רבינו חיים זאנוויל ב”ר משה מריבניץ זיעועכי"א

אום אסרו חג סוכות געפאלט אויס די יארצייט פון כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש זי"עואכ”י ב”ר משה ויוטא ציפורה באקאנט אלץ דער הייליגער ריבניצ'ער רבי . ער איז געווען א תלמיד מובהק פון כ"ק האדמו"ר הק' רבי אברהם מתתי'הו פון שטיפינעשט זי"ע, און געוואקסען ביי אים ממש ווי א אייגען קינד.
מקען דערציילן און שרייבן עד אין שיעור. דא האבעך בייגעלייגט וואס כהאב אליינס געהערט.
-----
כהאב געהערט פון א איד אפאר שיינע מעשיות וואס איז געווען מיט אים אליינס ביים הייליגן ריבניצער זי”ע
די ערשטע צייטן וואס ער האט זיך געדרייט ביים ריבניצער האט ער נאכגעקוקט דעם צדיק אויף יעדן ריר אבער אזוי אומאפיציעל באהאלטענערהייט, סאיז אים געווען פריש און ער האט עס געשפירט פאר א זכיה. איינמאל אזוי שטייענדיג אליינס אין א ווינקל הינטערן ריבניצער האט זיך דער ריבניצער גענומען זינגען אויף די באקאנטער ריבניצער תנועה נוסח אזוי צו זיך אליינס; אוי בחור בחור.. דארטן און דארטן האסטו געטון דאס און דאס.. דו מיינסט אז קיינער זעהט דיך נישט.. בקיצור ער האט אים אויסגערעכנט מעשים טובים פון די לעצטע פאר טאג/וואכן וואס ער האט אלץ אנגעווערטשאפט אבער אזוי מיטן רוקן צו אים, בינו לבין עצמו, ביז די גבאי איז זיך עפעס אנגעקומען און געעפנט דעם טיר אזוי אז סהאט געמאכט סענס צו מאכן פליטה.. מער איז ער מער נישט געשטאנען ביים ריבניצער איינער אליינס..
נאך א מעשה. אין איין וואכן טאג שפעט נאכמיטאג איז נישט געווען קיין מנין פאר שחרית און סאיז נישט געווען צו געפינען קיין איד אינעם גאנצן אלד נייעק מאנסיער אומגעגנט פאר קיין רפואה צו מצרף זיין צו מנין (כפארשטיי אז פאר ששה מתפללים) האט זיך דער ריבניצער אנגערופן צו אים; גיי קוק דארטן וואו מפאררעכט די אויטאס.. איז ער אריבער געגאנגען צו די מעקעניק ביים 59 קארנער מעין סטריט (וואו סשטייט היינט ”שומר שבת”) און ער פרעגט דעם מעקעניק צו ער האט שוין געדאוונט און יענער האט זיך געכאפט ביים קאפ אז ער האט היינט פשוט פארגעסן צו דאווענען (ער איז כנראה געווען גאר פארנומען און סאיז אים פשוט ארויס פון קאפ)
נאך א מעשה. אזוי אין די שפעטערע צייטן ווען דער צדיק האט שוין אנגעהויבן מישן און האט געהאט זמנים אזוי און זמנים אזוי האט מען אין די קלארע צייטן געזעהן אפילו אפענערע מעשיות ווייל דער צדיק איז שוין נישט געווען אזוי באהאלטן. איין שבת איז דער ריבניצער אריין צום טיש און געוואלט מאכן קידוש אבער ער האט אויסגעגאסן דאס בעכער אין סינק.. נאכן עס אנפילן נאכאמאל האט ער עס נאכאמאל אויסגעגאסן.. דאן האט ער אויסגעגאסן דאס באטל און האט געזאגט אז סאיז נסך.. די גבאים האבן זיך נאכגעפרעגט אינדערהיים אבער מהאט געזאגט אז סאיז נישט גארנישט געווען דא מיט די וויין, קיין גוי האט דאס נישט געזעהן אדער אנגערירט. דאן האט דער ריבניצער אנגעקוקט צוויי בחורים ביים טיש און מיט כעס אראפגעקוקט אויף דער ערד.. ער האט זיך אנגערופן אז היינט וועט מען מוזן מאכן קידוש אויף די חלה.. בקיצור ער האט יענעם שבת מער נישט געפירט טיש ברבים. איין בחור איז אוועקגעגאנגען פון דארטן אבער דער צווייטער איז דארטן געבליבן ביז מוצאי שבת שפעט 4’רע פארטאגס און האט מיט בכיות מודה געווען אז ער מיט זיין חבר האבן געגליטשט און עד כדי כך אז זיי האבן ארויסגענומען א קאר און זיי האבן באשלאסן אז היות זיי האבן שוין דעם קאר דורכן שבת וועלן זיי כאפן א טריפ מיטן קאר בעצם יום השבת רח”ל צום ריבניצער’ס טיש... דער חבר איז זיך אוועקגעגאנגען אבער דער צווייטער בחור איז געווארן גאר מרוגש און האט גאר שטארק געוויינט אז ער וויל תשובה טון, נאך מעריב בערך 4’רע פארטאגס איז ער אריין צום ריבניצער און גאר שטארק געוויינט אז ער האט חרטה אויף זיין חילול שבת וכו’ האט אים דער ריבניצער בארואיגט אז חרטה איז דער אנהייב פון תשובה און אז סוועט זיין גוט וכו’ יענער איז היינט א חשובער איד און האט אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב. זיעואכי”א.
--
דער איד האט נאכגעזאגט פון א איד וואס האט איינמאל געהערט ביי אן אסיפת הרבנים ווי הרה”ק מסאטמאר זי”ע זאגט פארן ריבניצער; אמעריקע איז נישט רוסלאנד
(מפארשטייט אז סאיז געזאגט געווארן אנבאלאנגט די אפענע מופתים, ווי צו זאגן אז ער זאל נישט ווייטער פראווענען אזעלעכע אפענע זאכן. ומי יבין בסוד קדושים, מזאגט נאר נאך)
---------------------------------------------------------
א שמועס וואס כהאב היינט געהאט מיט ר’ יצחק תהילים.
דאס ערשטע מאל ער איז אנגעקומען צום ריבניצער איז געווען ווען זיין שוואגערס ברודער האט געהאט גאר הויעכע פיבער אז די דאקטוירים אין מאונט סייניי האבן אויפגעגעבן אויף אים זאגנדיג אז ביז א טאג צוויי וועט ער אריינגיין אין סעפטיק שאק רח”ל היל”ת. וויסנדיג אז מאונט סייניי איז נישט קיין מיימאנעדיס אדער קיין גוד סעמעריטען האט ער געוויסט אז דא דארף מען א מופת.. הערנדיג פון עפעס א רוסישער רבי א בעל מופת האט ער מיט זיין ברודער באשלאסן צו קומען פאר א ברכה. דער רבי האט אנגעווינטשן סאלידערהייט, ער האט אגב קיינמאל נישט געמאכט מיט די אויגן קיין אויסערארנדליכע תנועות וכדומה, נאר ער האט פשוט אנגעווינטשן וכך הוה, דער שוואגער איז געזונט געווארן. פון דאן אן איז ר’ יצחק מיט זיין ברודער געבליבן מקושר ביים ריבניצער. ר’ יצחק זאגט אז ער האט זייער געגליכנט דעם סאלידער און ווארימער נוסח פונעם רבי’ן, ער האט אלץ געדאוונט פארן עמוד מיט א סארט רואיגקייט, ווארימקייט און נעימות, אזש ער האט פשוט ליעב באקומען צו דאווענען אינעם רבי’נס מנין.
אויף מיין פראגע וואס דער רבי האט געמאנט פון זיינע ארומיגע, זאגט מיר ר’ יצחק: כווייס נישט פארוואס אבער דער רבי האט נישט געמאנט, ער איז נישט געווען קיין מחנך. דאס יא, ער האט מורא’דיג מורא’דיג מחשיב געווען אמונה אינעם אויבערשטן, ער פלעגט פון דעם כסדר רעדן, פשוט אמונה. ניטאמאל פון אמונת צדיקים האט ער געמאכט א מצב, פשוט גלויבן אינעם אויבערשטן (די חלק פון אמונת צדיקים איז מיך געווען אביסל א חידוש, כהאב עס אים אפאר מאל איבערגעפרעגט און איר קענט עס אויכעט איבערפרעגן ר’ יצחק..).
ווען עמיצער האט געבעטן א ברכה האט מען יא געדארפט גלייבן אז די רבי’ס ברכה קען העלפן, דערויף האט ער מיר דערציילט א מעשה פון א פרוי וואס האט נישט געהאט קיין קינדער און איז געקומען צום רבי’ן בעטן א ברכה, אבער דער רבי האט איר נישט אנגעווינטשן.. די פרוי איז למעשה זיך ארויסגעגאנגען. דאן האט אן אנוועזנדער מקורב (אנטשולדיגט אז די נעמען האב איך מיך נישט איינגע’חזר’ט בעפארן שרייבן) געפרעגט דעם רבי’ן וואס איז פשט אז דער רבי ווינטשט איר נישט? האט דער רבי געזאגט, וואס קען איך טון? זי גלויבט נישט, כקען איר נישט העלפן.. דער מקורב איז ארויס און נאכגעגאנגען די פרוי און איר געפרעגט פארוואס זי עקשנט זיך נישט איין.. האט די פרוי זיך ציקרעכצט: וואס זאל איך טון? כהאב שוין באקומען אזויפיל ברכות פון אזויפיל גוטע אידן.. סהעלפט נישט.. האט יענער מקורב געזעהן אז דער רבי ווייסט גוט וואס ער זעהט..
איבער ווי ווייט דער רבי האט מחשיב געווען פשוטע אמונה בה’, איינמאל האט מען ביי נעילה יום הקדוש מכבד געווען מיט פתיחה עפעס א רוסישער איד וועלכער האט גארנישט געוויסט חוץ מל’נען און אין א רוסישע סידור דאווענען וכו’ ער איז געווען א מחלל שבת מתוך עמי הארצות רח”ל. האט דארטן געדאוונט עפעס א פרומער היימישער איד וועלכער האט ביי זיך אין הארץ געשימפט היתכן מאיז מכבד א רוסישער מחלל שבת? שוין ווייטער די רוסישע.. דער רבי איז אלץ מכבד די רוסישע אפגעגעזעהן וויאזוי זיי זעהען אויס.. יענער רוסישער איד איז געשטאנען ביים אפענעם ארון קודש ביי נעילה און געוויינט, מסתמה האט ער אינזינען געהאט פאר זיך א גוטע יאר לויט זיינע השגות, אבער דאווענען האט ער נישט געקענט.
נאך מעריב מוצאי יוה”כ רופט דער רבי צו יענער איד און פרעגט אים, דו גלייבסט? דו האסט אמונה? זאגט יענער איד, אוואדע! זאגט אים דער רבי: דו זאגסט אזוי אבער יענער איד (דער פותח הארון) גלייבט טאקע!
כהאב אים געפרעגט אויב ער האט פערזענליך געהאט מעשיות וואו דער רבי האט געוויסט וואס ער טראכט, זאגט ער אוואדע.. נישט אלעס קען איך זאגן.. אבער איין מעשה פאר א דוגמה, כהאב אמאל געטראכט צו מיר, ווי קען דעס זיין אז דער רבי איז נישט געווארן פארשיקט קיין סיביר בשעת ווען אנדערע זענען שוין געווארן פארשיקט פאר אסאך קלענערע זאכן? אזוי טראכטנדיג גיבט זיך דער רבי א רוף אן: דו מוזט דאך פארשטיין.. די נידעריגע קעי דזשי בי אגענטן האבן דאך נישט געהאט קיין שום מאכט, זיי האבן געדארפט באריכטן צו די הויפטקוואטיר אין קיעוו און פון דארטן זענען ארויס די באפעלן, און היות כהאב געהאט אסאך נאנטע אין די קעי דזשי בי האבן זיי זיכערגעמאכט אז די באריכטן ווערן צוריסן און גייען ניט ארויס קיין קיעוו..
זאגט מיר ר’ יצחק דערויף אז דאס איז נישט די גאנצע מעשה.. ער קען א רב וועלכער קען א גוטער רוסיש וועלכער האט נאכגעזוכט אין די ארכיוון פון די קעי דזשי בי און געטראפן פילע באריכטן איבער אבראמאוויטש און זיינע פעולות.. פילע מאל שטייט דארטן אז מהאט אים אויפגעזוכט אבער מהאט אים נישט געקענט געפונען..
דערויף דערציילט מיר ר’ יצחק א מעשה וואס דער רבי האט אים אליינס דערציילט אז איינמאל איז ער געזעצן אויפן בענקל און די רעבעצין איז געשטאנען ביים פענסטער און פלוצלינג דערזעהט זי די קעי דזשי בי קארן קומען צום הויז, שרייט זי צום רעבין חיים זאנוויל באהאלט דיך! זיי קומען! אבער דער רבי איז געבליבן זיצן אויפן פלאץ און כהאב זיי געזעהן אבער זיי האבן מיך נישט געזעהן..
ר’ יצחק’ס מסקנה איז אז פילע באריכטן זענען פיין אנגעקומען נאר די רוסן האבן אים געזוכט און נישט געפונען..
----
א צווייטע מאל האב איך געהערט פון ר’ יצחק תהילים צוויי שיינע עובדות מיט נעמען, כגעדענק נאר פשוט נישט די נעמען.
איינער פון די גבאים ביים ריבניצער האט זיך געהאט געטענה’ט איין צופרי מיט זיין פאטער איבער אין וועלכע מוסדות צו שיקן די קינדער זיינע, איינער האט דייקא געוואלט סאטמאר און דער אנדערער א צווייטע מוסדות. בקיצור יענער גבאי קומט יענע טאג אן צום ריבניצער און באגריסט אים מיט; א גוט מארגן!! דער ריבניצער האט אים אבער נישט געענפערט, א זאך וואס האט נישט געווענטליך פאסירט. יענער גבאי גייט ארויס און פרעגט די גבאים אויב דער רבי שפירט נישט גוט צי וואס. אבער יעדער זאגט אבער אז ניין, אלעס איז אין בעסטן ארדענונג.. יענער גבאי האט געזעהן אז עפעס גייט דא פאר איז ער צוריק אריין צום ריבניצער און פרעגט; רבי, וואס האב איך געטון? זאגט אים דער ריבניצער; מיט א טאטן איז מען זיך נישט מתוכח.. דער גבאי האט זיך פרובירט צו פארענטפערן וכו’ אבער דער רבי האט זיך געהאלטן ביי זיינס; מיט א טאטן איז מען זיך נישט מתוכח. יענער גבאי איז ארויסגעגאנגען און אנגערופן זיין טאטן איבערבעטן אז ער האט גארנישט געמיינט און ער זאל עס נישט נעמען פערזענליך. דער טאטע האט אים געזאגט אז סאיז גוט וכו’ יענער קומט צוריק אריין צום ריבניצער און דער ריבניצער איז אים מקבל פנים מיט א ברייטן גוט מארגן!
א צווייטע מעשה. א איד איינער פון די גבאים האט געהאט געדינגען א אידישע בעל מלאכה און יענער האט נישט געהאט געטון אקוראט ווי אפגעשמועסט בעפאר און דער גבאי האט זיך גע’ישוב’ט ביי זיך אליינס צו ער זאל יענעם אפזאגן צי נישט, ער האט דאס נאך ניטאמאל געהאט אויסגעשמועסט מיט זיין ווייב, אזוי האט ער זיך גע’ישוב’ט ביי זיך אליינס אין קאפ בשעתן משמש זיין דעם ריבניצער ביים סדר נאכט.. נאכן סדר הייבט זיך דער ריבניצער אויף פונעם היסב בעט און רופט זיך אן צו יענעם גבאי (כמעט זיכער יענער האט געהייסן חיים) חיים! זיך צו שפיעלן מיט א איד’ס פרנסה איז נישט קיין ענין..
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
(די מעשיות זענען 100% פראצענט מדיוק, פאר די פונקטליכע נעמען קען מען איבערפרעגן ר’ יצחק תהילים אליינס לאויוש’ט)

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: רבינו חיים זאנוויל ב”ר משה מריבניץ זיעועכי"א
וואונדערליך! זכותו יגן עלינו
יישר כח @מסתמא פאר’ן אפשרייבן!
יישר כח @מסתמא פאר’ן אפשרייבן!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5971
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12960
Re: רבינו חיים זאנוויל ב”ר משה מריבניץ זיעועכי"א
מוראד'יג מורא'דיג! ייש"כ @מסתמא.
ר' יצחק WHO?!
קיינמאל געהערט דאס. אויף וואס האט זיך דער רבי אקטשעלי באצויגן ביים שמועס?מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:29 pm דער איד האט נאכגעזאגט פון א איד וואס האט איינמאל געהערט ביי אן אסיפת הרבנים ווי הרה”ק מסאטמאר זי”ע זאגט פארן ריבניצער; אמעריקע איז נישט רוסלאנד
(מפארשטייט אז סאיז געזאגט געווארן אנבאלאנגט די אפענע מופתים, ווי צו זאגן אז ער זאל נישט ווייטער פראווענען אזעלעכע אפענע זאכן. ומי יבין בסוד קדושים, מזאגט נאר נאך)
ר' יצחק WHO?!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 6:42 pm
- x 14
Re: רבינו חיים זאנוויל ב”ר משה מריבניץ זיעועכי"א
זיין אמת'ע ניק איז תהילים,דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:51 pm מוראד'יג מורא'דיג! ייש"כ @מסתמא.
קיינמאל געהערט דאס. אויף וואס האט זיך דער רבי אקטשעלי באצויגן ביים שמועס?מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:29 pm דער איד האט נאכגעזאגט פון א איד וואס האט איינמאל געהערט ביי אן אסיפת הרבנים ווי הרה”ק מסאטמאר זי”ע זאגט פארן ריבניצער; אמעריקע איז נישט רוסלאנד
(מפארשטייט אז סאיז געזאגט געווארן אנבאלאנגט די אפענע מופתים, ווי צו זאגן אז ער זאל נישט ווייטער פראווענען אזעלעכע אפענע זאכן. ומי יבין בסוד קדושים, מזאגט נאר נאך)
ר' יצחק WHO?!
דאס איז זיין לעצטע נאמען, ער איז געווען א געטרייע משמש ביים הייליגן ריבניצער זי"ע
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 888
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1514
Re: רבינו חיים זאנוויל ב”ר משה מריבניץ זיעועכי"א
איך קען א איד (אנא נאמען) זיין טאטע איז געווען זייער נאנט מיט כ"ק דעם הייליגן ריבניצער זי"ע.
דע אינגערמאן פארציילט מיר אז ווען ער איז געווען א בחור איז ער געגאנגען לערנען אין א ישיבה ווייט אוועק, איין נאכט זייענדיג אין ישיבה האט ער אין נאכט אין זיין חלום געזען ר' חיים זאנוויל! ערט גארנישט געזאגט און גארנישט געפרעגט, ערט זיך אויפגעוועקט און אוועקגעמאכט די חלום, (נאך אלע מעשיות איז ער זייער נאנט מיט ר' חיים זאנוויל, איז דאך נארמאל צו חלום'ן)
די נעקסטע טאג האט ער באקומען א קאל פון זיין טאטע, זיין טאטע זאגט אים אז ערז יעצט געווען ביי ר' חיים זאנוויל אין ווי נאר איך בין אריינגעקומען האט ער מיר געשיקט א גרוס פון דיר! פרעגט אים זיין טאטע אויב ערט געקאלט די רבי??
ערט נישט געלעבט אין די צייטן פון בעש"ט..
נאר דא אין אמעריקא!
פאר א קנאפע פאר יאר צוריק!

ער איז געבוירן אין שטאט באטושאן ראמעניע, בשנת תרנ"ח,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי משה זי"ע, פון די גרויסע תלמידים מאדמו"רי שטעפינשט זי"ע, בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת יוטא צפורה ע"ה,
בת הרה"ק רבי מנחם ישראל זי"ע,
פון די מאמע איז די מאמע די רעבעצין געווען א אייניקל פון הרה"ק המקובל אלוקי ר' אדם בעל שם זי"ע.
ער איז געווען א צדיק יסוד עולם איש הפלא און א איש קדוש ונורא מאוד, ער איז געווען א גאון בתורה און א תלמיד חכם נפלא שוין פון אלס יונג בחור, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות, ער האט געדינט דעם גרויסן באשעפער מיט א מסירת נפש ממש, ער פלעגט זיך טובל'ן אין גאר קאלטע וואסער, ער האט כל ימיו עוסק געווען בתעניתים און סגופים, ער פלעגט זיצן דעם גאנצן טאג מעוטף אין טלית ותפילין, דאס עבודה פון תיקון חצות האט דער צדיק אפגעראכטן פאר שעות ארוכות ביז אינדערפרי, וואס דאס איז געווען למעלה מהשגותינו, דער צדיק האט געהאט א געוואלדיגע אהבת ישראל עד למאוד.
דער נאמען חיים זאנוויל האט מען אים געגעבן נאך א זיידע פון די מאמע'ס זייט, וואס די זיידע איז געווען פון די גרויסע חסידים און מקורבים פון הרה"ק רבי מנחם נחום משטפנשט זי"ע, בן הרה"ק רבי ישראל מירוזין זי"ע.
אין ספר הליכות חיים ווערט געברענגט אז די זיידע הרה"ח ר' חיים זאנוויל זי"ע וואס איז געווען א גרויסער חסיד פון הרה"ק רבי מנחם נחום משטפנשט זי"ע און בשנת תרכ"ט ווען זיין רבי ר' מנחם נחום זי"ע איז נסתלק געווארן, האט ער נישט געוויסט וואס צו טון וויבאלד דער זון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו זי"ע איז נאך געווען גאר יונג,
איז דער זיידע אריבער צום ברידער פונעם רבין הרה"ק רבי אברהם יעקב מסדיגורא זי"ע, אבער וויבאלד די הנהגה ביים ברידער איז געווען אויף א גאר אנדערע דרך ווי ביי זיין רבין, איז דער זיידע געווען שטארק צובראכן, אבער ביינאכט איז אים זיין רבי ר' מנחם נחום געקומען אין חלום און געזאגט, "פאר צו מיין בן יחיד, און אזוי ווי די ביסט ביי מיר געהאלפן געווארן, וועסטו ביי אים אויך געהאלפן ווערן", דאן איז דער זיידע געווארן פון די גרויסע חסידים פון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו הצדיק משטעפענעשט זי"ע.
אויך ווערט געברענגט, אז איינמאל איז געווען א גרויסע מגיפה אין רומעניע, און די ממשלה האט ארויסגעגעבן א באפעל, אז מען זאל זיך נישט צוזאמקומען אין גרויסע גראפעס, אבער פארשטייט זיך אז ביים חצר פון דעם הייליגען שטעפינעשט צדיק זי"ע, האט מען אפ געראכטן די ימים טובים אזוי ווי יעדעס יאר מיט אלע חסידים, און אויך דער זיידע רבי חיים זאנוויל זי"ע איז געווען דארט אויף יום טוב,
יום הקדוש בעפאר מוסף, איז פארן זיידן רבי חיים זאנוויל שלעכט געווארן, און ער איז צוזאמען געפאלן און ער האט פארלוירען דעם סימן חיות רח"ל, וואס מען האט פראבירט צו טון האט נישט געהאלפן, מען האט געלאזט רופן דעם דאקטאר, און ער האט באשטימט אז דער רבי חיים זאנוויל איז שוין נישט בין החיים, און ער האט געסטראשעט אז ער גייט לאזן וויסן פאר די ממשלה, אז מען איז זיך דא צוזאמען געקומען קעגן די פארשריפטן פון די ממשלה,
די חסידים זענען אריין געלאפן צום רבין אין זיין שטוב, ווי דער מנהג איז דאך ביי בית רוזין, אז די רבי דאווענט ביי זיך אין שטוב, האט דער צדיק געזאגט בזה"ל, "עס פעלט אים גארנישט, ער דארף נאר טרינקען אביסעלע טיי", אבער ווען מען האט פראבירט צו געבן טיי האט ער זיך נישט גערירט, איז דער צדיק אליין ארויס געקומען און זאגט בזה"ל, "חיים זנוויל דו ווילסט טרינקען", אבער ער רירט זיך נישט, דאן האט דער צדיק געזאגט "חיים זאנוויל איך הייס דיר טרינקען", דאן האט דער זיידע אויפגעמאכט די אויגן און און זיך אויפגעשטעלט כאחד אדם און מען איז צו געגאנגען צו מוסף.
ביי די דריי יאר אלט איז זיין טאטע הרה"ק רבי משה זי"ע נסתלק געווארן, און די רבי איז געבליבן א קליינער יתום, דאן האט אים די מאמע גענומען צום הייליגען צדיק משטעפענעשט זי"ע און דארט איז דער צדיק מריבניץ אויפגעוואקסן שוין פון אלס קליין קינד, ער האט ביי דעם צדיק געהאט א געוואלדיגע התקרבות און דער צדיק האט אים זייער מחבב געווען און עס איז געווען נפשו קשורה בנפשו.
ער האט ביים דעם הייליגען רבין געלערנט כל התורה, ווי די הייליגער ריבניצער צדיק זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט בזה"ל, "דער רבי האט מיך געלערנט פון אל"ף בי"ת ביז אותיות דר' עקיבא" וואס דאס איז סתרי תורה און פארבארגענע עניינים.
ער האט אין יענע צייט עוסק געווען בתורה יומם ולילה ממש מיט א געוואלדיגע התמדה און געווען אפגעשייט פון אלע עניני גשמיות, אבער דאס אלעס האט ער געטון מיט א געוואלדיגע באהאלטענקייט, נאר זיין גרויסע רבי האט געוויסט פון זיין גדלות.

מופתים איז דא מער ווי גענוג אבער דאס איז נישט סתם א מעשה
די רב אין ביהמ"ד ווי איך דאווען, איז אלס בחור געווען א גרויסע מבקש און פלעגט ארומגיין צו אלע ערליכע אידן.
ערט מיר אמאל פארציילט אז ערז אמאל געווען אין א מנין צענטער נאכמיטאג צייט און די ריבניצער האט זיך דארט געשטעלט דאווענען שחרית..
איז ער געבליבן קוקן ווי די צדיק דאווענט..
