הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

היינט דאנערשטאג כ"ט אייר איז די יארצייט פון הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע, (לייפער), בעל מרגניתא דרבי מאיר, מפרמישלאן,
ער איז געבוירן אין שטאט פרעמישלאן, בשנת תקמ"ג, צו זיין טאטע הרה"ק רבי ארון אריה לייב מפרמישלאן זי"ע,
בן הרה"ק רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע, און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת יענטא ע"ה,
די טאטע הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע פלעגט מאכן א חשבון הנפש יעדן טאג בעפארן דאווענען און אויס גערעכנט אז ער האט שוין בעפארן דאווענען עובר געווען אויף 400 עבירות, און דורך דעם האט ער געדאווענט מיט א צובראכענע הארץ,

אויפן טאטן רבי ארון לייב זי"ע וואס איז געווען פון די גרויסע תלמידים פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע דערציילט מען, אז איינמאל ווען ער איז געקומען צו זיין גרויסן רבין קיין ליזענסק, האט אים זיין רבי ר' אלימלך זי"ע נישט געוואלט מקבל זיין, ווייל אליהו הנביא ז"ל איז געקומען צום רבין ר' אלימלך זי"ע, און האט פאר'מסר'ט דעם רבי ארון לייב, אז ער וויל נישט לערנען מיט אים, נאר ער פאדערט אז ער וויל נאר לערנען מיט אחיה השילוני ע"ה, אבער נאכדעם האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך שלום געמאכט צווישן אליהו הנביא און רבי ארון לייב זי"ע,

איינמאל איז זיין טאטע רבי ארון לייב זי"ע געקומען צו זיין רבין קיין ליזענסק, און זיין רעבעצין די צדקת מרת יענטא ע"ה האט זיך נישט גוט געשפירט, האט דער רבי אלימלך געהייסן פאר די רעבעצין, אז זי זאל אנכאפן איין עק פון זיין גארטל, און דער צדיק רבי אלימלך זי"ע האט אנגעכאפט די צווייטע זייט,

און דאן האט דער רבי אלימלך געפרעגט אויב זי שפירט שוין בעסער, אבער זי האט געזאגט אז ניין, אבער נאך אפאר מאל האט די רעבעצין געזאגט אז זי שפירט שוין אינגאנצן געזונט, האט די רעבעצין געזאגט שפעטער, אז באמת האט זי שוין געשפירט גוט גלייך, נאר זי האט געוואלט לענגער האלטן די גארטל מיט צדיק, און דערפאר האט זי געזאגט אז זי שפירט נאכנישט גוט,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד, א צדיק יסוד עולם און א בעל צדקה וחסד נפלא, ער איז געווען א בעל מופת נפלא און א בעל רוח הקודש. ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע בעל צדקה וואס האט אויסגעטיילט זיין גאנצע געלט פאר צדקה, דער צדיק וקדוש איז געווען א אוהב ישראל באמת און ליב געהאט יעדן איד אהבת נפש, נאך זייענדיג גאר יונג האט מען שוין געזעהן אויף דעם קינד דאס געוואלדיגע גדלות בתורה וקדושה און ער איז געווען א געוואלדיגע הצנע לכת עם ד',

שוין אלס קינד האט ער עוסק געווען אונעם מצוה פון צדקה, ער פלעגט יעדן ערב שבת ארום לויפען צוזאמען שטעלן געלט און געקויפט א קי און דאס פלייש פארטיילט פאר נצרכים פאר שבת קודש, איין ערב שבת קודש האט ער נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א קי פאר שבת, און ער האט געהאט גרויסע עגמת נפש אז ער האט נישט וואס צו געבן פאר די ארימעלייט, האט ער גע'שחט'ען די קי וואס האט באלאגנט פאר די עלטערן, און פארטיילט דאס פלייש פאר די נצרכים,

אבער ווען די מאמע האט געזעהן אז די קי איז נישט דא, איז זי געלאפן צום טאטן רבי ארון לייב און פארציילט וואס עס גייט פאר, דער טאטע האט גלייך פארשטאנען וואס דא גייט פאר, און געזאגט די קי איז שוין אין גן עדן, אבער די מאמע האט זיך זייער מצער געווען פון דעם, און דער קינד מאיר'ל האט געהאט צער אז די מאמע איז אזוי צובראכן,

אזוי גייענדיג אויפן גאס אינגאנצן צובראכן, האט אים א איד געטראפן און פרעגט אים וואס גייט פאר, האט ער דערציילט די מעשה, האט אים דער איד געגעבן א אנדערע קי אז ער זאל דאס ברענגען פאר די מאמע, און די מאמע האט זיך בארואויגט, יארן שפעטער האט נאך דער צדיק רבי מאיר'ל מכיר טובה געווען פאר דעם איד פארן אים געבן די קי,

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי מרדכי מקרעמניץ זי"ע, אויך האט ער געלערנט תורה ביים הייליגען חוזה מלובלין זי"ע,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת שלומצה ע"ה,
בת הרה"ק רבי צבי הירש מייזעלס מפודהייץ זי"ע.

דער צדיק פאר זיך האט געלעבט מיט א מורא'דיגע דחקות און פאר זיך האט ער גארנישט געברויכט, ער האט ביי זיך אין שטוב נישט געהאט אפילו א טיש, נאר ער האט געהאט א פאס וואס דאס האט געדינט אלס זיין טיש, אבער ווען עס איז געקומען צו טיילן צדקה האט דער צדיק זיך ממש מוסר נפש געווען פאר די מצוה,

עס האט ביי דעם צדיק נישט גענעכטיגט קיין איין פרוטה פארן קומענדיגן טאג, זיין שטוב איז אייביג געווען אפען פאר יעדן, דאס אהבת ישראל וואס דער צדיק האט געהאט איז געווען עד אין לשער, און דורך דעם האט ער הונדערטער אידן מקרב געווען לאביהם שבשמים,


דער צדיק וקדוש האט געהאט א קשר מיט גאר אסאך גדולים און צדיקים בדורו ובתוכם,

הרה"ק רבי אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי אלעזר בעל רביד הזהב מלאנצהוט זי"ע,
הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל בני יששכר מדינוב זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה בעל שם שלמה ממונקאטש זי"ע,
הגה"ק רבי שלמה קלוגער מבראד זי"ע,
הגה"ק רבי יוסף שאול נאטענזאהן בעל שואל ומשיב מלבוב זי"ע,
הגה"ק רבי יעקב משולם ארענשטיין בעל ישועות יעקב מלעמבערג זי"ע,
הגה"ק רבי משולם ישכר הלוי הורוויץ בעל כלי חמדה מסטאניסלאוו זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה צבי מסטרעטין זי"ע,
הרה"ק רבי שלום השר שלום מבעלזא זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל מרוזין זי"ע,
הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע,
הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זי"ע,

דער צדיק איז געווען רגיל צו זאגן אז ווען אידן קומען זיך צוזאם און מען טרינקט א לחיים און מען וואונטשט זיך איינער דעם אנדערן לחיים "דאן ווען אידן צוגייען זיך בלייבט איבער פון לחיים "לחם" און דאס ברענגט פרנסה ברוח,

איין יאר פסח אויפדערנאכט ביי די פזמון "אדיר הוא יבנה" ווען דער צדיק איז אנגעקומען צו די ווערטער פון "חסיד הוא" האט דער צדיק געזאגט בזה"ל "רבונו של עולם אויב ביזטו א חסיד, זאג'זשע ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה".

ווען מען איז געקומען מזכיר זיין א חולה האט ער געזאגט אז מען זאל זאגן די ברכה אשר יצר מיט כוונה, ווייל דאס איז א סגולה בדוק ומנוסה פאר א רפואה.

אויפן פסוק לֹא עֵת הֵאָסֵף - הַשְׁקוּ הַצֹּאן וּלְכוּ רְעוּ האט דער צדיק געזאגט, רבונו של עולם אויב חלילה איז נאכנישט די צייט פון, הֵאָסֵף הַמִּקְנֶה, צו ברענגען משיח און אויסלייזען דיינע קינדער, בעט איך דיר כאטש, הַשְׁקוּ הַצֹּאן וּלְכוּ רְעוּ, געב פאר דיינע אידישע קינדער פרנסה ברוח אז עס זאל זיי גארנישט פעילען ביז משיח צדקנו וועט קומען בקרוב.

