זאגט דארט זייער גוט די איינציקסטע זאך וואס איז אויפן וואגשאהל איז די צוויי געלערנטע חברה
חוץ פון דעי זאך איז עס געווען אן בליבבעל!
אין איך גלייב זיכער אז זיי האבן געטראכט טויזנט מאל ביפאר זיי האבן אפ געמאכט אז ס'זאל זיין, איך קען נישט גלייבן אז נישט
הייסט עס מעורב טוב ורע אין אונזער שפראך
אוודאי איז א שמחה אויב די אנדערע זאכן זענען געווען איידל אבער עס ווערט נישט כשר ווילאנג עס איז גענוג איידל למען חינוך בנינו און אזא בילד לייגט אריין דעם רציחהדיגן לעבן פונעם גוי אינאיינעם מיט שוואוילטאג
אז זיי האבן עס געטון פארשטיי איך אז זיי זענען נישט די וועלטס נאר אין אז זיי האבן עס אריינגעלייגט האבן זיי זיכער געהאט א סיבה אפילו מיט די אלע זאכן וואס די זאגסט
איך בין נאר נייגריג די סיבה...
מיינע בליציגע מחשבה'לעך נאכן מיטהאלטן די ערשטע 'עקיבא שפיל'.
1. מען מוז דאך אנהויבן מיט אביסעלע קריטיק... די ווארטן אין די ליינס אריבער א שעה צייט, אבער לויט ווי כהאב געהערט פון א מיטארבעטער אז עס האט גארנישט מיט די פלעי, נאר עס האט צוטון מיט די זאל, וואס זיי שטעלן ארויס נישט אידישע ארבעטער זאלן סקענען די טיקעטס, און ווי מען האט געזען אויפן ארט האבן א חלק פון די 'וואגשאל פאמיליע' אויך ארויסגעהאלן אויפן פלאץ מיטן העלפן סקענען טיקעטס.
2. גאר א גוטע זאך האבן זיי געטון מיטן נעמען גאנץ א קליינע זאל, אז אפילו ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן אזא טייערע זיץ (וגם אני בתוכם) זאל אויך קענען גאר גוט זען.
3. די אריינפיר ניגון, "מיר זענען עקיבא", די ניגון האט אויפגעטון עכ"פ פאר מיר 2 זאכן, קודם האט עס אריינגעברענגט די עולם אין די שטימונג פון די פלעי, די עולם איז געווארן אויפגעהייטערט, והשנית אז פאר די פלעי האט זיך אנגעהויבן האט מען שוין געקענט וויסן יעדע עקטיאר וואספאקרא פאזיציע ער גייט האבן אויף די פלעי.
4. גענומען זייער ווייניג עקטער'ס וואס דאס האט זיכער געמאכט אז מען זאל נישט דארפן בעטן טייערער פאר די טיקעט'ס.
5. די מעשה...
א נייע מין מציאות פון א מעשה, די פלעי איז נישט נאר אינטערעסאנט ווען מען ברענגט אריין א קאר וכדו' אדער ווען עס רייסט אויף א באמבע, נאר די מעשה אליין איז גאר אינטערעסאנט, און עס ווערט נאך מער און מער קאמפלעצירט יעדע סצענע, נאך א זאך, מען האט נישט געשפילט א מעשה פון 2000 יאר צוריק, און יעצט ווערט די עולם געבעטן צו רילעיטן צו די מעשה, מען האטו גענומען א גאר היינטיגע מעשה, ארי אבראמאוויטש מיט די אפענע כאלאט'ל, טשיינע, טעק וכו'. (אויף די רוחניות רעד איך נישט, איך האלט עס מען דארף אביסל מער אכטונג געבן וואספארא השגות מען ברענגט אריין ביי כלל ישראל).
7. די פייער אלארם..., דאס איז געווען א אינטערעסאנטע איבערלעבעניש, אינמיטן א פלעי שיקט מען יעדעם ארויס, די עולם איז ארויס ווי עס פאסט פאר כלל ישראל, א קידוש השם געווען, (נעבעך פאר די עקטער וואס מען האט פונקט דעמאלטס 'געשטאכן', מען האט אים נאכמאל געדארפט 'שטעכן'...).
8. נעבעך פאר ארי, אנפאנג פלעי איז יעדער געווען מיט אים, פון זיינע חברים די בעה"ב הענרי ועוד, יעדע סצענע פארלירט ער נאך א חבר אויפן סטעידזש, עד כדי כך אז אפילו בעני דרייט אויס די רוקן צו אים, און דעמאלטס...
דעיס איז א חלק פון מיינע מחשבות, יעצט האב איך געהאט צייט עס צו שרייבן דא.