ביי קריאת התורה האט די ריבניצער צוגעגאנגען און ארויסגענומען די ס"ת און אראפגעלייגט אויפן בימה, נאך פארן אנהייבן ליינען איז די גבאי אריינגעקומען און אנגעהויבן שרייען אז ס'איז שוין לאנג נאך חצות און מ'קען נישט ליינען יעצט! און איז צוגעגאנגען צום בימה אוועקגעפאקט די ס"ת און אנגעהויבן צוריקגיין צום ארון קודש..
זאגט מיר דע רב אז דאס וואס די ריבניצער האט גארנישט געזאגט און געבליבן שטיל איז איין זאך אבער די וועג וויאזוי די ריבניצער האט מיט א פשטות אנגעהויבן "יהללו" ווי כאילו גארנישט איז געשעהן האט מיר פשוט ארויסגענומען פון די ביינער!
מידות טובות, ענוה און פשטות....

ניקל האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 2:34 pm ער איז געבוירן אין שטאט באטושאן ראמעניע, בשנת תרנ"ח,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי משה זי"ע, פון די גרויסע תלמידים מאדמו"רי שטעפינשט זי"ע, בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת יוטא צפורה ע"ה,
בת הרה"ק רבי מנחם ישראל זי"ע,
פון די מאמע איז די מאמע די רעבעצין געווען א אייניקל פון הרה"ק המקובל אלוקי ר' אדם בעל שם זי"ע.
ער איז געווען א צדיק יסוד עולם איש הפלא און א איש קדוש ונורא מאוד, ער איז געווען א גאון בתורה און א תלמיד חכם נפלא שוין פון אלס יונג בחור, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות, ער האט געדינט דעם גרויסן באשעפער מיט א מסירת נפש ממש, ער פלעגט זיך טובל'ן אין גאר קאלטע וואסער, ער האט כל ימיו עוסק געווען בתעניתים און סגופים, ער פלעגט זיצן דעם גאנצן טאג מעוטף אין טלית ותפילין, דאס עבודה פון תיקון חצות האט דער צדיק אפגעראכטן פאר שעות ארוכות ביז אינדערפרי, וואס דאס איז געווען למעלה מהשגותינו, דער צדיק האט געהאט א געוואלדיגע אהבת ישראל עד למאוד.
דער נאמען חיים זאנוויל האט מען אים געגעבן נאך א זיידע פון די מאמע'ס זייט, וואס די זיידע איז געווען פון די גרויסע חסידים און מקורבים פון הרה"ק רבי מנחם נחום משטפנשט זי"ע, בן הרה"ק רבי ישראל מירוזין זי"ע.
אין ספר הליכות חיים ווערט געברענגט אז די זיידע הרה"ח ר' חיים זאנוויל זי"ע וואס איז געווען א גרויסער חסיד פון הרה"ק רבי מנחם נחום משטפנשט זי"ע און בשנת תרכ"ט ווען זיין רבי ר' מנחם נחום זי"ע איז נסתלק געווארן, האט ער נישט געוויסט וואס צו טון וויבאלד דער זון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו זי"ע איז נאך געווען גאר יונג,
איז דער זיידע אריבער צום ברידער פונעם רבין הרה"ק רבי אברהם יעקב מסדיגורא זי"ע, אבער וויבאלד די הנהגה ביים ברידער איז געווען אויף א גאר אנדערע דרך ווי ביי זיין רבין, איז דער זיידע געווען שטארק צובראכן, אבער ביינאכט איז אים זיין רבי ר' מנחם נחום געקומען אין חלום און געזאגט, "פאר צו מיין בן יחיד, און אזוי ווי די ביסט ביי מיר געהאלפן געווארן, וועסטו ביי אים אויך געהאלפן ווערן", דאן איז דער זיידע געווארן פון די גרויסע חסידים פון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו הצדיק משטעפענעשט זי"ע.
אויך ווערט געברענגט, אז איינמאל איז געווען א גרויסע מגיפה אין רומעניע, און די ממשלה האט ארויסגעגעבן א באפעל, אז מען זאל זיך נישט צוזאמקומען אין גרויסע גראפעס, אבער פארשטייט זיך אז ביים חצר פון דעם הייליגען שטעפינעשט צדיק זי"ע, האט מען אפ געראכטן די ימים טובים אזוי ווי יעדעס יאר מיט אלע חסידים, און אויך דער זיידע רבי חיים זאנוויל זי"ע איז געווען דארט אויף יום טוב,
יום הקדוש בעפאר מוסף, איז פארן זיידן רבי חיים זאנוויל שלעכט געווארן, און ער איז צוזאמען געפאלן און ער האט פארלוירען דעם סימן חיות רח"ל, וואס מען האט פראבירט צו טון האט נישט געהאלפן, מען האט געלאזט רופן דעם דאקטאר, און ער האט באשטימט אז דער רבי חיים זאנוויל איז שוין נישט בין החיים, און ער האט געסטראשעט אז ער גייט לאזן וויסן פאר די ממשלה, אז מען איז זיך דא צוזאמען געקומען קעגן די פארשריפטן פון די ממשלה,
די חסידים זענען אריין געלאפן צום רבין אין זיין שטוב, ווי דער מנהג איז דאך ביי בית רוזין, אז די רבי דאווענט ביי זיך אין שטוב, האט דער צדיק געזאגט בזה"ל, "עס פעלט אים גארנישט, ער דארף נאר טרינקען אביסעלע טיי", אבער ווען מען האט פראבירט צו געבן טיי האט ער זיך נישט גערירט, איז דער צדיק אליין ארויס געקומען און זאגט בזה"ל, "חיים זנוויל דו ווילסט טרינקען", אבער ער רירט זיך נישט, דאן האט דער צדיק געזאגט "חיים זאנוויל איך הייס דיר טרינקען", דאן האט דער זיידע אויפגעמאכט די אויגן און און זיך אויפגעשטעלט כאחד אדם און מען איז צו געגאנגען צו מוסף.
ביי די דריי יאר אלט איז זיין טאטע הרה"ק רבי משה זי"ע נסתלק געווארן, און די רבי איז געבליבן א קליינער יתום, דאן האט אים די מאמע גענומען צום הייליגען צדיק משטעפענעשט זי"ע און דארט איז דער צדיק מריבניץ אויפגעוואקסן שוין פון אלס קליין קינד, ער האט ביי דעם צדיק געהאט א געוואלדיגע התקרבות און דער צדיק האט אים זייער מחבב געווען און עס איז געווען נפשו קשורה בנפשו.
ער האט ביים דעם הייליגען רבין געלערנט כל התורה, ווי די הייליגער ריבניצער צדיק זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט בזה"ל, "דער רבי האט מיך געלערנט פון אל"ף בי"ת ביז אותיות דר' עקיבא" וואס דאס איז סתרי תורה און פארבארגענע עניינים.
ער האט אין יענע צייט עוסק געווען בתורה יומם ולילה ממש מיט א געוואלדיגע התמדה און געווען אפגעשייט פון אלע עניני גשמיות, אבער דאס אלעס האט ער געטון מיט א געוואלדיגע באהאלטענקייט, נאר זיין גרויסע רבי האט געוויסט פון זיין גדלות.
איינמאל האט הרה"ק רבי שלמה אליעזר מרגליות זי"ע דערציילט פארן הייליגער ריבניצער זי"ע, אז ווי באקאנט האט דער הייליגער שטעפינעשטער צדיק זי"ע געהאט א צומער ביי זיך אין שטוב, וואס מען האט געריפען "משיח'ס צימער", וואס דארט האט ער געהאלטן די ירושה פונעם הייליגער רוזינער זיידע זי"ע, דארט אין דעם שטוב האט מען קיינעם נישט אריין געלאזט.
דערציילט רבי שלמה אליעזר זי"ע אז זיין טאטע הרה"ק המקובל רבי ישעי' אשר זעליג זי"ע האט אמאל געהאט א זכי', אז דער צדיק האט אים אריין געלאזט אין דעם צימער, האט דער הייליגער ריבניצער זי"ע געזאגט דאס איז טאקע א גרויסע זכי', איך בין אין דעם צימער געשלאפן פאר 13 יאר.
ביי די 18 יאר אלט האט דער הייליגער ריבניצער זי"ע געקענט גאנץ ש"ס ישר והפך מיט רש"י און מפורשים, ווי דער הייליגער צדיק האט אליין מעיד געווען אויף זיך בזה"ל, "ביי די אכצען האט מען שוין געקאנט אויסווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע רש"י'ס.
אויך האט ער געלערנט יונגערהייט ביי הגה"ק רבי יהודה לייב צירלסאן אב"ד קעשינוב זי"ע, הי"ד, וואס האט דעם רבין מסמך געווען להוראה, אויך האט ער זיך מסתופף געווען בצלו פון הרה"ק רבי יהודה אריה לייבוש פרענקל אב"ד בוטשעטש זי"ע.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה,בת הרה"ח רבי שלמה מרזינה זי"ע.
נאך די חתונה האט ער זיך מסתופף געווען בצלו פון זיין רבין, און געקענט דארט זיצן פאר וואכן און זיך נישט אוועק גערירט, ווען די רעבעצין ע"ה האט דאס דערציילט האט זי צו געלייגט, איר מיינט אז מיר האבן געוואוינט גאר ווייט פונעם רבין, ניין אונז האבן געוואוינט איין גאס אהין צו פונעם רבין, און מיט דעם אלעם איז ער געזעצן דארט אן זיך אוועק רירן פון זיין הייליגען רבין זי"ע.
דער הייליגער ריבניצער זי"ע האט דערציילט, אז ער איז געווען ביים רבין ביי יציאת נשמה, און ער האט אן געכאפט דעם קאפ פונעם רבין, ווען די רבי האט געפרעגט ווער איז דאס, האט ער געזאגט חיים זאנוויל, האט דער הייליגער רבי געזאגט "א חידוש", און דאס איז געווען דאס לעצטע ווארט פון זיין רבין בעפאר יציאת נשמה, און דער ריבניצער צדיק האט דערציילט, אז די זייגער אויפן וואנט וואס איז געווען בירושה פונעם הייליגען זיידן דער רוזינער זי"ע, האט זיך ביים יציאת נשמה אפ געשטעלט.
דער הייליגער ריבניצער צדיק האט געזאגט, פון מיין רבין האב איך באקומען דעם רוח הקודש און דעם חן און די צורה, און געזאגט בזה"ל, "אלעס האט איך געבעטן פונעם רבין, חוץ איין זאך האב איך פארגעסן, אז איך זאל זיך קענען אויסדריקן צווישן מענטשן", וואס ווי באקאנט האט דער צדיק געפירט א הנהגה חוץ לדרך הטבע און איז געווען גאר ווייניג מקושר מיט מענטשן אויסער זיינע גאר נאנטע מקורבים וואס האבן באמת פארשטאנען צו זיין עבודה הקדושה.
ווי באקאנט האט דער תלמיד דער הייליגער ריבניצער זי"ע כסדר געזאגט, אז ווי ער גייט אלס גייט זיין רבי פאראויס, און ער איז נאך אפילו נאכן פטירה געווען מקושר מיט זיין הייליגען רבין, ער פלעגט זיך אויסדריקן "דער רבי שטייט פאר מיר כסדר", איינמאל האט מען געפרעגט דעם רבין, וויפיל יאר עס איז שוין פונעם רבין'ס פטירה, האט דער ריבניצער געזאגט "איך מיין אפשר זיבן יאר" ווען די מקורבים האבן זיך געוואונדערט, ווייל עס איז שוין געווען קרוב צו 40 יאר שפעטער, האט דער צדיק געזאגט, וואס זאל איך טון אז איך זעה דעם רבין ווי איך גיי און ווי איך שטיי.
נאך די חתונה האט דער צדיק געוואוינט אין סרביה אין שטאט קשאנוב, שפעטער האט ער זיך געצויגען צום שטאט ריבניץ, און דארט האט דער צדיק גאר אסאך מחזק געווען אידן פון שטאט, ער איז דאן שוין געווען באווויסט מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה.
Re: רבינו חיים זאנוויל ב”ר משה מריבניץ זיעועכי"א
ביים צווייטע וועלט מלחמה איז ער געווען צוזאמען מיט אלע אידן פון שטאט ריבניץ אין געטא אונטער די דייטשן ימ"ש, מען האט דארט ליידער געפייניגט די אידן, און די רבי האט מיט געטיילט דאס זעלבע גורל ווי די אידן, די אידן פון שטאט האבן געבעטן דעם צדיק, אז ער זאל מיט זיין כח דקדושה העלפן און ראטעווען די אידן פון זיין שטאט, האט דער צדיק געזאגט אויב וועל איך קענען גיין זיך טובל'ן וועל איך קענען פויעלען א ישועה,
דאן איז א גרויסע דייטשע אפיציר אנגעקומען, און ער האט באפוילען פארן צדיק, אז ער זאל גיין ברענגען וואסער פאר זיין פערד, דער צדיק איז געגאנגען צום וואסער ברענגען וואסער פארן דייטש, אבער אין דעם זעלבן צייט האט דער צדיק זיך גע'טובל'ט אין דעם וואסער, און ווען ער איז צוריק געקומען, האט ער געזאגט פאר די אידן אז ער האט געפויעלט א ישועה.
שפעטער האט מען ליידער געטראגען ד אלע אידן צום וואלד, דארט האט מען די אידן געהייסן גראבן א קבר ווי מען וועט זיי אלע באגראבן נאכן זיי ל"ע אומברענגען, ווען די גרוב איז שוין געווען גרייט, איז דער הייליגער צדיק צו געגאנגען צום אפיציר, און געבעטן אז ער זאל געבן רשות פאר די אידן צו דאווענען בעפאר מען הרג'ט זיי, אבער דער רשע דער דייטש האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן דעם באגער פונעם צדיק, מען האט זיך אויס געשטעלט ביי די וואנט, און מען האט שוין געהאלטן ביים ר"ל אומברענגען די אלע אידן,
אבער פלוצלונג איז אנגעקומען א העליקאפטער, און פון דארט איז אראפ געקומען א גרויסער דייטשע אפיציר, די רבי איז אן קיין מורא צו געגאנגען צום אפיציר מיט א זעקל וואס האט געהאט אין זיך אלע גאלד און זילבער וואס די אידן האבן מיט גענומען פון שטאט, און די רבי זאגט פארן אפיציר, "א פרייליכען געבורטס טאג פאר דיר מיין האר",
דער אפיציר האט גלייך געפרעגט דעם רבין, פון ווי ער ווייסט אז היינט איז זיין געבורטס טאג, אבער די רבי האט געשמייכעלט צום אפיציר און אהין געגעבן דעם גאנצן זעקל מיט גאלד און זילבער אלס א געבורטס טאג מתנה, דאן האט זיך דער אפיציר אנגעריפן, לאזט דעם איד לעבן, ער איז א גאר ספעציעלע מאן, אבער די רבי אן קיין מורא זאגט, אויב לאזסטו מיך לעבן וויל איך בעטן אז מען זאל די אלע אידן פון מיין שטאט אויך לאזן לעבן, און די רבי האט אנגעטראגן פאר דעם אפיציר, אז די אידן זאל מען נעמען אז זיי זאלן בויען א פארק אין כבוד פון דעם אפיציר,
לפלא האט דער אפיציר אפילו זייענדיג א רשע א דייטש נאכגעגעבן פארן צדיק, און נאך אפילו צוריק געגעבן דעם זעקל פון גאלד און זילבער און געזאגט, איר ברויכט עס פאר עסן און קליידער, און מען האט טאקע די גאנצע שטאט געפירט, און זיי האבן געבויעט דעם פארק וואס דורך דעם איז די שטאט געווען פון די איינציגסטע וואס האבן דורך געמאכט דעם ביטערן מלחנה און כמעט אלע האבן איבער געלעבט, אלעס מיטן כוח פון די טבילה פונעם הייליגע צדיק דער ריבניצער רבי זי"ע.
נאך די מלחמה האט זיך דער צדיק צוריק געצויגען צום שטאט ריבניצה, וואס איז דאן געווען אונטער די שלטון פון רוסלאנד, דארט האט דער הייליגער צדיק עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, אויך האט ער דארט באהאלטנעהייט גע'מל'ט אידישע קינדער, וואס דאס האט זיך געגערענעצט מיט מסירת נפש ממש, ווייל ווי באקאנט האבן די רוסישע רשעים געוואלט אויס רייסן יעדעס ביסל אידישקייט פון די אידן דארט אין די מדינה.
דערציילט מען אז ביי אסאך ברית'ן ווען מען האט געפרעגט דעם רבין, וואסערע נאמען מען זאל געבן פארן קינד, האט דער הייליגער צדיק געזאגט, אז מען זאל געבן "משה" נאך זיין הייליגען טאטן, און ער האט צו געלייגט, מיין טאטע איז געווען א ערליכער איד און געוואינטשן אז דער קינד זאל אויס וואקסן א ערליכער איד מיט אזא הייליגע נאמען.
אויך איז ער געווען דער שוחט דארט אין שטאט, וואס דאס האט ער געטון מיט א מסירת נפש כדי די אידן דארט זאלן קענען עסן כשר'ס, צענדליגע מאל האט מען דעם צדיק געכאפט פארשפרייטן אידישקייט, און אייביג בדרך נס האט ער זיך ארויס געדרייט פון די רשעים, איינמאל ווען מען האט אים געכאפט און געשטעלט פאר א משפט, האט ער צו געזאגט פארן שופט, אז אויב ער וועט אים באפרייען, וועט זיי טאכטער געזונט ווערן, כך הוה די טאכטער פונעם שופט איז געזונט געווארן און מען האט דעם רבין באפרייט.
אויך איז ער געווען א מלמד און ארום געפארן פון שטאט צו שטאט צו לערנען אידישקייט מיט די אידן וואס האבן ליידער כמעט גארנישט געוויסט פון אידישקייט, צוליב וואס די רשעים די רוסן האבן נישט צו געלאזט קיין שום זאך וואס האט געהאט מיט אידישקייט, עס איז דא צענדליגע מעשיות ווי מען האט כמעט געכאפט דעם רבין אדער האט מען אים געכאפט לערנען תורה מיט אידישע קינדער און מיט ניסים איז דער צדיק ניצול געווארן.

ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר קדושה און ער האט זיך מיט מסירת נפש גע'טובל'ט יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג, אפילו דארט אין רוסלאנד וואס עס האט זיך געגרענעצט מיט מסירת נפש סיי פון די שרעקליכע קעלט אויפן וואסער און אויך ח"ו אויב מען כאפט אים.
דער הייליגער צדיק האט אפגעראכטן זיין עבודת הקדוש מיט א געוואלדיגע קדושה, ער פלעגט קענען אסאך מאל דאווענען שחרית ביינאכט, זיין עבודה איז געווען למעלה מן הזמן, רוב מענטשן האבן נישט געקענט מיט האלטן זיין טעגליכע סדר, וויבאלד מען האט נישט געקענט אויס רעכענען ווען מען גייט דאווענען שחרית מנחה אדער מעריב.
אויך דערציילן אידן אז די עבודת הקדוש פונעם צדיק וקדוש תשעה באב איז געווען גאר געהויבען, דער צדיק איז געזעצן דעם גאנצן טאג מעוטף מיט א זאק, און ער האט געריסן קריעה אויפן חורבן בית המקדש מיט א ברכה, ער האט מקונן געווען אויפן חורבן און אויף צער השכינה מיט בכיות נוראות.
בשנת תשל"ד איז דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע אנגעקומען קיין ארץ ישראל, ער האט דאן געוואוינט קודם אין קרית באבוב אין בת ים, דערנאך אין בני ברק און דערנאך אין ירושלים.
נאך זעקס חדשים איז די רבי געפארן קיין אמעריקע פאר א חתונה, און געפלאנט צוריק צו קומען קיין ארץ ישראל, אבער צום סוף האט מען צו גערעדט דעם צדיק צו בלייבן אין אמעריקע, דאן איז דער צדיק קודם געווען אין מיאמי, דערנאך האט ער געוואוינט אין קראון הייטס, דערנאך האט ער זיך באזעצט אין סיגייט ברוקלין, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין מאנסי ביז צו זיין הסתלקות.
ער איז געווען גאר מקושר צו די צדיקי הדור ובתוכם זיין חבר פון שטעפינעשט הרה"ק בעל אמרי נועם מסקולען זי"ע און הרה"ק רבינו הקדוש בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע הרה"ק מסקווירא זי"ע, און נאך גדולים וצדיקים בדורו.
נאכן פטירה פון די רעבעצין שרה ע"ה, האט דער צדיק חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת פרידא מלכה ע"ה, בת הרה"ח רבי חיים אלכסנדר ניימאן ז"ל.
ליידער האט דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע נישט איבער געלאזט קיין זש"ק, אבער האט איבער געלאזט חסידים ומעריצים און הונדערטער קינדער וואס זענען געבוירן געווארן מיט זיין הייליגע ברכות.
דער ציון פונעם הייליגער ריבניצער רבי זי"ע איז היינט צו טאגס איינע פון די פלעצער וואס יעדער איד האט שוין פוקד געווען, 24 שעה א טאג און אפילו 7 טאג א וואך איז דא דארט אידן וואס זענען מתפלל ביים ציון קדשו פון דעם הייליגען צדיק, און אידן דערציילן גרויסע ישועות און מופתים וואס מען זעט ביי דעם מקום קדוש.
נסתלק לגנזי מרומים כ"ד תשרי אסרו חג סוכות בשנת תשנ"ו, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח ווישניץ אין מאנסי.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט פאר הרה"ק רבי משה הלברשטאם בעל דברי משה מירושלים זי"ע, אז הרה"ק רבי משה סוליצא זי"ע האט נאך געזאגט בשם הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע, אז ווען מען האט ח"ו א חולה אין שטוב זאל מען ליל שישי טרינקען א לחיים און זאגן, בזכות הרה"ק ר' ישראל בן פערל דער הייליגער קאשניצער מגיד זי"ע זאלן אלע קראנקע אידן האבן א רפואה.
דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע פלעגט יעדן ליל שישי טרינקען א לחיים און דאן האט ער געוואונטשן, בזכות פון דעם גרויסן רבי שלום שכנא מפראהביטש דעם הייליגען ריזינער'ס פאטער, זאל מען זוכה זיין צו א פרייליכן שבת קודש, און דאן האט ער געהייסן דערציילן א סיפור, און אז מען ווייסט נישט קיין סיפור, זאל מען רעדן פון טישן און בענק, דערנאך האט דער הייליגער צדיק געזאגט, אין זכות פון רבינו ישראל בן פערל דער קאזניצער מגיד זי"ע זאלן אלע קראנקע האבן א רפואה שלימה.
דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט, מענטשן מיינען אז איך נעם ישועות פון הימל און איך ברענג זיי אראפ פאר אידן, די אמת איז אז איך ברויך גאר שווער ארבעטן פאר יעדע ישועה, איך לייג אריין גאר שווערע ארבעט אויף יעדע זאך וואס איך קען, ווייל ישועות קומט דורך טון דעם רצון השם, און איך לייג דאס אלעס אוועק, אז ווען א איד קומט בעטן א ישועה קען איך מיט דעם ברענגען א ישועה פאר דעם איד.
ווי באקאנט האט דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע קיינמאל נישט אפ געזאגט קיין ברית, נאר ווען אימער מען האט דעם צדיק געריפן צו א ברית זיין מוהל, איז דער צדיק געפארן גאר ווייטע וועגן נאר כדי צו מקיים זיין די מצוה פון אריין ברענגען א אידיש קינד בבריתו של אברהם אבינו, און דער צדיק האט זיך כסדר אויס געדריקט אז איינע פון די סיבות פארוואס ער איז אראפ געקומען אויף די וועלט איז צו מאכן ברית'ן פאר אידישע קינדער, און ער האט זיך אויס געדריקט, אז א קינד וואס ער האט גע'מל'ט וועט קיין עבירות נישט קענען טון.
איינמאל נאך אין רוסלאנד האט מען דעם צדיק מכבד געווען מיט א ברית און א גאר ווייטע שטאט, דער צדיק האט זיך ארויס געלאזט און דער דרייווער האט געזען אז די צייט איז קורץ און מען ברויך פארן דאס שנעלסטע וואס מען קען,
אויפן וועג פארענדיג האט דער צדיק געהייסן פארן דרייוער אז מען זאל ארויס פארן צום קומענדיגען שטאט ווייל ער וויל גיין זיך טובל'ן, דער דרייווער האט זיך איינגעבעטן ביים רבין, אז מען זאל זיך נישט אפ שטעלן ווייל מען וועט נישט אנקומען אין צייט, אבער דער צדיק האט זיך נישט געלאזט און מען איז ארויס געפארן צום נאנסטן שטעטל,
די רבי איז אריין אין וואלד און געגאנגען צום טייך זיך טובל'ן, דער דרייווער שטייט און ווארט די רבי זאל שוין ארויס קומען, אבער דער רבי האלט זיך אויף לענגער ווי געווענליך, נאך א שטיק צייט איז דער צדיק צוריק געקומען מיט נאסע פיאות און זאגט לאמיר גיין,
מען איז אנגעקומען גאר שפעט אבער נאך צייט צו מאכן דעם ברית, אבער אזוי ווי זיי קומען אריין אין שטוב פון די עלטערן זאגט מען פארן רבין, זייער גוט אז די רבי איז אנגעקומען שפעט, ווייל נישט צו לאנג צוריק זענען דא געווען די רוסישע אפעצירן, ווייל מען האט געזאגט אז עס קומט פאר א ברית, אבער וויבאלד די רבי איז נאכנישט דא געווען, האבן זיי גארנישט געזען און יעצט זענען זיי זיך געגאנגען, דאן האט דער דרייווער גאר גוט פארשטאנען פארוואס די רבי האט זיך אזוי לאנג אויפגעהאלטן אין וואלד ביים זיך טובל'ן.
א איד וואס איז געווען א יונגעל בשעת מעשה האט דערציילט, איין נאכט איז צום רבין אנגעקומען א פרוי מיט א קליינע בעבי און זאגט פארן רבין, רבי מיין מאן האלט ליידער נישט קיין אידישקייט און ער וויל בשום אופן נישט מאכן קיין ברית פארן נייע געבוירן קינד, אבער איך וויל זייער שטארק מאכן א ברית, דערפאר האב איך געברענגט דעם קינד אינמיטן די נאכט אז די רבי זאל קענען מאכן א ברית, אבער די רבי האט געהייסן אז מען זאל ווארטן ביז עס ווערט טאג כדי מען זאל מאכן דעם ברית צופרי,
צופרי האט די רבי געמאכט דעם ברית פארן קינד, אבער ביים ברית האט מען נישט געקענט אפשטעלן די בלוט, וואס די רבי האט פראבירט האט נישט געהאלפן, דאן האט די רבי געהייסן יעדן איינעם ארויס גיין פון שטוב און די רבי איז געבליבן מיטן קינד אין שטוב, אבער דער איד זייענדיג באהאלטן אונטער די טיש האט צו געזען וואס די רבי האט געטון,
די רבי האט זיך געשטעלט ביים וואנט, און מיט בכיות נוראות האט ער זיך געבעטן צום באשעפער ווי א קינד צו זיין טאטן, רבונו של עולם וואס האב איך דען דא געטון, איך האב געמאכט א ברית פאר א אידישע נשמה, איך האב מיך מוסר נפש געווען אז דער קינד זאל באקומען א ברית ווי א אידיש קינד, אויב וועט די קינד ח"ו שטארבן וועט די טאטע ח"ו נקמה נעמען און עס וועט ארויס קומען א גרויסע חילול השם,
ווען דער הייליגער צדיק האט גענדיגט זיין תפילה, איז ער צוריק צום קינד און לפלא די בלוט האט זיך אפ געשטעלט און ער האט געקענט צוריק געבן דעם קינד צו די מאמע געזונט און פריש, און מען האט געזען א שמייכל און שמחה אויפן פנים פונעם רבין, אז ער האט זוכה געווען און מצליח געווען אריין צו ברענגען נאך א אידיש קינד בבריתו של אברהם אבינו.

דערציילט א איד וואס איז געווען דאן אין שטוב פונעם רבין אין רוסלאנד, וואס ווי באקאנט האט דער צדיק פון קיינעם נישט מורא געהאט נאר פונעם איין איינציגסטע באשעפער, ער האט געמאכט ברית'ן פאר ווער עס איז געקומען און גענומען דעם אחריות אויף זיך,
איין טאג האבן די רוסישע ממשלה אפ געמאכט, אז זיי האבן שוין גענוג באוווייזען אז דער צדיק טוט זאכן וואס איז קעגן דעם ממשלה, זענען די ק.ג.ב געקומען צום שטוב פונעם צדיק כדי אים ח"ו צו ארעסטירן און אפשיקן קיין סיביר, ווען זיי זענען אנגעקומען האט די רעבעצין געשריגן "חיים זאנוויל אנטלויף" אבער די חברה זענען אריין געקומען אין שטוב און געזיכט דעם רבין אין דעם גאנצן שטוב, די רבי איז געזעצן ביים טיש ווי אייביג, אבער די רשעים האבן דעם רבין נישט געזען.
א איד פון שטאט מונקאטש איז געווען זייער קראנק אויף די מאגן, און די דאקטאר האט געהייסן אז מען זאל מאכן אן אפעראציע, די וואך בעפאר די אפעראציע איז דער איד געקומען קיין ריבניץ צום הייליגען צדיק אויף שבת קודש צו נעמען א ברכה אז די אפעראציע זאל דורך גיין בשלום,
שבת קודש ביים סעודה צופרי האט מען אריין געברענגט די טשאלענט, און דער הייליגער צדיק האט געטיילט פון די טשאלענט פאר די אידן ביים טיש, אויך פאר דעם איד האט די רבי געגעבן א טעלער טשאלענט, אבער דער איד וויבאלד ער האט געהאט דעם קראנקהייט אויף דעם מאגן האט געזאגט פארן רבין, אז די דאקטאר האט געזאגט נישט צו עסן קיין שווערע עסן און די טשאלענט איז גאר שווער אויפן מאגן האט ער זייער מורא צו עסן דערפון,
אבער די רבי האט געזאגט פאר דעם איד, עס פונעם טשאלענט לכבוד שבת קודש עס וועט דיר אי"ה נישט שאטן, דער איד האט בלית ברירה מסכים געווען און געגעסן פון דעם טשאלענט, אבער דער איד איז געווען זייער באזארגט אז עס גייט אים שאטן, די גאנצע שבת איז ער געווען גאר שטארק באזארגט.
אבער אזוי ווי דער שבת איז דורך געגאנגען, און ער האט ב"ה געשפירט גוט, האט זיך דער איד בארואיגט, בעפאר דעם אפעראציע האט דער דאקטאר געמאכט נאך איין סקען כדי צו זען דעם פלאץ וואס מען דארף אפערירען, אבער ווי פארווואינדערט איז דער דאקטאר געווען, ווען ער האט נישט געטראפן גארנישט אויף דעם פלאץ, בזכות פון די מאכלי שבת קודש פונעם צדיק איז דער איד אויס געהיילט געווארן.
צענדליגע מעשיות דערציילען אידן ווי דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט מרגיש געווען אויב איינער איז געווען אין מקוה, און ער האט מקפיד געווען נישט צו געבן די האנט פאר איינעם וואס איז נישט געווען אין מקוה, ביים טיש האט געקענט אריין קומען א איד און דער צדיק האט געשריגן פון אויבן אן "גיי אין וואסער", גאר אסאך אידן האבן פראבירט צו איבער קלוגען דעם צדיק, אבער דער צדיק האט דאס יעדעס מאל מרגיש געווען מיט זיין גרויסע קדושה.
הרה"ח רבי מענדל פוטערפאס זי"ע האט דערציילט, אז ער האט אסאך עוסק געווען מיטן הייליגער ריבניצער רבי זי"ע אין רוסלאנד מיטן אפרעכטן ברית'ן און נאך פעולות לטובת די אידן אין רוסלאנד.
איין טאג זענען די צוויי געגאנגען צו א ברית, אבער דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט געוואלט גיין אין מקוה בעפארן גיין צום ברית, אינדרויסן איז געווען 30 אונטער זערא עס איז געווען א געפערליכע פרעסט, אבער דער הייליגער צדיק גייט צום טייך זיך טובל'ן,
דערציילט רבי מענדל, אז ער האט נאר אריין געלייגט א פיס אינעם וואסער און ער איז כמעט פארפרוירען געווארן, אבער דער הייליגער צדיק איז אריין אין דעם טייך שטייטערהייט כאילו ער גייט אריין אין א ווארעמע מקו', ווען דער צדיק איז ארויס האב איך געמיינט אז ער גייט פרירען פון קעלט, אבער לפלא האב איך געזען ווי עס גייט א פארע פונעם גוף קדוש פונעם צדיק, בשעת די רבי האט זיך אנגעטון איז דורך א גוי און פארן צדיק האט זיך געדאכט אז ער האט געקוקט אויפן גוי, דער צדיק האט זיך נישט געזוימט נאר גלייך זיך צוריק אויסגעטון און צוריק אריין אין טייך זיך טובל'ן.

איינמאל האט מען ביים הייליגען ריבניצער רבי זי"ע גערעדט פון דעם סגולה, אז צו דערמאנען דעם נאמען "לוי יצחק בן שרה סאשה פונעם הייליגען סניגורן של ישראל מברדיטשוב זי"ע איז א סגולה פאר אלע ישועות, האט זיך דער הייליגער ריבניצער רבי ארויס געכאפט, אז ווען מען וועט זאגן "חיים זאנוויל בן יוטא צפורה" וועט עס פונקט אזוי העלפן, און לפלא איז דעם ריבניצער רבי'ס יארצייט א טאג בעפאר דעם הייליגען בארדיטשעווער רבי זי"ע.
אפאר יאר צוריק האט איד פון אמעריקע געהאט שווערע צייטן אין ביזנעס און ער האט געברויכט א גרויסע הלוואה, ער האט זיך גאר שטארק געמיטשעט צו באקומען דעם הלוואה, אבער יעדע וועג וואס ער האט פראבירט איז נישט דורך, איין טאג האט אים איינער גע'עצה'ט עפעס וואס האט אויס געזען אז עס וועט דורך גיין, אבער די לעצטע מינוט האט זיך דאס פארהאנקערט און דאס האט אויך אויס געזען ווי עס גייט נישט דורך גיין,
ערב ראש חודש איז דער אריבער צום ציון הקדוש אין מאנסי פונעם הייליגען ריבניצער רבי זי"ע און געזאגט דארט תהילים און געשריבן א קוויטל און בתוך הדברים האט ער געשריבן די ווערטער אין אידיש "די הלוואה זאל דורך גיין", דאס איז געווען ערב ראש חודש תמוז, ג' אב דריי טאג שפעטער איז דער הלוואה דורך חוץ לדרך הטבע, דער וואס האט געגעבן די געלט האט געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט אזא זאך אז א הלוואה אזוי ווי דעם זאל צום סוף דורך גיין, אלעס מיטן כוח של אותה זקן דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע.