טויזענטער אידן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע ברכות און ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום, ווי באוויסט האט דער צדיק פאר זיך געלעבט אין א גרויסע דחקות, די ערד ביים צדיק אין שטוב איז געווען געמאכט פון שטיין און ערד גאר פשוט, און ווען דער צדיק פלעגט יעדע וואך מוצאי שבת קודש מאכן הבדלה, און די וויין פון די הבדלה איז גערינען אויף דער ערד, פלעגן אידן פון שטאט כאפן פון די וויין און די חלב וואס האט אראפ געטארפט, און אידן האבן דורך דעם געזען גרויסע ישועות ובפרט אין געהאלפן ווערן מיט זש"ק,

זיינע דברי תורה האט מען געדריקט אונעם ספר אור המאיר, און אונעם ספר מרגניתא דר' מאיר, און ספר דברי מאיר.

ער האט איבער געלאזט הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי צבי מפרמישלאן זי"ע,
בתו, הצדקת מרת רוחמה רחל ע"ב, אשת הרה"ק רבי יוסף מלושקוביץ זי"ע, נכד היושר דברי אמת זי"ע,
בתו, הצדקת מרת פרומט רכיל ע"ה, אשת הרה"ק רבי יחיאל מיכל מוסקוביץ מגלינה זי"ע,
בתו, הצדקת מרת אסתר צינה ע"ה, אשת הרה"ק רבי צבי פרענקל מסדילקוב זי"ע,
בתו, הצדקת מרת חנה ע"ה, אשת הרה"ק רבי חיים אברהם רדליך ממיקוליוב זי"ע,
בתו, הצדקת מרת מרים חיה ע"ה, אשת הרה"ק רבי יואל מוסקוביץ משאץ זי"ע,

נסתלק שבת קודש מ"ד בעומר כ"ט אייר ערב ראש חודש סיון בשנת תר"י, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט פרעמישלאן,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע איז אמאל געווען שטארק אויף געלייגט די חסידים האבן באשלאסן אז ס'איז א שעת הכושר, און זיי האבן געבעטן אז דער רבי זאל זיי ווייזן אליהו הנביא ז"ל, האט רבי מאיר'ל געענטפערט אז ער קען זייער פארלאנג נישט נאכגעבן, צוליב א מעשה שהיה, און רבי מאיר'ל האט זיי גענומען דערציילן א מעשה זיי צו ערקלערן פארוואס ער אנטזאגט זיך צו אנטפלעקן פאר זיי אליהו הנביא,

קיין פרעמישלאן פלעגן כסדר קומען צו פארן פשוט'ע 'עמך' אידן, צווישן זיי אויך אזעלכע וואס האבן קנאפ געוואוסט פון תורה ומצוות, און זיי פלעגן קומען צום רבי'ן ר' מאיר'ל פאר א ברכה אדער צו פועל'ן א ישועה, בדרך כלל פלעגט דער רבי זיך מיט זיי אויס נעמען דאס זיי זאלן פארבעסערן זייער התנהגות, אבער אפטמאל זענען געקומען אידן וואס זענען נעבעך געווען אזוי פראסט, אז ס'איז אפילו שווער געווען מיט זיי צו רעדן דערוועגן,

איין טאג זענען צו רבי מאיר'ל אריין געקומען צוויי סוחרים, און האבן זיך שטארק אויסגעוויינט איבער די שווערע מצב הפרנסה וואס דריקט אויף זיי, האט רבי מאיר'ל גענומען ארומרעדן מיט זיי וועגן אידישקייט, און ער האט מיט זיי זיך אויס גענומען צו פארבעסערן זייערע וועגן, און דאן האט רבי מאיר'ל גענומען אכצן גולדן און עס דערלאנגט פאר די צוויי סוחרים,

און געזאגט פאר די סוחרים, "מיט די גולדן זאלט איר פארן קיין לעשקאוויטץ, און דארט זאלט איר ארויס אין מארק און טון האנדל", און רבי מאיר'ל האט זיי אן געזאגט אז דאס ערשטע געשעפט וואס מען וועט זיי פארלייגן זאלן זיי באלד אננעמען, און דאס אפקויפן מיט די אכצן גולדן, די צוויי סוחרים האבן זיך באלד ארויסגעלאזט קיין לעשקאוויטץ,

אנקומענדיג אין לעשקאוויטצער מארק איז פונדערווייטנס געקומען צו גיין אן אלטער פאלאק, און גענומען פאר זיי פארלייגן א געשעפט, דער אלטער האט אראפ געשלעפט פון זיינע איינגעבויגענע פלייצעס א פולן זאק, און פלינק ארויס געשלעפט דערפון א וואלענעם געשטריקטן הוט, וועלכעס ער האט זיי גערן געוואלט פארקויפן,

די צוויי סוחרים האבן גוט געדענקט רבי מאיר'לס עצה און זענען באלד איין געגאנגען אויפ'ן געשעפט, "וויפיל ווילט איר פאר דעם געשעפט", האבן זיי געפרעגט דעם אלטן אויף פויליש, "זעקס רובל" האט דער גוי געענטפערט, די צוויי האבן באלד געענדיגט דעם געשעפט, און זיך געקליבן צו גיין פון דארט, נאר דער אלטער גוי האט זיי אפגעהאלטן, "פארוואס זאלט איר נישט קויפן נאך אזעלכע היטלעך" האט ער געפרעגט, אן קיין ברירה האבן זיי מסכים געווען און ארויס געצויגן די איבריגע צוועלעף רובל, אפקויפנדיג נאך צוויי אזעלכע היטלעך,

זעענדיג אז עס גייט אים גוט האט זיך דער פאלאק אנגערופן צו זיי, ווייזנדיג אויפ'ן זאק, איר זעט, דער זאק איז דאך פול מיט אזעלכע הוטן, אפשר ווילט איר אפקויפן פון מיר דאס גאנצע זאק, אבער די צוויי סוחרים האבן זיך אנטשולדיגט אז זיי האבן נישט קיין געלט אפצוקויפן מער פון די הוטן, ווען דער גוי האט עס געהערט האט ער זיך פארקלערט א מינוט און דאן געזאגט, נו, וועל איך עס אייך געבן במתנה.

ביז דערווייל האט איינער פון די סוחרים באמערקט אז אויף דעם הוט איז אויסגענייט פיל טייערע דיימאנטן. ער האט באלד גענומען באטראכטן די אנדערע הוטן, און צו זיין וואונדער געזען אז דאס גאנצע זאק איז פיל מיט אזעלכע הוטן, וועלכע טראגן אויף זיך גאר גאר טייערע דיימאנט שטיינער,

אין זיין מח האט דער סוחר שנעל גענומען וועבן פלענער, ער האט זיך אנגערופן צו זיין חבר רעדנדיג אין לשון-הקודש, אז דער גוי זאל נישט פארשטיין, עס קוקט מיר אויס אז דער חברה-מאן האט די סחורה פון ערגעץ אפגע'לקח'נט און ער וויל דערפון פטור ווערן, אז דערנאך זאל ער אונז קענען גיין מסר'ן ביי די פאליציי, לאמיר אלזא אים קודם אראפווישן פון וועג און דערנאך זיך האלטן מיט די גאנצע געשעפט,

דער גוי וועלכער איז דערווייל געשטאנען אין א זייט ווארטנדיג אויף אן ענטפער פון די צוויי סוחרים האט זיך פלוצלים צוגעריקט צו זיי און אויסגערופן, איך האב "נייעס" פאר אייך, לשון-הקודש פארשטיי איך זייער גוט, און דערפאר זאלט איר זיך פון היינט מאל זוכן אנדערע מענטשן מיט וועמען צו האנדלען, און דער גוי האט פלינק אריינגעשארט די ערשטע צוויי היטלעך אינעם זאק, און נעלם געווארן פון דארט, איבער לאזנדיג די צוויי סוחרים געפלעפט,

"פארשטייט איר", האט רבי מאיר'ל אויסגערופן צו זיינע חסידים, "דער פאלאק איז געווען אליהו הנביא זכור לטוב, און זינט דאן האלט איך זיך צוריק פון אנטפלעקן אליהו הנביא פאר מענטשן, טאמער וועט מען אים חלילה אראפווישן פון וועג".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

הרב פאדווא זי"ע פון לאנדאן האט דערציילט, אז אמאל האט ער שפאצירט אין די שטאט וויען, אלץ בחור צוזאמען מיט זיין ברודער, פארנט פון זיי ארויפציר, האט שפאצירט א אלטע איד מיט זיין ווייב, זאגט דער ברודער פאר הרב פאדווא, זעסט דעם יוד דארט, ער האט א ברכה פון ר' מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע, און בשעת ווען ער האט דאס געזאגט, דרייט זיך אויס דער איד, וואס איז געווען אפגערוקט א האלבע גאס, און זאגט, הא? עטץ רעטס פון מיר?, כ'וועל ענק דערציילן די מעשה,

איך בין געווען א הויז בחור ביים בראדער מגיד הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע, ר"ש קלוגער האט געהאט א מנהג ערב שבת אליין צו מאכן די פיש, איינמאל איז ער געווען פארנומען האט ער געבעטן איך זאל מאכן די פיש, און גלייכצייטיג אנגעווארנט איך זאל אכט געבן אויפן גאל, ווייל אויב עס פלאנצט דער גאל ווערט די גאנצע פיש ביטער.

איך האב טאקע געמאכט די פיש כדת וכראוי, פארציילט דער געוועזענע הויז בחור, אבער פאר ר' שלמה קלוגער האט זיך געדאכט, אז כ'האב יא געפלאצט די גאל, האט ער מיר געגעבן א פסק, למעשה נאכדעם וואס דער גאון האט נאכאמאל בודק געווען די פיש, האט זיך ארויס געשטעלט אז די גאל האט נישט געפלאצט, האט ער מיר מפייס געווען, און אלס הכרת הטוב און צו בעטן מחילה האט דער גאון מיר אנגעוואונטשן אריכות ימים,

לימים בין איך געווען ביי ר' מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע, און ווי נאר כ'בין אריין געקומען, רופט זיך אן ר' מאיר'ל איך זעה אז די האסט א ברכה פונעם בראדער מגיד פאר אריכת ימים, אבער מאיר'ל וועט דאס ממתיק זיין, ארוכות ימים, מיט א גוטע שמועה, א גוטע ריאה, און א זיווג ראשון, און דער איד דער זקן ענדיגט צו, און דאס איז מיין ערשטע ווייב,

האט הרב פאדווא אויס געפירט, דאס אז ער האט א גוטע ריאה, האב איך געזען ווייל ער האט נישט געטראגן קיין אויגן גלעזער, און א גוטע שמועה האב איך אויך געזעהן, ווייל פון א האלבע גאס אוועק האט ער מיר געהערט רעדן צו מיין ברודער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

ווען ר' מאיר'ל איז געווען א קינד האט ער זיך געדרייט אין ווייבער שול, און ער האט געהערט אז א פרוי וויינט אין שול נעבן ארון קודש, אז זי איז אן אלמנה און זי האט נישט קיין פרנסה, האט ר' מאיר'ל אראפ געשריגן פון ווייבער שול אז זי זאל בעטן פאר קראנקע מענטשן און זיי וועלן אויס געהיילט ווערן, און דורך דעם וועלן מענטשן דיר געבן אסאך געלט און די וועסט האבן פרנסה בהרחבה, כך הוה יעדעס מאל איינער איז געקומען צו איר און זיך מזכיר געווען האט מען געזען א ישועה, און זי האט געהאט פון דעם שיין פרנסה,

מיט יארן שפעטער האט ר' מאיר'ל באקומען און האלז א אייטער און מען האט נישט געטראפן א רפואה, האט מען אים געזאגט אז עס דא א פרוי וואס זי ווינטש און מען ווערט געהאלפן, האט ר' מאיר'ל געהייסן מען זאל אריבער רופן די פרוי און הערן פון ווי זי האט דעם כח, צו דאס איז פון די צד הקדושה אדער חלילה פארקערט.

האט זי פארציילט אז זי איז געווען א צובראכענע אלמנה, איז זי אריין אין ביהמ"ד און זי האט געוויינט אויף איר מצב, און פלוצלונג האט זי געהערט א בת קול אז זי זאל ווינטשן פאר קראנקע און מען וועט געהאלפן ווערן. ווען ר' מאיר'ל האט דאס געהערט האט ער זיך זייער צילאכט פון די מעשה ווייל ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געמאכט דעם א בת קול אלס קליין קינד, און דורך די לאכן האט זיך די אייטער אויף געקראכט פון אזוי לאכן, און ר' מאיר'ל האט דורך דעם געהאט א ישועה.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך מירון »

יישר כח ר' ניקל,

פלאי פלאים געווען דער צדיק רבי מאיר'ל

זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש
פיילס
פפפ.png
פפפ.png (300.33 KiB) געזען געווארן 219 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז ר' מאירל געווען באזיכען דעם לעמבערגער רב הגה"ק הישועות יעקב, אין ר' מאירל האט גערעדט אן אינטערעסאנטע דרך ער פלעגט זאגן, מאירל זעט אין הימל דאס, מאירל זעט אזוי, דאס איז געווען זיין דרך פון רעדן,

איז געווען א אינגערמאן אן אייניקעל פונעם ישועות יעקב, די בעל ברכת רצ"ה זי"ע, האט ער זיך צעשמייכעלט פין ר' מאירלס וועג פון רעדן, האט זיך ר' מאירל אויסגעדרייט אין זיך אנגעריפען אינגעמאן וואס שמייכעלסטו, מיינס אוודאי אז דאס לעמבערגע רבנות ווארט אויף אייך, נישט אזוי שנעל זעקס אין דרייסיג יאר וועסטו ווארטען,

די ארומיגע האבן זיך שטארק געוואונדערט ווייל דער אינגערמאן איז ראוי' געווען איבער צו נעמען דאס רבנות, אין אויך איז שוין דער ישעות יעקב געווען א זקן, און די זוהן פונעם ישועות יעקב, הגה"ק רבי מרדכי זאב זי"ע די טאטע פון רבי צבי הירש זי"ע איז שוין אוועק בחייו פון זיין טאטן, האט מען נישט פארשטאנען פשט,

אבער ווען דער ישועות יעקב איז אוועק בשנת תקצ"ט, האט געדוירט א פאר יאר ביז מען איז זיך דורך געקומען אויפצונעמען א רב, און דאן איז געווארן רב הגה"ק רבי יוסף שאול נאטענזאהן בעל שואל ומשיב זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן בשנת תרל"ה, און נאר נאכדעם האט מען אויף גענומען דעם אייניקל הגה"ק רבי צבי הירש אורנשטיין בעל ברכת רצ"ה זי"ע, אין עס איז טאקע געווען זעקס אין דרייסיג יאר פון ווען דער ישועות יעקב איז אוועק ביז'ן הסתלקות פין דעם שואל ומשיב האט מען שוין גוט פארשטאנען ווי ווייט ר' מאירל האט געזען,

דער לעמבערגער רב הגה"ק רבי יוסף שאול בעל שואל ומשיב זי"ע, האט זיך געפירט אז א רבי וואס ער האט געוויסט אז ער לערנט, האט ער מכבד געווען אין פארברענגט מיט אים אין לערנען, אבער א רבי וואס ער האט נישט געוויסט אז ער זאל קענען לערנען, האט ער פראבירט אויסצומיידען ווייל ער איז דאך נישט געווען פינעם חסידישען חדר,

איז געווען אמאל ווען דער גאון ר' יוסף שאול האט געדארפט אריבער פארן פרעמישלאן, האט ער געבעטן דעם בעל עגלה זאל זיך נישט אפשטעלן אין שנעל אריבער פארן מען זאל אים נישט באמערקן, האט זיך אבער געמאכט אז ער האט זיך יא אפ געשטעלט אין מען האט אים באמערקט, האט שוין דער גאון ר' יוסף שאול שוין נישט געוואלט מען זאל שמיסען אז ער איז מצער ר' מאירל, האט ער זיך מישב געווען ער וועט אריינגיין צו אים וועט ער אים טרעפן לערנען וועט ער כאפן א שמיעס מיט אים, אבער טאמער נישט וועט ער אים געבן שלום אין גיין ווייטער,

ווען ר' יוסף שאול איז אריין געקומען צו ר' מאירל, האט ער אים געטראפן ארום שפאצירען פאר'מוח'ט אונעם צימער, האט זיך ר' יוסף שאול מישב געווען אז ער וועט אים געבן שלום אין גיין ווייטער, אזוי ווי ר' מאירל האט זיך אויפגעכאפט פין זיין דביקות, האט לעמבערגער רב געגעבן שלום פאר ר' מאירל, אין געוואלט גיין ווייטער, פרעגט ר' מאירל, לעמבערגער רב אפשר זאגט איר מיר פשט אין די גמרא, עס שטייט "אם ראית ת"ח שעבר עבירה בלילה, אל תהרהר אחריו ביום, שמא עשה תשובה" פרעגט די גמרא "שמא עשה תשובה, אלא ודאי עשה תשובה".

