רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך מירון »

רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל איז געבוירן אין שטאט טשערנאביל צו זיין פאטער דער הייליגער בעל מאור עינים - רבי מנחם נחום פון טשערנאביל ז"ל און צו זיין מוטער די צדיקת שרה ע"ה.

אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז ער א חתן געווארן מיט די צדיקת חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג אדער תקמ"ד. מיט זיין ערשטע רעבעצין האט ער געהאט דריי גרויסע זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז נפטר געווארן האט ער חתונה געהאט בזיווג שני צו די צדיקת פייגא, א טאכטער פון די גדולי תלמידי הבעש"ט רבי דוד לייקעס ז"ל, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.

ער האט גערופן זיינע 7 פון זיינע 8 קינדער אויף די נעמען פון די שבעה רועים, חוץ איינס אנשטאט יוסף האט האט גערופן יוחנן [רבי יוחנן מרחמעסריווקא], ער האט געזאגט יוחנן זו יוסף און אויך ווייל זיין שווער גייט הייסן יוסף!

ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט פון אירע בירגער אז זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאמיליע-נאמען - לעצטע נאמען, האָט ער אויסגעקליבן דעם נאָמען "טווערסקי" נאך דער שטאָט טבריא, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל.

נאך די פטירה פון זיין פאטער דער הייליגער בעל מאור עינים אין יאר תקנ"ח לפ"ק, האט אים רבי מאטעלע ממלא מקום געווען אין טשערנאביל. רבי מאטעלע האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין. דער הייליגער שר שלום פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מאטעלע. ווען רבי מאטעלע האט נאך געלעבט, האט שוין דער הייליגער רוזשינער א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מאטעלע, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.

אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס

אינעם ספר "ליקוטי תורה", איז געדרוקט דברי חסידות, הערליכע רעיונות און דברי התעוררת פון רבי מאטעלע. ער איז אוועק אין אנאטיווקא, נעבן קיעוו. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דעם דארף, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך מירון »

מעשה: דער טשערנאבילער מגיד איז אמאל געקומען אויף שבת אין מתנגד’ישע שטאט. דער מגיד פלעגט זיך פירן צו דאווענען תפילת שחרית אינדערהיים מיט זיינע מקורבים און צו קריאת התורה איז ער געגאנגען דאווענען אין דעם שטאטס שוהל. ער פלעגט זיך אויך פירן מידי שבת בשבתו צו דאווענען מוסף פארן עמוד, און ווי די מנהג חסידים האט ער געדאווענט נוסח ספרד, און געזאגט כתר מיט אימה און פחד.

ווען דער מגיד איז אנגעקומען צום מתנגד’ישע שוהל שבת אינדערפרי איז געווארן א גערודער, ווייל זיי האבן געוואוסט פונעם מנהג אז ער דאוונעט יעדע וואך פארן עמוד און זאגט "כתר" בקול רעש גדול.

חוץ פון דעם וואס די מתנגדים זענען געווען ברוגז אויף דעם וואס חסידים האבן משנה געווען פון נוסח אשכנז צו נוסח ספרד, זענען זיי באזונדער שטארק ברוגז געווען אויף קדושת כתר צוליב דעם ווייל ס'איז ע"פ קבלה. נישט פון לאנג פריער איז געווען דער כת ש"ץ, וואס אלע זייערע שייגץ שטיקן פלעגן זיי זיך פארעענפערן אז ס'איז ע"פ קבלה, ממילא איז יעדע זאך וואס חסידים האבן געטוען ע"פ קבלה געווען שטרענג פארבאטן ביי די אין מתנגדים.

עטליכע בני הקהלה זענען צוגעגאנגען צום מרא דאתרא, אז דער מגיד וויל צוגיין צום עמוד און דאוונען מוסף נוסח ספרד מיט א כתר. דער מרא דאתרא אן איש קדוש, האט געהאט א מנהג אז ער פלעגט האבן א תענית דיבור יעדן שבת קודש ממילא האט ער זיי גארנישט געענטפערט. האבן זיי געפרעגט, קען מען אפהאלטן דעם מגיד פון צוגיין צום עמוד? האט געשאקלט מיטן קאפ א, יא.

זענען די בני הקהלה צוגעגאנגען צום מגיד און געזאגט אז דער דער מרא דאתרא האט באפוילן ער זאל "נישט" זאגן "כתר". האט דער מגיד זיי געענטפערט איך הער, אבער דער 'מרא דכולי עלמא' האט געהייסן זאגן "כתר" און ער איז צוגעגאנגען צו עמוד און געזאגט "כתר" כדרכו בקודש.

מוצאי שבת זענען אריין עטליכע בני הקהלה צום רב און געזאגט אז מ'דארף אראפרופן דעם מגיד און אים פארהערן צו זען אויב ער איז א ת"ח און טאמער נישט דארף מען אים שטארק מעניש זיין. דער רב האט אבער נישט מסכים געווען און געזאגט אז ער האט א מדרש וואס איז אים שוין שווער פאר 40 יאר און טאמער ער קען דאס פארענפערן איז ער אן אדם גדול.

מ’האט אנגעפרענגט דעם מדרש, און דער מגיד האט געענטפערט א נפלא’דיגער תירוץ [בדרך אגב איז געדרוקט דער מדרש מיט די תירוץ נפלא פונעם מגיד] . דער רב איז ארויס פון התפעלות און זיך אנגערופן פאר די בני הקהילה, ער איז נאך גרעסער פון מיר.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש
פיילס
אוהל אנאטייווקא.png
אוהל אנאטייווקא.png (398.47 KiB) געזען געווארן 303 מאל
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 649

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך איטשע »

עס זענען דא יודן היי יאר ביים ציון הקדוש?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געווען א גאון עולם בתורה ועבודת השם, א איש קדוש וטהור מאוד און א עובד השם באש קודש נפלא, צדיקים האבן מעיד געווען אז דער מגיד מטשערנאביל זי"ע האט רוב פון זיין לעבן זיך נישט געדרייט אויף די וועלט, דער צדיק האט אין זיין לעבן גאר אסאך תיקונים נפלאים מתקן געווען אין זיין שטאט און אלע ארומיגע שטעט, ער איז געווען א בעל מופת עצום און א גאר גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, אויך איז דער צדיק געווען דער מגיד מישרים ורבים השיב מעון, ער האט מיט זיין כוח האמת און זיין כח הקדושה אריין געברענגט אמונה פשוטה אין זיינע חסידים, צדיקים האבן אויף אים געזאגט אז ער איז געווען אין די בחינה פון "צדיק יסוד עולם.

ער איז ארומגעפארן פון שטאט צו שטאט און עוסק געווען אין תיקון נשמות, אויך האט ער מפרנס געווען די ל"ו צדיקים נסתרים צוזאמען מיט הרה"ק רבי לייב שרה'ס זי"ע, דער מגיד האט אמאל פארציילט אז זייענדיג אויף קברי צדיקים אין שטאט אניפולי האט ער געשפירט א ריח גן עדן,

עס איז באקאנט אז צדיקי הדור האבן מעיד געווען, אז דער צדיק וקדוש רבי מרדכי דער מגיד מטשערנאביל זי"ע, איז געווען פון די גרעסטע בעל צדקה פון כלל ישראל, דער צדיק פלעגט כסדר ארום גיין נאך געלט פאר ארימעלייט און צדקה צוועקן, אויך האט ער פון די געלט מפרנס געווען די צדיקים נסתרים און די ל"ו צדיקים, ער פלעגט קענען בעטן גרויסע סכומים פון אידן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין פאר א ישועה, און אידן האבן געזען גרויסע ישועות חוץ לדרך הטבע דורך א ברכה פונעם הייליגען צדיק,

טויזנטער חסידים זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו, אויך איז ער געווען די מגיד מישרים אין שטאט, אויך אלע שטעט ארום האבן דעם צדיק גערופען רעדן,

ער האט געהאט הייליגע תלמידים.
הרה"ק רבי ישראל דב בער מווילעדניק זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם דוב מאווריטש בעל הבת עין זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל יוסף גינזברג מהורודוק זי"ע,



עס איז געווען מרגלא בפומיה פון הרה"ק המגיד מטשרנוביל זי"ע די ווערטער, "איך בין מאמין באמונה שלימה, אז ביז משיח'ס טאג, אז א איד וועט נאך געבן א אמתע קרעכץ פאר'ן אייבערשטן, איז דאס נאר אין כח פון בעש"ט הקדוש זי"ע,

הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע האט געזאגט, "דער טשערנאבלער מגיד, איז געווען דער רבי איבער אלע רבי'ס אין רוסלאנד", הרה"ק רבי שמואל מקאמינקא זי"ע האט געזאגט, "דער טשערנאבלער מגיד, איז דער "צדיק יסוד עולם",

הרה"ק רבי אברהם מטריסק זי"ע דער זון פונעם טשערנאבלער מגיד, שרייבט אין זיין ספר "מגן אברהם", אז זיין טאטע דער טשערנאבלער מגיד האט אזוי אויסגעלייטערט און דערהויבן זיין גוף, אז זיין גוף איז געווען אזוי הייליג ווי א נשמה, און זיין נשמה איז גאר געווארן א "נשמה לנשמה" וואס דאס איז גאר א הויעכע מדריגה, און אויף דעם האט הרה"ק מרוזין זי"ע געזאגט, אסאך צדיקים האבן זיך געבענטשט און געגלוסט זוכה צו זיין אז זייער נשמה, זאל זיין כאטש אזוי אויסגעלייטערט ווי די הייליגע גוף פונעם טשערנאבילער מגיד!,

הרה"ק מרוזין זי"ע, האט געגעבן א נאמען פאר זיין זון "מרדכי" פייוויש, נאך זיין פעטער דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זי"ע, ווען דער טשערנאבלער מגיד האט נאך געלעבט, זאגענדיג, דער עולם וואונדערט זיך אז איך האב געגעבן א נאמען נאכ'ן פעטער, זיי ווייסן נישט אז דער פעטער איז שוין אסאך יארן נישט אויף דעם עולם,

י"א חשון תקנ"ח ווען די טאטע הרה"ק רבי מנחם נחום זי"ע איז נסתלק געווארן האט ער ממלא מקום געווען אויפן טאטע'ס פלאץ אין טשערנאביל, הונדערטער און טויזענטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש און מיט האלטן זיין הייליגע עבודה,

הרה"ק מרוזין זי"ע וואס דער הייליגער טשערנאבלער מגיד איז געווען זיין פעטער, האט געזאגט אז די נאמען פונעם רבין "מרדכי" איז נטריקון מ'גלה ר'זין ד'אורייתא כ'בר י'וחאי,

צדיקי הדור האבן גערופן דעם טשערנאבלער מגיד "דער בעל הבית פון די וועלט", ווייל ער האט געהאט א כח מבטל צו זיין וועלכע גזירה ער האט געוואלט, כמו רבי שמעון, און מען דערציילט, אז ווען דער תלמיד דער הייליגער צדיק דער בת עין מאווריטש זי"ע איז ארויף קיין ארץ ישראל, האט אים זיין רבי דער מגיד געבעטן, אז ער זאל ארויף גיין צום ציון פון רבן שמעון בר יוחאי זי"ע, און זאל איינרייסן, אז ער זאל שוין פויעלען די גאולה שלימה בקרוב, ווייל מיר האלטן דאס שוין נישט אויס,

ער האט איבער געלאזט הייליגע קינדער.

*מזיווג ראשון,*
הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זי"ע,
הרה"ק רבי משה מקוריסטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע,
בתו, הצדקת מרת מלכה ע"ה, אשת הרה"ק רבי יחיאל מיכל מדרוהוביטש זי"ע,
*מזיווג שני,*
הרה"ק רבי מנחם נחום ממקארוב זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם מטריסק בעל מגן אברהם זי"ע,
הרה"ק רבי דוד מטאלנא זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע,
הרה"ק רבי יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע,
בתו, הצדקת מרת חנה חיה ע"ה, אשת הרה"ק רבי דוד הורודצקי זי"ע,
בתו, הצדקת מרת שיינדל ע"ה, אשת הרה"ק רבי דב בער פריעדמאן מליווא זי"ע,

זיינע דברי תורה איז געדריקט אונעם ספר ליקוטי תורה, וואס אויף דעם ספר האט הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע געזאגט בזה"ל "וספר החדש נמצא כעת מהקדוש מטשערנאביל מוה" מרדכי, הדבק בו, כי הוא כולו קודש קדשים צחצחות",

הרה"ק רבי אברהם מטריסק זי"ע האט פארציילט אז זיין טאטע דער מגיד מטשערנאביל זי"ע האט פאר זיין פטירה אויפגעהויבן זיינע צען פינגער'ס און געזאגט, רבוש"ע איך האב נישט הנאה געהאט פון די וועלט אפילו באצבע קטנה, און נישט געטון קיין שום עבירות, חוץ איין עבירה האב איך געטון "אז איך האב נישט גענוג געריסן געלט פאר צדקה ביי אידן",

נסתלק לגנזי מרומים ל"ה בעומר כ' אייר בשנת תקצ"ז, ער איז געווען אויפן וועג קיין קיוב לצורך רפואה, אבער אויפן וועג איז ער נסתלק געווארן, מען האט אים באערדיגט אונעם שטאט אנאטיווקא, אויפן פלאץ וואס ער האט נאך אויס געקליבען בחיים חיותו, אויף א בארג,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך ניקל »

אין טשערנאביל איז געווען א תלמיד חכם א ירא שמים, אבער ער איז נישט געווען קיין חסיד און קיינמאל נישט געקומען צום מגיד מטשערנאביל, איין אחרון של פסח האט דעם איד געכאפט א חשק צו גיין צום טיש פונעם מגיד,

גלייך ווען דער איד איז אריינגעקומען, האט דער מגיד געזאגט פאר דעם תלמיד חכם, אז ער ברויך מקבל זיין אויף זיך א תשובה, ווייל ער איז נכשל געווארן מיט חמץ און פסח, דער איד האט זיך זייער דערשראקען פון וואס דער רבי האט אים געזאגט, ווייל דער איד האט זיך דאך געפירט מיט גרויסע חומרות פאר פסח זייענדיג א גאר ערליכער איד און א ירא השם,

דער איד איז אהיים געקומען און אנגעהויבן איבער קוקען ווי עס איז דא חמץ ביי אים אין שטוב, אבער ער האט גארנישט געטראפן, אבער פלוצלונג גייט ער צו צי דעם פאס וואסער וואס מען האט צוגעגערייט אויף פסח און דערזעהט א שטיק ברויט אין די וואסער,

דער איד איז געווארן זייער צובראכן און ער איז צוריק צום מגיד אין געבעטן אז דער מגיד זאל אים מסדר זיין א דרך פון תשובה, אבער ער האט געפרעגט דעם מגיד, אז אויב די רבי זעהט אלעס, פארוואס האט די רבי אים נישט געזאגט פאר פסח דערוועגן, און ער וואלט אים געקענט ראטעווען פון נכשל ווערן מיט חמץ בפסח,

האט דער מגיד געזאגט פאר דעם איד, זיי מיך נישט חושד ח"ו, איך האב דאס נישט געזען ביז די ביסט אריין געקומען צו מיר אין ביהמ"ד, אבער אזוי ווי די ביסט אריין געקומען צו מיר אין ביהמ"ד, האב איך גלייך מרגיש געווען דעם מכשל אויף דיר און דערפאר האב איך דיך מעורר געווען.

איינמאל איז דער מגיד זי"ע געווען ביי זיין שולחן הטהור, איז דארט געזעצן א פשוטע איד, און דער איד האט געגעבן א קרעכץ מעומק הלב צום באשעפער, ווען דער מגיד מטשערנאביל האט דאס געהערט האט ער געזאגט, בזה"ל, "מי שאינו מאמין, שכשאיש יהודי נאנח ועושה תשובה לפי ערכו מקבילו מיד הקב"ה, הרי הוא אפיקורס", א איד וואס גלייבט נישט, אז אויב א איד געט א אמתע קרעכטץ און טוט תשובה, איז דער גרויסער באשעפער דאס מקבל, דאן איז דער איד רח"ל אן אפיקורס,

הרה"ק מטשערנאביל זי"ע האט געהאט א מנהג צו זאגן גאנץ תהלים שבת קודש צופרי, אבער הרה"ק מרוזין זי"ע האט נישט מקפיד געווען אויף גאנץ תהלים נאר אפילו ווייניג, האט דער רוזינער זי"ע געפרעגט דעם מגיד, חז"ל זאגן דאך "טוב מעט בכוונה, מהרבות שלא בכוונה",

האט דער מגיד געזאגט די פשט אין די דברי חז"ל איז, אז דורך זאגן אסאך תהלים איז זיכער דא אביסל וואס איז מיט כוונה, און דאס מיינען די חכמים "טוב מעט בכוונה" דאס ביסל וואס ווערט יא געזאגט בכוונה, קומט "מהרבות שלא בכוונה" מיטן זאגן אסאך אפילו שלא בכוונה.

איינע פון די חסידים פונעם מגיד מטשערנאביל זי"ע איז געווען א גרויסע עושר, אבער דער איד האט ליידער נישט געקענט געבן קיין צדקה, וויפיל מען האט פראבירט צו בעטן דעם איד פאר צדקה האט נישט געהאלפן, איינמאל איז דער מגיד אריבער צו דעם איד און זיך פארשפארט מיט אים פאר א שטיק צייט, נאכדעם האט דער איד מחמת פחד אוועק געגעבן זיין גאנצע פארמעגן פארן מגיד,

אבער גלייך האט דער מגיד צוריק געגעבן דאס גאנצע פארמעגן פאר דעם איד, און געזאגט, וויסן זאלסטו אז דיין גאנצע פארמעגן איז געליגען ביים סט"א רח"ל, און דערפאר האסטו קיין צדקה נישט געקענט געבן, האב איך נישט געהאט קיין אנדערע עצה, נאר אז די זאלסט מיר געבן דאס גאנצע פארמעגן, און וויבאלד די פארמעגן איז אריבער אין מיין רשות איז דאס ארויס פונעם רשות פון דעם סט"א, און פון דאן האט דער עושר אנגעהויבן טיילען צדקה מיט א ברייטע האנט,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק ממונקאטש זי"ע האט פארציילט, אז און רוסלאנד האט מען איינמאל איינגעשפארט דעם מגיד אין תפיסה כדרך רוסלאנד, אלע פעילות וואס די חסידים האבן פראובירט האט נישט געהאלפן צו באפרייען דעם מגיד,

איין זאך וואס מען האט יא געפויעלט איז געווען אריינצוטראגן זיין טלית און תפילין, זיינע ספרים, עסן און טרינקען, אויך האט מען געלאזט אריינטראגען פארן מגיד געלט, כדי ער זאל קענען ווייטער פארטיילן די גרויסע געלטער וואס ער האט געגעבן פאר ארימעלייט און צובראכענע אידן, און די ארימעלייט פלעגן קומען צום פענסטער פונעם תפיסה און ער האט פון דארט געטיילט צדקה,

איינמאל איז א פרוי געקומען צום פענסטער, און ווען די רבי האט געוואלט ארויס געבן א סכום געלט, האט די פרוי געזאגט אז זי איז נישט געקומען פאר צדקה, נאר זי האט א שאלה צום רבין, ווי עס שטייט אין גמרא די מעשה פון די טאכטער פון נחוניא חופר שיחין וואס איז אריין געפאלן אין א קוואל פון וואסער,

איז מען געקומען צו רבי חנינא בן דוסא צו מזכיר זיין דעס קינד, און ער האט געזאגט צום באשעפער, ווי אזוי קען זיין אז דער איד וואס האט אזויפיל געטון צו גראבן קוועלער פאר די עולי רגלים, זאל זיינס א קינד ח"ו דערטראנקען ווערן אין איינע פון די קוועלער, און דאן איז געשען די נס אז עס איז צו איר געקומען א זקן און איר געראטעוועט פונעם קוואל, און ווי באקאנט איז דאס געווען אברהם אבינו ע"ה,

האט די פרוי ווייטער געזאגט, די טאטע פונעם רבין הרה"ק בעל מאור עינים זי"ע און אויך דער מגיד איז עוסק אזויפיל אין פדיון שבויים, ווי אזוי קען זיין אז דער מגיד זאל אליין אנקומען אין תפיסה, ווען די פרוי האט גענדיגט די שאלה איז זי נעלם געווארן, פארשטייט זיך אז נישט אסאך נאכדעם איז דער שר בית הסוהר אריין און באפרייט דעם מגיד פון תפיסה,

דער מגיד האט פארשטאנען אז די פרוי איז נישט געווען קיין דבר פשוט, האט ער מתפלל געווען און פארארבעט מעשים אז מען זאל אים מגלה זיין ווער דאס איז געווען, ביז מען האט אים טאקע מגלה געווען פון הימל אז דאס איז געווען "רחל אמנו" וואס איז אראפ געקומען מעלמא דקשוט כדי צו מעורר זיין רחמי שמים, און דורך די ווערטער פון רחל אמנו איז געקומען די ישועה און דער מגיד איז באפרייט געווארן.

עס איז באקאנט אז עס איז געווען א ויכוח צווישן הרה"ק המגיד מטשערנאביל זי"ע און הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, דער הייליגער חוזה האט געהאלטן אז אידישע קינדער ברויכן זיך פירען ערליך ברוחניות ווי עס דארף צו זיין, דאן וועט דער באשעפער משפיע זיין פרנסה און אלע ברכות,

אבער דער מגיד האט געזאגט אז אויב דער באשעפער וועט משפיע זיין פאר אידן אלע השפעות בגשמיות, דורך דעם וועלן זיך די אידן פירן ווי עס דארף צו זיין ברוחניות, סוף ימיו האט דער הייליגער חוזה זי"ע מודה געווען צום מגיד, און ער האט געשיקט א שליח צום מגיד און געזאגט אז ער זאל ווייטער בעטן פאר השפעות פאר כלל ישראל, און דורך דעם וועט זיך כלל ישראל פירן ווי עס דארף צו זיין ברוחניות.

איינמאל איז דער מגיד געקומען צו א שטאט און אסאך אידן זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט, איז דארט געשטאנען אין די זייט א אידל און געהאט א מחשבה, אז אויב איין צדיק קומט צו איין שטאט און נאר זיינע חסידים קומען ארויס איז דא אזא געשטיפעניש, וואס וועט זיין ווען משיח צדקינו וועט קומען און גאנץ כלל ישראל וועט אים גיין מקבל פנים זיין ווער ווייסט וואסערע שטיפעניש עס וועט זיין,

דער מגיד האט מרגיש געווען די מחשבה פון דעם אידל, און געלאזט רופען דעם איד און געזאגט, בזה"ל, "יונגערמאן וויסן זאלסטו אז ווען משיח צדקינו וועט קומען בקרוב וועט זיין א רווח גדול, ווייל יעדער וועט זיך באהאלטן און זיך שעמען צו קוקען אין פנים פון משיח צדקינו פון גרויס פחד, ווי עס שטייט, "וּבָאוּ בִּמְעָרוֹת צֻרִים וּבִמְחִלּוֹת עָפָר מִפְּנֵי פַּחַד ד' וּמֵהֲדַר גְּאוֹנוֹ בְּקוּמוֹ לַעֲרֹץ הָאָרֶץ".

צדיקים האבן געזאגט אז די קינדער פונעם מגיד מטשערנאביל זי"ע, זענען געווען קעגן די הייליגע האושפוזין,

אברהם = הרה"ק רבי אברהם המגיד מטריסק זי"ע,
יצחק = הרה"ק רבי איציקל מסקווירא זי"ע,
יעקב = הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע,
משה = הרה"ק רבי משה מקאריסטשוב זי"ע,
אהרן = הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זי"ע,
יוסף = הרה"ק רבי יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע (ווי דער תנא רבי יוחנן האט געזאגט "מזרעא דיוסף אנן", און אט דער צדיק האט געהייסן נאכן תנא ר' יוחנן),
דוד - הרה"ק רבי דוד'ל מטאלנא זי"ע,

און איין זון וואס האט געהייסן נאך זיין טאטן, הרה"ק רבי מנחם נחום מקארוב זי"ע, ווערט דערציילט, אז ווען דער זון איז געבוירן געווארן, האבן די תלמידים געמיינט אז זיכער וועט דער זון הייסן "יוסף" נאך יוסף הצדיק פון די אושפיזין אזוי ווי די אנדערע קינדער, אבער דער מגיד האט דעם קינד א נאמען געגעבן נאך זיין הייליגען טאטן דער מאור עיניים זי"ע,

שפעטער איז דער זון מנחם נחום געווארן א איידעם ביי הרה"ק רבי יוסף מטורטשין זי"ע, בן הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, האבן די תלמידים געזען די הייליגע אויגן פונעם מגיד, אז ער האט שוין דאן געזען, אז דער זון וועט ברויכן ווערן א איידעם ביי איינעם וואס וועט הייסן יוסף, און דערפאר האט ער דעם קינד נישט געריפן יוסף,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל זענען אידן פון א שטאט געקומען צום הייליגער מגיד מטשרנוביל זי"ע בעטן, אז די רבי זאל קומען מקדש זיין ביי זיי אין שטאט א נייע ביה"ח, וויבאלד אינעם אלטן ביה"ח איז שוין נישט דא קיין פלאץ, און מען ברויך דאך וויסן ווי אזוי צו מקדש זיין א נייע ביה"ח, און די אידן האבן געוואלט אז דער צדיק זאל מיטן מקדש זיין דעם ביה"ח, אויך באשיצן די אידן פון שטאט, אז מען זאל נישט ברויכן ניצן אזוי אפט דעם ביה"ח,

האט דער הייליגע מגיד געבעטן א גרויסע סומע פון די אידן, און נאר אזוי וועט ער קומען מקדש זיין דעם ביה"ח, אבער די אידן האבן נישט געוואלט געבן אזא גרויסע סכום, האט דער צדיק געבעטן אז מען זאל אים געבן דעם שליסל פונעם אלטן ביה"ח, און פאר א חודש צייט וואס דער שליסל איז געלעגן ביים צדיק, איז קיין איינער פונעם שטאט נישט נפטר געווארן,

נאך א חודש האט דער מגיד צוריק געשיקט פאר די שטאט מענטשן דעם שליסל, אבער די אידן וואס האבן געזען דעם גרויסן כח פונעם צדיק, אז נאר דורך האלטן דעם שליסל איז דער שטאט אפגעהיטן געווארן און קיינער איז נישט נפטר געווארן, האט מען גלייך באצאלט דעם סכום וואס דער צדיק האט געבעטן, נאר אז די רבי זאל ווייטער היטן אויפן שטאט,

ווערט דערציילט אז ווען הרה"ק רבי מרדכי המגיד מטשרנוביל זי"ע האט פארלוירען זיין זיווג ראשון הרבנית הצדקת מרת חיה שרה ע"ה, בת הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע, האט מען פארן מגיד אן געטראגען הרבנית הצדקת מרת פייגא ע"ה, בת הרה"ק רבי דוד לייקעס זי"ע, און די צדיקים בדורו האבן זייער געשטיפט דעם מגיד אז ער זאל דעם שידוך טון, דערפאר איז ער אריבער צום צדיק רבי דוד לייקעס זי"ע, און אנגעפרעגט לגבי דעם שידוך,

אבער דער צדיק וקדוש רבי דוד לייקעס זי"ע האט נישט גלייך מסכים געווען צום שידוך, דער מגיד האט געפרעגט דעם צדיק רבי דוד פארוואס ער איז נישט מסכים צום שידוך, ווייל אויב איז דאס וועגן פרנסה, נעמט ער זיך אינטער צו אויס האלטן די קינדער וואס די טאכטער האט שוין דאן געהאט,

האט דער צדיק וקדוש רבי דוד לייקעס זי"ע געזאגט, איך זע אז מיין טאכטער וועט האבן 7 קינדער, אבער דער מגיד ברויך האבן 8 קינדער, און דערפאר וועט די טאכטער נאר האבן 5 קינדער מיטן מגיד, דאס מיינט אז זי וועט מיזן ווערן אן אלמנה כדי צו קענען חתונה האבן נאכאמאל צו קענען האבן די לעצטע צוויי קינדער, און דערפאר איז ער נישט מסכים צום שידוך,

דער מגיד האט דאן געבעטן רבי דוד לייקעס זי"ע, אז ער וויל דאס איבער טראכטן פאר דריי טאג, און ער וועט קומען מיט אן ענטפער, נאך דריי טאג איז דער מגיד צוריק געקומען און געזאגט, איך האב געפרעגט דעם בעש"ט הקדוש זי"ע, און דער בעש"ט האט מסכים געווען צום שידוך, און דער בעש"ט האט געזאגט דעם פסוק אֶפְרַיִם וּמְנַשֶּׁה, כִּרְאוּבֵן וְשִׁמְעוֹן יִהְיוּ לִי, און דער מגיד האט צו געזאגט פאר רבי דוד זי"ע, אז צוויי פון זיינע קינדער וועלן גערעכנט ווערן ווי קינדער פון די רעבעצין פייגא ע"ה און אזוי וועט זי האבן די 7 קינדער וואס זי ברויך האבן,

און פון דעם זיווג האט דער צדיק דער מגיד מטשערנאביל געהאט 5 הייליגע קינדער קדושים וטהורים,
הרה"ק רבי מנחם נחום ממקארוב זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם מטריסק זי"ע,
הרה"ק רבי דוד מטאלנא זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע,
הרה"ק רבי יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע,

איינמאל איז דער הייליגער מגיד מטשרנוביל זי"ע געווען אויף אן ארט מיט'ן תלמיד הרה"ק רבי אברהם דוב בעל בת עין מאווריטש זי"ע, און מען האט געבעטן דעם מגיד אז ער זאל זיין סנדק ביי א ברית. האט דער מגיד געענטפערט אז ער קען זיין סנדק, נאר בתנאי אז מען וועט מאכן א סעודה נאכ'ן ברית,

דער "בעל ברית" האט אבער גע'טענה'ט, "אין לי, איך האב נישט קיין געלט, איך ארבעט ביי איינעם און דאס געלט וואס איך דארף באקומען פאר די וואך האב איך שוין באקומען און עס איז שוין אינגאנצן אויסגענוצט", זאגט אים דער מגיד, "נעם א חלק פון בעל הבית אויף בארג, און איך וועל דיר אויך צגעבן, אבער מען מוז מאכן א סעודה!" מען האט טאקע געמאכט דעם ברית, און אויך א סעודה,

שפעטער האט דער הייליגער בת עין זי"ע מסביר געווען פארוואס איז פארן רבין דער מגיד אזוי געגאנגען אין לעבן אז מען זאל מאכן א "סעודת ברית", ווייל דורך די סעודת מצות וואס אידן מאכן, האט מען אפ געשלאגען א קטרוג אויף כלל ישראל, ווייל איינמאל האט דער בעל דבר גערעדט שלעכטס אויף די אידן,

האט דער מלאך מיכאל צוריק געענטפערט, "די אידן טוען נישט קיין עבירות מיט א ריכטיגן רצון, א ראי' האסטו, אז מען האט נאך קיינמאל נישט געזען אז א איד זאל ח"ו טוען אן עבירה, און מאכן נאכדעם א סעודה, און אזוי ווי עס ווערט געברענגט און נאמען פון הרה"ק רבי ר' זושא מאניפולי זי"ע וואס האט געזאגט, אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אין הימל, א שלעכטע מלאך וואס איז רח"ל באשאפן געווארן פון אן עבירה פון א איד, זאל זיין מיט גאנצע איברים, נאר אלע פון די מלאכים זענען באשאפן פעלערדיג, ווייל א איד טוט קיינמאל נישט אן עבירה מיטן גאנצן הארץ,

אבער ביי א "סיום מסכת" אדער ביי א "ברית מילה", מאכט מען יא א סעודה, איז דאך א סימן אז דער איד וויל נישט די עבירה, נאר זיין אמת'דיגער רצון איז צו טוען מצות ומעשים טובים. דערפאר האט א סעודת מצוה א געוואלדיגע חשיבות, און דערפאר זאגן צדיקים, אז די נאמען פונעם ס"ם איז די ראשי תיבות "ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות, אדער, ס'עודות מ'ילה א'ין ל'עשות",
היימישער יונגערמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:41 pm
x 7

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך היימישער יונגערמאן »

מען קען ג'יין צו זיין ציון? ער ליגט אין טשערנאבעל? די נוקעלער האט דארט אויפגעריסן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך ניקל »

די הייליגע טשערנאבלער מגיד איז אמאל געקומען צו פארן אין א שטעטל, און האט באזוכט ביי א גרויסן גביר, נאכדעם וואס דער צדיק האט ביי אים פארברענגט און געטרינקען לחיים, האט אים דער גביר געוואלט ארומווייזן זיין פארמעגן. דער רבי האט זיך באלד אין דעם אנגעכאפט און איז ארום געגאנגען אין הויז, צו זען זיינע שיינע אוצרות, שפעטער האט ער אים געבעטן אז ער וויל אויך זען זיין שטאל מיט די פערד,

ווען זיי זענען צוגעקומען צום שטאל, האט דער צדיק באקוקט די פערד און איז צו געגאנגען צו איין פערד, און פרעגט דעם גביר, "אפשר וואלסטו אונז דעם פערד אוועק געגעבן", רופט זיך אן דער גביר, "דער כבוד פון רבי'ן איז ביי מיר זעהר גרויס, אבער גראדע דער פערד איז מיין בעסטער פערד, איך וועל געבן דעם רבי'ן א צווייטע פערד, נאר נישט דעם גוטן פערד", דער רבי האט מער נישט גערעדט דערפון, און איז געגאנגען ווייטער באקוקן זיינע איבריגע אוצרות,

ווען ער איז צוריק ארויף צו אים אין הויז, פרעגט ווידער דער צדיק, "אפשר וואלסטו אונז געוויזן דיינע וועקסלען פון די חובות וואס מענטשן זענען דירא שולדיג", דער גביר האט באלד ארויסגעברענגט זיין קאסע, וואס דארט איז געלעגן אסאך וועקסלען, און ער דערלאנגט דאס פארן רבי'ן,

דער צדיק האט גענומען זוכן צווישן די וועקסלען און באטראכט אסאך פון זיי, ביז ער איז צו געקומען צו איינע פון די וועקסלען, און פרעגט דעם גביר, "אפשר וואלסטו אונז אוועק געגעבן דעם וועקסל", דער גביר נעמט דעם וועקסל אין די האנט און באטראכט עס, און ער זעט, אז עס איז אויף א שיינע סומע געלט, אבער באלד רופט זיך דער גביר אן, "איך שענק דעם וועקסל פאר'ן רבי'ן, אבער דער וועקסל וועט סיי ווי נישט באצאלט ווערן, ווייל דער וואס האט ביי מיר געלייעט דאס געלט איז שוין נישט אויף דער וועלט, און פון די ארעמע יתומים וועל איך עס נישט קענען איין מאנען",

דער הייליגער מגיד זי"ע האט גענומען דעם וועקסל, און האט באלד פאר די אויגן פונ'ם גביר עס צוריסן, צום וואונדער פון דעם גביר און אלע אנוועזנדע וואס זענען געשטאנען ארום, עס נעמט אייניגע מינוטן און מ'הערט א טומל אינדרויסן. דער באדינער פון גביר לויפט ארויף און שרייט צום גביר, "דאס בעסטע און געטרייסטע פערדל איז פלוצלונג אנידער געפאלן טויט", דער גביר האט באלד פארשטאנען אז עפעס איז דא א פארבינדונג פון די אלע עבודות פונעם צדיק, און ער האט באלד געפרעגט, "רבי וואס איז דא געשען",

האט דער צדיק געזאגט, "וויסן זאלסטו, אז דער איד וואס האט געבארגט ביי דיר דאס געלט און האט דיר געגעבן דעם וועקסל, איז ליידער אוועק פון די וועלט, איידער ער האט באוויזן צו באצאלן דעם חוב, ארויפקומענדיג אויף יענער וועלט אלס בעל חוב, האט ער נישט געקענט קומען צו זיין רוה, און האט געמוזט אראפ קומען אויף דער וועלט, צו באצאלן דעם חוב דורך דיך באדינען גוט און געטריי, ביז דער חוב וועט דורך די ארבעט אפגעצאלט ווערן,

דער חוב איז אבער נאך געווען גרויס, און איך האב פריער געוואלט אים א טובה טוען מיט דעם וואס דו וועסט מיר אים שענקן, וועט דאס זיין א וויתור פון דיין זייט אויפ'ן חוב, אבער אז דו האסט נישט געוואלט, האבן מיר געפונען א צווייטן וועג, דורכ'ן נעמען ביי דיר דעם וועקסל און אים צורייסען, איז שוין דער חוב געווארן מיינער און איך האב אים מוחל געווען, דעריבער איז דער חוב אראפ פון אים, און עס האט זיך געענדיגט זיין ארבעט, וואס דאן האט ער שוין געקענט ארויפגיין צו זיין רוה אין עולם שכולו טוב. די מעשה לערנט אונז, אז א איד דארף אלעס טוען, צו צאלן אלע זיינע חובות און הלוואות וואס שנעלער און נישט שולדיג בלייבן,
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1557
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3526

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:38 pm די הייליגע טשערנאבלער מגיד איז אמאל געקומען צו פארן אין א שטעטל, און האט באזוכט ביי א גרויסן גביר, נאכדעם וואס דער צדיק האט ביי אים פארברענגט און געטרינקען לחיים, האט אים דער גביר געוואלט ארומווייזן זיין פארמעגן. דער רבי האט זיך באלד אין דעם אנגעכאפט און איז ארום געגאנגען אין הויז, צו זען זיינע שיינע אוצרות, שפעטער האט ער אים געבעטן אז ער וויל אויך זען זיין שטאל מיט די פערד,

ווען זיי זענען צוגעקומען צום שטאל, האט דער צדיק באקוקט די פערד און איז צו געגאנגען צו איין פערד, און פרעגט דעם גביר, "אפשר וואלסטו אונז דעם פערד אוועק געגעבן", רופט זיך אן דער גביר, "דער כבוד פון רבי'ן איז ביי מיר זעהר גרויס, אבער גראדע דער פערד איז מיין בעסטער פערד, איך וועל געבן דעם רבי'ן א צווייטע פערד, נאר נישט דעם גוטן פערד", דער רבי האט מער נישט גערעדט דערפון, און איז געגאנגען ווייטער באקוקן זיינע איבריגע אוצרות,

ווען ער איז צוריק ארויף צו אים אין הויז, פרעגט ווידער דער צדיק, "אפשר וואלסטו אונז געוויזן דיינע וועקסלען פון די חובות וואס מענטשן זענען דירא שולדיג", דער גביר האט באלד ארויסגעברענגט זיין קאסע, וואס דארט איז געלעגן אסאך וועקסלען, און ער דערלאנגט דאס פארן רבי'ן,

דער צדיק האט גענומען זוכן צווישן די וועקסלען און באטראכט אסאך פון זיי, ביז ער איז צו געקומען צו איינע פון די וועקסלען, און פרעגט דעם גביר, "אפשר וואלסטו אונז אוועק געגעבן דעם וועקסל", דער גביר נעמט דעם וועקסל אין די האנט און באטראכט עס, און ער זעט, אז עס איז אויף א שיינע סומע געלט, אבער באלד רופט זיך דער גביר אן, "איך שענק דעם וועקסל פאר'ן רבי'ן, אבער דער וועקסל וועט סיי ווי נישט באצאלט ווערן, ווייל דער וואס האט ביי מיר געלייעט דאס געלט איז שוין נישט אויף דער וועלט, און פון די ארעמע יתומים וועל איך עס נישט קענען איין מאנען",

דער הייליגער מגיד זי"ע האט גענומען דעם וועקסל, און האט באלד פאר די אויגן פונ'ם גביר עס צוריסן, צום וואונדער פון דעם גביר און אלע אנוועזנדע וואס זענען געשטאנען ארום, עס נעמט אייניגע מינוטן און מ'הערט א טומל אינדרויסן. דער באדינער פון גביר לויפט ארויף און שרייט צום גביר, "דאס בעסטע און געטרייסטע פערדל איז פלוצלונג אנידער געפאלן טויט", דער גביר האט באלד פארשטאנען אז עפעס איז דא א פארבינדונג פון די אלע עבודות פונעם צדיק, און ער האט באלד געפרעגט, "רבי וואס איז דא געשען",

האט דער צדיק געזאגט, "וויסן זאלסטו, אז דער איד וואס האט געבארגט ביי דיר דאס געלט און האט דיר געגעבן דעם וועקסל, איז ליידער אוועק פון די וועלט, איידער ער האט באוויזן צו באצאלן דעם חוב, ארויפקומענדיג אויף יענער וועלט אלס בעל חוב, האט ער נישט געקענט קומען צו זיין רוה, און האט געמוזט אראפ קומען אויף דער וועלט, צו באצאלן דעם חוב דורך דיך באדינען גוט און געטריי, ביז דער חוב וועט דורך די ארבעט אפגעצאלט ווערן,

דער חוב איז אבער נאך געווען גרויס, און איך האב פריער געוואלט אים א טובה טוען מיט דעם וואס דו וועסט מיר אים שענקן, וועט דאס זיין א וויתור פון דיין זייט אויפ'ן חוב, אבער אז דו האסט נישט געוואלט, האבן מיר געפונען א צווייטן וועג, דורכ'ן נעמען ביי דיר דעם וועקסל און אים צורייסען, איז שוין דער חוב געווארן מיינער און איך האב אים מוחל געווען, דעריבער איז דער חוב אראפ פון אים, און עס האט זיך געענדיגט זיין ארבעט, וואס דאן האט ער שוין געקענט ארויפגיין צו זיין רוה אין עולם שכולו טוב. די מעשה לערנט אונז, אז א איד דארף אלעס טוען, צו צאלן אלע זיינע חובות און הלוואות וואס שנעלער און נישט שולדיג בלייבן,
דאכצעך מיר אז די מעשה ווערט געברענגט אין "שבחי הבעל שם" אויפן בעש"ט. קען זיין ס'געווען ביי ביידע.

זכותו יגן עלינו. און שכח @ניקל פאר דיין הערליכע ארבעט.
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך ניקל »

א אידענע וועלכע האט אנגעפירט א קרעטשמע, איז אמאל אריין צום צדיק וקדוש דער הייליגער מגיד מטשערנאביל זי"ע, און האט זיך באקלאגט אז זי האט א דערוואקסענע טאכטער און ס'גייט זיי נישט קיין שידוך ל"ע. און אז ס'איז שוין יא דא א בחור וואס איז מסכים מיט איר חתונה צו האבן, פארלאנגט ער אבער א גרויסן נדן און זיי האבן דאס נישט.

פרעגט דער מגיד פון די פרוי, צי זי האט עפעס געלט זיך אויסצובייטן אלס א פדיון, זאגט זי אז זי האט נאר 150 רובל מיט וועלכע איר מאן האנדלט און זייער גאנץ לעבן איז תלוי אין דעם געלט. זאגט איר דער מגיד, "אויב דו וועסט מיר געבן דאס געלט, זאג איך דיר צו אז דו וועסט האבן אן אוצר מיט גאלד, און דיין ישועה וועט קומען", די אידענע, א תמימות'דיגע מאמינה, האט באלד אוועק געגעבן דאס גאנצע געלט פארן הייליגען מגיד,

שפעטער ווען איר מאן איז אהיים געקומען, האט זי אים דערציילט אז א גרויסער רבי האט זיי צו געזאגט א ישועה, אבער ווען דער איד איז געוואויר געווארן פון וויפיל די פדיון איז באשטאנען, איז אים פינסטער געווארן פאר די אויגן. "וואס פאר א רבי איז דער, וואס קען אוועק רויבן דאס לעצטע ביסן פון א משפחה", און אזוי האט ער געשריגן און געזאגט, "איך פאר שוין אריבער צו אים, און איך גיי צוריק נעמען מיין געלט",

עס גייט דורך עטליכע מינוט, קומט אן אן אפיציר רייטנדיג אויף א פערד וועמענ'ס פאך ס'איז געווען איינצוקאסירן די שטייערן פון די דארפס איינוואוינער. דער אפיציר האט באשטעלט עסן ביי דעם איד'ס קרעטשמע און האט זיך געלייגט שלאפן, נאך א שטיק צייט האט ער זיך אויפגעכאפט, באצאלט פאר'ן עסן און שלאפן, און איז אוועק געפארן,

אבער ווי נאר די בעל הבית'טע איז אריין געגאנגען אינעם שטוב ווי דער אפיציר איז איין געשטאנען, כדי צו רייניגען דעם שטוב פארן קומענדיגן גאסט, זעט זי אז דער אפיציר האט בטעות איבער געלאזט א לעדערנעם בייטל פול מיט גאלדענע רענדלעך, רופט זי איר מאן און ווייזט אים דעם בייטל, זאגט איר דער מאן, "לייג עס שוין צוריק, ער וועט זיך נאך באלד כאפן און צוריק קומען דערנאך, זאל ער אונז נישט קענען חושד זיין אז מיר האבן עפעס אראפ גענומען דערפון, נאר לייג עס צוריק און פארמאך די טיר",

דערווייל האט ער זיך אויפגעהויבן און איז געפארן צום רבי'ן כדי צו בעטן אז דער רבי זאל אים צוריק געבן דאס געלט וואס די ווייב האט געגעבן, אבער אזוי ווי ער איז אריין געקומען אין רבינ'ס שטוב, רופט דער מגיד אויס, "פאר אהיים דו נאר, וואס איך האב געכאפט איז מיין, און וואס דו האסט געכאפט איז דיין",

ער איז געשטאנען נישט וויסנדיג וואס דער רבי רעדט, זאגן אים די ארומיגע חסידים, "דער רבי זאגט איר זאלט אהיימפארן, זאגט ער, "וואס הייסט, כ'וויל מיין געלט" זאגט מען אים, "דער רבי זאגט דאך אז איר האט עפעס געכאפט, האט שכל און פארט אהיים", דער איד זעענדיג פאר זיך א איד א בעל צורה הייסט אים אהיימפארן, האט ער זיך פארלאזט אויף דעם, ובפרט וויסנדיג אז דער רבי אנטלויפט נישט און ער האט צייט צוריק צו גיין נאך זיין געלט ווען ער קומט צוריק",

אויפ'ן וועג אהיים זעט ער אנגעזאמלטע מענטשן נעבן א טייך, צוקומענדיג אהין דערציילן זיי אים אז אן אפיציר איז געגאנגען אנטרונקען זיין פערד ביים וואסער, ווען עס איז געקומען א שטראם און ס'האט זיי פארשלעפט און דערטרונקען און מ'האט זיי ביידע ארויס געשלעפט טויט,

אזוי ווי ער האט דערקענט אז דאס איז דער אפיציר וועלכער איז געווען ביי אים, איז ער שנעל אהיים געפארן און געפרעגט זיין ווייב, צי דער אפיציר איז שוין צוריק געקומען נאך זיין געלט, ווען זי האט געזאגט אז ניין, זאגט ער מיט א שמחה, "ער וועט שוין נישט קומען און מיר זענען ב"ה נתעשר געווארן". דעמאלט האט ער פארשטאנען וואס דער רבי האט געזאגט, "וואס איך האב געכאפט איז מיין, און וואס דו האסט געכאפט איז דיין", זיי האבן דערנאך געטוען א פיינעם שידוך און געהאט פרנסה בהרחבה כל ימי חייהם.

הרה"ק המגיד מטשרנוביל זי"ע איז אמאל געפארן אויפ'ן וועג כדרכו בקודש, און איז איין געשטאנען אין א הויז פון איינעם פון זיינע חסידים, דער רבי האט געזען ביי דעם בעל אכסניא א הערליכען לייכטער, האט ער געבעטן פון דעם בעל אכסניא אז ער זאל אים געבן דעם לייכטער פאר א מתנה. דער בעל הבית האט קודם נישט געוואלט, ווייל ער האט גע'טענה'ט אז ער האט דאס געקויפט אלס א מתנה פאר זיין משפחה, און ער האט פאר געשלאגן פאר'ן רבי'ן, אז ער וועט אים געבן אנשטאט דעם וויפיל געלט ער וועט בעטן, אבער דער רבי האט זיך פאר'עקשנ'ט, און דווקא געוואלט דעם לייכטער, האט דער חסיד נישט געהאט קיין ברירה און עס אוועק געגעבן פאר'ן מגיד.

לפלא אינגאנצן א קורצע צייט נאכדעם וואס דער רבי איז פון דארט אוועק געפארן, האבן באוואפנטע סאלדאטן זיך איין געבראכן אין שטוב פון דעם בעל אכסניא, און זיי זענען געקומען זוכן דעם טייערן לייכטער וואס איז גע'גנב'ט געווארן פונעם הויז פונעם פירשט וועלכער האט געוועלטיגט אין דעם געגנט. דאס איז געווען דער לייכטער וואס דער רבי האט גענומען מיט זיך, ווייל דער חסיד האט דאס געהאט אפ געקויפט פון די גנבים, נישט וויסענדיג אז דאס איז גע'גנב'ט געווארן פונעם פירשט, דעמאלט האט ערשט דער בעל הבית פארשטאנען ווי טיף עס זענען די מחשבות פון דעם הייליגן מגיד,
אוועיטער
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 420

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך וואלף »

ישר כח @מירון

יישר כח @ניקל

א שפע מיט סיפורי קודש
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: רבי מאטעלע טשערנאבילער ז"ל - כ' אייר תקצ"ז

פאוסט דורך ניקל »

די נשמה פונעם טשערנאבלער מגיד האט דער הייליגער מאור עינים באקומען במתנה פון זיין גרויסע רבין המגיד ממזריטש זי"ע, און די מעשה איז געווען אזוי, ביי די חתונה פון הרה"ק רבי אברהם המלאך זי"ע, דער זון פונעם גרויסער מגיד מעזריטש זי"ע, האט מען אויסגעריפן ביים מצווה טאנץ וויפיל יעדער מחותן גיבט נדן, ווען מען האט אויסגעריפן דעם הייליגען מגיד ממזריטש זי"ע ביים מצוה טאנץ, האט דער מגיד נישט געהאט קיין פרוטה וואס צו געבן פאר נדן,

דער תלמיד דער הייליגער מאור עיניים האט דאס גלייך באמערקט, און האט אונטערגעריקט א גאלדענעם רענדל פאר זיין גרויסן רבי'ן, כדי ער זאל נישט פארשעמט ווערן אז ער האט נישט וואס צו געבן פאר נדן, און דער מאור עיניים האט מיט דעם גאר שטארק מהנה געווען זיין רבין, האט דער הייליגער מגיד אים דאן געזאגט, אז אין דעם זכות וועט ביי אים געבוירן ווערן צום יאר א גאר הייליגע נשמה, וואס קומט נאר אראפ איינמאל אין טויזנט יאר, און דער קינד איז געווען דער הייליגע מגיד מטשערנאביל זי"ע,

ווען דער צדיק הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע האט געהערט די ווערטער פון זיין הייליגען רבין דער מגיד ממזריטש, האט ער זיך אנגעריפן צו זיין רבין, "רבי איך האב שוין א לאנגע צייט געלייגט א אויג אויף די נשמה, און איך האב זייער געוואלט עס זאל זיין ביי מיר",

האט דער מגיד ממזריטש זי"ע געזאגט, פארפאלן, איך האב שוין דעם קינד געגעבן פארן מאור עיניים, נאר דאס יא, דער קינד וועט ווערן א איידעם ביי דיר, כך הוה דער מגיד מטשערנאביל זי"ע, איז א איידעם געווארן בזיווג ראשון ביים צדיק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע,

דער זוהן הרה"ק רבי אברהם מטריסק זי"ע האט פארציילט, אז איין יו"ט שבועות האט דער טאטע זיך פארשפעטיגט אריינצוקומען צום טיש צופרי, עס איז געווען א פלא פאר די חסידים, ווייל דער רבי האט זיך קיינמאל נישט אזוי פארשפעטיגט,

פלוצלונג קומט דער רבי אריין צום טיש און פארציילט, א גרויסע גאסט איז יעצט געווען דא ביי מיר, אליהו הנביא ז"ל איז יעצט דא געווען און געברענגט א הסכם פון די אבות הקדושים און פון די צדיקי הדור, און אלע זענען מסכים אז משיח זאל שוין יעצט קומען, און זיי האבן געוואלט באקומען מיין הסכמה, און איך האב געזאגט אז איך בין נישט מסכים,

איז דארט ביים טיש געווען א רב וואס האט נישט פארשטאנען פארוואס די רבי איז נישט מסכים, און געפרעגט דעם רבין פארוואס ער איז נישט מסכים, האט דער צדיק געזאגט אז ער האט געוויזען פאר אליהו הנביא, אז אויב משיח קומט יעצט וועלן ח"ו אסאך נשמות פון אידישע קינדער פארווארפן ווערן, ווייל זיי זענען נישט ראוי' צו מקבל זיין משיח צדקינו, און די פסוק זאגט דאך "לְבִלְתִּ֛י יִדַּ֥ח מִמֶּ֖נּוּ נִדָּֽח",

האט דער רב נאכאמאל געפרעגט דעם רבין, "רבי יהי מה שיהיה זאל משיח קומען", האט דער צדיק געזאגט פאר דעם רב "פון ווי ביסטו אזוי זיכער אז די וועסט זיין פון די וואס וועלן זוכה זיין צו מקבל זיין משיח",

הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע האט געזאגט אז דער טשערנאבלער מגיד האט געזאגט, פארוואס ער האט געוואוינט אין שטאט טשערנאביל, ווייל אין רוסישע שפראך "טשארנא" מיינט "שווארץ" און די ווארט "בילא" מיינט "ווייס" וואס מיינט "איך מאך פון שווארץ ווייס,

זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט