דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג ביי א סייד וואס איז שוין אלט אפאר יאר און האט שוין א ריזיגע באזע פון שרייבערס דעמאלטס דארף מען טאקע שנעל ארויסווארפן ניקים וואס מאכן טראבל אפילו נאר מפעם לפעם און לאזן די מנהלים רואיג נישט צו דארפן ארבטען צו שווער,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:16 pmאויב איך מעג מיך אריינמישען...
די הנהלה זאגט כסדר אז זייער ציל איז אז נאר ניקים וואס קענען שרייבען אויף אן ערוואקסענעם אופן זאלן זיך געפינען אויף דעם זייטל. די גאנצע מאכן פוינטס וכדו' איז גוט פאר כתה אייוועלט.
קיינער ווערט נישט פארווארפען בלי שום סיבה. אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז מונח בספק וועט די הנהלה בדרך כלל שלינגען. זיי פארשטייען פונקט ווי יעדער נארמאלער מענטש אז אין דעותיהם שוות, און אלעס קען זיך מאכן. אויב זעהט די הנהלה אז עס חזר'ט זיך איבער כסדר, וועלן זיי יענעם שיקן אין אישי אז די מהלך איז אומאקצעפטירבאר, און מעקן זיין תגובה. אויב כאפט די ניק נאכאלץ נישט איז טאקע א סימן אז ער געהערט נישט דא, נאר ער דארף נאכאמאל איבערגיין כתה אייוועלט.
משא''כ א נייע סייד וואס האט נאך ביזדערווייל גאנץ א קליינע באזע פון שרייבערס ובפרט פון געלונגענע אקטיווע ניקים איז יעדע ניק ובפרט א אקטיווע ניק זייער וויכטיג און יעדע פון זיי וואס פליען מאכט א ריזיגע חילוק צום סייד אין אזא פאל דארף מען ווארפן נאר ניקים וואס מאכן טראבל ממש אן אויפהער און נישט די וואס מאכן מפעם לפעם און יא די מנהלים וועלן טאקע דארפן ארבטען אביסל און מעקן כסדר.