האט ר' מאיר'ל געפרעגט איינער וואס די גמרא רופט אן ת"ח וואס פאר א עבירה קען ער שוין טוען, און וואס איז פשט שמא עשה תשובה, אויך האט ר' מאירל געזאגט, ת"ת כנגד כולם הייסט אז טאמער איז ת"ת די גרעסטע מצוה איז ביטול תורה די גרעסטע עבירה,

אבער זאגט דער הייליגער צדיק ר' מאיר'ל, יעצט אז מען זעט א ת"ח איז מבטל תורה, זאל מען נישט מהרר זיין נאך אים, ווייל דער רבי פין לובלין פלעגט שטענדיג פארן לערנען תשובה טוען, ער האט געזאגט לרשע אמר אלוקים מה לך לספר חוקי אין אזוי האט ער תשובה געטוען אין זיך געזעצט לערנען,

יעצט די רבי פון לובלין האט געקענט שנעל תשובה טוען, איך קען נישט אזוי שנעל, איז אז איר זעט איינער איז מבטל תורה ער דרייט זיך ארויף אין אראפ פאר'מוח'ט זאלט איר נישט מהרר זיין נאך אים, ווייל שמא עשה תשובה, אפשר דאס וואס ער האט זיך אזוי ארומגעדרייט איז געווען ווייל ער האט תשובה געטוען, אין אויף דעם פרעגט די גמרא שמא עשה תשובה, איז דען מעגליך ער האט עפעס אנדערש געטוען, נאר זאגט אויף דעם די גמרא, אלא ודאי עשה תשובה, ווען דער גאון רבי יוסף שאול האט דאס געהערט, האט ער שוין געזען דעם כח און די הייליגע אויגן פון רבי מאיר'ל, און פארשטאנען אז דער איז א צדיק וקדוש,
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך מירון »

גליון מגנזי המלך
פיילס
מגנזי בחוקותי.pdf
(215.55 KiB) דאונלאודעד 6 מאל
נישט קיין בהלה
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 65

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

די נאמען איז רבי מאיר בן רבי ארון ארי'? בן רבי ארון ארי' לייב? אדער בן רבי ארון לייב?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

א איד וואס איז געווען קינדערלאז ל"ע איז געפארן אסאך יארן צו הרה"ק רבי אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע, אמאל האט ער זיך בארעכענט אין איז געפארן צו רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע, ער איז געווען זייער א קארגע מענטש, א בעל בשר און א הויכע געשטעל,

ווען ער איז אנגעקומען קיין פרעמישלאן, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די גבאים וואס שטייען ביים טיר, כדי ס'זאל אים חלילה נישט אפ קאסטן א גראשען, און ער איז זיך אריין צו רבי מאיר'ל און געזאגט,"דער רבי זאל זיך אויסבעטן ביי מיר", וואס מיינט אז די רבי זאל אים זאגען וויפל געלט אראפ צולייגן פאר זיין ישועה, אבער רבי מאיר'ל האט נישט געוואלט נעמען פון אים געלט,נאר ער האט אים צו געזאגט א ישועה,

ארויסקומענדיג פונעם רבי'ן, האבן אים די גבאים נישט געלאזט גיין ביז ער צאהלט זיי, ווי מ'פירט זיך, ער איז דאך געווען א קארגער האט ער זיי נישט געוואלט צאלן, און ס'איז געווארן א גרויסע טומעל און גראטשקע, ביז ס'האט זיך אנגעהערט אין רבי מאיר'לס צימער,

האט אים די רבי אריין געריפן און געזאגט, לאמיר דיך עפעס זאגן, אז "ברע די קעניג פון סדום" איז געווען א מענטש ווי דיך, א הויעכע געשטעל, א גראבער, און נישט געהאט קיין קינדער, און "שם בן נח" איז געווען די רבי, און ער איז געפארן אסאך צו אים, אבער ער האט אים גארנישט גע'פועל'ט,

ווען ער האט געהערט אז אברהם אבינו איז אנגעקומען, האט ער זיך בארעכענט אז ער וועט גיין בעטן ביי אים ער זאל נעמען געלט, און אים צו זאגן א בן זכר, האט אברהם אבינו נישט געוואלט נעמען דאס געלט, און ער האט אים צו געזאגט אן געלט,

דאס האט די קעניג פון סדום געזאגט צו אברהם אבינו, והרכוש קח לך, ויאמר אברם אל מלך סדום, הרימותי ידי וגו', אם מחוט ועד שרוך נעל, ואם אקח מכל אשר לך, בלעדי רק אשר אכלו הנערים וחלק האנשים אשר הלכו אתי, ווייל די חלק וואס באלאנגט צו זיי, דארף מען סיי ווי זיי געבן, אזוי אויך דיר, יעך האב נישט געוואלט נעמען פון דיר געלט, אבער די חלק וואס ס'באלאנגט פאר די גבאים זאלסטו זיי צאלן וואס זיי בעטן, און אויב נישט וועט קיין ישועה נישט קומען,

איין ערב פסח האט די טאכטער פון רבי מאיר געקויפט פלייש לכבוד יו"ט, און פסח ביינאכט ווען דער צדיק איז אהיים געקומען צום סדר, בעט ער דעם טאכטער אז ער ברויך די שטיוול, האט זי געברענגט די שטיוול, דאן בעט ער דעם זופ און פלייש וואס מען האט צו געגרייט פאר די סעודה, און זאגט פארן טאכטער,

דא אין שטאט איז דא א יולדת וואס קען נישט עסן קיין הארטע מצה, דארף מען אריבער טראגען דאס זופ מיט פלייש אז זי זאל האבן וואס צו עסן, און דער צדיק האט אליין אריבער געטראגן דאס עסן און נישט געלאזט קיינעם גיין, כדי צו מקיים זיין די מצוה אליין נאך בעפארן אפרעכטן די סדר נאכט.

צום שטוב פונעם צדיק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע איז אנגעקומען א שליח פון הרה"ק רבי יהודה צבי מסטרעטין זי"ע, נאך בעפאר ער האט געקענט זאגן פאר רבי מאיר'ל וואס די סיבה פארוואס ער איז געקומען, זאגט רבי מאיר פאר זיין משמש גיי ברענג די צוויי זעקליך וואס איך האב געהייסן אוועקלייגען פארן טאכטער פון רבי יהודה צבי מסטרעטין,

ווען דער צדיק האט געזעהן אז דער שליח וואונדערט אז דער צדיק האט גלייך געוויסט אויף וואס ער איז געקומען, האט דער צדיק געזאגט, שבת קודש ביינאכט ביי קידוש איז געקומען א מלאך און זאגט די בוסט מאריך מיט קידוש און די טאכטער פון הרה"ק מסטרעטין ליגט קראנק, האב איך גענומען פון די קידוש וויין און אוועק געלייגט פארן טאכטער.

ביי שלש סעודות איז די מלאך נאכאמאל געקומען און מזכיר געווען אז די טאכטער פון סטרעטינער רב איז קראנק, האב איך אוועק געלייגט א שטיקל חלה פארן טאכטער, און די טאכטער איז טאקע געזונט געווארן פון די שריים פונעם צדיק.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

דער טאלטשובער רב איז ווי באקאנט סוף ימיו געפארן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך באזעצט אין צפת, אויפ'ן וועג קיין אדעס, פון וואו די שיף האט געזאלט ארויספארן, איז ער אפגעשטיגן אין פרעמישלאן זיך געזעגענען מיט רבי מאיר'ל,

אבער צוליב די קורצע צייט איז אים שוין נישט אויס געקומען צו פארבלייבן שבת אין פרעמישלאן, רבי מאיר'ל האט אים אויף גענומען מיט גרויס כבוד און תיכף מיט'ן ערשטען שמועס האט ער אים געזאגט, אז ער וואלט געוואלט זעהן זיין פּאס-פּארט, דער טאלטשובער רב האט אים אהין געגעבן דעם פאס, און רבי מאיר'ל האט עס באהאלטן אין זיין בוזעם טאש און זיך אנגערופן "מאיר האט ליב פעסער",

אזוי ווי דער פאס איז פארבליבן ביי רבי מאיר'ל, האט דער טאלטשובער רב נישט געהאט קיין ברירה און איז פארבליבן שבת אין פרעמישלאן, ער איז אבער געווען זייער פארזארגט וויסענדיג אז ער וועט פארשפעטיגען זיין שיף קיין ארץ ישראל,

נאך שבת האט ער זיך מיט אים געזעגענט מיט גרויס חביבות, ווען רבי מאיר'ל געבט אים צוריק דעם פאספארט, אבער ביי די צייט האט די שיף אין אדעס מיט וואס ער האט באדארפט צו פארן קיין ארץ ישראל שוין געווען אוועק געפארן, און באין ברירה איז ער פארבליבן אין די האפען שטאט אדעס ווארטענדיג אויף א צווייטע שיף, אבער זוימענדיג זיך אין אדעס, איז אנגעקומען די בשורת איוב, אז די שיף מיט וואס ער האט געדארפט פארן, איז איינגעזינקען און אלע מיטפארערס זענען דערטרונקען געווארן אין ים ל"ע,

אצינד האט ער פארשטאנען אז דערמיט וואס רבי מאיר'ל האט אים צו גענומען די פאס און אויף געהאלטן איבער שבת, איז ער געראטעוועט געווארן, און כל ימיו האט דער טאלטשובער רב דערציילט איבער דעם גרויסן נס וואס ער האט געהאט אין זכות פון צדיק רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע.

הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי"ע זאגט בשם זיין הייליגען טאטע הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע אז דעם אוהל אין פרעמישלאן האט מען גערופען די "מערת המכפלה", ווייל דארט ליגען די 4 זוגות קדושים, הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע מיט די רעבעצין, הרה"ק רבי מאיר'ל זי"ע מיט די רעבעצין, און די צוויי טעכטער פון רבי מאיר'ל מיט די איידעמער,

איינמאל איז געווען א מגיפה אין א שטאט, איז הגה"ק רבי יהושע פאליק זי"ע געקומען צו הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע מזכיר זיין פאר א ישועה, האט דער צדיק געגעבן א ברויט און וואסער און געהייסן מען זאל דאס אויף הענגען אין א שטוב פון א ערליכער איד אין שטאט און מען וועט געראטעוועט ווערן, און כך הוה עס איז אונעם שטאט קיינער נישט אנגעשטעקט געווארן פונעם מגיפה.

הרה"ק רבי יהודה צבי בעל דעת קדושים מראזלא זי"ע האט געזאגט אז רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע האט אסאך עוסק געווען אונעם זומער צו פארשאפן פעלדזן פאר ארימעלייט פאר די ווינטער, האט ער פארציילט אז הרה"ק בארנובער רב זי"ע איז אמאל געווען אין א בעדער אין מארינבאד, און געזעהן א אלטען איד וואס איז איבער די הונדערט יאר און גייט מיט א אויסגעגראטע רוקען ווי א יונגערמאן,

האט ער געפרעגט דעם איד אין וואסערע זכות האסטו זוכה געווען צו אזא שיינעם עלטער, האט דער איד געזאגט, איינמאל איז געווען א חתונה און די דרך איז געווען א די כלה האט געקויפט א פעלדז פארן חתן, איז ביי דעם חתונה געווען א כלה וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א פעלדז פארן חתן, און דער חתן האט בשום אופן נישט געוואלט גיין צום חופה נאר אויב ער באקומט א פעלדז,

איז דארט געווען הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע און געבעטן פון א איד וואס האט געהאט אויף זיך א פעלדז און געבעטן אז ער זאל דאס אהין געבן פארן חתן כדי מען זאל קענען גיין צו די חופה, אבער דער איד האט געזאגט אז דאס איז א נייע פעלדז און ער וויל דאס נישט געבן,

האב איך געזאגט פאר רבי מאיר'ל אז איך בין גרייט אוועק צו געבן מיין פעלדז, און איך האב דאס געגעבן פארן חתן און מען איז געגאנגען צו די חופה, האט רבי מאיר זי"ע מיר געגעבן א ברכה "אלט, אלט, אלט, רייך, רייך, רייך", און פון די ברכה האב איך זוכה געווען צו א שיינעם עלטער און געהאט אייביג פרנסה ברוח,

אויך האט הרה"ק רבי יהודה צבי בעל דעת קדושים מראזלא זי"ע געזאגט, "רבי מאיר'ל זי"ע מיט זיין מידת צדקה איז אנגעקומען אסאך העכער ווי איך מיט מיין תורה", וואס ווי באקאנט איז דער רבי יהודה צבי געווען א גאון בתורת הנגלה והנסתר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

ווערט דערציילט אז עס איז געווען א גאר שטארקע קשר צוויזן דעם צדיק רבי מאיר'ל זי"ע און דער הייליגער רוזינער זי"ע, האבן די חסידי רוזין דערציילט, אז יענעם מוצאי שבת קודש ווען דער הייליגער צדיק רבי מאיר'ל זי"ע איז נסתלק געווארן, האט זיך ביי סעודת מלוה מלכה אין רוזין אויס געלאשן א ליכט ביים טיש, ווען מען האט דאס פראבירט אנצינדען צוריק, האט זיך דאס נאכאמאל אויס געלאשן, האט דער הייליגער רוזינער זי"ע אנגעריפן, עס איז דא נייעס אין פרעמישלאן, נישט לאנג נאכדעם האט מען טאקע געהערט די בשורה, אז דער הייליגער צדיק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע איז נסתלק געווארן,

נאנט צום הסתלקות פון רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע, איז דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע געקומען צוזאמען מיט זיין הייליגען זון רבי ברוך מגארליץ זי"ע אויף א באזיך צום צדיק רבי מאיר'ל זי"ע, און ווען דער צאנזער רב זי"ע איז געזעצן אין שטוב פון רבי מאיר'ל, האט דער צדיק געפרעגט דעם דברי חיים, "צאנזער רב איר זענט דאך פון בית דין הגדול, וואס האלט איר, אז מאיר'ל דארף וואוינען אין אזא קליינע ענגע דירה, אדער מאיר'ל דארף אריבער גיין אין א גרעסערע מער רחבות'דיגע דירה",

האט דער צאנזער רב זי"ע געזאגט, "אוודאי זאלט איר אריבער גיין אין א גרויסע רחבות'דיגע דירה", האט רבי מאיר'ל געזאגט "אויב אזוי וועל איך טאקע אזוי טוען", אבער באלד האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געכאפט די ריכטיגע כוונה, אז רבי מאיר'ל וויל אריבער גיין לעולם שכולו טוב, האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע גלייך צו געלייגט בזה"ל, "איך מיין נאר אויף דער וועלט", אבער רבי מאיר'ל האט דאן געזאגט, "צאנזער רב כ'האב נאר געברויכט אייער הסכמה", און טאקע עטליכע וואכן שפעטער, איז דער צדיק רבי מאיר'ל נסתלק געווארן לחיי עולם הבא,

ווי באוויסט האט דער צדיק וקדוש רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע שוין פון אלס יונג קינד עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף גאר א געהויבענע וועג, ביי די 10 יאר איז דער צדיק יעדע דאנערשטאג ארום געלאפן צוזאמען שטעלן גרויסע סכומים פאר נצרכים אויף צרכי שבת, ער פלעגט קויפן א בהמה און דאס לאזן שחט'ן ביים שוחט, און מיט די פלייש אריין געברענגט דעם שבת קודש מיט א שמחה ביי צענדליגע צובראכענע משפחות,

איין וואך ווען דער צדיק מאיר'ל איז אנגעקומען אין מארק, האט ער דארט געטראפן דעם קצב ר' שמעון ווי ער זיכט ארום וועלכע בהמה ער זאל קויפן, דער קינד גייט צו צום קצב און בעט אים א נדבה לכבדו שבת, זאגט דער קצב צום קינד, אויב די וועסט מיר זאגן וועלכע בהמה עס וועט ארויס קומען כשר, גיב איך דיר פאר צדקה מוויי גילדן, זאגט דער קלוגער קינד פארן קצב, אויב גיבסטו מיר 10 גילד פאר צדקה וועל איך דיר אנווייזן וועלכע בהמה עס וועט ארויס קומען כשר,

דער קצב האט מסכים געווען און אהין געגעבן די 10 גילדן פארן קינד, און דער קינד האט אים געוויזן וועלכע בהמה ער זאל קויפן, און לפלא איז די בהמה ארויס געקומען כשר מיט אלע הידורים, פון דאן האט דער קצב געשלאסן א געשעפט מיטן קינד, ער פלעגט יעדע וואך ארויס קומען צום מארק מיטן קצב, און פאר יעדע בהמה וואס ער האט אנגעוויזן אז עס איז כשר, האט אים דער קצב געגעבן 10 גילדן, און אזוי האט דער קינד געהאט געלט פאר די נצרכים אויף שבת,

אבער אביסל שפעטער ווען די אנדערע קצבים פון שטאט האבן געזען דעם הצלחה פונעם קצב ר' שמעון, אז יעדע בהמה וואס ער ברענגט צום שוחט קומט ארויס כשר, וואס דאס איז נישט געווען בייאנדערע, האבן זיי נאך געקוקט דעם קצב, און דאן האבן זיי געזען פון ווי די הצלחה קומט, האבן די אנדערע קצבים אויך נאכגעטון דעם קצב ר' שמעון, און אויך ביי זיי האט די סגולה פון רבי מאיר'ל געארבעט,

אבער ווען די רבי פון דעם קינד הרה"ק רבי דוב בער זי"ע האט געהערט פון די מעשים וואס זיין יונגער תלמיד טוט, האט ער אים זייער אויס גע'מוסר'ט פארוואס ער איז זיך אזוי בגלוי משתמש מיט רוח הקודש, האט דער רבי מאיר'ל דאס שוין מער נישט געטון, דאס איז געווען זיין גרויסע כוח הקדושה שוין פון אלס יונג קינד, און זיין מסירת נפש פאר די מצווה פון צדקה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

אין די שטאט סיגוט האט געוואוינט הרבני הנגיד המפורסם מו"ה קלמן כהנא, דער ר' קלמן איז עטליכע יאר געווען קינדערלאז ל"ע, ער איז געפארן צום הייליגן רבי ר' מאיר פון פרימישלאן זי"ע זיך מזכיר זיין, ער זאל געהאלפן ווערן בדבר ישועה ורחמים, נאכדעם ווען ער האט זיך מזכיר געווען ביי רבי'ן ר' מאיר'ל פאר זש"ק, האט אים ר' מאיר'ל געפרעגט,

"האט איר כאטש איינמאל זוכה געווען צו זען די הייליגע צורה פון הגאון הקדוש בעל ישמח משה", האט ר' קלמן געענטפערט: "יא", וויבאלד רבי ר' מאיר זי"ע האט דאס געהערט האט ער זיך זעהר געפרייט, און האט זיך אנגערופן: "לאמיר גיין מאכן א סעודה לכבוד דעם, וואס מיר האבן דא א איד וועלכער האט זוכה געווען צו קענען דעם הייליגן ישמח משה זי"ע",

אינמיטן די סעודה האט זיך אנגערופן רבי ר' מאיר'ל זי"ע, "נישט קשה! דער ישמח משה האט איבערגעלאזט אן אייניקל אויף דער וועלט, וואס דערלייכט די וועלט", מיינענדיג דערמיט הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע, דאן האט דער רבי ר' מאיר'ל זי"ע געהייסן פאר זיין משמש ר' ארי', ער זאל נעמען פאפיר און א פעדער, און ער זאל אויפשרייבן די נעמען וואס זאלן געגעבן ווערן פאר די קינדער וועלכע וועלן געבוירן ווערן צו ר' קלמן,

און רבי מאיר'ל זי"ע האט זיך גענומען אויסרעכענען פאר אלע קינדער די נעמען, "דאס ערשטע קינד וואס עס וועט ביי דיר געבוירן ווערן, זאלסטו א נאמען געבן "משה שמחה". דער נאמען "משה" נאכ'ן הייליגן ישמח משה זי"ע, און דער נאמען "שמחה" איז צוליב די שמחה, די פרייד וואס איך האב יעצט דורכדעם וואס איך זעה א איד וואס האט נאך געקענט דעם ישמח משה", און אזוי האט רבי מאיר'ל זי"ע אויס גערעכנט די נעמען פון אלע זיינע קינדער, וועלכע זענען נאך נישט געבוירן געווארן,

צום לעצט האט ער אויס גערעכנט דעם נאמען פון יונגסטן קינד, וואס זאל הייסן "שמואל זיינוויל", נאכ'ן פאטער פון ר' קלמן, וועלכער האט נאך דעמאלט געלעבט, די ווערטער פון הייליגן רבי'ן ר' מאיר'ל זי"ע זענען גענוי מקוים געווארן, עס זענען אים געבוירן געווארן אזויפיל קינדער וויפיל רבי מאיר'ל האט געזאגט, און ער האט טאקע געגעבן די נעמען פאר די קינדער אזויווי רבי מאיר'ל האט געהייסן,

ווען עס איז פאר ר' קלמן'ען געבוירן געווארן דאס יונגסטע קינד, וואס לויט'ן באפעל פון רבי מאיר'ל זי"ע האט ער אים געדארפט א נאמען געבן "שמואל זיינוויל", האט דער פאטער פון ר' קלמן - ר' שמואל זיינוויל, נאך דעמאלט געלעבט, האט אבער פאסירט אז געציילטע טעג פאר'ן ברית, איז ר' קלמן'ס פאטער נפטר געווארן, און ער האט טאקע א נאמען געגעבן פאר'ן קינד "שמואל זיינוויל". עס האט זיך אויס געשטעלט, אז אלעס וואס רבי ר' מאיר'ל זי"ע האט געזאגט פון פאראויס, איז מקוים געווארן.

א מורא'דיגע מעשה האט מען דערציילט אין פרמישלאן, וואס עס האט פאסירט ביים ציון פון הייליגן צדיק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע, א וואוילער יונג, אן אפיקורס, איז ארויס מיט עטליכע חברים אויף א שבת'דיגן שפאציר, און קומענדיג אויפ'ן אידישן בית עולם, האט זיך דעם אפיקורס פארגליסט צו פאררויכערן א ציגאר.

אבער קיין שוועבעלע האט ער נישט געהאט, גייען זיי אזוי שפאצירן אויפ'ן בית עולם. דארט האבן זיי נישט קיין מורא צו רויכערן אום שבת, ווייל קיין פרומער איד קומט דאך נישט דארטן אויפ'ן בית עולם אום שבת, און די טויטע שווייגן, אבער עס איז נישטא קיין שוועבעלע,

גייען זיי אזוי צווישן די מצבות, ביז זיי זענען אנגעקומען צום "אהל" פון רבי מאיר'ל, און דער יונג זעט ווי עס לייכט זיך דארטן אינווייניג אן אויל-לעמפל, א נר תמיד. דער אפיקורס דערפרייט זיך, און ער לויפט שנעל אריין אינעם "אהל". ער הויבט אויף די האנט מיט'ן ציגארעטל און ברענט עס אן אויפ'ן פייער, און אט וויל ער שוין צולייגן דאס ציגארעטל צום מויל און עס רויכערן, אבער וואס איז דא אזוינס געשען, דער בחור קען נישט רירן מיט די האנט, די האנט איז אים געלעמט געווארן אויפ'ן ארט רח"ל, עס האבן נישט געהאלפן קיין דאקטורים און קיין בעדער, דער בחור איז אזוי געבליבן זיין גאנצן לעבן מיט א געלעמטע האנט ל"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

אין א שטאט נעבן פרמישלאן האט געוואוינט אן עושר וועלכער האט געוואלט זיין דער שליח ציבור אינ'ם גרויסן שטאטישן בית המדרש אין די ימים נוראים. די שטאט איינוואוינער זענען געווען דערקעגן, ווייל ער איז נישט געווען קיין גרויסער ירא שמים און אויך נישט קיין בעל תפלה, אבער זיי האבן מורא געהאט זיך קעגען צו שטעלן און אפזאגן זיין פארלאנג, ווייל ער איז געווען א גרויסער תקיף,

נאכ'ן באראטן צווישן זיך וואס צו טוען, איז באשלאסן געווארן אז זיי וועלן שיקן שלוחים צו הרה"ק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע צו פרעגן ביי אים אן עצה, און אזוי האבן זיי געטוען, זאגט זיי רבי מאיר'ל, אז וויבאלד עס איז דער שטייגער פון די בעלי תפילות פון אלע ארומיגע שטעט, צו קומען צו אים פאר ראש השנה נאך א ברכה, וועט מסתמא יענער עושר אויך קומען, און דאן וועט ער שוין זען וואס צו טוען,

פאר ראש השנה איז דער עושר טאקע געקומען צו רבי מאיר'ל, און ווען ער האט איבער געגעבן אז ער גייט דאווענען פאר'ן עמוד ראש השנה, האט רבי מאיר'ל אנגעהויבן א שמועס אזוי, "עס שטייט אין זוהר הקדוש אז עס זענען דא דריי ערליי חשובע תפילות, "תפלה למשה", "תפלה לדוד", און "תפלה לעני",

דאס ערשטע די "תפלה למשה" איז א חשובע תפלה, ווייל כאטש משה רבינו האט געהאט שוועריקייטן ביים רעדן, איז ער אבער געווען דער גרעסטער נביא, און דער רבי פון אלע אידן, דאס צווייטע "תפלה לדוד' איז א חשובע תפלה, ווייל דוד המלך האט מחבר געווען הייליגע קאפיטלעך פון תהילים און שיין געזינגען, ער איז געווען דער "נעים זמירות ישראל", ווידער "תפלה לעני" איז חשוב, ווייל אן ארימאן האט א צעבראכן הארץ, און דאס איז חשוב ביים אויבערשטן, ווי דער פסוק זאגט, "לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה" (תהלים נא, יט),

אויך ביי די היינטיגע בעלי תפילות זענען פארהאן די דריי מדרגות. איינער קען מחבר זיין און זינגען שיינע ניגונים און זמירות, און זיין תפלה איז אין די בחינה פון "תפלה לדוד'. א צווייטער, כאטש ער קען נישט אזוי שיין זינגען, איז ער אבער א גרויסער צדיק, און זיין תפלה איז אין די בחינה פון "תפלה למשה", ווידער איז דא עמיצער וואס ער איז נישט א צדיק, און נישט א שיינער בעל מנגן, אבער ער איז אן ארימאן מיט א צעבראכן הארץ, און זיין תפלה איז א "תפלה לעני",

יעצט בנוגע צו דיר, ווייסטו דאך דעם אמת, קיין צדיק ביסטו נישט. קיין שיינער בעל מנגן ביסטו אויך נישט, און אויך אן ארימאן ביסטו ברוך השם נישט. אויב דו ווילסט זיין דער בעל תפלה אין די ימים נוראים, מוז איך מתפלל זיין אויף דיר אז דו זאלסט צו קומען צו איינער פון די דריי דערמאנטע מדרגות ביי בעלי תפלה, דו פארשטייסט אליין אז צו מתפלל זיין אז דו זאלסט פלוצלונג ווערן א גרויסער צדיק, אדער א שיינער בעל מנגן, דאס איז א "תפלת שוא", ווייל עס איז נישט מעגליך בדרך הטבע צו ווערן אין פארלויף פון אזא קורצע צייט א גרויסער צדיק, אדער פלוצלונג ווערן א שיינער בעל מנגן.

עס פארבלייבט פאר מיר איין עצה, און דאס איז מתפלל צו זיין אז דו זאלסט ווערן אן ארימאן, ווייל דאס איז נישט שלא כדרך הטבע אז א גביר זאל איבערנאכט ווערן אן ארימאן, עס טרעפט זיך אפט, ממילא וועט דיין תפלה זיין אין די בחינה פון "תפלה לעני", "ניין, ניין" - הייבט אן דער עושר צו שרייען - "איך בין מוחל דעם כיבוד, איך וויל נישט זיין קיין בעל תפלה", און אזוי האט דער צדיק רבי מאיר'ל מיט זיין חכמה געהאלפן די אידן פונעם שטאט מיט זייער פראבלעם,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

אמאל האט רבי מאיר'ל געזאגט צו זיין משמש: "גיי ארויס אויפ'ן וועג, און ווען דו װעסט זען דורכפארן א וואגן געשפאנט צו צוויי גוטע פערד, זאלסטו אפשטעלן דעם וואגן, דארט וועט זיצן א יונגערמאן מיט'ן נאמען "יעקב", זאלסטו אים זאגן אז איך הייס אים אריין קומען צו מיר, און א סימן האט ער אז איך ווייס ווי אזוי ער הייסט",

דער משמש האט געטוען זיין שליחות בנאמנות. ער האט זיך געשטעלט אויפ'ן וועג, און ווען ער האט געזען פונדערווייטנס קומען א וואגן געשפאנט צו צוויי פעסטע פערד, האט ער געוואונקען צום בעל עגלה ער זאל זיך אפשטעלן, און האט איבער געגעבן פאר דעם יונגערמאן וואס דער רבי האט באפוילן,

ווען יענער האט געהערט ווי דער רבי האט געוואוסט מיט רוח הקודש צו זאגן אז דא וועט דורכפארן איינער מיט'ן נאמען יעקב, האט ער פארקירעוועט דעם וואגן און איז צוגעפארן צום הויז פונעם רבי'ן צו הערן וואס דער רבי וויל אים זאגן, האט רבי מאיר'ל געזאגט צו דעם יונגערמאן, "איך ווייס אז דו פארסט יעצט צו יענעם און יענעם פריץ צו דינגען פון אים אן ארענדע, זאלסטו דיך נישט לאזן פונעם פריץ, זאלסט דיך דינגען מיט אים אויפ'ן פרייז ביז ער וועט דיך אראפלאזן דעם פרייז",

דאן האט רבי מאיר'ל אים געבעטן אז ער זאל מיט אים אריינקומען אין זיין שטאל. אין שטאל האט רבי מאיר'ל אים אנגעוויזן אויף א פאר פערד, זאגנדיג: "די פערד זענען ווערד זיבן רייניש, אבער מאיר'ל האט עס געקויפט פאר פיל ביליגער, וויל איך אז דו זאלסט דיך מיט מיר טוישן, איך גיב דיר די צוויי פערד, און דו גיב מיר אנשטאט זיי דיינע צוויי פערד",

דער יונגערמאן האט געהאט ווייניג חשק צו מאכן דעם געשעפט, ווייל זיינע פערד זענען געווען צוויי געזונטע אנגעגעסענע שטארקע פערד, ווידער רבי מאיר'ל האט פארמאגט א פאר קליינע אויסגעדארטע פערדלעך. דער יונגערמאן האט זיך פשוט געשעמט צו פארן מיט אזעלכע פערד, אבער ווען רבי מאיר'ל האט אים עטליכע מאל געבעטן און געמוטשעט ער זאל מאכן מיט אים דעם געשעפט, האט ער אים נישט געקענט אפזאגן, און ער האט געמאכט דעם בייט,

דער יונגערמאן איז געפארן זיין וועג, אינמיטן וועג זענען אים באפאלן א כאפטע רויבער, זיי האבן אים געוואלט באראבעווען און דערמארדן ל"ע, אבער ווען זיי האבן געזען זיינע פערדלעך האבן זיי דערקענט אז דאס זענען די פערדלעך פונ'ם באוואוסטן "ראבין", פאר וועמען זיי האבן געציטערט אימת מות, האבנדיג שוין צוזאמען געהערט פון זיינע גרויסע כוחות, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: "לאמיר אים בעסער אפלאזן און זיך נישט פארטשעפן מיט דעם ראבין, ווייל ווער עס פארטשעפעט זיך מיט אים האט א שווארצן סוף", די רויבער זענען זיך צולאפן און דער יונגערמאן איז געראטעוועט געווארן,

ווען ער איז שוין געווען אויפ'ן וועג צוריק, איז ער אריין געפארן קיין פרמישלאן צום רבי'ן זיך באדאנקען פאר'ן נס וואס ער האט געהאט צוליב דעם רבי'ן, האט רבי מאיר'ל אים געזאגט: "יעצט וועלן מיר זיך צוריק בייטן. מאיר'ל דארף נישט דיינע פערדלעך, נאר מאיר'ל האט געזען אז דו וועסט זיין אין א סכנה, די רויבער וועלן דיך נאך יאגן, האט מאיר'ל זיך געטוישט מיר דיר, אבער יעצט וועלן מיר זיך צוריק טוישן, פארוואס זאלסטו פארן מיט צוויי אלטע אויסגעדארטע פערד", דער יונגערמאן האט אבער געהאט שכל, האט ער געענטפערט: "רבי, איך וויל מיך נישט בייטן. מיר האבן געמאכט א געשעפט, און געשעפט איז געשעפט און אזוי בלייבט עס".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

א בעל דרשן איז אמאל געקומען אויף א שבת קיין פרמישלאן, און ווי דער מנהג איז געווען האט ער געהאלטן א דרשה שבת נאכמיטאג. דער דרשן האט גראדע מצליח געווען און ער האט געזאגט א שיינע דרשה, געפלאכטן מיט דברי חז"ל און טרעפליכע מעשיות אויף די וואכעדיגע סדרה, דער עולם האט אים נאך די דרשה באווארפן מיט יישר כח'ס און קאמפלימענטן,

דער בעל דרשן האט זיך גערישט אויף זונטאג, אז ער וועט דאר אינעם שטאט מאכן א שיינע מטבע, ווייל סוף כל סוף איז דאך אין דעם באשטאנען זיין פרנסה, און ער האט געהאפט אז דער עולם וועט אים באווארפן מיט געלט, אבער צום באדויערן האט זיך דער עולם נישט אנגערופן װי געוואונטשן, כמעט קיינער איז נישט געקומען געבן קיין געלט פארן בעל דרשן,

דער בעל דרשן איז אריבער געגאנגען צום הייליגן צדיק ר' מאיר'ל זי"ע און ער האט געזען ווי די בעלי בתים וואס האבן נעכטן געהערט זיין דרשה געבן פאר'ן רבי'ן גרויסע פדיונות, און דער טיש איז פיל מיט געלט, מטבעות, פאפירענע געלטער, א גאנצער הויפן, ווען דער עולם איז ארויס פון רבינ'ס שטוב, האט דער מגיד געפרעגט מיט ביטערניש,

"רבי, וואו איז יושר. איך מאטער מיך אויס, איך פאר ארום פון שטאט צו שטאט, לערן אין ספרים הקדושים און איך גרייט זיך צו לאנגע שעות צו א דרשה. דערנאך זאג איך דעם דרשה און דער עולם האט הנאה, עס קומט אבער זונטאג פארגעסט מען אינגאנצן פון מיר. אבער צום רבי'ן קומט דער גאנצער עולם אומגערופן, און מען ברענגט אסאך געלט",

האט אים רבי מאיר'ל געענטפערט: "חז"ל זאגן אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב", רייד וואס קומען ארויס פון טיפעניש פון הארץ, גייען אריין אין יענעמ'ס הארץ. דו האסט דאך ליב געלט מיט'ן גאנצן הארץ, קומט אויס אז די רייד וואס דו רעדסט צום עולם זענען ארום גענומען מיט ליבשאפט צו געלט, און אזוי גייען זיי אריין אין הארץ פון די צוהערער און זיי האבן א השפעה אז זיי זאלן אויך ליב האבן געלט. און דערפאר ווילן זיי נישט ארויסגעבן דאס געלט פון זייערע קעשענעס,

אבער איך, מאיר'ל, האב פיינט געלט מיט מיין גאנצן הארץ, און די מדה געב איך אריין אין מיינע חסידים, ביז זייער הארץ האט אויך פיינט געלט, וועגן דעם קומען זיי לייגן זייער געלט אויף מיין טיש".

צדיקי דורו האבן דעם רבין זייער מכבד געווען, און ער איז געווען זייער בידידות מיט אסאך צדיקים בדורו, מען פארציילט אז איין יאר פרשת בלק איז ביים רבין ר' מאיר מפרמישלאן זי"ע געווען א רב, און ר' מאיר האט אים מכבד געווען מיט א עלי', פאר ער האט געמאכט די ברכה אויף די תורה האט אים די רבי געפרעגט א שאלה, "וואס איז בלק געווען א איד, אדער א גוי", דער רב האט געזאגט אז מסתמא איז ער געווען א גוי, האט די רבי אים געפרעגט אויב אזוי ווי פאסט עס אז די תורה זאל א נאמען געבן פאר א הייליגע פרשה אין די תורה מיטן נאמען פון א גוי,

נאר איך וועל דיר דאס מסביר זיין מיט א מעשה וואס איך האב געהאט ביי מיין רבין הרה"ק מקרעמניץ זי"ע, איינמאל בין איך געפארן צוזאמען מיט א חבר צום רבין הרה"ק מקרעמניץ זי"ע, אויפן וועג האט זיך אראפ געלאזט א שרעקליכע רעגן אז עס איז נישט געווען קיין מעגליכקייט ווייטער צו פארן, האבן אונז געזיכט א פלאץ ווי צו איבערנעכטיגן, ווען אונז האבן מיר אריין געקלאפט אין איין שטוב, האט א גוי אויף געמאכט, ווען אונז האב מיר געוואלט אוועק גיין, האט דער גוי געבעטן אויב מיר קענען אפשר יא דארט בלייבן איבער נעכטיגן, און ער האט אונז געגעבן א שיינעם פלאץ ווי צו איבער נעכטיגן,

צופרי ווען מיר זענען אוועק געגאנגען איז געווארן א מחלוקה צווישן מיר מיטן חבר, דער חבר האט געזאגט "דאס איז א ערליכער גוי" אבער איך האב געזאגט "דאס איז א אומערליכע גוי", האבן מיר אפ געמאכט צו פרעגן דעם רבין מקרעמניץ, אז ער זאל זאגן ווער עס איז גערעכט,

ווען מען איז אנגעקומען צום רבין האבן מיר פאר געלייגט אונזער מחלוקה, און די רבי האט מיך געפרעגט פארוואס איך זאג אז ער איז א אומערליכע גוי, האב איך געזאגט אז דאס איז בפירוש על פי מאמר רשב"י, וואס ער האט געזאגט "הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב", קומט דאך אויס אז אויב דער גוי וואלט אונז מרחק געווען, וואלט ער געטון לויט די הלכה, דאן וואלט מען געקענט זאגן אז ער איז "א ערליכע גוי", אבער וויבאלד דער גוי האט אונז מקרב געווען, קומט דאך אויס אז ער האט געטון קעגן די הלכה, און דערפאר איז ער א אומערליכע גוי, און הרה"ק מקרעמניץ זי"ע האט געזאגט אז איך בין גערעכט,

יעצט לגבי בלק ער האט דאך גאנץ גוט געוויסט אז אידישע קינדער זענען אנגעזאגט געווארן, "על תצר את מואב", אז מען זאל זיך נישט פארטשעפענען מיט מואב, איז פארוואס האט ער געדינגען דעם בלעם צו קומען שעלטן די אידישע קינדער, ער האט דאך נישט געהאט וואס מורא צו האבן פון די אידן אז זיי וועלן עפעס טון פאר אים, נאר ער האט געמיזט טון ווי די הלכה איז אז "שעשו שונא ליעקב", און דערפאר האט ער געריפען דעם בלעם צו שעלטן די אידן, דערפאר איז בלק געווען "א ערליכע גוי" און מיט א ערליכע גוי מעג מען אנהייבן די סדרה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

מען דערציילט אז דער אהבת ישראל פון וויזשניץ זי"ע איז אמאל געקומען אויף א באזוך צו זיין ברודער און שטאט שאטץ, האט ער געבעטן אז וויל גיין באזוכן די שאצער רעבעצין הרבנית הצדיקת מרים חיה ע"ה די טאכטער פון הרה"ק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע, וואס די טאכטער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות,

האט זיך דער אהבת ישראל זי"ע אנגערופן צו די רעבעצין די צדקת, זייט מיך מוחל שאצער רעבעצן איך וויל אייך פרעגן א שאלה, איך ווייס אז איר זענט א קלוגער פרוי א צדקת מיט א יחסנית, אונז האבן אויך געהאט א רעבצין א גרויסע צדקת הרבנית מרת דבורה ע"ה די טאכטער פונעם תורת חיים מקאסוב זי"ע, אבער זי האט נישט געפראוועט מופתים, אבער איר זענט דאך באקאנט פאר פראווען מופתים און איר פירט א ראביסטעווע, פון ווי האט איר די כח צו פוילען ישועות,

האט זי געזאגט, וויזניצער רבי איך וועל אייך ענטפערן, איך האב דאס באקומען פון לייבעלע גנב, און דאס איז געווען די מעשה, אמאל ווען איך בין געווען א קליין קינד, ערב יום הקדוש איז דורך די גאנצע שטאט אנשים נשים וטף זיך אנצווואונטשען ביי מיין טאטע, און ער איז געזעצן מיט אראפ געבויגענע קאפ און נישט אנגעקוקט די דורכגייערס, און געוואונטשען א יעדן איינעם א גמר חתימה טובה און א לייכטען תענית,

דארט אין שטאט פרעמישלאן איז געווען א איד וואס מען האט אים געריפן לייבעלע גנב, ער האט ליידער עוסק געווען אין גניבות ביי יעדע געלעגענהייט, איז ער אויך געשטאנען און די רייע בעטען א ברכה, און ער האט פארענדערט זיין לבוש כדי די רבי זאל אים נישט דערקענען, אבער ווען ס'איז אנגעקומען זיין רייע, האט מיין הייליגע טאטע אויף געהויבן זיין אויגן און אים געזאגט אה, די ביסט אויך געקומען בעטען א ברכה, זאג מיר וואסערע ברכה זאל איך דיר געבן, האט זיך לייבעלע גנב אנגערופן, רבי גלייבט איר דען אז ס'קען זיין א גניבה אן דעם וואס מ'זאל עס אויסרופען און הימעל,

האט מיין טאטע געענטפערט אוודאי, אוודאי נישט, האט לייבעלע גנב ממשיך געווען און געזאגט, וויל דען די רבי אז די גניבה זאל אריין פאלן צו די הענט פון איוואן די גוי, איז דען נישט בעסער אז ס'זאל אריין פאלן און מיינע הענט, האט זיך דער טאטע דער צדיק רבי מאיר'ל צעשמייכלט, און האט אים געוואונטשען אז א גניבה וואס דארף געשען זאל אריין פאלן און זיין הענט,

און ווי באלד איך האב געזעהן אז ס'איז א עת רצון בין איך צו געגענגן צו מיין טאטע און אים געזאגט, טאטע, גיב מיך אויך א ברכה, אז א יעדער איד וואס דארף געהאלפן ווערן, זאל עס גיין דורך מיר, און מיין טאטע האט מיר טאקע אנגעוואונטשען ,און דאס זענען מיינע כוחות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: הרה"ק רבי מאיר ב"ר אהרן ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן - כ"ט אייר תר"י

פאוסט דורך ניקל »

זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט