נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
קמיאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:41 pm
x 37

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קמיאל »

חכם החכמים האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:31 am Screenshot_20240526_232242_Drive.jpg
משה זרח האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:18 am
קמיאל האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:15 pm די שטח אין אין אן אנדערע זאונינג (rc-1)
דאס איז די זאונינג מאפע
zonning.jpg
און וועלכע זאנינג איז טרעזא? און וועלכע זאנינג מעפ איז פענסילוועניע?? און וועלכע זאנינג מעפ איז די אלע איציטיגע הייזער געבויעכץ וואס ערלויבט עקסטערע דירות און די בעיסמענט?
דאס איז די Updated zoning map וואס איז געטוישט געווארן ביי די אידישע וויליטש/UJC באאמטע

June 21 2022

איר קענט דאס זעהן אינטען אויף די רעכטע זייט פינעם Map

די Map וואס @קמיאל האט ארויפגעלייגט איז נאך פין 2009
גערעכט, אבער די שטח וואס דו האסט דערמאנט האט זיך די זאונינג נישט געטוישט, עס איז אלס געווען אין rc-1
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 265

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

וזה ברור האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:08 pm
חכם החכמים האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:41 pm Screenshot_20240517_151430_Gmail.jpg
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 10:47 am א פרישע דירות פראיעקט איז ב"ה ארויפגעקומען אויפ'ן מארקעט, א פראיעקט פון ר' אליעזר שווימער אויפ'ן 208.

זע איך מען בויט שוין 3 שטאק העכער א בעיסמענט, און גרעסערע בנינים, עס קוקט אויס אז ס'קומט מיט שנעלע טריט צו ווערן ענליך צו צענטער קרית יואל. די פרייז האב איך דערווייל נישט געהערט פונקטליך, און אדרבה ווער עס האט יא די אינפארמאציע זאל אריינקומען.

וואס איך בין נייגעריג צו הערן פון די וואס ווייסן, צו ס'איז דא א מהלך און א פלאן וויאזוי ס'גייט זיין סוער פאר דעם פראיעקט.


SBG2.jpg


SBG1.jpg
SBG2.jpg
נישט דא ווער זאל לאכן....

Screenshot_20240517_151430_Gmail.jpg נישט דא ווער זאל לאכן....
וואס זעהסטו דא?
כתב וקול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:35 pm
Location: ניו יארק
x 82

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך כתב וקול »

e75db349-3175-40ed-a997-81af5a2ea603.jpeg
e75db349-3175-40ed-a997-81af5a2ea603.jpeg (300.81 KiB) געזען געווארן 924 מאל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1170
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1475

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

מען מאכט עס איבער אדער מען נעמט אראפ די צוגעלייגטע אומאפציעלע לעין?
פיילס
photo_2024-05-29_13-35-24.jpg
photo_2024-05-29_13-35-24.jpg (225.55 KiB) געזען געווארן 811 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
רואה ואינו כותב
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 8:04 pm
Location: קרית יואל
x 49

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רואה ואינו כותב »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:44 pm מען מאכט עס איבער אדער מען נעמט אראפ די צוגעלייגטע אומאפציעלע לעין?
לויט ווי עס זעהט אויס נעמט מען עס אראפ
פארוואס ווייס איך נישט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ס'האט זיכער א סיבה.

לאמיר בעטן @יונה טויב אדער @בלומען אריינצוקומען מיט מער פרטים.

(אבער דער ענטפער זאל ביטע נישט זיין "חחח מען טוט עס פאר רשעות..." נאר ענדערשט פלעין צום ענין :) )
א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:57 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך א איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:29 pm ס'האט זיכער א סיבה.

לאמיר בעטן @יונה טויב אדער @בלומען אריינצוקומען מיט מער פרטים.

(אבער דער ענטפער זאל ביטע נישט זיין "חחח מען טוט עס פאר רשעות..." נאר ענדערשט פלעין צום ענין :) )
ווייל סאיז געווארען געמאכט אן רשות און די מנהל נעמט קעיר!!!
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 265

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:29 pm ס'האט זיכער א סיבה.

לאמיר בעטן @יונה טויב אדער @בלומען אריינצוקומען מיט מער פרטים.

(אבער דער ענטפער זאל ביטע נישט זיין "חחח מען טוט עס פאר רשעות..." נאר ענדערשט פלעין צום ענין :) )
איך ווייס נישט קיין פרטים אבער מיט די ביסל שכל וואס איך האב נעמען זיי עס אראפ צוליב ביוראקראטישע סיבות וויבאלד ס'איז דאך געמאכט געווארן גענצליך אן רשות, כאטש מען ארבעט אקטיוו עס יא צו מאכן אפיציעל, אבער ביי זיי נעמט עס דאך א יאר מיט א מיטוואך
אויב רשעות קומט אריין דא? ס'איז בכלל נישט אויסגעשלאסן, זינט פארשידענע אקטן פון די סטעיט האבן זיך ארויסגעשטעלט לעצטנס צו זיין א רעזולטאט פון רשעות, אריינגערעכנט דורך סקויפיס, וואס איז געווארן אנגערייצט דורך מכם ובכם'ניקעס, ואין אידטיש מקום להאריך
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אה, הייסט די סטעיט טוט עס? אהא! שכוח @בלומען.

בנוגע די דמיונות וועגן סקופיס, האבעך געוויסט אז עפעס וועסטו דא טרעפן אריינצודרייען... נו שוין. מוז איך רעספאנדן "הוילע דמיונות איז אן אנדערסטעיטמענט".
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 348
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 246

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

פאר ווער עס קען די DOT איז עס נאר געווען א שאלה פון צייט ביז זיי קומען עס אראפנעמען.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1362
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1324

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

בלומען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:29 pm ס'האט זיכער א סיבה.

לאמיר בעטן @יונה טויב אדער @בלומען אריינצוקומען מיט מער פרטים.

(אבער דער ענטפער זאל ביטע נישט זיין "חחח מען טוט עס פאר רשעות..." נאר ענדערשט פלעין צום ענין :) )
איך ווייס נישט קיין פרטים אבער מיט די ביסל שכל וואס איך האב נעמען זיי עס אראפ צוליב ביוראקראטישע סיבות וויבאלד ס'איז דאך געמאכט געווארן גענצליך אן רשות, כאטש מען ארבעט אקטיוו עס יא צו מאכן אפיציעל, אבער ביי זיי נעמט עס דאך א יאר מיט א מיטוואך
אויב רשעות קומט אריין דא? ס'איז בכלל נישט אויסגעשלאסן, זינט פארשידענע אקטן פון די סטעיט האבן זיך ארויסגעשטעלט לעצטנס צו זיין א רעזולטאט פון רשעות, אריינגערעכנט דורך סקויפיס, וואס איז געווארן אנגערייצט דורך מכם ובכם'ניקעס, ואין אידטיש מקום להאריך
וואס איז געווען די חשבון ביים עס מאכן?
געבן זיי קנסות פארן מאכן?
א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:57 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך א איד »

ברוך השם אונז זעמיר פערפעקט , זיי זענען אייביג שולדיג. אזוי וואו ביי די נייע וועד צום שטעטעל. זיי ווילן סזאל הייסען קרית יואל אבער א וועג אריין ווילן זיי נישט …



שוין צייט צו זיין אפן און אמתדיג. די לעין איז געמאכט אן רשות און די סטעיט בעט שוין פונעם ערשטען טאג אז מען זאל עס אראפנען
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

יאאאאאאאאאארן צוריק נאך פארן קריג דאכט זיך איז געווען עפעס א שטעטל וואס האט געעפענט א וועג צו א געסל וואס האט געהייסן רעיוואוד אן רשות און די טאון דארט האט עס געהייסן פארמאכן, זעט אויס אידישע קינדער טון וואס מען דארף טון ווען עס פעלט אויס.

נ.ב. איך ווייס נישט וואס איז די מעשה ביים 208.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יונה טויב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm יאאאאאאאאאארן צוריק נאך פארן קריג דאכט זיך איז געווען עפעס א שטעטעל וואס האט געעפענט א וועג צו א געסל וואס האט געהייסן רעיוואוד אן רשות און די טאון דארט האט עס געהייסן פארמאכן, זעט אויס אידישע קינדער טון וואס מען דארף טון ווען עס פעלט אויס.

נ.ב. איך ווייס נישט וואס איז די מעשה ביים 208.
ריכטיג.

און נאך אפאר יאר פריער איז געווען א מעשה מיט די קאונטי, צו צוקומען צו א דיעל צו קענען מאכן א וואלק-וועי צו שכונת עצי תמרים. ס'געווען הויעך יו"ט, פארשפארט די ראוד, אבער ס'געווען א מהלך אנצוקומען צו וואו מ'איז אנגעקומען.

און דא האט מען ס"ה געפרעגט צו איינער ווייסט די מהלך, אדער וואס דא גייט פאר.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1170
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1475

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:21 pm אה, הייסט די סטעיט טוט עס? אהא! שכוח @בלומען.

בנוגע די דמיונות וועגן סקופיס, האבעך געוויסט אז עפעס וועסטו דא טרעפן אריינצודרייען... נו שוין. מוז איך רעספאנדן "הוילע דמיונות איז אן אנדערסטעיטמענט".
קענסט מסבר זיין די שורה?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 843

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

רואה ואינו כותב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:26 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:44 pm מען מאכט עס איבער אדער מען נעמט אראפ די צוגעלייגטע אומאפציעלע לעין?
לויט ווי עס זעהט אויס נעמט מען עס אראפ
פארוואס ווייס איך נישט
יעצט אדורך געפארן די טרעפיק איז געפערליך,
פיילס
20240529_150607.jpg
20240529_150607.jpg (510.71 KiB) געזען געווארן 699 מאל
איך וועל אייך באפייפען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:46 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:21 pm אה, הייסט די סטעיט טוט עס? אהא! שכוח @בלומען.

בנוגע די דמיונות וועגן סקופיס, האבעך געוויסט אז עפעס וועסטו דא טרעפן אריינצודרייען... נו שוין. מוז איך רעספאנדן "הוילע דמיונות איז אן אנדערסטעיטמענט".
קענסט מסבר זיין די שורה?
גארנישט, כ'האב געמיינט אז די ווילעדזש נעמט עס אוועק. נישט געכאפט ס'איז א סטעיט ראוד.
מחדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
Location: קר"י והגלילות
x 315

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מחדש »

WOOFF גייט דארט זיין טראפיק, גרייט אייך אן בלעכע הויזן ביים זיצן אין די קאר דארט, #רשעות פון-די-סטעיט!
לייבקע יענטע'ס
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:18 pm
x 74

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לייבקע יענטע'ס »

מחדש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:23 pm WOOFF גייט דארט זיין טראפיק, גרייט אייך אן בלעכע הויזן ביים זיצן אין די קאר דארט, #רשעות פון-די-סטעיט!
נע איך ווארט אויף די יד ישראל באמצע לאזונג
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 348
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 246

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:49 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:46 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:21 pm אה, הייסט די סטעיט טוט עס? אהא! שכוח @בלומען.

בנוגע די דמיונות וועגן סקופיס, האבעך געוויסט אז עפעס וועסטו דא טרעפן אריינצודרייען... נו שוין. מוז איך רעספאנדן "הוילע דמיונות איז אן אנדערסטעיטמענט".
קענסט מסבר זיין די שורה?
גארנישט, כ'האב געמיינט אז די ווילעדזש נעמט עס אוועק. נישט געכאפט ס'איז א סטעיט ראוד.
ווען מען האט געלייגט די לייט און די עולם האט געפרעגט וואס איז דער פלאן מיט א טוריניג לעין, האט א UJC באאמטער געשריבן אויף אייוועלט 'אז מען וויל און מיט עכטע השתדלנות קומט מען אן' נישט אזויווי ביי די מאונטען טרייענגל וואו ק"י ווילעדש בעט שוין יארן פון די קאונטי..

הפנים, האט די סב"ג ווילעדש געדינגען א פעווינג קאמפאני אויסצופלאסטערן א שאלדער, לאמיר האפן אז יעצט וועט די NYDOT זיך רעכענען מיט די שתדלנים און מאכן א געהעריגע לעין.,
משה זרח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:48 pm
Location: Kiryas Yoel
x 279

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך משה זרח »

נישט קיין חילוק ווער ס'איז שילדיג אדער נישט דא גייט מען זיצן און לאנגע ליניעס דעם זומער.. לאמיר נישט פארגעסן אז MUSEUM VILLAGE איז נאך אויך פארמאכט פאר א נויט...
יא, דאס איז די סטעיט די אוי טי, נישט די טאון און נישט די קאוינטי, 208 איז א סטעיט ראוד,
קענסט ווארטן ביז מארגן מיט שתדלנות, אנלעס אז די האסט א גוטע קאמיוניקעישאן מיט די סטעיט און א גוטע רעפיוטאציע, סאוי פאר האט די ווילעדזש דא זיך פארטשעפעט מיט אלע פאליטישאנ'ס ביי די פריערדיגע וואלן ווי מהאט אויסגעשפילט סיי סקופיס און סיי האויקעל
ימים ידברו
שמויגער טויגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:42 pm
x 54

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמויגער טויגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:21 pm אה, הייסט די סטעיט טוט עס? אהא! שכוח @בלומען.

בנוגע די דמיונות וועגן סקופיס, האבעך געוויסט אז עפעס וועסטו דא טרעפן אריינצודרייען... נו שוין. מוז איך רעספאנדן "הוילע דמיונות איז אן אנדערסטעיטמענט".
סקופיס האט א היסטאריע פון זיין א וויסטע פובליק אנטיסימיט קעגן אידן אין קרית יואל, וואספאר אזשענדע האסטו צו פארענטפערן א אנטיסימיט וואס יעדער חדר אינגעל ווייסט דאס? ווען קרית יואל האט די ערשטע מאל געוואוט קעגן אים וועגן ער איז געווען א אנטיסעמיט, איז עס אויך געווען הוילע דמיונות?
קאפ אין וואנט האט א שיעור
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שמויגער טויגער איך האב זיך באצויגן צו די דאזיגע דמיונות:
בלומען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:10 pmסקויפיס, וואס איז געווארן אנגערייצט דורך מכם ובכם'ניקעס, ואין אידטיש מקום להאריך

קלאר אז סקופיס ארבעט קעגן די וואוקס. ער איז דאך געווען דער פאנטרעגער פון די מערכה קעגן קרית יואל'ס אנעקסעישן.

ב"ה אז קרית יואל האט שוין באוויזן אים צו איבערדרייען צו דארפן ארבעטן לטובת די שטאט, און לטובת די חינוך. האפנטליך ווען בלומינגראוו ווילעדזש וועט ווערן מער עקספיריענס אין דיעלן מיט שונאים וועט עס זיי אויך געלונגען.
שמויגער טויגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:42 pm
x 54

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמויגער טויגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:43 pm @שמויגער טויגער איך האב זיך באצויגן צו די דאזיגע דמיונות:
בלומען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:10 pmסקויפיס, וואס איז געווארן אנגערייצט דורך מכם ובכם'ניקעס, ואין אידטיש מקום להאריך

קלאר אז סקופיס ארבעט קעגן די וואוקס. ער איז דאך געווען דער פאנטרעגער פון די מערכה קעגן קרית יואל'ס אנעקסעישן.

ב"ה אז קרית יואל האט שוין באוויזן אים צו איבערדרייען צו דארפן ארבעטן לטובת די שטאט, און לטובת די חינוך. האפנטליך ווען בלומינגראוו ווילעדזש וועט ווערן מער עקספיריענס אין דיעלן מיט שונאים וועט עס זיי אויך געלונגען.
א אנטיסימיט בלייבט א אנטיסימיט, נאכדערצו אז ער ארבעט ווייטער קעגן וואוקס אזוי ווי די זאגסט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שמויגער טויגער ובחרת בחיים האלט אויך אזוי...

מיט אזא מהלך קענסטו נישט וואוטן פאר קיין גוי בכלל. א ליבעראלע גוי אפגערעדט.

למעשה ביי ערליכע אידן איז אנגענומען צו טון השתדלות. און ב"ה אז אין גלות איז דאס נאך דא און עס ארבעט.
שרייב פאוסט