געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 674
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1216

געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

מירון.jpeg
מירון.jpeg (11.71 KiB) געזען געווארן 388 מאל
בניגון: מקולות מים רבים.


איך זיץ ביי מיר אינדערהיים.
מיט א רצון ביי ר' שמעון צו זיין.
אבער פון מירון הערט זיך א הילכיגער ניין.
אויף ל"ג בעומר וועסטו נישט גיין.


עס פליסן פון מיר הייסע טרערן.
נענטער צום רבוש"ע טוט מען דארט ווערן.
אבער די מצב הזמן טוט שטערן.
קיין מירון זיך צו קערן.


די געפילן טוען מיר רוישן.
ביי ר' שמעון איך טוה זיך טוישן.
מ' טוט זיך פארנעמען קבלות.
צו מאכן א כלי פאר די הארות.


אויסזאגן אין די מערה תהילים.
דאס מסביר צו זיין איז אין מילים.
א העכערקייט איך טוה שפירן.
עס עפענט אלע פארשפארטע טירן.


מ' באקומט אן התעוררות תשובה.
איך קלערט אריין מה אני חשובה.
ווען מ' שפירט א בזיון.
קעגן דעם תנא שקדוש מהריון.


מגלה געווען סתרי תורה.
בבחינת משה רבינו, לכאורה.
איך בעט, הייליגע תנא זיי מיר משפיע.
איך זאל באקומען אין הבנת התורה אן עלי'.


איך קום מיט אסאך בקשות.
אבער אויף גשמיות איז צו בעטן קשות.
איך בעט נאר, שיק מיר נישט אהיים ליידיג.
די ישועות זאלן מיר באגלייטן אויף אייביג.


און בעיקר מ' טוט געדענקען.
אז צום ביהמ"ק מיר טוהן בענקען.
רבי שמעון, טוה זיך פאר אונז מיען.
עס זאל שוין זיין יברכך ה' מציון.



יעצט לאמיר זינגען אינאיינעם:
אוי, צמאה, לך, נפשי, כמה לך בשרי, בארץ ציה ועיף, בלי מים.

אוי יאַ מאַ מאַ מאַ מאַאַ אוי וכו'.

אוי, כן בקודש חזיתיך, לראות עזך, וכבודיך.



אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתיך.
.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2054
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5063

Re: געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד.

פאוסט דורך פופציגער »

ס'זינגט זיך מיט
אוי יאַ מאַ מאַ מאַ מאַאַ אוי....
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 779
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 880

Re: געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד.

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

זייער שיין!

אוי די געפילן טוהן בענקען
איך וועל אייך באפייפען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8756

Re: געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד.

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@רעגענדיגע זונטאג איך זע אז קומענדיגער זונטאג גייט רעגענען טרערן!

אוי שרייבסטו זיס! ס'זינגט זיך מיט! אוי צמאה!!!
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4859

Re: געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד.

פאוסט דורך Spa 42 »

שטארק!!!

מ' שפירט דיינע געפילן ביים עס ליינען.
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 385

Re: געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד.

פאוסט דורך דאפלטער »

עס בענקט עס בענקט
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2583
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 7167

Re: געפילן: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

די געפילן טוען מיר רוישן.
ביי ר' שמעון איך טוה זיך טוישן.
מ' טוט זיך פארנעמען קבלות.
צו מאכן א כלי פאר די הארות.

דעיס האט מיר די מערסטע געכאפט!!!
א תוכן'פולע ליידיג גייער
שרייב פאוסט