ווי באקאנט האט מען כסדר געזען ווי דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט מרגיש געווען מחשבות ביי אידן וואס זענען אריין געקומען צו אים זיך מזכיר זיין, איז געווען א איד וואס האט געהאט א בחור אין די יארן פון שידוכים און דער בחור האט געהאט א גרויסע בארד און דאס האט אים געמאכט אויס זעהן עלטער ווי ער איז באמת געווען,
האט דער טאטע געבעטן דעם בחור אז ער זאל אביסל אונטער שניידן די בארד כדי ער זאל נישט אויס זעהן עלטער, דער בחור זייענדיג א חסידישע בחור האט נישט געהאט קיין חשק דאס צו טון, איז דער בחור אריבער מיטן טאטן צום הייליגען ריבניצער רבי זי"ע כדי צו פרעגן וואס די רבי האלט, אבער אזוי ווי זיי קומען אריין צום רבין, האט די רבי אן געכאפט די בארד פונעם בחור און געזאגט "א שיינע בארד", מער האט נישט אויס געפעלט, ווייל זיי האבן פארשטאנען דעם תירוץ.
הרה"ג רבי מנחם ווייסמאנדל שליט"א רב דקהל תורת חמד נייטרא מאנסי האט דערציילט א מעשה וואס ער איז געווען דערביי, ווען ער האט געלערנט אין לעיקוואד האבן זיך עטליכע בחורים אפגעשמועסט צו גיין זאגן סליחות ביים הייליגער ריבניצער רבי זי"ע, איז דארט געווען איין בחור וואס האט שוין געהאט אנגעהויבן אשרי, אבער ווען ער האט געהערט אז מען גייט צום רבין האט ער זיך אויך מיט געכאפט,
ווען דער הייליגער ריבניצער רבי איז אריין געקומען צו סליחות האט ער געפרעגט אויב עס איז דא א מנין אידן וואס האבן נאכנישט געזאגט קיין סליחות, האט מען געזאגט אז יא, איז דער הייליגער צדיק צוגעגאנגען צו דעם איינעם בחור און פרעגט אים די האסט נישט געזאגט קיין סליחות, זאגט ער ניין, פרעגט די רבי די האסט גארנישט געזאגט, האט דער בחור מודה געווען אז ער האט שוין געזאגט אשרי, און דאס האט דער הייליגער צדיק גלייך מרגיש געווען מיט זיין גרויס קדושה, האט די רבי געהייסן אריין רופן א אנדערן איד וואס האט נאכנישט געזאגט קיין סליחות.
איין טאג איז א קינד ארויס געפאלן פון א פענסטער פון צוויי שטאק הויעך, דאס קינד איז אריין אין א קאמא און מען האט אים נישט געקענט דערוועקן, מען האט דעם קינד אריין געטראגן אין שפיטאל און די דאקטאר האט געזאגט אז מען קען דעם קינד נישט אפערירען, און דער דאקטאר האט געזאגט אז אזוי וועט דעס קינד ליידער נישט לאנג אנהאלטן,
מען האט גלייך געשיקט א קוויטל צום הייליגער ריבניצער רבי זי"ע, דער הייליגער צדיק האט דאן געהאלטן אינמיטן זיין הייליגע עבודה פון תיקון חצות, אבער ער האט זיך גלייך אפגעשטעלט און גענומען דעם קוויטל, גלייך האט דער הייליגער צדיק געזאגט אז ער וויל גיין אין מקוה,
אין מקוה האט דער צדיק געהייסן פארן גבאי אז ער זאל בשעת יעדן טבילה זאגן דעם נאמען פונעם קינד און די נאמען פון די מאמע און אזוי האט דער צדיק אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה ביים זיך טובל'ן, אזוי ווי דער צדיק איז ארויס פון די מקו' האט ער זיך אנגערופן, "דאס קינד איז סטאביל און איז אויף", יענע מינוט איז אריין געקומען א רוף, אז דאס קינד האט זיך אויפגעוועקט און איז אינגאנצן ביי זיך, דער דאקטאר האט געזאגט אז דאס האט געמיזט זיין א גרויסע מופת ווייל ער האט דאס נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט געזען.

ווי באקאנט האט דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע גאר אסאך עוסק געווען אין תעניתים און סגופים, און דער צדיק האט מיט זיינע תעניתים געראטעוועט אידישע קינדער, ווי דער צדיק האט זיך אמאל ארויס געכאפט מיט די ווערטער, "איך פאסט פאר די טובה פון אחינו בני ישראל, און איך האב מורא נישט צו פאסטן, ווייל איך מורא אז עס וועט שאטן, און איך ווייס נישט ווער עס וועט ח"ו נפגע ווערן דורך דעם",
האט פאסירט שוין אין אמעריקע, ווען מען האט מכבד געווען דעם ריבניצער רבי זי"ע אלס מוהל ביי א ברית, און נאכן ברית איז דער צדיק אריין אין שטוב פונעם רב פון שוהל, און מען האט דארט געמאכט א לחיים, און דער רב האט געגעבן פארן צדיק א שטיקל מזונות, און דער צדיק האט דאס גענומען און האט דאס איינגעוויקלט אין א פאפיר און דאס אוועק געלייגט,
דער רב האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער עסט דאס נישט יעצט, האט דער צדיק געזאגט אז ער פאסט יעצט און ער וועט שוין טועם זיין פון די מזונות שפעטער ביינאכט נאכן אויס פאסטן, האט דער רב געפרעגט דעם ריבניצער רבי זי"ע, פארוואס פאסט די רבי יעצט נישט אויס, די מזונות איז דאך פון א סעודת ברית און עס איז דא א דעה אין שלחן ערוך אז דאס איז א סעודת מצוה דאורייתא,
האט דער צדיק געזאגט, אז לכתחילה האט ער טאקע וועגן דעם נישט געוואלט נעמען דעם כיבוד אלס מוהל, ווייל ער פאסט היינט און ער האט מורא געהאט אז מען וועט אים מכבד זיין צו עסן, אבער ער האט נישט געוואלט אויף געבן אויף די מצות ברית, אבער דערציילט די ריבניצער רבי, אז נאך אין רומעניא האט מען אים איינמאל מכבד געווען אלס מוהל, און דארט זענען געווען גדולי הדור וואס האבן אים זייער געבעטן אז ער זאל יא ברעכן דעם תענית, און ער האט זיי נישט געקענט אפ זאגן,
דערציילט דער ריבניצער רבי זי"ע, אז ליידער זענען 60 אידן יענעם טאג פארכאפט געווארן אין מיליטער, און דער צדיק האט אויס געפירט מיט גרויס צער בזה"ל, "און איך מיין, אז אויב איך וואלט געפאסט, וואלט איך זיי אויסגעלייזט", הערנדיג די ווערטער האט דער רב געגעבן א היתר פארן ריבניצער רבי זי"ע, אז ער זאל ווייטער ממשיך זיין זיין מנהג פון פאסטן אפילו ביי א סעודת ברית.
און די צייט וואס דער צדיק דער ריבניצער רבי זי"ע האט געוואוינט אין ארץ ישראל, איז צו אים געקומען א יונגערמאן און זיך מזכיר געווען אז ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן מיט זש"ק, האט אים דער צדיק געהייסן צוויי מאל פאסטן א טאג צוזאמען מיטן צדיק און זיין אינעם מנין ביי מנחה,
און דאן האט דער צדיק געהייסן פארן יונגערמאן, אז ער זאל קומען זיך טובל'ן ערב שבת קודש לכבוד שבת אינעם קוואל ווי דער צדיק פלעגט זיך טובל'ן, און ער די רבי וועט זיך צו יאגן מיטן דאווענען שחרית פרייטאג, וויבאלד דער יונגערמאן האט געוואוינט אינדרויסן פון ירושלים, און ער זאל נאך קענען אן קומען אין צייט אהיים אויף שבת,
יענעם ערב שבת קודש איז דער יונגערמאן געגאנגען מיטן רבין טובל'ן אינעם קוואל, די רבי אליין האט זיך גאר אסאך מאל גע'טובל'ט, און דאן האט די רבי געהייסן דעם יונגערמאן זיך טובל'ן און דער יונגערמאן האט לויטן ציווי פונעם רבי'ן זיך גע'טובל'ט 10 מאל, דאן האט דער צדיק געזאגט בזה"ל, "בוסט געהאלפן, דער טבילה איז ווערד געווען מיליאנען",
און דער צדיק האט געבעטן אז דער יונגערמאן זאל אים לאזן וויסן ווען ער ווערט געהאלפן, צום יאר האט דער איד געהאט א מיידל, און ווען די רבי האט דאס געהערט איז ער געווען זייער בשמחה און ער האט געזאגט, אויב וואלט דער איד געהאט א בן זכר, וואלט איך געברויכט פארן קיין ארץ ישראל.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל