רבי אריה לייב, רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

רבי אריה לייב, רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך מירון »

היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן צדיק ונשגב וואס איז איז באוואוסט אין די וועלט אלס ר' לייב שרה'ס

רבי אריה לייב בן שרה איז געבוירן געווארן שבעה עשר בתמוז שנת ת"ץ, צו זיין צו זיין פאטער ר' יוסף ז"ל. אין רוסלאנד וואס האט ער אסאך עוסק געווען אין די געוואלדיגע מצוה פדיון שבוים און מחזיר בתשובה געווען גאר אסאך אידן . ער איז געווען א תלמיד פונעם בעל שם טוב און פונעם מעזריטשער מגיד.

זיין טאטע איז געווען א זקן ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין מאמע. אין מסירות א נפש'דיג טהאט זייענדיג נאך א אינג מיידל, ווייל זי האט נישט געוואלט פארכאפט ווערן צום ארטיגן פריצ'נס א זון.

---

געציילטע חדשים פאר'ן פטירה פון הרה"ק רבי לייב שרה'ס זצ"ל, זענען זיינע תלמידים און מקורבים זענען געשטאנען ארום אים אין א מוצאי שבת קודש, און געהערט דברי תורה און סיפורי צדיקים פון זיין הייליג-מויל, אזויווי ער פלעגט זיך פירן יעדער מוצאי שב"ק.

די תלמידים האבן שוין געוואוסט אז ביי די סיפורי צדיקים וואס ער דערציילט מוצאי שב"ק, טאר מען נישט פארפאסן קיין איינציג-ווארט, ווייל דעמאלטס דערציילט דער רבי גאר וואונדערליכע זאכן. דאס מאל, האט הרה"ק רבי לייב שרה'ס זי"ע גערעדט איבער די גרויסקייט פון די נשמות פון צדיקים, און זיך אנגערופן: "עס איז כמעט נישט שייך אז א מענטש זאל געבוירן ווערן מיט א נייע נשמה וואס איז נאכנישט געווען אויף די וועלט, נאר מ'באקומט א נשמה וואס עס איז שוין אמאל אראפגעקומען אויף די וועלט, און די צדיקים האבן גאר הייליגע נשמות פון צדיקים פון די פריערדיגע דורות. "דערביי האט הרה"ק רבי לייב שרה'ס אויסגערעכנט עטליכע צדיקים און די נשמות וואס זיי האבן פארמאגט: מרן הבעש"ט הק', דער אור החיים הק', דער גרויסער מגיד זי"ע, און נאך. "ביי צדיקים איז אויך שייך א העכערע מדריגה - האט הרה"ק רבי לייב שרה'ס פארגעזעצט - אז אין דעם טאג פונעם בר- מצוה אדער חתונה איז מען זוכה צו באקומען א העכערע נשמה. "ווען איך בין געווארן בר-מצוה - האט הרה"ק רבי לייב דערציילט - האט מיר מיין מאמע ע"ה גענומען צום גרויסער מגיד זי"ע, אז ער זאל מיר בענטשן. דער גרויסער מגיד האט מיר טאקע געבענטשט, און ער האט זיך אנגערופן צו מיין מוטער, אז ער האט פאר מיר גאר א טייערע בר מצוה מתנה. מיר האבן נישט פארשטאנען די באדייט פון זיינע ווערטער, ווייל למעשה האט ער איז גארנישט געגעבן בשעת-מעשה, אבער עס איז אריבער א תקופה, און איך האב באקומען מער שכל, דאן האב איך שוין פארשטאנען די מתנה וואס כ'האב באקומען פונעם מגיד.

באלד דערנאך האט הרה"ק רבי לייב שרה'ס אנגעהויבן דערציילן פון דער אור החיים הקדוש זי"ע, און האט געזאגט אז טראצדעם וואס דער אוהחה"ק האט זיך נישט געפירט אויפ'ן דרך-החסידות פון דער בעש"ט הק' און זיינע תלמידים, דאך האט ער אויך זוכה געווען צו די זעלבע מדריגות וואס דער בעש"ט הק' האט משיג געווען, אויך פלעגט ער מאכן מופתים וכו'. הרה"ק רבי לייב האט דאן דערציילט די וואונדערליכע מעשה וואס דער אוהחה"ק האט געטון ווען דער סולטאן פון מארוקו איז געקומען צו אים, און האט אים געוויזן אין שפיגל וואס דער משנה-למלך פלאנט אויף אים א.א.וו.

הרה"ק רבי לייב האט אויך דערציילט באריכות איבער די געוואלדיגע תשוקה פונעם בעש"ט הק' זיך צו טרעפן מיט דער אוהחה"ק, און אזוי אויך וויאזוי דער בעש"ט הק' האט משיג געווען די פטירה פונעם אוהחה"ק זיך אנרופענדיג ביי נטילת-ידים "כבה נר המערבי". דאן האט הרה"ק רבי לייב דערציילט די פאלגענדע: "א קורצע תקופה נאכ'ן הסתלקות פונעם אוהחה"ק, איז מען געקומען דערציילן פאר'ן בעש"ט הק', אז בעת'ן הסתלקות פונעם אוהחה"ק, האט הגאון רבי חיים אבולעפיא זצ"ל - דער רב פון טבריא גע'חלש'ט, און איז געליגן באוואוסטלאז א האלבע שעה, און ערשט דערנאך האט ער זיך דערמונטערט און געזאגט פאר די אנוועזנדע: "איך האב אצינד באגלייט דער אוהחה"ק - וועלכער איז נארוואס נסתלק געווארן - ביז די טויערן פון גן-עדן." "ווען דער בעש"ט הק' האט דאס געהערט, האט ער באלד רעאגירט דערויף און געזאגט: 'ער האט טאקע באגלייט די נשמה פונעם אוהחה"ק ביז די טויערן פון גן-עדן, אבער די נשמה פונעם אוהחה"ק איז נישט לאנג געבליבן דארט, ווייל עס האט באלד געוואלט צוריק אראפגיין אויף די וועלט, ווי עס שטייט אין משנה "יפה שעה אחת במצוות ומעש"ט מכל חיי העולם הבא", און די נשמה האט זיך געוואלט מער מסגל זיין מיט מצוות און מעש"ט אויף די וועלט."

ביז דאן האט הרה"ק רבי לייב שרה'ס דערציילט יענע מוצאי שב"ק, עס איז אבער מקובל פון די תלמידים, אז זיי האבן באלד פארשטאנען פון די ווערטער פון הרה"ק רבי לייב אז די נשמה פונעם אוהחה"ק וועלכע איז צוריק אראפגעקומען אויף די וועלט אייניגע טעג נאכ'ן הסתלקות, דאס איז געווען די מתנה וואס דער גרויסער מגיד זי"ע האט געגעבן פאר הרה"ק רבי לייב שרה'ס זי"ע אין דער טאג פון זיין בר-מצוה, וועלכע איז געווען צוויי טעג נאכ'ן פטירה פונעם אוהחה"ק – י"ז תמוז שנת תק"ג.

דאס איז געווען דער המשך פון די סיפורים: ער האט מקדים געווען איבער די ענין וואס צדיקים זענען זוכה צו א העכערע נשמה ביי זייער בר-מצוה אדער חתונה, און דערנאך דער סיפור אז דער גרויסער מגיד זי"ע האט אים געגעבן א בר-מצוה מתנה, וואס ער האט פון אנהויב נישט געוואוסט וואס דאס איז, נאר שפעטער האט ער עס משיג געווען, און דערנאך ממשיך געווען מיט דער סיפור וואס דער בעש"ט הק' האט געזאגט אז די נשמה פון דער אוהחה"ק איז צוריק אראפגעקומען געציילטע טעג נאכ'ן פטירה.

זכותו הגדול יגן עלינו
veltsman
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am
x 13

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך veltsman »

שמו ר׳ יהודה לייב ולא אריה לייב, נא לתקן
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך מירון »

veltsman האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 3:17 pm שמו ר׳ יהודה לייב ולא אריה לייב, נא לתקן
כ'בין רעדי צו טוישן, אבער פון וואו נעמט איר דאס?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געווען א איש אלקים קדוש נורא מאוד, ער איז געווען א גאון עולם בתורה, ער איז געווען מפורסם אלס א איש מופת אלקי כמלאך ד' צבקות, ער האט נישט נהנה געווען מעולם הזה מיט גארנישט, עס האט ביי דעם צדיק וקדוש נישט גענעכטיגט קיין פרוטה פון איין טאג אויפן אנדערן, ער האט יעדע פרוטה פארטיילט אויף צדקה, ער האט זיין גאנץ לעבן אסאך עוסק געווען אין דעם מצווה פון פדיון שביים, ער האט זיין גאנץ לעבן זיך געפירט בהצנע לכת און עוסק געווען בדביקות נפלא, ער פלעגט גאנצעטע טעג פארברענגען אין די וועלדער ארום די שטאט און דארט עוסק געווען אין דביקות הבורא,

ער האט ליידער נישט זוכה געווען צו קענען זיין גרויסן טאטן, וויבאלד זיין טאטע איז ליידער נסתלק געווארן ווען ער איז נאך געווען א גאר יונג קינד, אבער ער איז אויף געצויגען געווארן ביי זיין מאמע וואס איז געווען מפורסם אלס א צדקת נפלא און א גאר ערליכע פרוי,

פון גאנץ יונג איז ער נתקרב געווארן צום בעש"ט הקדוש זי"ע וואס האט מעיד געווען אויף דעם צדיק וקדוש, אז ער פאסט משבת לשבת, אבער נישט ווייל ער וויל באמת פאסטן, נאר ווייל פון גרויס קדושה און דביקות אינעם גרויסן באשעפער פארגעסט ער פשוט צו עסן, נאכן פטירה פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, האט ער זיך מדבק געווען אינעם גרויסן תלמיד פונעם בעש"ט הקדוש הרה"ק רבי דוב בער המגיד ממזריטש זי"ע, ער איז געווען מבאי ביתו פון דעם הייליגען מגיד,

לגבי די נאמען "ר' לייב שרה'ס" מיט וואס מען האט געריפן דעם צדיק, ווערט געברענגט אז די מאמע איז געווען א גאר שיינע, און איין טאג האט זיך פארגליסט פארן קינד פון די פריץ פונעם שטאט צו חתונה האבן מיט איר, ווען זי האט געזען די מצב און מורא געהאט אז ח"ו דער פריץ וועט דערפילן די בקשה פון זיין קינד, האט די מאמע חתונה געהאט מיט יוסף המלמד וואס איז שוין געווען אויף די עלטערע יארן, נאר כדי ח"ו נישט צו נכשל ווערן מיט אן עבירה,

דאן האט דער מאן רבי יוסף המלמד וואס איז געווען א צדיק נסתר געזאגט פאר די מאמע, אין זכות וואס די האסט מסכים געווען צו חתונה האבן מיט א מענטש וואס איז אסאך עלטער ווי דיר, נאר כדי צו נישט נכשל ווערן מיט אן עבירה, וועסטו זוכה זיין צו האבן א הייליג קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, און דער זון וועט ווערן געריפן מיט דיין נאמען, און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט געריפן דעם צדיק וקדוש מיטן נאמען "רבי לייב שרה'ס",


זיין רבי דער הייליגער מגיד ממעזריטש זי"ע האט מעיד געווען אויף זיין גרויסע תלמיד רבי לייב זי"ע, "כי כל מעשיו הינם בלתי לד' לבדו" און ער איז געווען א איש פלאי אפילו אין זיין דור וואס עס האבן דאן געלעבט צדיקים קדושים כמלאכים, ער האט געהאט הייליגע אויגן וואס האבן געזען אלעס, אויך האט דער צדיק עוסק געווען אין צדקה וחסד און פדיון שבויים און תיקון נשמות, און דאס אלעס האט ער געטון מיט א געוואלדיגע הסתר,

אויך ווערט געבערנגט אז גאנץ אנפאנג האבן די תלמידים פונעם בעש"ט נישט מעריץ געווען ר' לייב שרה'ס, ווייל ער פלעגט זיך דאן פירן מיט א באהאלטענקייט און מיט פארשידענע התנהגות וואס האבן אויס געזען גאר מאדנע, אבער דער בעש"ט הק' האט דאך אלעס געזען מסוף העולם עד סופו, דערפאר האט ער געווארענט זיינע תלמידים אז זיי זאלן דעם תלמיד אפ לאזן, אויך האט דער בעש"ט איבער געגעבן פאר דעם צדיק רבי לייב זי"ע אלע עניינים נסתרים וואס דער בעש"ט האט עוסק געווען, ווי תיקן נשמות און מפרנס זיין די ל"ו צדיקים פונעם דור,

זיינע געהויבענע תלמידים זענען געווען צדיקים נסתרים ובתוכם הרה"ק רבי יצחק מלבוב זי"ע, און הרה"ק רבי עזריאל פאליצקער זי"ע,

עס איז נישט באוויסט פונקטליך וויפיל קינדער דער צדיק וקדוש האט איבער געלאזט, לויט געוויסע דיעות האט דער צדיק איבער געלאזט איין טאכטער, און פון דעם טאכטער האט זיך געצויגען א שיינע שלשלת פון אייניקלעך,

ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ד' אדר בשנת תקנ"א, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט יאליטשקוב אין אוקראינה,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:01 pm
veltsman האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 3:17 pm שמו ר׳ יהודה לייב ולא אריה לייב, נא לתקן
כ'בין רעדי צו טוישן, אבער פון וואו נעמט איר דאס?
Screenshot_20240314_190524_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240314_190524_WhatsApp.jpg (91.48 KiB) געזען געווארן 150 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

דער צדיק וקדוש איז געווען גאר שטארק מפורסם מיט זיין געוואלדיגע מידת הצדקה, ער פלעגט גאר אסאך ארום פארן פון שטאט צו שטאט צוזאמען שטעלן גרויסע סכומים פאר ארימעלייט און אויך פאר פדיון שבויים, ער האט געהאט א מנהג, אז ער פלעגט בארגן גרויסע סכומים פון אידן, און ער האט די געלט באצאלט מיטן אראפ ברענגען ישועות פאר אידן בדרך נס ממש,

איינמאל האט דער צדיק וקדוש געבארגט א גרויסע סכום געלט פון א איד וואס האט געהאט א גרויסע געשעפט, ווען עס איז געקומען דעם זמן הפרעון, איז אריין געקומען צו דעם איד אין געשעפט א גרויסע רייכע פריץ, און דער פריץ האט איינגעקויפט עפעס אינעם געשעפט, אבער ווען ער איז ארויס האט ער איבער געלאזט א טייסטער וואס דארט איז געלעגן א גאר א גרויסע סכום מיט געלט,

ווען דער איד האט דאס געטראפן האט ער געפרעגט דעם צדיק וואס ער זאל מיט די געלט טון, האט דער צדיק אים מגלה געווען, אז די טייסטער האט מען פאר דעם איד געשיקט אלס שכר פארן געבן א גרויסע סכום פאר דעם צדיק רבי לייב שרה'ס זי"ע,

אויך דערציילט מען אז דער צדיק פלעגט ארום פארן אין די מארק פלאצער און דארט האט ער מתקן געווען גרויסע תיקונים פאר נשמות וואס האבן געברויכט א תיקן, אויך האט ער דאן עוסק געווען צו מפרנס זיין די צדיקים נסתרים, ער האט נישט געוואלט פירן קיין רבנות וויבאלד ער האט געוואלט האלטן זיין עבודת הקודש באהאלטן,

איינמאל איז דער צדיק אנגעקומען אין מארק, האט ער דארט געטראפן א בשמים הענדלער וואס איז געקומען איינקויפן פרישע בשמים, האט אים דער צדיק געפרעגט אויב ער ברויך יעצט פרישע בשמים, אדער ער האט נאך גענוג בשמים ביי זיך אין געשעפט, האט דער איד געזאגט אז ער האט אויפן מינוט גענוג בשמים, נאר ער איז געקומען זען אויב עס איז דא גוטע געשעפטן אינעם מארק,

האט אים דער צדיק געבעטן אויב ער קען אים געבן דאס געלט פאר בארג, און אפאר חדשים ארום וועט ער אים באצאלן דעם חוב, דער איד האט מסכים געווען און אהין געגעבן דאס געלט פארן צדיק וקדוש רבי לייב שרה'ס זי"ע,

אפאר חדשים שפעטער איז אריין געקומען א פריץ אינעם געשעפט און איינגעקויפט בשמים, אבער ווען ער איז ארויס האט ער בטעות איבער געלאזט א טייסטער מיט גאר א גרויסע סכום פון געלט, דער בשמים הענדלער האט פראבירט צו אפיר זיכען דעם פריץ, אבער ער האט בשום אופן נישט געקענט טרעפן דעם פריץ, דערפאר האט ער דעם טייסטער באהאלטן ביי זיך אין געשעפט כדי דאס צו האבן אויב דער פריץ קומט צוריק,

אפאר וואכן שפעטער זעט ער דעם צדיק רבי לייב שרה'ס זי"ע פונעם פענסטער נעבן זיין געשעפט, לויפט ער קעגן דעם צדיק און פרעגט אים, רבי וואס טוט זיך מיט די געלט וואס איר ברויכט מיר באצאלן, האט דער צדיק וקדוש רבי לייב שרה'ס געפרעגט דעם הענדלער, די האסט פארגעסן פון דעם פריץ וואס איז געווען ביי דיר אין געשעפט און איבער געלאזט א טייסטער מיט דאס גאנצע געלט וואס איך ברויך דיר באצאלן, דאן האט דער איד פארשטאנען אז דער פריץ איז געווען א שליח פון הימל, צו באצאל ן דעם חוב פון דעם צדיק רבי לייב שרה'ס זי"ע

צדיקים האבן דערציילט, אז וויבאלד דער צדיק רבי לייב האט געהאט נשמת אור החיים הקדוש זי"ע, האט ער מיט די נשמה געקענט אויפטון גאר אסאך פאר אידישע קינדער, ער האט מיט זיין גרויסע כח מבטל געווען אסאך גזירות אויף אידישע קינדער, ער האט אסאך פארברענגט אין די שטוב פון דעם קיסר פין וויען, וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז ער פלעגט האבן קפיצות הדרך גייענדיג אויף צרכי הכלל צו מבטל זיין גזירות, אויך האט ער איינמאל מבטל געווען א גרויסע גזירה דורך די מדריגה פון "רואה ואינו נראה", ווען ער האט געשלאגן א גרויסע קיסר ביז יענער האט מסכים געווען צו מבטל זיין די גזירה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט האט רבי לייב שרה'ס פיל עוסק געווען אין פדיון שבויים. אויך פלעגט ער ארום פארן פון איין ארט צום אנדערן מפרנס זיין די ל"ו צדיקים, ער פלעגט אנקומען אין פארווארפענע ערטער, בעת מען האט דארט געברויכט א ישועה, און גלייך נאכדעם ווי ער האט דורכגעפירט דאס זייניגע איז ער נעלם געווארן.

דער באהאלטענער צדיק רבי לייב שרה'ס האט זיך דערוואוסט אז אין א אונגארישער דארף געפינט זיך א קינד אייזיק'ל מיט א הויכע נשמה, און כדי די נשמה זאל חלילה נישט גיין לאיבוד, איז ר' לייב שרה'ס אהינגעפארן און איבער גערעדט די מאמע אז זי זאל אים איבערגעבן דאס קינד, און דערביי האט ער איר צו געזאגט אז ער וועט אים אריינשטעלן אין א פיינע ישיבה וואו מען וועט זיך זארגן פאר זיין גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע באדערפענישן.

די מוטער האט געזען אז דא שטייט פאר איר א געהויבענער איד, און עס האט איר געפרייט דאס הארץ אז איר געראטן קינד וועט האבן א תכלית אויף דעם וועלט, די מאמע האט זיך געשטארקט אויף אירע מוטערליכע געפילן, און אוועק געשיקט איר קינד לערנען תורה.

ר' לייב שרה'ס האט איבער געלאזט א שיינע מטבע פאר די מוטער, און אוועק געפירט דעם קליינעם אייזיק'ל צום ביהמ"ד פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע וועלכער האט אים גענומען אונטער זיין פליגל און מגדל געווען ווי אן אייגן קינד, און פון אט דעם גענז פאסטוך איז אויסגעוואקסן דער וועלט בארימטער צדיק הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע, וועמענ'ס הארציגע, הימלישע לידער זינגען נאך אידישע קינדער עד היום און דערקוויקן די נשמה מיט די ג-טליכע טענער.

ער איז געווען צווישן די גרעסטע תלמידים פונעם הייליגען צדיק וקדוש הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, אויך איז ער געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי אלימלך בעל נועם אלימלך מליזענסק זי"ע, און צדיקים בדורו האבן אלע מעיד געווען אויף זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין התנהגות דקדושה, אפילו צדיקים וואס זענען געווען אסאך עלטער פון אים האבן גאר שטארק מעריץ געווען די קדושה פון דעם צדיק וקדוש מקאלוב,

איין יאר ווען דער צדיק וקדוש רבי לייב שרה'ס זי"ע איז געווען אויפן וועג קיין מעזיבוז צום בעש"ט זי"ע פאר יום הקדוש , האט ער זיך אפ געשטעלט אין א שטאט, האבן די אידן פון יענעם שטאט זייער געבעטן פונעם צדיק, אז ער זאל בלייבן ביי זיי אין שטאט אויף יו"ט, ווייל זיי האבן נישט קיין מנין פאר כל נדרי, דער צדיק וואס האט דאך עוסק געווען אין גאר באהאלטענע ענינים האט טאקע מסכים געווען און ער איז געבליבן מיט זיי פאר יו"ט,

אבער ווען עס איז געקומען צו כל נדרי, האבן די שטאט מענטשן געזען אז זיי האבן נאר 9 אידן און נישט קיין מנין פאר יו"ט, האט דער צדיק רבי לייב געפרעגט די שטאט מענטשן, אויב עס איז אפשר דא אין שטאט נאך א איד, האבן די שטאט מענטשן געזאגט, יא עס איז דא נאך א איד, אבער ליידער איז ער א משומד ר"ל וואס היט נישט קיין תורה ומצוות, און דער איד וועט זיכער נישט מכסים זיין צו קומען מצרף זיין דעם מנין, און בכלל ווי אזוי קען מען אזא איד מצרף זיין פאר א מנין,

איז דער צדיק וקדוש אריבער צום שטוב פון דעם משומד, און מיט זיין גרויסן כח האט דער צדיק אויפגעוועקט זיין נשמה וואס איז שוין ליידער געווען גאר שטארק פארקראכען פון אידישן וועג, און דער צדיק האט אריין געברענגט אין דעם איד א הרהור תשובה, דאן האט דער צדיק אריבער געברענגט דעם איד אין ביהמ"ד, און אזוי האט מען געהאט א מנין פאר יום הקדוש,

דער איד האט געוויינט דעם גאנצן טאג יום הקדוש מיט ביטערע טרערן און תשובה געטון אויף זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט ליידער אפגעטון זיין גאנץ לעבן, און ווען עס איז געקומען די גרויסע צייט פון תפילות נעילה בעת נעילת השער, האט דער איד אויס געשריגן שמע ישראל און ד' הוא אלוקים מיט די אנדערע אידן אין שוהל, און ער איז אויפן פלאץ נפטר געווארן, און דער צדיק רבי לייב שרה'ס זי"ע האט געזאגט, אז מיט די תפילות פון דעם יום הקדוש האט דער איד זוכה געווען צו אפ וואשן די עבירות פון זיין גאנץ לעבן און ער האט געהאט א תיקן,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

אין די שטאט בארדיטשוב, האט געוואוינט א איד ר' נחום, ער איז געווען א נגיד'ישער איד א גרויסער סוחר, אבער פון זיינע פילע אוצרות האבן הנאה געהאט נישט נאר ער און זיין משפחה, נאר א יעדער איד וואס איז געקומען האנדלען אין די גרויסע האנדלס-מארק פון בארדישטוב. ר' נחום האט יעדן געבארגט שיינע סכומים מיט געלט צו קענען איינקויפן סחורה און פארקויפן און פון די פארדינסטן האט מען אים באצאלט די חוב, און געבליבן מיט'ן ריוח פאר פרנסה.

איינמאל זיצט זיך ר' נחום ביי זיך אינדערהיים אין א פארשלאסענעם צימער און פארשרייבט זיך זיינע חשבונות, ווען צו זיין שרעק זעט ער פלוצלינג אַן אומבאקאנטער איד שטייט פאר אים, ר' נחום האט טרייסלנדיג פאר שרעק געפרעגט דעם אומבאקאנטן אורח, וואס איז אריין געקומען צו אים אין צימער, נישט דורכ'ן טיר: וואס ווילט איר, כ'דארף אַן הלוואה פון פופציג רייניש, אויף דריי טעג.

ר' נחום האט נישט געוואוסט ווער דאס איז, און צו ער וועט אמאל צוריק זען די געלט, אבער וויבאלד ער האט געזען אז דאס מוז זיין א הימלישער מענטש, האט ער אים געגעבן די געפאדערטע הלוואה. יענער האט גענומען די געלט און ער איז נעלם געווארן. צו די באשטימטע צייט, דריי טעג נאכ'ן הלוואה, איז דער לוה צוריק געקומען אויף די זעלבע וואונדערליכער אופן, אנדעם וואס ער זאל עפענען א טיר, מיט די גאנצע סכום פונ'ם הלוואה און באצאלט.

ר' נחום האט אים באדאנקט און געפרעגט: ווער זענט איר, אבער אנשטאט א תירוץ האט יענער געענטפערט: "אצינד בארגט מיר הונדערט רייניש פאר נאך דריי טעג". ר' נחום האט געצווייפלט צי ער זאל בארגן, אבער ער האט נאכאמאל איינגעשטעלט און פארבארגט.

נאך דריי טעג, ווען ר' נחום זיצט זיך איבערגעבויגן איבער'ן גמרא און לערנט ביי זיך אינדערהיים, פלוצלינג, והנה! דער אינטרעסאנטער לוה איז דא פונקטליך אויפ'ן באשטימטער זמן, און באצאלט דעם חוב. אבער יעצט האט שוין דער לוה געפאדערט: בארגט מיר פאר דריי טעג, די גאנצע געלט וואס איר פארמאגט אין אייער הויז!,

ר' נחום איז שאקירט געווארן פון דעם בקשה, ווייל ער האט יענעם טאג געהאלטן נאכ'ן פארקויפן אלע זיינע סחורה, און ער האט נאכנישט באצאלט אויף קיין פרישע סחורה, און אויך האבן אלע זיינע לווים שוין צוריק באצאלט וואס זיי האבן געבארגט, דאס מיינט אז אלע געלטער וואס ער פארמאגט האט זיך יעצט געפונען ביי אים אינדערהיים, און דא בעט דער פרעמדער איד פון אים אלע זיינע געלטער. זאגט אים ר' נחום: וויאזוי קענט איר בעטן אזא גרויסע הלוואה פון מיר, איך ווייס דאך נישט ווער איר זענט, פון וואו איר קומט, און וויאזוי איר קומט אהער,

זאגט אים דער איד, איר האט דאך שוין געזען אז איך בין פארלעסליך און איך באצאל באצייטנס, און דעריבער וואס האט איר מורא צו האבן, בלויז פאר דריי טעג מיר צו בארגן דאס גאנצע געלט וואס איר פארמאגט, ר' נחום, האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה מיט אים, האט ער אים מיט א ציטערדיגע הארץ פארבארגט דאס גאנצע פארמעגן וואס ער האט פארמאגט, און דער איד האט אים געזאגט: "אויף ווידערזען אין דריי טעג ארום", און דער איד איז באלד נעלם געווארן.

ר' נחום זיצט פארטראכט און ווייסט נישט צי ער האט גוט געזען אדער נישט, ווען פלוצלינג הערט ער שרייען: עס ברענט! עס ברענט! א פייער! א פייער!, אלע פונ'ם הויז זענען ארויסגעלאפן צוזאמען מיט ר' נחום זיך צו ראטעווען דאס לעבן און צו געקוקט ווי דאס הויז איז איינגעהילט מיט די העלישע פייער-צינגען פונ'ם פלאם פייער וואס האט ארויסגעיאגט ווי פונעם קאלעך-אויוון, און געווארן גרעסער און גרעסער, אריין נעמענדיג דאס גאנצע פאלאץ.

פונעם הויז איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט, אלס איז פארלענדט געווארן אינ'ם פייער. ווען די פרוי פון ר' נחום האט אנגעהויבן קלאגן, אז אלע זייערע געלטער זענען אנטלאפן מיט'ן רויך פונעם פייער און אצינד בלייבן זיי ארימעלייט אָן א דאך איבער'ן קאפ, האט איר ר' נחום בארואיגט: מיר האבן קיין איין פרוטה נישט געהאט אינדערהיים, אלעס האב איך א שעה פריער פארבארגט פאר אַן אינטערסאנטער אורח, וואס באווייזט זיך צו מיר פון צייט צו צייט, און שטייט פלוצלינג אין פארנט פון מיר, אנדעם וואס ער גייט אדורך די טיר פון מיין צימער, ער קומט צו גיין, און זאגט וואס ער וויל, און ווערט נעלם, ער האט אצינד אפ געראטעוועט אונזער גאנצע געלט,

די פרוי האט געמיינט אז ער איז נעבעך פון גרויס אומגליק גערירט געווארן פון זינען, און ער לעבט אין איינרעדענישן, אבער, ווען דער הייליגער רבי לייב שרה'ס זי"ע איז געקומען צו ר' נחום נאך דריי טעג און צוריק געברענגט זייער גאנצער פארמעגן האט זי זיך איבערצייגט אז דער הייליגער מאן וואס זיי זענען דאן געוואר געווארן ווער דאס איז, האט געראטעוועט זייער פארמעגן, אין זכות וואס ר' נחום פלעגט שטענדיג טון גמילת חסדים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

אין ספר רמתיים צופים שרייבט דער מחבר הרה"ק רבי שמואל משיניאווא זי"ע, אז ער האט געהערט מפה קדשו פון הרב מפשיסחא זי"ע אז רבי לייב שרה'ס איז אמאל געקומען קיין קאזניץ. איז ער איין געשטאנען ביי איינעם פון די דארטיגע איינוואוינער, א איד א נגיד, אן אייגענטומער פון א גרויס געשעפט.

געמיינט האבען מענטשען אז דער פרעמדער גאסט איז עפעס א סוחר, וועלכע איז געקומען קיין קאזניץ קויפען אדער פארקויפען האלץ דער בעל הבית האט אבער געהאט א געניט אויג ער האט יא באמערקט אז דער "האלץ סוחר" איז נישט קיין פשוטער איד, ער האט אים נאך געקוקט און כאטש רבי לייב שרה'ס האט זיך געהיטען נישט ארויס צו וייזן זיין גרויסקייט מען זאל נישט דערקענען ווער ער איז, האט אבער דער בעל הבית יא געזעהן, אז דער גאסט איז איינער פון די באהאלטענע צדיקים אפשר גאר פון די ל"ו צדיקים וועלכע געפונען זיך אין יעדען דור,

און אז דער בעל הבית האט געזעהן אז ער האט די זכי' אז ביי אים זאל איינשטיין אזא צדיק האט ער שוין געוואלט אויסנוצען די געלגענהייט, און געניסען פון דעם גאסט, זאל אין זיין זכות אריין קומען די ברכה אין זיין געשעפט, האט ער געבעטען רבי לייב שרה'ס ער זאל מוחל זיין אריין קומען צו אים אין געשעפט און עפעס קופען פון זיינע סחורה'ס, אבער געוואלט האט דער בעל הבית, אז רבי לייב שרה'ס זאל נאר אריין קומען אין געשעפט צו ער וועט יא קויפען צו נישט, דער עיקר ער זאל זיין דארט א וויילע, אזוי וועט זיין זכות ווירקן עס זאל אריינקומען די ברכה אין הויז.

רבי לייב שרה'ס האט מסכים געווען, ער איז אריינגעקומען אין געשעפט און זיך גענומען אומקוקן אויף די סחורות וואס צו קויפען. כאפט רבי לייב שרה'ס אהן איינע פון די ארטיקלען. ער באטראכט עס, און לייגט עס גלייך צוריק אראפ. ער נעמט א צווייטע שטיקל סחורה און די האנט, אבער אויך דאס געפעלט אים נישט, און בשעת מעשה מורמלט ער זיך אונטער "דאס איז נישט קיין סחורה" אזוי גייט רבי לייב אריבער דעם גאנצען געשעפט, אלע זאכען נעמט ער אין די האנט און אויף אלעס זאגט ער זיין פזמון, אז דאס איז נישט קיין סחורה,

ענדליך האט ער שוין געטראפען א פאר הענטשקעס וועלכע געפעלן אים יא אבער דאס נעמט ער אויך נישט און ער רופט זיך אהן "דאס איז שוין יא סחורה אבער עס איז נישט פאר מיר" און ער גייט צוריק ארויס פון געשעפט מיט ליידיגע הענט. פארשטענדליך אז דער אייגנטומער האט זיך זייער געוואונדערט. ארטיקלען איינס שענער ווי די צווייטע און קיין איינס זאל נישט געפלען, עס איז נישט קיין סחורה, נאר עפעס א פאר הענטשקעס דאס איז גאר סחורה, און טראכט ביי זיך וואס האט דער באהאלטענער צדיק געמיינט מיט די ווערטער,

עס האט נישט לאנג געדויערט און די רעטעניש איז געווארן געלעזט, עס ברעכט אויס א מלחמה, מחנה'ס זעלנער שלאגען זיך צווישן זיך און די גאנצע געגענד קומט אריין א דעוויזיע צעווילדעוויטע זעלנער אין שטאט און נעמען אויסרויבען אלע געשעפעטן. אויך אונזער געשעפעט איז נישט קיין אויסנאם, אלע געשעפטען און מאגעזינען זענען אויסגערויבט געווארן ביז'ן לעצטען שטיקעל סחורה.

אבער אין דעם געשעפט. איז אלעס געבליבן גאנץ, קיין שום ארטיקעל איז נישט צוגערויבט געווארן, רבי לייב שרה'ס האט דאך געזאגט אויף אלע ארטיקלען אז עס איז נישט קיין סחורה, נא ווער דארף דען אזעלכע ארטיקלען, נאר איין פאהר הענטשקעס טאקע די הענטשקעס אויף וואס רבי לייב שרה'ס האט עדות געזאגט אז עס איז סחורה דאס האבען די זעלנער צוגערויבט, די פאר הענטשקעס זענען געווען די כפרה און מער איז גארנישט גע'גנב'עט געווארן,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי יעקב פיש מקאלוב זי"ע פלעגט דערציילן די מעשה ווי דער צדיק וקדוש רבי לייב שרה'ס זי"ע האט אים מציל געווען מיט זיין גרויסע רוח הקודש,

ווי באקאנט איז דער צדיק רבי יעקב פיש זי"ע געווען דער בעל אכסניא פון די צדיקי הדור אין שטאט קאלוב, גרויסע צדיקים פונעם דור ווען זיי זענען געקומען קיין קאלוב זענען זיי אלע איינגעשטאנען אינעם שטוב פון דעם צדיק רבי יעקב פיש זי"ע, דער צדיק רבי יעקב האט געהאט א פנקס ווי ער האט פארשריבן די שמות הצדיקים וואס זענען געקומען צו אים אין שטוב, און בתוך די צדיקים האט ער געהאט נעמען פון 80 צדיקים בעלי רוח הקודש,

איינמאל איז דער צדיק וקדוש רבי לייב שרה'ס זי"ע געקומען צום שטוב פון רבי יעקב פיש אין קאלוב, נאך אפאר טאג האט רבי לייב געזאגט פאר רבי יעקב, גיי צום שר המדינה וואס זיין נאמען איז "קאלא", און זאג אים אז לייב לאזט דיך רופען, דער צדיק רבי יעקב האט געזאגט פאר רבי לייב, ווי אזוי קען איך אריבער גיין, דער שר האט דאך הינט אינדרויסן פון זיין פאלאץ, האט דער צדיק רבי לייב געזאגט, איך וועל מיט דיר מיט שיקן איינע פון מיינע שליחים, און אזוי איז דער צדיק רבי יעקב אריבער צום שר,

בדרך נס איז דער צדיק רבי יעקב אן געקומען אין שטוב פון דעם שר, און ער האט איבער געגעבן די ווערטער פונעם צדיק וקדוש רבי לייב זי"ע, אזוי ווי דער שר האט געהערט די ווערטער האט ער גלייך געזאגט, איך גיי שוין אריבער צו אים, אזוי ווי דער שר איז אנגעקומען צו רבי לייב, האט דער צדיק רבי לייב אריין גענומען דעם שר צו זיך אין שטוב און זיי האבן אזוי גערעדט א שטיק צייט, אויפן וועג ארויס האט דער צדיק רבי לייב געזאגט פאר דעם שר ווייזענדיג אויף רבי יעקב פיש, "דאס איז יעקב וואס פארשטייט צו גוטע פערדן, און ווען די ברויכסט א נייע פערד, זאלסטו דעם יעקב נעמען צום יריד", עס איז געווען א גרויסע פלא פאר רבי יעקב פיש די גאנצע זאך,

אפאר יאר שפעטער בעפאר פסח און די גוים פון שטאט קאלוב וואס זענען געווען גרויסע שונאי ישראל און האבן נישט פארגינען פאר דעם רבי יעקב אז ער האט אזויפיל געלט, האבן זיי אפ געמאכט צו מאכן א בלבול אויף רבי יעקב, האבן זיי באצאלט געלט פארן יונגען גוי דער משרת אין שטוב פון רבי יעקב פיש, אז דער גוי זאל אוועק פארן אין א ווייטע שטאט, און די גוים האבן געשטעלט עדות פארן געריכט, אז רבי יעקב האט ר"ל גע'הרג'עט דעם משרת,

פארשטייט זיך אז מען האט דעם רבי יעקב פיש איינגעזעצט אין תפיסה ביז צו זיין משפט, די משפחה פון רבי יעקב האבן פראבירט וואס זיי האבן געקענט צו ריין וואשן רבי יעקב, און זיי האבן באצאלט א גרויסע סכום געלט אז מען זאל כאטש ארויס לאזן דעם רבי יעקב פון תפיסה ביז צו זיין משפט,

אינצווישן האט דער שר וואס דער צדיק רבי לייב שרה'ס זי"ע האט געהאט גערעדט צו אים, געברויכט קויפן נייע פערד, איז ער אריבער צו רבי יעקב און געבעטן אז ער זאל מיט אים קומען קויפן די פערד, אבער ער האט געזען אויף רבי יעקב אז ער איז זייער צובראכן, האט ער געפרעגט פון רבי יעקב וואס עס גייט פאר, האט אים רבי יעקב דערציילט די גאנצע מעשה וואס די גוים האבן געמאכט אויף אים א פאלשע בלבול אז ער האט גע'הרג'עט זיין משרת,

האט אים דער שר געזאגט, אויב בוסטו טאקע אימשילדיג, וועל איך טון אלעס אין מיין כח צו ריין וואשן דיין נאמען און אויף ווייזן דיין גערעכטיגקייט, און דאן איז רבי יעקב געפארן מיט דעם שר צום יריד קויפן זיינע פערדן, אנקומענדיג אין מארק האבן זיי דארט געטראפן דעם משרת פון רבי יעקב ווי ער וויינט, און דער גוי האט דערציילט אז דער גלח האט אים דא געשיקט קעגן זיין ווילן, כדי ער זאל קענען מאכן דעם פאלשן בלבול אויף זיין בעל הבית רבי יעקב,

ווען דער שר האט געזען אז דער רבי יעקב איז באמת נישט שילדיג, האט ער אויפן וועג אהיים מיט גענומען דעם משרת און ער האט אים באהאלטן ביי זיך אין שטוב ביז צום משפט, ביים משפט זענען טאקע געקומען די פאלשע עדים און האבן עדות געזאגט אז רבי יעקב האט ר"ל טאקע גע'הרג'עט זיין משרת, אבער פלוצלונג קומט אריין יענער שר מיטן משרת אין געריכט זאל, פארשטייט זיך אז דער רבי יעקב פיש איז גלייך באפרייט געווארן, און מען האט באשטראפט דעם גלח,

דאן האט דער שר דערציילט פאר רבי יעקב פיש, אז ווען ער איז געווען אין שטוב פון רבי לייב שרה'ס זי"ע, האט ער אים שוין דאן מגלה געווען אז די וועסט יארן ארום זיין אין א עת צרה, און ער האט מיך באפוילען, אז בשכר וואס די וועסט מיר אייביג העלפן קויפן מיינע פערד, זאל איך דיך ראטעווען ווען די בוסט ח"ו אין א צרה, דאס איז געווען די הייליגע אויגן וואס דער צדיק וקדוש רבי לייב שרה'ס זי"ע האט פארמאגט און געזען זאכן וואס וועט פאסירן אפילו יארן שפעטער נאך זיין פטירה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9377
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16309

Re: רבי אריה לייב - רבי לייב שרה'ס ז"ל - ד' אדר תקנ"א

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז דער צדיק רבי לייב שרה'ס זי"ע געפארן אויף איינע פון זיינע געהויבענע נסיעות, און ער האט געברויכט דורך פארן דעם שטאט סטאלין, האט ער געבעטן דעם בעל עגלה, אז אזוי ווי ער וויל נישט ווערן אפגעהאלטן צו לאנג, זאל ער נישט אריין פארן אין שטאט סטאלין ווי דער צדיק הרה"ק רבי אשר ב"ר אהרן הגדול מסטאלין זי"ע וואוינט, נאר ער זאל דורך פארן אינדרויסן פון שטאט,

אבער דער גרויסער צדיק רבי אשר מסטאלין זי"ע האט גלייך מרגיש געווען אז דער צדיק רבי לייב פארט דורך זיין שטאט, און דערפאר האט ער ארויס געשיקט זיין זון הרה"ק רבי משה בער זי"ע אז ער זאל אפ ווארטן דעם וואגן פונעם צדיק און אים ארין ריפן אין שטאט, כך הוה נישט לאנג נאכדעם איז טאקע אנגעקומען די וואגן פונעם צדיק, און רבי משה בער האט אים איבער געגעבן וואס זיין גרויסע טאטע האט געבעטן,

פארשטייט זיך אז רבי לייב שרה'ס זי"ע איז גלייך אריין געפארן אין שטאט סטאלין, דאס התרגשות פון רבי אשר'ל מסטאלין זי"ע איז געווען אזוי גרויס זיך צו טרעפן מיט דעם צדיק רבי לייב, אז דער צדיק רבי אשר האט ממש געוואלט ארויס שפרינגען פון די פענסטער זיך צו טרעפן מיט רבי לייב,

אבער דער צדיק רבי לייב האט אם געוויזן אז ער זאל צו ווארטן ביז ער קומט אריין אין שטוב, ווען זיי האבן זיך געגעבן שלום האט רבי לייב שרה'ס זי"ע געזאגט בזה"ל, "פון מלאכים און שרפים און אופנים קען איך זיך אויסבעהאלטין, און פון דיר קען איך זיך נישט אויסבעהאלטין",

ביים גרויסן עושר פון שטאט האט אמאל פאסירט א גרויסע צרה, ווען זיין טאכטער איז ליידער אראפ געפאלן פון א הויכע שטאק, און דער טאכטער איז געווען אין א גרויסע סכנה און געווען בין חיים למיתה, איז דער עושר געלאפן צום צדיק וקדוש רבי לייב שרה'ס זי"ע און מזכיר געווען זיין טאכטער, דער צדיק וקדוש רבי לייב האט גענומען זיינע הייליגע הענט און דאס דורך געפירט אויף גאנצן גוף פון דעם עושר, און דאן געזאגט פארן עושר אז ער קען אהיים גיין, ווייל זיין טאכטער איז שוין אינגאנצן געזונט,

ווען דער עושר איז אנגעקומען צו זיך אין שטוב, האט ער געזען אז דער טאכטער איז געווען געזונט כאחד אדם, און דער טאכטער דערציילט, אז עס איז צו איר געקומען א זקן אחד, און ער האט דורך געפירט זיינע הענט אויף איר גאנצע גוף, און אויף יעדע פלאץ וואס ער האט צו גערירט איז איר גלייך בעסער געווארן און צום סוף איז זי אינגאנצן געזונט געווארן,
שרייב פאוסט