאר די עקטער וואס מען האט פונקט דעמאלטס 'געשטאכן', מען האט אים נאכמאל געדארפט 'שטעכן'...).

8. נעבעך פאר ארי, אנפאנג פלעי איז יעדער געווען מיט אים, פון זיינע חברים די בעה"ב הענרי ועוד, יעדע סצענע פארלירט ער נאך א חבר אויפן סטעידזש, עד כדי כך אז אפילו בעני דרייט אויס די רוקן צו אים, און דעמאלטס...

דעיס איז א חלק פון מיינע מחשבות, יעצט האב איך געהאט צייט עס צו שרייבן דא.

האסטו הנאה געהאט געב א לייק.
האסט קריטיק געב א לייק.
און נאכדעם קום ארויף און שמועס עס אויס...
העסט נישט פרעגן. העסטו נישט וויסן.
אוועיטער
מיילעך פריילעך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 916
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: 5 sanz ct.
x 2314

Re: עקיבא שפיל - חוה"מ פסח תשפ"ד

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »



אן אויסשליסליכער שמועס מיט ר' מענדיל וואגשאל, דער טאלאנטפולער פראדוצירער פונעם הערליכן "עקיבא" פארשטעלונג, אינאיינעם מיט זיין שטאב. דער ציל פונעם פראדאקשן, די געשיכטע און די אקטיארן, וויאזוי געלונגט ביים ערשטן מאל צו צושטעלן אזא געלונגענעם פראדוקט? אלעס ארום דעם שפיל פארגאנגענעם חול-המועד
העסט נישט פרעגן. העסטו נישט וויסן.
אוועיטער
שרגא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:21 am
Location: New York
x 675

Re: עקיבא שפיל - חוה"מ פסח תשפ"ד

פאוסט דורך שרגא »

36436.jpeg
36436.jpeg (90.97 KiB) געזען געווארן 137 מאל
שרייב פאוסט