איך זיץ ביי מיר אינדערהיים.
מיט א רצון ביי ר' שמעון צו זיין.
אבער פון מירון הערט זיך א הילכיגער ניין.
אויף ל"ג בעומר וועסטו נישט גיין.
עס פליסן פון מיר הייסע טרערן.
נענטער צום רבוש"ע טוט מען דארט ווערן.
אבער די מצב הזמן טוט שטערן.
קיין מירון זיך צו קערן.
די געפילן טוען מיר רוישן.
ביי ר' שמעון איך טוה זיך טוישן.
מ' טוט זיך פארנעמען קבלות.
צו מאכן א כלי פאר די הארות.
אויסזאגן אין די מערה תהילים.
דאס מסביר צו זיין איז אין מילים.
א העכערקייט איך טוה שפירן.
עס עפענט אלע פארשפארטע טירן.
מ' באקומט אן התעוררות תשובה.
איך קלערט אריין מה אני חשובה.
ווען מ' שפירט א בזיון.
קעגן דעם תנא שקדוש מהריון.
מגלה געווען סתרי תורה.
בבחינת משה רבינו, לכאורה.
איך בעט, הייליגע תנא זיי מיר משפיע.
איך זאל באקומען אין הבנת התורה אן עלי'.
איך קום מיט אסאך בקשות.
אבער אויף גשמיות איז צו בעטן קשות.
איך בעט נאר, שיק מיר נישט אהיים ליידיג.
די ישועות זאלן מיר באגלייטן אויף אייביג.
און בעיקר מ' טוט געדענקען.
אז צום ביהמ"ק מיר טוהן בענקען.
רבי שמעון, טוה זיך פאר אונז מיען.
עס זאל שוין זיין יברכך ה' מציון.
יעצט לאמיר זינגען אינאיינעם:
אוי, צמאה, לך, נפשי, כמה לך בשרי, בארץ ציה ועיף, בלי מים.
אוי יאַ מאַ מאַ מאַ מאַאַ אוי וכו'.
אוי, כן בקודש חזיתיך, לראות עזך, וכבודיך.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתיך.
.אוי, צמאה, לך, נפשי, כמה לך בשרי, בארץ ציה ועיף, בלי מים.
אוי יאַ מאַ מאַ מאַ מאַאַ אוי וכו'.
אוי, כן בקודש חזיתיך, לראות עזך, וכבודיך.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתיך.