איך לייג איבער מיינע שורות וואס איך האב געשריבן סוף פון מיינע פאריגע תגובהדער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 2:52 pmנפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pmאיך מיין אז איך האב שוין בערך 15 מאל זיך קלארגעשטעלט אויף די זאכן וואס דו שרייבסט, א טייל דערפון האסטו פאדרייט בכוונה, און אפילו נאך אומאויפהערליך עס אפלייקענען שרייבסטו עס איבער מיט א פרישקייט ממילא וועל איך בלויז איבער שרייבן די 7 פונקטן און אויף א טייל דיך איבערפרעגן וכדומה► Show Spoiler
קודם וועל איך ציטירן פון דיינע ווערטער בעבר
דעמאלטס האסטו נאך פראבירט פארטושן אז קוים וואס עס קאווערט זיך....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 3:13 pm איך בין מסכים מיט דיין ווייטאגן, כאטש איך קען נישט די מציאות אין אנדערע פלעצער, און ס'קען געהעריג זיין אז ס'איז נישט אזוי ווי דו מיינסט...
אבער דער שורה איז אין מיינע אויגן זייער נאריש.
האלטסט עכט אז מ'רעדט דא פון 'פארדינען' געלט? דו ווילסט אפשר קאווערן א שבועות?
און... דער אינגעמראן גיבט נישט אויף. ס'דא ב"ה העלדן ביי כלל ישראל! זיי לאזן זיך נישט. פאר זיי קען מען נישט פארקויפן קיין תורת לאקשן (פאקטן). זיי קעמפן עד הסוף פאר'ן... דמיון.
האסט באשולדיגט קהל אין רייסן ארכי טייערע זיצן געלט לייק נעווער, כדי צו פארדינען "גרינגע געלט". וכך דבריך:
פשוט. קהל האט א נסיון הממון, נסיון העושר, זיי זעען "גרינג געלט פאר די אויגן", און זיי קענען נישט ביישטיין די נסיון!
האט מען דיר געענטפערט אז קהל האט נישט קיין נסיון הממון צו פארדינען רווחים, גרינג געלט, נאר זיי דארפן קאווערן, און די זיצן געלט גייט פאר די הוצאות היו"ט וואס איז גאר הויעך אדאנק אלעס וואס מען שטעלט ב"ה צו.
ווידער האט דיין באשולדיגונג געזאגט אז ס'קאסט $3000 פאר א "עוורידזש איד".
האט מען דיר אויפגעוויזן אז ס'איז שקר, זייער ווייניג אידן דארפן דינגען אזויפיל זיצן, און ווער יא קען באקומען זיצן אנגעהויבן פון אזוי ביליג ווי $100.
און לגבי דיין טענה אז ס'ברענגט אריין א מינימום פון 1.5 מיליאן:
האט מען דיר געוויזן אז אפילו שבועות, ווען ס'איז דא די מערסטע זיצן שייך, קומט אריין נאר 600,000. דאס מיינט לכאורה אז אלע ימים טובים צוזאמען איז נישט קיין מיליאן.
אבער דו האסט נישט נאכגעלאזט. די פרייזן זענען אומדעהערט. כאילו האסט נישט געהערט די אויפווייז אז נישט.
האט מען דיר געענטפערט סיי אז די יו"ט אליינס קאסט גענוג אסאך, און סיי אז דו האסט נישט קיין אנדערע עצה פון וואו זיך צו קאווערן, און זיצן געלט איז א נארמאלע אנגענומענע זאך.
ביסטו געקומען מיט 2 טענות אין איין שורה. טענה 1:
א זאך וואס מ'האט דיר געענטפערט זאלסט ברענגען פרייזן פון אנדערע פלעצער, און האסט נישט געהערט ווי מען ענטפערט. והי' כלא הי'.
טענה 2:
האט מען געפרעגט וואס ס'מיינט זיך א עצה געבן. דיינע ווערטער זענען געווען:
האט מען דיר געענטפערט אז אויב דו מיינסט פאנדרעיזן, דאס טוט מען שוין.
האסטו געזאגט אז מ'דארף טרעפן א וועג אז יעדער זאל עס צאלן, נישט נאר די וואס דארפן זיצן:
האב איך דיר געבעטן זאלסט געבן דיין עצה:
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:11 pm וואלטסט געקענט זאגן אין "איין שורה", "איין עצה", וואס ווען דו וואלטסט געווען ראה"ק וואלטסטו אזוי געטון, און דאס וואלט אלעס געשטעלט אין פלאץ?
סתם שרייבן "מ'קען זיכער טרעפן בלא בלא", און "דו פארענטפערסט אלעס", פון דעם ווערט קיינער נישט געהאלפן.
און אנשטאט ענטפערן אפילו אויף איינס, אדער זאגן טעיתי, ביסטו יעצט געקומען מיט חוזר חזרה כזה:
דו כאפסט אז יעדעס ווארט דא איז פשוט כ'העצער שב אל קיאו?נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pm יעצט צו דיינע פונקטן
1) האב איך נישט 5 מאל דיך צוגעצייכענט אז מיין נומבער פון זיצן איז 550.000 לויט די קלענסטע חשבון, איך האב נאר נאכגעזאגט פון א צווייטן וואס האט אויסגערעכנט די פרייזן אז עס איז בערך א מיליאן??? און נישט גענומען קיין אחריות דערויף, און עס בכלל נישט געניצט אינעם חשבון!
2) איך האב קיינמאל נישט געשריבן פון 5 זיצן איך האב געשריבן 5 קינדער צאמגעשטופט אויף 4 זיצן, וויפיל מענטשן האסטו געפרעגט פאר דו שרייבסט דיינע נומערן??
3) וויפיל זיצן איז בכלל דא עוועליבעל פאר 100 דאלאר? האסטו געמאכט די מינומום ריסערטש? איז דא מער ווי 100 אזאלכע זיצן??? און והשנית ווי זענען די זיצן, אין בעק פון חדר קילא, ווי מען קען גארנישט מיטהאלטן, און אז ער וויל דאווענען נארמאל צווישן ציבור, דארף ער שוין צאלן אין די וועלט אריין ????
4) איך האב גארנישט געשריבן איבער נדבנים פאר סטעיזשעס
5) וואס שרייבסטו דא? פון דיינע אייגענע נומבערס גייט בלייבן בערך 200 אלפים בלויז פון די זיצן אליין נאך פאר נדבנים..... מיט נדבנים אפשר דאפעלט, אדער מער....
6) די וואס דינגען נישט קיין זיצן זאלן צאלן מער מעמבערשיפ און די וואס דינגען יא, זאלן צאלן ווייניגער, היות די מציאות, אז מען ניצט אויס די פאקט פון דינגען זיצן צו דעקן קהל'ס יערליכע בוזשעט, פון חדשי טבת ושבט, פארוואס דארפן די וואס דינגען זיצן נעמען די חלק ארי, און די שיינע אידן פון אינמיטן בהמ"ד דארפן גארנישט צאלן???
וואלט עס געווען הוצאות החג החרשתי, אבער עס איז דאך נישט אזוי!!
7) האסט מיר נאך א פלאץ אין די וועלט ווי מען דינגט זיצן דריי מאל א יאר????
ביטע זיי מודה על האמת, אויף די פאקט אליין, אז פון דינגען די זיצן געלט, פון דעם אליין בלייבט שוין א ריזיגע ריווח פאר קהל, פאר די יערליכע הוצאות, און דאס איז נאך פאר נדבנים געלט, זיי ביטע קלאר און דייטליך מודה אויף דעם, ביפאר די ענטפערסט מיך סיי וואס
אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דו דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
איך האב נישט קיין שום אינטערעסע אז קהל זאל מאכן געלט. אדער אז קהל זאל קענען בעטן טייער פאר זיצן, מצדי זאל קהל האבן פרעשור אז:
דער עולם איז אנגעשטרענגט און מען בעט קהל זיך צו רעכענען און צושטעלן זיצן פאר נאך ביליגער.
אבער ווען מ'קומט מיט קינדישע נומערן און זינלאזע עצות, און נאך מיט די פולסטע קענפעדענס אז "דאס איז עס ואין להשיב", איז עס פאר מיר א טריגער צו ענטפערן. מיט שקר קומט מען נישט אן.
ווי אומגלויבליך עס הערט זיך שרייבסטו יעצט איבער מיט א פרישקייט אז זיי מוזן פשוט קאווערן די הוצאות יו"ט!!! נישטא ווער ס'זאל לאכן.... דיין קאלקולעיטער איז צובראכן???
ביטע זיי מודה על האמת, אויף די פאקט אליין, אז פון דינגען די זיצן געלט, פון דעם אליין בלייבט שוין א ריזיגע ריווח פאר קהל, פאר די יערליכע הוצאות, און דאס איז נאך פאר נדבנים געלט, זיי ביטע קלאר און דייטליך מודה אויף דעם, ביפאר די ענטפערסט מיך סיי וואס
אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.