וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 11:03 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 4:23 am
...אז איך האב דעם יו"ט צום ערשטן מאל אדורכגעלעזט א גליון "הביננו" פון המגיד רבי שמעון שפיצער שליט"א.
אן אריינגיין אין די טעמע פון יא-סאטמאריש-נישט וואס איז נוגע פאר די סאטמאר'ע חברים דא אבער כ'וויל עס נישט בארירן... בין איך פשוט משוגע געווארן פונעם סייקעלאדזשיקל כח פון ארומנעמען א נושא, ארינגיין אין יעדע סארט וועג וויאזוי א מענטש טראכט און שפירט לגבי דאס און יענס. דער איד האט מיר ארויסגענומען פון די כלים לגבי די קלארקייט. מבהיל הרעיון כמשמעו.
אינטערעסאנט, כ'האב פונקט דעם יום טוב צום ערשטן מאל באמערקט דעם גליון, אין נאכ'ן געבן א בליק אויף דעם ערשטן פערעגראף האב איך עס נישט געקענט אראפלייגן בעפארן ענדיגן דעם ערשטן שמועס, ווי ער לייגט אראפ די ״שבועות חתונה״.
זייער שטארק!
אונז רעד מיר לכאורה פון 2 אנדערע גליונות... לויט דיין דיסקריפציע.
אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 12:59 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 12:56 pm
1)כ'האב ערגעץ די רעקארדינג אבער כ'פיל נישט פאר וויכטיג עס צו פאבלישן וויבאלד ער זעצט נישט פאר דערמיט
איינער האט מיר געזאגט אז ער גייט מיר שאפן די רעקארדינג אבער איך ווארט נאך
ס'איז דא. אבער דאס איז פשוט דאס וואס ער האט גע'ירש'נט פון זיינע רביס וואו ער איז אויפגעוואקסן.
דער סאטמאר רב ז"ל האט געזאגט בנוגע דעם מנחת יצחק "א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט". איך האלט נישט אז רבי שמעון איז ממש א קנאי, אבער פונקט גענוג אז סאטמארע אידן זאלן מעגן הנאה האבן פון זיין געוואלדיגער כח.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 4:23 am
...אז איך האב דעם יו"ט צום ערשטן מאל אדורכגעלעזט א גליון "הביננו" פון המגיד רבי שמעון שפיצער שליט"א.
אן אריינגיין אין די טעמע פון יא-סאטמאריש-נישט וואס איז נוגע פאר די סאטמאר'ע חברים דא אבער כ'וויל עס נישט בארירן... בין איך פשוט משוגע געווארן פונעם סייקעלאדזשיקל כח פון ארומנעמען א נושא, ארינגיין אין יעדע סארט וועג וויאזוי א מענטש טראכט און שפירט לגבי דאס און יענס. דער איד האט מיר ארויסגענומען פון די כלים לגבי די קלארקייט. מבהיל הרעיון כמשמעו.
ווען מ’הערט איהם איז עס פי כמה, נאטירליך, עמך שפראך, בבחינת בתוך עמי אנכי יושבת.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.