סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:30 pm @נפתלי לשיטתך וויפיל דארף א זיץ קאסטן פאר שבועות?
וויפיל ? קודם די כאטש 400.000 וואס קומט אויס אפילו לויט תהלים איד, ריווח, (אז מען רעכנט די זכותים און פאנדרעיזינג) זאל ווערן צוטיילט און אראפגערעכנט פון די אינגעלייט

(כאפ מיר נישט ביים נומבער איך מיין די געדאנק באזירט לויט די בערכ'דיגע נומערן וואס מען האט דא גערעדט)
ווערווייס
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 155

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ווערווייס »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:33 pm
א גוטן מועד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:47 pm
מחדש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:43 pm

א ליגענט ווערט נישט אמת אפילו אויב 64 מאר איבערגעזאגט מיט 6 אנדערע נעמען.

די צוגעלייגטע זיצן קאווערט נישט קיין סאך, דאס עצם צולייגען די זיצן קאסט אויך גאר גאר אסאך.
קום אריין מיט נומערן וויפל קומען אריין פון די געדינגנע זיצן און וויפל קאסט עס אויפציבויען?

איך האב נישט קיין שום קשר דירעקט מיט די זאכן, ממילא האב איך נישט געוואלט שיסן קיין נומבערס וואס איך ווייס נישט, נאר פשוט געטרייט צו טראכטן לאגיק וואס די טענה קען בכלל זיין.

אבער אז מ'האט דא געוואלט נומערן האב איך געשיקט א אימעיל צו איינעם וואס איז יא אינוואלווד, און דאס האט ער מיר געענטפערט:

Off Topic
די סטעידזשעס אליין היי יאר קאסט אפ איבער 250,000.

ארום 75,000 קאסטן די גוים און מענעדזשערס פאר'ן יו"ט.

25,000 קאסט די עקסטערע עיר קאנדישן.

בערך 40,000 קאסט צוצושטעלן די ברייטע קידושים פאר'ן ריזיגן עולם.

היי יאר קומט צו די קינדער מנין, טאקע כדי צו גרינגער מאכן פאר'ן עולם, די שאצונג איז אז ס'גייט קאסטן ארום 40,000

און ס'איז דא נאך הוצאות. דאס איז אויסנווייניג.

און דאס וואס דו פרעגסט צו ס'איז אריינגעקומען קרוב צו א מיליאן פון די זיצן, איז נישט ריכטיג. עס איז אריינגעקומען בערך 600,000

ס"ה פרובירט מען די בעסט אז די יו"ט זאל זיך קאווערן און מ'זאל נ ישט בלייבן מיט נאך א לאך.

און ס'איז אויך דא א סערוויס פון גאר ביליגע זיצן פאר ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן. אין חדר מארקאוויטש און אין חדר קילא איז דא זיצן פאר $100. די וואס קאסטן מער זענען טאקע פאר די וואס קענען זיך ערלויבן צו נעמען א חלק אינעם יו"ט.
ס'איז דא בערך 30 40 גוים אויפאמאל וואס שטעלן אויף די פארענטשעס, איינער פארשטייט ווי אזוי אזא אפאראט קומט אן צו 75 אלפים? ווילסט מיר זאגן אז די אמיגאוס מאכן קרוב צו 2 אלפים אין אזא יו"ט? קוים אין א גאנצע וואך מאכן זיי אזויפיל
פון די 'ברייטע' קידושים וועל איך יעצט נישט רעדן
וואס קאסט 40 אלפים פאר א קינדער מנין?

בקיצור אויף די נומערן איז שווער זיך צו דינגען, מיין שאלה איז, דאס גאנצע פאנדרעיזינג אפאראט האט זיך אנגעהויבן 4 יאר צוריק, ביז דעמאלטס, א קיימא לן פון באלד 15 יאר בצל הקודש פון רבינו שליט"א איז פארגעקומען מער ווייניגער דער זעלבער יו"ט (חוץ די סטעיזשעס אין ביהמ"ד) די טישן קוקן נישט היינט אויס צופיל אנדערש ווי די ערשטע יארן, נאך מער אין די ערשטע יארן האט מען נאך אויפגעשטעלט א טענט, וואס לפי החשבון האט דאס געקאסט פיל מער
מיין שאלה איז, ווער האט דאס געדעקט די ערשטע 15 יאר?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9976

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:36 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:30 pm @נפתלי לשיטתך וויפיל דארף א זיץ קאסטן פאר שבועות?
וויפיל ? קודם די כאטש 400.000 וואס קומט אויס אפילו לויט תהלים איד, ריווח, (אז מען רעכנט די זכותים און פאנדרעיזינג) זאל ווערן צוטיילט און אראפגערעכנט פון די אינגעלייט

(כאפ מיר נישט ביים נומבער איך מיין די געדאנק באזירט לויט די בערכ'דיגע נומערן וואס מען האט דא גערעדט)

פששיהא. די פאנדרעיזינג טאר שוין אויך נישט גיין פאר קהל'ס בודזשעט.

איך פארשטיי גוט?

און בנוגע די וואס פרעגן אויף די נומערן, וויל איך וויסן וויפיל זייער גראסערי ארדער קאסט א חודש. איך האב מורא אז זיי ווייסן נישט.

ווי זאגט מאיר מרדכי בערקאוויטש? דער אינגערמאן וואס ביים אויסשטעלן א סעקאשן 8 אפליקעישן דארף ער הילף פון גוטע אידן, האט אבער ארויס די הוצאות והכנסות פון די מוסדות און קהלה און ביהמ"ד ממש ווי אויפן צונג...
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 387
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 377

פאוסט דורך משה רבינו »

ווערווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:43 pm

שבועות נומערן קען איך נישט די גיום, אבער שמחת תורה רעדט מען פון אריבער 110 גיום (פאר די פארענטשעס-חוץ די קלינונג גיום) דאס איז חוץ די ארום 8 אידן מענעדשערס עומד על גביהם.
און מען רעדט נישט פון 9 ביז 5 נאר אווער טיים פארטאגס
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:59 pm
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:36 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:30 pm @נפתלי לשיטתך וויפיל דארף א זיץ קאסטן פאר שבועות?
וויפיל ? קודם די כאטש 400.000 וואס קומט אויס אפילו לויט תהלים איד, ריווח, (אז מען רעכנט די זכותים און פאנדרעיזינג) זאל ווערן צוטיילט און אראפגערעכנט פון די אינגעלייט

(כאפ מיר נישט ביים נומבער איך מיין די געדאנק באזירט לויט די בערכ'דיגע נומערן וואס מען האט דא גערעדט)

פששיהא. די פאנדרעיזינג טאר שוין אויך נישט גיין פאר קהל'ס בודזשעט.

איך פארשטיי גוט?

און בנוגע די וואס פרעגן אויף די נומערן, וויל איך וויסן וויפיל זייער גראסערי ארדער קאסט א חודש. איך האב מורא אז זיי ווייסן נישט.

ווי זאגט מאיר מרדכי בערקאוויטש? דער אינגערמאן וואס ביים אויסשטעלן א סעקאשן 8 אפליקעישן דארף ער הילף פון גוטע אידן, האט אבער ארויס די הוצאות והכנסות פון די מוסדות און קהלה און ביהמ"ד ממש ווי אויפן צונג...
אינטערסאנט וויאזוי דיין קאפ ארבעט

בלויז נעכטן האסטו נאך געענטפערט אז מען מוז, צוקומען צו נעמען די גרויסע סכומים זיצן געלט, ווייל מען מוז פשוט אפצאלן די יום טוב, איי אפשר קען מען פאנדרעיזן, נו מען פאנדרעיזט טאקע וויפיל מען קען אבער אעפ"כ מוז מען צוקומען צו די געלט

היינט ווען עס איז אויפגעוויזן געווארן מדבריך, אז פון די זיצן אליין בלייבט שוין ריזיגע סכומים ריווח, בנוסף לזה איז דא פאנדרעיזינג אויך, גיבסטו אזא דריי ארום דעם דאטשיק, מיט א פני תם, צו דען מעג דען נישט קהל מאכן ריווח פון זייער פאנדרעיזינג????

בקיצור, איך מיין די נושא איז קלאר, יעדער פארגינט פאר קהל צו מאכן פון שבועות, 10 מיליאן דאלאר, נאר מאכן א אינגערמאן זאל דריי באזונדערע מאל דארפן דינגען א זיץ אן קיין שום סיבה דאס האט נישט קיין פשט, אויב ביסטו אזא איינער וואס זיכט צו זיין אויפריכטיג וואלסטו שוין לאאאאנג מודה געווען דערויף.

עס דארף זיין א נארמאלע סכום וואס קאסט צו דינגען א זיץ אויפן יאר, מען דינגט איינמאל און פארטיג, און נישט דריי מאל בלויז ווייל ער וויל יא דאווענען אין גרויסן בהמ"ד.
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

איך האב מיטגעהאלטן אסאך יארן ווי קהל שאפט הלואות משך ווינטער פון ריזיגע געלעטער פאר קעש פלאו, און זיי קוקן ארויס אויף די זיצן סעזאן דאס זאל דעקן די הלואות, און אויב זאל מען נישט פאנדרעיזן כאטש א חלק פון די יו"ט הוצאות בלייבט מען מיטן לאך.

טייטש לכאורה אזוי.

וויפל מען קען פארקויפט מען די זכותים צו קענען דעקן די יו"ט.

דאס איבריגע צאלט קהל.

די געלט פון די זיצן גייט צו דעקן די הלואות מיט וואס קנל דרייט צו קאווערן די 7 מיליאן דאלאר בודזשעט.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:43 pm איך האב מיטגעהאלטן אסאך יארן ווי קהל שאפט הלואות משך ווינטער פון ריזיגע געלעטער פאר קעש פלאו, און זיי קוקן ארויס אויף די זיצן סעזאן דאס זאל דעקן די הלואות, און אויב זאל מען נישט פאנדרעיזן כאטש א חלק פון די יו"ט הוצאות בלייבט מען מיטן לאך.

טייטש לכאורה אזוי.

וויפל מען קען פארקויפט מען די זכותים צו קענען דעקן די יו"ט.

דאס איבריגע צאלט קהל.

די געלט פון די זיצן גייט צו דעקן די הלואות מיט וואס קנל דרייט צו קאווערן די 7 מיליאן דאלאר בודזשעט.
האסט לכאורה פארפאסט אפאר בלעטער און דו קומסט אריין מיט א פרישקייט

נעכטן האסטו געשריבן אז די נומבערס וואס קאסט אפ א יום טוב זענען בערך 300.000 דא האט איינער פון אפיס געזאגט אז די זיצן האט אריינגעברענגט 600.000 פאריאר

און ביפאר האסטו פראבירט צו שרייבן אז בעצם דארף מען האבן די זיצן בלויז צו דעקן די הוצאות

למעשה שטעלט זיך ארויס אז יא, די געלט וואס מען נעמט דריי מאל א יאר פון א "חלק קהלה" גייט צו דעקן די בוזשעט,

און אויף דעם איז די טענה קלאר אז עס איז נישט קיין יושר ופשוט הוא מאוד מאוד.
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 387
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 377

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך משה רבינו »

ווער עס וויל איז דא געניג ביליגע זיצן אין קילא / מארקאוויטש/ גאלעריען פאר 100 / 150 ווילסט דוקא זיצן טייערע זיצן און צאלן די ביליגע פרייז?
עס ארבעט נישט אזוי
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:08 pm ווער עס וויל איז דא געניג ביליגע זיצן אין קילא / מארקאוויטש/ גאלעריען פאר 100 / 150 ווילסט דוקא זיצן טייערע זיצן און צאלן די ביליגע פרייז?
עס ארבעט נישט אזוי
עס איז דא נאך א בעסערע עצה, מען קען דאווענען אין די 20 אנדערע בתי מדרשים פון קהל...

אין אנדערע ווערטער איינער וואס וויל אז די גרויסע בהמ"ד זאל זיין ביי זיי א נארמאלע בהמ"ד ווי ער דאווענט באקוועם מיט די קינדער, דארף זיך לאזן קאסטן אין די וועלט אריין

און אגב, די פאר זיצן ווי מען קען נארמאל הערן און מיטהאלטן קאסט טייער און גייט אויס שנעל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9976

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:59 pm
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:36 pm

וויפיל ? קודם די כאטש 400.000 וואס קומט אויס אפילו לויט תהלים איד, ריווח, (אז מען רעכנט די זכותים און פאנדרעיזינג) זאל ווערן צוטיילט און אראפגערעכנט פון די אינגעלייט

(כאפ מיר נישט ביים נומבער איך מיין די געדאנק באזירט לויט די בערכ'דיגע נומערן וואס מען האט דא גערעדט)

פששיהא. די פאנדרעיזינג טאר שוין אויך נישט גיין פאר קהל'ס בודזשעט.

איך פארשטיי גוט?

און בנוגע די וואס פרעגן אויף די נומערן, וויל איך וויסן וויפיל זייער גראסערי ארדער קאסט א חודש. איך האב מורא אז זיי ווייסן נישט.

ווי זאגט מאיר מרדכי בערקאוויטש? דער אינגערמאן וואס ביים אויסשטעלן א סעקאשן 8 אפליקעישן דארף ער הילף פון גוטע אידן, האט אבער ארויס די הוצאות והכנסות פון די מוסדות און קהלה און ביהמ"ד ממש ווי אויפן צונג...
אינטערסאנט וויאזוי דיין קאפ ארבעט

בלויז נעכטן האסטו נאך געענטפערט אז מען מוז, צוקומען צו נעמען די גרויסע סכומים זיצן געלט, ווייל מען מוז פשוט אפצאלן די יום טוב, איי אפשר קען מען פאנדרעיזן, נו מען פאנדרעיזט טאקע וויפיל מען קען אבער אעפ"כ מוז מען צוקומען צו די געלט

היינט ווען עס איז אויפגעוויזן געווארן מדבריך, אז פון די זיצן אליין בלייבט שוין ריזיגע סכומים ריווח, בנוסף לזה איז דא פאנדרעיזינג אויך, גיבסטו אזא דריי ארום דעם דאטשיק, מיט א פני תם, צו דען מעג דען נישט קהל מאכן ריווח פון זייער פאנדרעיזינג????

בקיצור, איך מיין די נושא איז קלאר, יעדער פארגינט פאר קהל צו מאכן פון שבועות, 10 מיליאן דאלאר, נאר מאכן א אינגערמאן זאל דריי באזונדערע מאל דארפן דינגען א זיץ אן קיין שום סיבה דאס האט נישט קיין פשט, אויב ביסטו אזא איינער וואס זיכט צו זיין אויפריכטיג וואלסטו שוין לאאאאנג מודה געווען דערויף.

עס דארף זיין א נארמאלע סכום וואס קאסט צו דינגען א זיץ אויפן יאר, מען דינגט איינמאל און פארטיג, און נישט דריי מאל בלויז ווייל ער וויל יא דאווענען אין גרויסן בהמ"ד.
בררררררררררררררררר.

בררררררררררררררררררררררררררר.

דער אינגערמאן שטויסט. טריצט. שלאגט. שרייט. איך האב מורא באלד גייט הענט! @נפתלי בארואיגט אייך, איר מעגט אראפקומען פון בוים, ס'איז נישט די ערשטע מאל איר באשולדיגט מענטשן פארן "חטא" פון שוויצן פאר אייך! און איר האט זיך נאכאמאל טועה געווען! ס'איז גארנישט.

איך האב קיינמאל נישט דן געווען צו די הוצאות פון יו"ט זעלבסט דארפן אנקומען סיי צו די פאנדרעיזינג און סיי צו די זיצן. קענסט עס אויסשטעלן וויאזוי דו ווילסט. קענסט זאגן אז די פאנדרעיזינג גייט פאר יו"ט און אנשטאט דעם גייט א חלק זיצן געלט פאר הוצאות ביהמ"ד זעלבסט, און קענסט זאגן פארקערט, אז די פאנדרעיזינג גייט פאר די אנדערע הוצאות און די זיצן געלט גייט פאר יו"ט.

כ'האב ס"ה געזאגט אז דיין עצה פון "זאל קהל שאפן נדבנים" דאס ווערט שוין געטון, סוי בעפאר דו גיבסט א צווייטע עצה, זענען די רשעים צוריק צדיקים.

אבער נפתלי טייערער, וואס טוט זיך מיט דיינע רייע באשולדיגונגען און פאקטן וואס זענען למעשה פשוט'ע דמיונות, און דו נעמסט נישט די מי צו מודה זיין אז האסט זיך טועה געווען?

1) די זיצן ברענגען א מיליאן - נישט אמת, אביסל מער ווי האלב דערפון

2) פשוט'ע מענטשן דינגען 5 זיצן - נישט אמת, כמעט נישטא אזאנס, זיכער נישט ארימעלייט

3) ס'קאסט פאר א ארימאן $3000 צו דינגען 5 זיצן - נישט אמת, ער קען דינגען פאר אזוי ביליג ווי $100 א זיץ

4) די נדבנים פון די סטעידזשעס האב געגעבן $250,000 (אויב דו ביסט געווען דער שרייבער) - נישט אמת, אלע אינאיינעם האבן געגעבן בלויז $50,000

5) ס'איז דא א עצה צו שאפן נדבנים - נישט אמת, מען שאפט דאך עניוועי די מאקסימום

6) זאל מען בעטן מער מעמבערשיפ פון אלע מעמבערס - נארישע ענטפער, @נפתלי וואלט איבערגעקערט א וועלט דערויף

7) די זיצן זענען ביטער טייער - נישט אמת, אין ערגעץ איז נישט ביליגער

דארפסט נאך? ביטע קום ארויף זאגן "טעיתי" בעפאר איך דארף דיר נאכאמאל ענטפערן אויף פרישע היץ.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (14).jpg
unnamed (14).jpg (202.58 KiB) געזען געווארן 589 מאל
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

קען איינער ארייקומען מיט פרטים וואס איז די אסיפה קימעדיגע וואך און וומ"ס?
גייט דאס זיין בהשתתפות פון רבין?
נייעס ליבהאבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 221
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:12 am
Location: kiryas joil
x 285

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נייעס ליבהאבער »

סאטמאר מהר"א: ריזיגע בנין אין צענטער פון שטאט לינדען געשאנקען פאר הנהלת מוסדות סאטמאר לינדען דורך הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו צו קענען פירן די זומער אקטיוועטעטן אויף א ברייטע לאקאל
באריכט
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:12 pm
משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:08 pm ווער עס וויל איז דא געניג ביליגע זיצן אין קילא / מארקאוויטש/ גאלעריען פאר 100 / 150 ווילסט דוקא זיצן טייערע זיצן און צאלן די ביליגע פרייז?
עס ארבעט נישט אזוי
עס איז דא נאך א בעסערע עצה, מען קען דאווענען אין די 20 אנדערע בתי מדרשים פון קהל...

אין אנדערע ווערטער איינער וואס וויל אז די גרויסע בהמ"ד זאל זיין ביי זיי א נארמאלע בהמ"ד ווי ער דאווענט באקוועם מיט די קינדער, דארף זיך לאזן קאסטן אין די וועלט אריין

און אגב, די פאר זיצן ווי מען קען נארמאל הערן און מיטהאלטן קאסט טייער און גייט אויס שנעל
נאריש גערעדט, מען קען באקוועם זיצן מיט די קינדער א גאנץ יאר פאר בלויז $100 א באקוועמע זיץ, און די ימים טובים קען מען אויך פאר $150- $175 א זיץ, אויב וויל מען יו"ט אויך האבן א בעסערע זיץ קען מען עס האבן פאר מער געלט, וואס גייט צו דעקן קהל'ס 7 מיליאן בודזשעט.
נייעס ליבהאבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 221
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:12 am
Location: kiryas joil
x 285

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נייעס ליבהאבער »

סאטמאר מהר"א: געהויבענער מעמד הדלקה געפייערט בקרב די הונדערטער חברי קהל יטב לב דסאטמאר אין בני ברק מיט גרויס התלהבות ביום ל"ג בעומר
באריכט/בילדער
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 834
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 714

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איך »

נפתלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 11:49 am קען איינער ארייקומען מיט פרטים וואס איז די אסיפה קימעדיגע וואך און וומ"ס?
גייט דאס זיין בהשתתפות פון רבין?
עס הייסט אזוי אבער נאכנישט קאנפירמד
נייעס ליבהאבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 221
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:12 am
Location: kiryas joil
x 285

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נייעס ליבהאבער »

סאטמאר מהר"א: היי יעריגער מעמד הדלקה רבתי פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין לאנדאן אויסגעשטיגן צו גרעסטע מעמד הדלקה איבער גאנץ אייראפע
באריכט/בילדער
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:24 am
נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:59 pm

פששיהא. די פאנדרעיזינג טאר שוין אויך נישט גיין פאר קהל'ס בודזשעט.

איך פארשטיי גוט?

און בנוגע די וואס פרעגן אויף די נומערן, וויל איך וויסן וויפיל זייער גראסערי ארדער קאסט א חודש. איך האב מורא אז זיי ווייסן נישט.

ווי זאגט מאיר מרדכי בערקאוויטש? דער אינגערמאן וואס ביים אויסשטעלן א סעקאשן 8 אפליקעישן דארף ער הילף פון גוטע אידן, האט אבער ארויס די הוצאות והכנסות פון די מוסדות און קהלה און ביהמ"ד ממש ווי אויפן צונג...
אינטערסאנט וויאזוי דיין קאפ ארבעט

בלויז נעכטן האסטו נאך געענטפערט אז מען מוז, צוקומען צו נעמען די גרויסע סכומים זיצן געלט, ווייל מען מוז פשוט אפצאלן די יום טוב, איי אפשר קען מען פאנדרעיזן, נו מען פאנדרעיזט טאקע וויפיל מען קען אבער אעפ"כ מוז מען צוקומען צו די געלט

היינט ווען עס איז אויפגעוויזן געווארן מדבריך, אז פון די זיצן אליין בלייבט שוין ריזיגע סכומים ריווח, בנוסף לזה איז דא פאנדרעיזינג אויך, גיבסטו אזא דריי ארום דעם דאטשיק, מיט א פני תם, צו דען מעג דען נישט קהל מאכן ריווח פון זייער פאנדרעיזינג????

בקיצור, איך מיין די נושא איז קלאר, יעדער פארגינט פאר קהל צו מאכן פון שבועות, 10 מיליאן דאלאר, נאר מאכן א אינגערמאן זאל דריי באזונדערע מאל דארפן דינגען א זיץ אן קיין שום סיבה דאס האט נישט קיין פשט, אויב ביסטו אזא איינער וואס זיכט צו זיין אויפריכטיג וואלסטו שוין לאאאאנג מודה געווען דערויף.

עס דארף זיין א נארמאלע סכום וואס קאסט צו דינגען א זיץ אויפן יאר, מען דינגט איינמאל און פארטיג, און נישט דריי מאל בלויז ווייל ער וויל יא דאווענען אין גרויסן בהמ"ד.
בררררררררררררררררר.

בררררררררררררררררררררררררררר.

דער אינגערמאן שטויסט. טריצט. שלאגט. שרייט. איך האב מורא באלד גייט הענט! @נפתלי בארואיגט אייך, איר מעגט אראפקומען פון בוים, ס'איז נישט די ערשטע מאל איר באשולדיגט מענטשן פארן "חטא" פון שוויצן פאר אייך! און איר האט זיך נאכאמאל טועה געווען! ס'איז גארנישט.

איך האב קיינמאל נישט דן געווען צו די הוצאות פון יו"ט זעלבסט דארפן אנקומען סיי צו די פאנדרעיזינג און סיי צו די זיצן. קענסט עס אויסשטעלן וויאזוי דו ווילסט. קענסט זאגן אז די פאנדרעיזינג גייט פאר יו"ט און אנשטאט דעם גייט א חלק זיצן געלט פאר הוצאות ביהמ"ד זעלבסט, און קענסט זאגן פארקערט, אז די פאנדרעיזינג גייט פאר די אנדערע הוצאות און די זיצן געלט גייט פאר יו"ט.

כ'האב ס"ה געזאגט אז דיין עצה פון "זאל קהל שאפן נדבנים" דאס ווערט שוין געטון, סוי בעפאר דו גיבסט א צווייטע עצה, זענען די רשעים צוריק צדיקים.

אבער נפתלי טייערער, וואס טוט זיך מיט דיינע רייע באשולדיגונגען און פאקטן וואס זענען למעשה פשוט'ע דמיונות, און דו נעמסט נישט די מי צו מודה זיין אז האסט זיך טועה געווען?

1) די זיצן ברענגען א מיליאן - נישט אמת, אביסל מער ווי האלב דערפון

2) פשוט'ע מענטשן דינגען 5 זיצן - נישט אמת, כמעט נישטא אזאנס, זיכער נישט ארימעלייט

3) ס'קאסט פאר א ארימאן $3000 צו דינגען 5 זיצן - נישט אמת, ער קען דינגען פאר אזוי ביליג ווי $100 א זיץ

4) די נדבנים פון די סטעידזשעס האב געגעבן $250,000 (אויב דו ביסט געווען דער שרייבער) - נישט אמת, אלע אינאיינעם האבן געגעבן בלויז $50,000

5) ס'איז דא א עצה צו שאפן נדבנים - נישט אמת, מען שאפט דאך עניוועי די מאקסימום

6) זאל מען בעטן מער מעמבערשיפ פון אלע מעמבערס - נארישע ענטפער, @נפתלי וואלט איבערגעקערט א וועלט דערויף

7) די זיצן זענען ביטער טייער - נישט אמת, אין ערגעץ איז נישט ביליגער

דארפסט נאך? ביטע קום ארויף זאגן "טעיתי" בעפאר איך דארף דיר נאכאמאל ענטפערן אויף פרישע היץ.
איך מיין אז איך האב שוין בערך 15 מאל זיך קלארגעשטעלט אויף די זאכן וואס דו שרייבסט, א טייל דערפון האסטו פאדרייט בכוונה, און אפילו נאך אומאויפהערליך עס אפלייקענען שרייבסטו עס איבער מיט א פרישקייט ממילא וועל איך בלויז איבער שרייבן די 7 פונקטן און אויף א טייל דיך איבערפרעגן וכדומה

קודם וועל איך ציטירן פון דיינע ווערטער בעבר
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:13 pm איך בין מסכים מיט דיין ווייטאגן, כאטש איך קען נישט די מציאות אין אנדערע פלעצער, און ס'קען געהעריג זיין אז ס'איז נישט אזוי ווי דו מיינסט...

אבער דער שורה איז אין מיינע אויגן זייער נאריש.

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס גרינגע געלט, און מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!

האלטסט עכט אז מ'רעדט דא פון 'פארדינען' געלט? דו ווילסט אפשר קאווערן א שבועות?
דעמאלטס האסטו נאך פראבירט פארטושן אז קוים וואס עס קאווערט זיך....

יעצט צו דיינע פונקטן

1) האב איך נישט 5 מאל דיך צוגעצייכענט אז מיין נומבער פון זיצן איז 550.000 לויט די קלענסטע חשבון, איך האב נאר נאכגעזאגט פון א צווייטן וואס האט אויסגערעכנט די פרייזן אז עס איז בערך א מיליאן??? און נישט גענומען קיין אחריות דערויף, און עס בכלל נישט געניצט אינעם חשבון!

2) איך האב קיינמאל נישט געשריבן פון 5 זיצן איך האב געשריבן 5 קינדער צאמגעשטופט אויף 4 זיצן, וויפיל מענטשן האסטו געפרעגט פאר דו שרייבסט דיינע נומערן??

3) וויפיל זיצן איז בכלל דא עוועליבעל פאר 100 דאלאר? האסטו געמאכט די מינומום ריסערטש? איז דא מער ווי 100 אזאלכע זיצן??? און והשנית ווי זענען די זיצן, אין בעק פון חדר קילא, ווי מען קען גארנישט מיטהאלטן, און אז ער וויל דאווענען נארמאל צווישן ציבור, דארף ער שוין צאלן אין די וועלט אריין ????

4) איך האב גארנישט געשריבן איבער נדבנים פאר סטעיזשעס

5) וואס שרייבסטו דא? פון דיינע אייגענע נומבערס גייט בלייבן בערך 200 אלפים בלויז פון די זיצן אליין נאך פאר נדבנים..... מיט נדבנים אפשר דאפעלט, אדער מער....

6) די וואס דינגען נישט קיין זיצן זאלן צאלן מער מעמבערשיפ און די וואס דינגען יא, זאלן צאלן ווייניגער, היות די מציאות, אז מען ניצט אויס די פאקט פון דינגען זיצן צו דעקן קהל'ס יערליכע בוזשעט, פון חדשי טבת ושבט, פארוואס דארפן די וואס דינגען זיצן נעמען די חלק ארי, און די שיינע אידן פון אינמיטן בהמ"ד דארפן גארנישט צאלן???

וואלט עס געווען הוצאות החג החרשתי, אבער עס איז דאך נישט אזוי!!

7) האסט מיר נאך א פלאץ אין די וועלט ווי מען דינגט זיצן דריי מאל א יאר????

ביטע זיי מודה על האמת, אויף די פאקט אליין, אז פון דינגען די זיצן געלט, פון דעם אליין בלייבט שוין א ריזיגע ריווח פאר קהל, פאר די יערליכע הוצאות, און דאס איז נאך פאר נדבנים געלט, זיי ביטע קלאר און דייטליך מודה אויף דעם, ביפאר די ענטפערסט מיך סיי וואס

אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מחדש »

@נפתלי דו ווייסט וויפיל עס קאסט א זיץ פאר ראש השנה אין וויזניץ ביהמי"ד אין בני ברק?!

פרעג זיך נאך ביטע.
אוועיטער
גרינגראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 256

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גרינגראז »

מחדש האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:53 pm @נפתלי דו ווייסט וויפיל עס קאסט א זיץ פאר ראש השנה אין וויזניץ ביהמי"ד אין בני ברק?!

פרעג זיך נאך ביטע.
און @מחדש דו ווייס וויפיל עס קאסט אין סקווירא???

פרעג דיר נאך ביטע.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

גרינגראז האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:58 pm
מחדש האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:53 pm @נפתלי דו ווייסט וויפיל עס קאסט א זיץ פאר ראש השנה אין וויזניץ ביהמי"ד אין בני ברק?!

פרעג זיך נאך ביטע.
און @מחדש דו ווייס וויפיל עס קאסט אין סקווירא???

פרעג דיר נאך ביטע.
אין סקווירא קאסט נישט קיין געלט צו דינגען קיין זיץ!!!
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מחדש »

גרינגראז האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:58 pm
מחדש האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:53 pm @נפתלי דו ווייסט וויפיל עס קאסט א זיץ פאר ראש השנה אין וויזניץ ביהמי"ד אין בני ברק?!

פרעג זיך נאך ביטע.
און @מחדש דו ווייס וויפיל עס קאסט אין סקווירא???

פרעג דיר נאך ביטע.
ריכטיג! און אין גור גייט מען מיט ארויפגעדרייטע הויזן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9976

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pm
► Show Spoiler
איך מיין אז איך האב שוין בערך 15 מאל זיך קלארגעשטעלט אויף די זאכן וואס דו שרייבסט, א טייל דערפון האסטו פאדרייט בכוונה, און אפילו נאך אומאויפהערליך עס אפלייקענען שרייבסטו עס איבער מיט א פרישקייט ממילא וועל איך בלויז איבער שרייבן די 7 פונקטן און אויף א טייל דיך איבערפרעגן וכדומה

קודם וועל איך ציטירן פון דיינע ווערטער בעבר
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:13 pm איך בין מסכים מיט דיין ווייטאגן, כאטש איך קען נישט די מציאות אין אנדערע פלעצער, און ס'קען געהעריג זיין אז ס'איז נישט אזוי ווי דו מיינסט...

אבער דער שורה איז אין מיינע אויגן זייער נאריש.

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס גרינגע געלט, און מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!

האלטסט עכט אז מ'רעדט דא פון 'פארדינען' געלט? דו ווילסט אפשר קאווערן א שבועות?
דעמאלטס האסטו נאך פראבירט פארטושן אז קוים וואס עס קאווערט זיך....

און... דער אינגעמראן גיבט נישט אויף. ס'דא ב"ה העלדן ביי כלל ישראל! זיי לאזן זיך נישט. פאר זיי קען מען נישט פארקויפן קיין תורת לאקשן (פאקטן). זיי קעמפן עד הסוף פאר'ן... דמיון.

האסט באשולדיגט קהל אין רייסן ארכי טייערע זיצן געלט לייק נעווער, כדי צו פארדינען "גרינגע געלט". וכך דבריך:

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm יא, איך ווייס אז פאר קהל איז דאס גרינגע געלט, און מען זעט די געלט פאר די אויגן און די פארלאנג איז גרויס און אז איך וועל נישט דינגען, וועט עס א צווייטער דינגען אבער עס איז נישט קיין יושר!!
פשוט. קהל האט א נסיון הממון, נסיון העושר, זיי זעען "גרינג געלט פאר די אויגן", און זיי קענען נישט ביישטיין די נסיון!

האט מען דיר געענטפערט אז קהל האט נישט קיין נסיון הממון צו פארדינען רווחים, גרינג געלט, נאר זיי דארפן קאווערן, און די זיצן געלט גייט פאר די הוצאות היו"ט וואס איז גאר הויעך אדאנק אלעס וואס מען שטעלט ב"ה צו.

ווידער האט דיין באשולדיגונג געזאגט אז ס'קאסט $3000 פאר א "עוורידזש איד".
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm א עווריטש אינגערמאן וואס האט 5 קינדער און איז גרייט אפילו זיך צאמצושטופן, צאלט און עווריטש $3000 דאלאר א יאר פאר זיצן!!!
האט מען דיר אויפגעוויזן אז ס'איז שקר, זייער ווייניג אידן דארפן דינגען אזויפיל זיצן, און ווער יא קען באקומען זיצן אנגעהויבן פון אזוי ביליג ווי $100.

און לגבי דיין טענה אז ס'ברענגט אריין א מינימום פון 1.5 מיליאן:
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:00 pm די חשבון וואס קומט אריין פון די זיצן איז כאטשיג א מיליאן א האלב במשך די יאר אדער פיל מער, און דאס אלעס אויסגעהארעוועטע געלטער פון אינגעלייט וואס פארמאגן דאס נישט!!
האט מען דיר געוויזן אז אפילו שבועות, ווען ס'איז דא די מערסטע זיצן שייך, קומט אריין נאר 600,000. דאס מיינט לכאורה אז אלע ימים טובים צוזאמען איז נישט קיין מיליאן.

אבער דו האסט נישט נאכגעלאזט. די פרייזן זענען אומדעהערט. כאילו האסט נישט געהערט די אויפווייז אז נישט.
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 10:07 pm פארוואס ניצן אינגעלייט וואס ווילן פשוט דאווענען מיטן רבין און זיי מאכן צאלן אויפגעשרויפטע פרייזן פאר זיצן???

וואס האט נעמען א זיץ מיט באצאלן דיינים אדער אנדערע אויסגאבן פון קהל איבער די יאר???

האט מען דיר געענטפערט סיי אז די יו"ט אליינס קאסט גענוג אסאך, און סיי אז דו האסט נישט קיין אנדערע עצה פון וואו זיך צו קאווערן, און זיצן געלט איז א נארמאלע אנגענומענע זאך.

ביסטו געקומען מיט 2 טענות אין איין שורה. טענה 1:
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:05 pm קיין איין פלאץ אין די וועלט בעט נישט די געלטער

א זאך וואס מ'האט דיר געענטפערט זאלסט ברענגען פרייזן פון אנדערע פלעצער, און האסט נישט געהערט ווי מען ענטפערט. והי' כלא הי'.

טענה 2:
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:05 pm און מען קען זיך א עצה געבן, אוודאי איז עס גרינגער צו נעמען שטייער אבער קיין יושר!
האט מען געפרעגט וואס ס'מיינט זיך א עצה געבן. דיינע ווערטער זענען געווען:
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 5:08 pm עס איז דא גענוג וועגן וויאזוי צו זאמלען נאך געלט
האט מען דיר געענטפערט אז אויב דו מיינסט פאנדרעיזן, דאס טוט מען שוין.

האסטו געזאגט אז מ'דארף טרעפן א וועג אז יעדער זאל עס צאלן, נישט נאר די וואס דארפן זיצן:

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 5:34 pm עס מוז באצאלט ווערן דורך יעדע איד וואס הנאה פון די שבועות, צו גלייך, + פאנדרעיזן ווי ווייט מעגליך, נישט ארויספרעסן פון א חלק קהלה, אזויפיל געלט שלא ביושר.

האב איך דיר געבעטן זאלסט געבן דיין עצה:
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:11 pm וואלטסט געקענט זאגן אין "איין שורה", "איין עצה", וואס ווען דו וואלטסט געווען ראה"ק וואלטסטו אזוי געטון, און דאס וואלט אלעס געשטעלט אין פלאץ?

סתם שרייבן "מ'קען זיכער טרעפן בלא בלא", און "דו פארענטפערסט אלעס", פון דעם ווערט קיינער נישט געהאלפן.

און אנשטאט ענטפערן אפילו אויף איינס, אדער זאגן טעיתי, ביסטו יעצט געקומען מיט חוזר חזרה כזה:

נפתלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:47 pm יעצט צו דיינע פונקטן

1) האב איך נישט 5 מאל דיך צוגעצייכענט אז מיין נומבער פון זיצן איז 550.000 לויט די קלענסטע חשבון, איך האב נאר נאכגעזאגט פון א צווייטן וואס האט אויסגערעכנט די פרייזן אז עס איז בערך א מיליאן??? און נישט גענומען קיין אחריות דערויף, און עס בכלל נישט געניצט אינעם חשבון!

2) איך האב קיינמאל נישט געשריבן פון 5 זיצן איך האב געשריבן 5 קינדער צאמגעשטופט אויף 4 זיצן, וויפיל מענטשן האסטו געפרעגט פאר דו שרייבסט דיינע נומערן??

3) וויפיל זיצן איז בכלל דא עוועליבעל פאר 100 דאלאר? האסטו געמאכט די מינומום ריסערטש? איז דא מער ווי 100 אזאלכע זיצן??? און והשנית ווי זענען די זיצן, אין בעק פון חדר קילא, ווי מען קען גארנישט מיטהאלטן, און אז ער וויל דאווענען נארמאל צווישן ציבור, דארף ער שוין צאלן אין די וועלט אריין ????

4) איך האב גארנישט געשריבן איבער נדבנים פאר סטעיזשעס

5) וואס שרייבסטו דא? פון דיינע אייגענע נומבערס גייט בלייבן בערך 200 אלפים בלויז פון די זיצן אליין נאך פאר נדבנים..... מיט נדבנים אפשר דאפעלט, אדער מער....

6) די וואס דינגען נישט קיין זיצן זאלן צאלן מער מעמבערשיפ און די וואס דינגען יא, זאלן צאלן ווייניגער, היות די מציאות, אז מען ניצט אויס די פאקט פון דינגען זיצן צו דעקן קהל'ס יערליכע בוזשעט, פון חדשי טבת ושבט, פארוואס דארפן די וואס דינגען זיצן נעמען די חלק ארי, און די שיינע אידן פון אינמיטן בהמ"ד דארפן גארנישט צאלן???

וואלט עס געווען הוצאות החג החרשתי, אבער עס איז דאך נישט אזוי!!

7) האסט מיר נאך א פלאץ אין די וועלט ווי מען דינגט זיצן דריי מאל א יאר????

ביטע זיי מודה על האמת, אויף די פאקט אליין, אז פון דינגען די זיצן געלט, פון דעם אליין בלייבט שוין א ריזיגע ריווח פאר קהל, פאר די יערליכע הוצאות, און דאס איז נאך פאר נדבנים געלט, זיי ביטע קלאר און דייטליך מודה אויף דעם, ביפאר די ענטפערסט מיך סיי וואס

אז נישט וועל איך מיך בלי נדר נישט באפאסן צו קיין שום מעסיזש פון דיר אויף די נושא ווייל דו דאס ווייזט איבער אז דו ביסט נישט קיין מבקש האמת.
דו כאפסט אז יעדעס ווארט דא איז פשוט כ'העצער שב אל קיאו?

איך האב נישט קיין שום אינטערעסע אז קהל זאל מאכן געלט. אדער אז קהל זאל קענען בעטן טייער פאר זיצן, מצדי זאל קהל האבן פרעשור אז:
דער עולם איז אנגעשטרענגט און מען בעט קהל זיך צו רעכענען און צושטעלן זיצן פאר נאך ביליגער.

אבער ווען מ'קומט מיט קינדישע נומערן און זינלאזע עצות, און נאך מיט די פולסטע קענפעדענס אז "דאס איז עס ואין להשיב", איז עס פאר מיר א טריגער צו ענטפערן. מיט שקר קומט מען נישט אן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10993

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נייעס ליבהאבער האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:32 pm סאטמאר מהר"א: היי יעריגער מעמד הדלקה רבתי פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין לאנדאן אויסגעשטיגן צו גרעסטע מעמד הדלקה איבער גאנץ אייראפע
באריכט/בילדער
דאס קוקט אויס צו זיין א שטיקל ליצנות... אויף די בילדער זעהט מען פופצן אהאלב אידן...

איז דא בכלל נאך הדלקות אין אייראפע?
שרייב פאוסט