נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pm
► Show Spoiler
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 10:24 am
נפתלי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:13 pm
אינטערסאנט וויאזוי דיין קאפ ארבעט
בלויז נעכטן האסטו נאך געענטפערט אז מען מוז, צוקומען צו נעמען די גרויסע סכומים זיצן געלט, ווייל מען מוז פשוט אפצאלן די יום טוב, איי אפשר קען מען פאנדרעיזן, נו מען פאנדרעיזט טאקע וויפיל מען קען אבער אעפ"כ מוז מען צוקומען צו די געלט
היינט ווען עס איז אויפגעוויזן געווארן מדבריך, אז פון די זיצן אליין בלייבט שוין ריזיגע סכומים ריווח, בנוסף לזה איז דא פאנדרעיזינג אויך, גיבסטו אזא דריי ארום דעם דאטשיק, מיט א פני תם, צו דען מעג דען נישט קהל מאכן ריווח פון זייער פאנדרעיזינג????
בקיצור, איך מיין די נושא איז קלאר, יעדער פארגינט פאר קהל צו מאכן פון שבועות, 10 מיליאן דאלאר, נאר מאכן א אינגערמאן זאל דריי באזונדערע מאל דארפן דינגען א זיץ אן קיין שום סיבה דאס האט נישט קיין פשט, אויב ביסטו אזא איינער וואס זיכט צו זיין אויפריכטיג וואלסטו שוין לאאאאנג מודה געווען דערויף.
עס דארף זיין א נארמאלע סכום וואס קאסט צו דינגען א זיץ אויפן יאר, מען דינגט איינמאל און פארטיג, און נישט דריי מאל בלויז ווייל ער וויל יא דאווענען אין גרויסן בהמ"ד.
בררררררררררררררררר.
בררררררררררררררררררררררררררר.
דער אינגערמאן שטויסט. טריצט. שלאגט. שרייט. איך האב מורא באלד גייט הענט! @נפתלי בארואיגט אייך, איר מעגט אראפקומען פון בוים, ס'איז נישט די ערשטע מאל איר באשולדיגט מענטשן פארן "חטא" פון שוויצן פאר אייך! און איר האט זיך נאכאמאל טועה געווען! ס'איז גארנישט.
איך האב קיינמאל נישט דן געווען צו די הוצאות פון יו"ט זעלבסט דארפן אנקומען סיי צו די פאנדרעיזינג און סיי צו די זיצן. קענסט עס אויסשטעלן וויאזוי דו ווילסט. קענסט זאגן אז די פאנדרעיזינג גייט פאר יו"ט און אנשטאט דעם גייט א חלק זיצן געלט פאר הוצאות ביהמ"ד זעלבסט, און קענסט זאגן פארקערט, אז די פאנדרעיזינג גייט פאר די אנדערע הוצאות און די זיצן געלט גייט פאר יו"ט.
כ'האב ס"ה געזאגט אז דיין עצה פון "זאל קהל שאפן נדבנים" דאס ווערט שוין געטון, סוי בעפאר דו גיבסט א צווייטע עצה, זענען די רשעים צוריק צדיקים.
אבער נפתלי טייערער, וואס טוט זיך מיט דיינע רייע באשולדיגונגען און פאקטן וואס זענען למעשה פשוט'ע דמיונות, און דו נעמסט נישט די מי צו מודה זיין אז האסט זיך טועה געווען?
1) די זיצן ברענגען א מיליאן - נישט אמת, אביסל מער ווי האלב דערפון
2) פשוט'ע מענטשן דינגען 5 זיצן - נישט אמת, כמעט נישטא אזאנס, זיכער נישט ארימעלייט
3) ס'קאסט פאר א ארימאן $3000 צו דינגען 5 זיצן - נישט אמת, ער קען דינגען פאר אזוי ביליג ווי $100 א זיץ
4) די נדבנים פון די סטעידזשעס האב געגעבן $250,000 (אויב דו ביסט געווען דער שרייבער) - נישט אמת, אלע אינאיינעם האבן געגעבן בלויז $50,000
5) ס'איז דא א עצה צו שאפן נדבנים - נישט אמת, מען שאפט דאך עניוועי די מאקסימום
6) זאל מען בעטן מער מעמבערשיפ פון אלע מעמבערס - נארישע ענטפער, @נפתלי וואלט איבערגעקערט א וועלט דערויף
7) די זיצן זענען ביטער טייער - נישט אמת, אין ערגעץ איז נישט ביליגער
דארפסט נאך? ביטע קום ארויף זאגן "טעיתי" בעפאר איך דארף דיר נאכאמאל ענטפערן אויף פרישע היץ.
איך מיין אז איך האב שוין בערך 15 מאל זיך קלארגעשטעלט אויף די זאכן וואס דו שרייבסט, א טייל דערפון האסטו פאדרייט בכוונה, און אפילו נאך אומאויפהערליך עס אפלייקענען שרייבסטו עס איבער מיט א פרישקייט ממילא וועל איך בלויז איבער שרייבן די 7 פונקטן און אויף א טייל דיך איבערפרעגן וכדומה
קודם וועל איך ציטירן פון דיינע ווערטער בעבר
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 3:13 pm
איך בין מסכים מיט דיין ווייטאגן, כאטש איך קען נישט די מציאות אין אנדערע פלעצער, און ס'קען געהעריג זיין אז ס'איז נישט אזוי ווי דו מיינסט...
אבער דער שורה איז אין מיינע אויגן זייער נאריש.
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס גרינגע געלט, און מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!
האלטסט עכט אז מ'רעדט דא פון 'פארדינען' געלט? דו ווילסט אפשר קאווערן א שבועות?
דעמאלטס האסטו נאך פראבירט פארטושן אז קוים וואס עס קאווערט זיך....
און... דער אינגעמראן גיבט נישט אויף. ס'דא ב"ה העלדן ביי כלל ישראל! זיי לאזן זיך נישט. פאר זיי קען מען נישט פארקויפן קיין תורת לאקשן (פאקטן). זיי קעמפן עד הסוף פאר'ן... דמיון.
האסט באשולדיגט קהל אין רייסן ארכי טייערע זיצן געלט לייק נעווער, כדי צו פארדינען "גרינגע געלט". וכך דבריך:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס
גרינגע געלט, און
מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!
פשוט. קהל האט א נסיון הממון, נסיון העושר, זיי זעען "גרינג געלט פאר די אויגן", און זיי קענען נישט ביישטיין די נסיון!
האט מען דיר געענטפערט אז קהל האט נישט קיין נסיון הממון צו פארדינען רווחים, גרינג געלט, נאר זיי דארפן קאווערן, און די זיצן געלט גייט פאר די הוצאות היו"ט וואס איז גאר הויעך אדאנק אלעס וואס מען שטעלט ב"ה צו.
ווידער האט דיין באשולדיגונג געזאגט אז ס'קאסט $3000 פאר א "עוורידזש איד".
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
א עווריטש אינגערמאן וואס האט 5 קינדער און איז גרייט אפילו זיך צאמצושטופן, צאלט און עווריטש $3000 דאלאר א יאר פאר זיצן!!!
האט מען דיר אויפגעוויזן אז ס'איז שקר, זייער ווייניג אידן דארפן דינגען אזויפיל זיצן, און ווער יא קען באקומען זיצן אנגעהויבן פון אזוי ביליג ווי $100.
און לגבי דיין טענה אז ס'ברענגט אריין א מינימום פון 1.5 מיליאן:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm
די חשבון וואס קומט אריין פון די זיצן איז כאטשיג א מיליאן א האלב במשך די יאר אדער פיל מער, און דאס אלעס אויסגעהארעוועטע געלטער פון אינגעלייט וואס פארמאגן דאס נישט!!
האט מען דיר געוויזן אז אפילו שבועות, ווען ס'איז דא די מערסטע זיצן שייך, קומט אריין נאר 600,000. דאס מיינט לכאורה אז אלע ימים טובים צוזאמען איז נישט קיין מיליאן.
אבער דו האסט נישט נאכגעלאזט. די פרייזן זענען אומדעהערט. כאילו האסט נישט געהערט די אויפווייז אז נישט.
נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 10:07 pm
פארוואס ניצן אינגעלייט וואס ווילן פשוט דאווענען מיטן רבין און זיי מאכן צאלן
אויפגעשרויפטע פרייזן פאר זיצן???
וואס האט נעמען א זיץ מיט באצאלן דיינים אדער אנדערע אויסגאבן פון קהל איבער די יאר???
האט מען דיר געענטפערט סיי אז די יו"ט אליינס קאסט גענוג אסאך, און סיי אז דו האסט נישט קיין אנדערע עצה פון וואו זיך צו קאווערן, און זיצן געלט איז א נארמאלע אנגענומענע זאך.
ביסטו געקומען מיט 2 טענות אין איין שורה. טענה 1:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:05 pm
קיין איין פלאץ אין די וועלט בעט נישט די געלטער
א זאך וואס מ'האט דיר געענטפערט זאלסט ברענגען פרייזן פון אנדערע פלעצער, און האסט נישט געהערט ווי מען ענטפערט. והי' כלא הי'.
טענה 2:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 2:05 pm
און
מען קען זיך א עצה געבן, אוודאי איז עס גרינגער צו נעמען שטייער אבער קיין יושר!
האט מען געפרעגט וואס ס'מיינט זיך א עצה געבן. דיינע ווערטער זענען געווען:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 5:08 pm
עס איז דא גענוג וועגן וויאזוי צו זאמלען נאך געלט
האט מען דיר געענטפערט אז אויב דו מיינסט פאנדרעיזן, דאס טוט מען שוין.
האסטו געזאגט אז מ'דארף טרעפן א וועג אז יעדער זאל עס צאלן, נישט נאר די וואס דארפן זיצן:
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 5:34 pm
עס מוז באצאלט ווערן דורך יעדע איד וואס הנאה פון די שבועות, צו גלייך, + פאנדרעיזן ווי ווייט מעגליך, נישט
ארויספרעסן פון א חלק קהלה, אזויפיל געלט שלא ביושר.
האב איך דיר געבעטן זאלסט געבן דיין עצה:
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:11 pm
וואלטסט געקענט זאגן אין "איין שורה", "איין עצה", וואס ווען דו וואלטסט געווען ראה"ק וואלטסטו אזוי געטון, און דאס וואלט אלעס געשטעלט אין פלאץ?
סתם שרייבן "מ'קען זיכער טרעפן בלא בלא", און "דו פארענטפערסט אלעס", פון דעם ווערט קיינער נישט געהאלפן.
און אנשטאט ענטפערן אפילו אויף איינס, אדער זאגן טעיתי, ביסטו יעצט געקומען מיט חוזר חזרה כזה:
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pm
יעצט צו דיינע פונקטן
1) האב איך נישט 5 מאל דיך צוגעצייכענט אז מיין נומבער פון זיצן איז 550.000 לויט די קלענסטע חשבון, איך האב נאר נאכגעזאגט פון א צווייטן וואס האט אויסגערעכנט די פרייזן אז עס איז בערך א מיליאן??? און נישט גענומען קיין אחריות דערויף, און עס בכלל נישט געניצט אינעם חשבון!
2) איך האב קיינמאל נישט געשריבן פון 5 זיצן איך האב געשריבן 5 קינדער צאמגעשטופט אויף 4 זיצן, וויפיל מענטשן האסטו געפרעגט פאר דו שרייבסט דיינע נומערן??
3) וויפיל זיצן איז בכלל דא עוועליבעל פאר 100 דאלאר? האסטו געמאכט די מינומום ריסערטש? איז דא מער ווי 100 אזאלכע זיצן??? און והשנית ווי זענען די זיצן, אין בעק פון חדר קילא, ווי מען קען גארנישט מיטהאלטן, און אז ער וויל דאווענען נארמאל צווישן ציבור, דארף ער שוין צאלן אין די וועלט אריין ????
4) איך האב גארנישט געשריבן איבער נדבנים פאר סטעיזשעס
5) וואס שרייבסטו דא? פון דיינע אייגענע נומבערס גייט בלייבן בערך 200 אלפים בלויז פון די זיצן אליין נאך פאר נדבנים..... מיט נדבנים אפשר דאפעלט, אדער מער....
6) די וואס דינגען נישט קיין זיצן זאלן צאלן מער מעמבערשיפ און די וואס דינגען יא, זאלן צאלן ווייניגער, היות די מציאות, אז מען ניצט אויס די פאקט פון דינגען זיצן צו דעקן קהל'ס יערליכע בוזשעט, פון חדשי טבת ושבט, פארוואס דארפן די וואס דינגען זיצן נעמען די חלק ארי, און די שיינע אידן פון אינמיטן בהמ"ד דארפן גארנישט צאלן???
וואלט עס געווען הוצאות החג החרשתי, אבער עס איז דאך נישט אזוי!!
7) האסט מיר נאך א פלאץ אין די וועלט ווי מען דינגט זיצן דריי מאל א יאר????
ביטע זיי מודה על האמת, אויף די פאקט אליין, אז פון דינגען די זיצן געלט, פון דעם אליין בלייבט שוין א ריזיגע ריווח פאר קהל, פאר די יערליכע הוצאות, און דאס איז נאך פאר נדבנים געלט, זיי ביטע קלאר און דייטליך מודה אויף דעם, ביפאר די ענטפערסט מיך סיי וואס
אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דו דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
דו כאפסט אז יעדעס ווארט דא איז פשוט כ'העצער שב אל קיאו?
איך האב נישט קיין שום אינטערעסע אז קהל זאל מאכן געלט. אדער אז קהל זאל קענען בעטן טייער פאר זיצן, מצדי זאל קהל האבן פרעשור אז:
דער עולם איז אנגעשטרענגט און מען בעט קהל זיך צו רעכענען און צושטעלן זיצן פאר נאך ביליגער.
אבער ווען מ'קומט מיט קינדישע נומערן און זינלאזע עצות, און נאך מיט די פולסטע קענפעדענס אז "דאס איז עס ואין להשיב", איז עס פאר מיר א טריגער צו ענטפערן. מיט שקר קומט מען נישט אן.