ל"ג בעומר תשפ"ד

נייעס אין אונזער קווארטאל
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך world champion »

world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:09 am
האקט א טאג האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 10:03 am די מאכערס אין מירון זאגן אז אש דת האט א הסכם מיט די פאליציי אז סזאל זיין שטיל ביז 2 אזייגער זינטאג און דעמאלס זענען זיי מסכים מזאל קומען נאכמיטאג אין די מאסן און זיי וועלן אפיציעל כאילו אויפגעבן און לאזן אלע טויערן אפן סוי בעט מען שטארק יעדער זאל זיין איינגעהאלטן
זיי גרייט מיט בלעכענע הויזן אין 7 שעה ארום...

אנבעליוועבל השנאה מקלקלת את השורה...
נו למעשה???
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 758
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1378

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דעת קדשי »

יד כלל ישראל על העליונה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
ישר והפך
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:45 pm
x 82

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך ישר והפך »

פארן גיין יעצט כאפן א לעצטע געלעגנהייט "האפנטליך" אין די מערה וועל איך יעצט דא שרייבן בקיצור ממש פונעם טאג. מוצ"ש האב איך שוין געזאגט האבן זיי געטיילט מכות רצח און פארמאכט אלסדינג. אינדרויסן האט מען געטראפן 3 בחורים וואס דער עולם האט געוויסט פון שבת אז איינער האט אויפגעכאפט אויף אק קאמערע אז זיי זענען געווען מוסרים. דער עולם האט זיך אויסגעגעבן די ווייטאג אויף זיי און זיי האבן געמוזט ארויסגיין פון די גאנצע געגנט. אגב האב איך שבת דא געטראפן די הויפט עסקן מיט נאך א געהילף וואס א קנאי האט זיי נאכגעשריגן "משתפי"ם" "משתפי"ם"... און אונזער חבורה האט געמאכט א לענגערע שמועס מיט זיי איבער די נושא. אבער דאס איז נישט פאר דא און זיכער נישט פאר יעצט. נאר היות זיי האבן זיך געדרייט אזוי כמלך בגדוד האט עס פארדראסן פאר אסאך און ס'איז געווארן אזעלכע אויסטוישונגען. אגב היינט ל"ג בעומר האב איך זיי שוין בכלל נישט געזען דא.

צוריק ווי איך האלט. נעכטן נאכט זעמיר געגאנגען מאכן א הדלקה אין אונזער הויף און ס'איז געווען ב"ה זייער לעבעדיג, די פאליציי זענען שין כמעט נישט געווען אויף די גאסן זיי האבן זיך נאר קאנצעטרירט אויף די בארג פון די מערה. מ'האט פארברענגט ב"ה אין גרויסן און כסדר זענען געקומען נאך שכנים מיטהאלטן. 6 אינדערפרי האבן מיר באשלאסן מ'גייט פרובירן אריינצוגיין אין די מערה. אנקומענדיג צום בארג איז געווען ביטער, די חברה זענען געווען אויסגעשורה'ט און נישט געלאזט בכלל ארויפגיין צום הייליגן בארג, זעמיר אונז געגאנגען צו די שטח פון רבי יחזקאל ראטה ז"ל און פון דארט אין די בעק האמיר געקענט קריכן א שווערע וועג אויף די בערג און שטיינער און ביימער און ב"ה אנגעקומען צו די חצר. אבער פאליציי זענען געווען דארט און זייער באוואכט.

בערך 7 אזייגער האבן זיך די טויערן געעפנט, כ'ווייס נישט וויאזוי אבער עפעס האבן זיי אויפגעגעבן האלבוועגס און אונז זעמיר אריין און געדאוונט אין די הייליגע מערה א לעבעדיגע שחרית מיט נאך אאסאך אידן, מסתם אפאר הונדערט. ס'איז געווען א גרויס סמשחה פון איין זייט און ווייטאגליך פון די אנדערע זייט ווייל נאך אלעם שטיימיר דא ל"ג בעומר אין די מקום הקודש און אזוי זעט עס אויס?! אבער כאטשיג דאס. די דאווענען ואיז געווען דערהויבן איבריג צו זאגן. בערך א שעה שפעטער האבן די חברה אריינגעשטורעמט מיט אייזערנע שטעקענעס און אנגעהויבן פארטרייבן און אויב איינער איז געבליבן שטיין פארנט פון זיי האט יענער געכאפט מכת רצח. רצח איז נישט קיין גוזמא. 4 אידן זענען ממש געווארן צובראכן די ביינער און מ'האט זיי אריינגעפירט אין שפיטאל. איך האב זיך פרובירט אלעמאל צו דרייען נאר נישט נעבן א פאליציאנט אזוי זעמיר ב"ה ארויס גאנץ. אבער למעשה איז די מערה צוריק פארמאכט געווארן, מ'האט געענדירט דאווענען און זאגן תהלים אינדרויסן, אויף די שטחים ארום ווי די תולדות אהרן שטח און דאס גלייכן.

בערך 11 זעמיר אהיים צום אכסניא כאפן א ביינאכט שלאף... און 5 זעמיר צוריק ארויף הערנדיג מענטשן זאגן אז ס'איז אפן. איך האב געמיינט אז ס'איז שוין טאקע געהעריג אפן אזוי ווי מ'האט געהאט גערעדט אי די גאס אז ס'גייט זיין, אבער ווי וואס ווען, ליידער איז הערמעטיש פארמאכט, כ'האב נאר געהערט אז ס'איז געווען אינצווישן עטליכע מאל אפן און ס'איז אפילו געווען רמקולים אויך פאר א שטיקל צייט דורך ר' ברוך דויטש אבער ס'האט ליידער נישט אנגעהאלטן לאנג. פארוואס זיי דארפן זיך באגיין מיט אזא רציחה איז ממש נישט צו פארשטיין, די וואס זענען שוין יא דא וואס קען געשען אז זיי קענען מתפלל זיין??? זאגסט זיך פאר סכנה? און דיינע אייזערנע שטעקענעס זענען נישט א סכנה??? ס'איז זייער ביטער.

א קורצע קרישקע נאר צוצולייגן אז אונז האמיר פריער דא געטראפן דעם ר' ברוך דויטש שרייען קולות אין זיין טעלפאן, און צוגייענדיג אויסהערן האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער רעדט צו קול מבשר ר' יצחק שלמה דרעזנער, איך ווייס נישט אויב פאר א אינטערוויו אדער נאך, אבער ער שרייט "יצחק שלמה נאך איין מאל מען שניידט פון מיין אינטערוויו וועל איך מער נישט רעדן! איך רעד נישט פאליטיק איך רעד נאר אפן פון הארץ!!..." שוין ווייסן מיר שוין אז ער האט זיך געוואלט אויסגעזן די ווייטאג אבער מען צענזורירט ווייל ס'קען אויסזען פאליטיק. גראדע טאקע גערעכט. יעצט גיימיר צוריק ארויף, מ'רעדט אז ס'איז פארשלאסן אבער לאמיר האפן עפעס וועט נאך זיין!!!!

בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי. לאמיר פועלן און האבן געפועלט אלעס גוטס.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 758
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1378

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דעת קדשי »

.
פיילס
IMG_20240526_140621_818.jpg
IMG_20240526_140621_818.jpg (63.47 KiB) געזען געווארן 868 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גאר א שארפע מחאה ארויסגעקומען יעצט דורך מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק העדה החרדית, קעגן די מיטארבעט מיט די ציונים, און ספעציעל קעגן דאס אויפנעמען בחורים צו ארבעטן פאר זיי.

שוין לעצטע וואך איז געווען א ישיבת בי"ד איבער דעם, און בי"ד האט געשריבן א מחאה, אביסל מילדער ווי די היינטיגע, אבער די יעצטיגע עסקנים פון מירון זענען אנגעקומען אין בי"ד און גע'טענה'ט אז להד"ם, ס'איז נישטא קיין מיטארבעט און ס'איז נישטא קיין בחורים, ממילא איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מחאה.

בי"ד האט געריבער איבערגעגעבן דעם צעטל פאר א שליח, און אים געשטעלט צו מברר זיין אויב ס'איז יא אדער נישט דא בחורים מוסרים, און פון דעם וועט מען וויסן אויב מזאל ארויסגעבן די מחאה אדער נישט. למעשה האט יענער שליח גע'טענה'ט אז ער האט נישט גענוג באווייז און די צעטל איז נישט ארויס.

אבער היינט נאכ'ן הערן קלאר וואס ס'איז געווען שבת, מיט פארשידענע עדיות, האט בי"ד ארויסגעגעבן דעם מחאה נאך אסאך שארפער.

בית דין.jpg
בית דין.jpg (358.68 KiB) געזען געווארן 836 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:03 pm
world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:09 am
האקט א טאג האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 10:03 am די מאכערס אין מירון זאגן אז אש דת האט א הסכם מיט די פאליציי אז סזאל זיין שטיל ביז 2 אזייגער זינטאג און דעמאלס זענען זיי מסכים מזאל קומען נאכמיטאג אין די מאסן און זיי וועלן אפיציעל כאילו אויפגעבן און לאזן אלע טויערן אפן סוי בעט מען שטארק יעדער זאל זיין איינגעהאלטן
זיי גרייט מיט בלעכענע הויזן אין 7 שעה ארום...

אנבעליוועבל השנאה מקלקלת את השורה...
נו למעשה???

וואס רעגסטו זיך אזוי, ער האט ס"ה געזאגט אז די מאכערס זאגן אזוי, און דאס איז געווען א קלא דלא פסיק איבעראל.

וואס ס'איז למעשה געווארן דערמיט ווייס איך נישט, מעגליך ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין שום דיעל און ס'איז סתם דמיונות, און מעגליך אז די דיעל איז געווען נאר אויף די האלבע שעות. נישט קיין גרויסע נפק"מ אויף למעשה.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך world champion »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:22 pm
world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:03 pm
world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:09 am

זיי גרייט מיט בלעכענע הויזן אין 7 שעה ארום...

אנבעליוועבל השנאה מקלקלת את השורה...
נו למעשה???

וואס רעגסטו זיך אזוי, ער האט ס"ה געזאגט אז די מאכערס זאגן אזוי, און דאס איז געווען א קלא דלא פסיק איבעראל.

וואס ס'איז למעשה געווארן דערמיט ווייס איך נישט, מעגליך ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין שום דיעל און ס'איז סתם דמיונות, און מעגליך אז די דיעל איז געווען נאר אויף די האלבע שעות. נישט קיין גרויסע נפק"מ אויף למעשה.
מאסכט זיך תמימות'דיג?! נו נו...
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך world champion »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:20 pm גאר א שארפע מחאה ארויסגעקומען יעצט דורך מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק העדה החרדית, קעגן די מיטארבעט מיט די ציונים, און ספעציעל קעגן דאס אויפנעמען בחורים צו ארבעטן פאר זיי.

שוין לעצטע וואך איז געווען א ישיבת בי"ד איבער דעם, און בי"ד האט געשריבן א מחאה, אביסל מילדער ווי די היינטיגע, אבער די יעצטיגע עסקנים פון מירון זענען אנגעקומען אין בי"ד און גע'טענה'ט אז להד"ם, ס'איז נישטא קיין מיטארבעט און ס'איז נישטא קיין בחורים, ממילא איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מחאה.

בי"ד האט געריבער איבערגעגעבן דעם צעטל פאר א שליח, און אים געשטעלט צו מברר זיין אויב ס'איז יא אדער נישט דא בחורים מוסרים, און פון דעם וועט מען וויסן אויב מזאל ארויסגעבן די מחאה אדער נישט. למעשה האט יענער שליח גע'טענה'ט אז ער האט נישט גענוג באווייז און די צעטל איז נישט ארויס.

אבער היינט נאכ'ן הערן קלאר וואס ס'איז געווען שבת, מיט פארשידענע עדיות, האט בי"ד ארויסגעגעבן דעם מחאה נאך אסאך שארפער.

בית דין.jpg
וועלעכע יעצטיגע עסקנים פון מירון זענען אנגעקומען אין בי"ד און גע'טענה'ט אז להד"ם, ס'איז נישטא קיין מיטארבעט און ס'איז נישטא קיין בחורים?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@world champion ווייס איך נישט צו עס באלאנגט דא נעמען.

כאטש מ'רעדט נישט דא פון די פאליטיק שבו נאר די מציאות הדברים, אבער דאך.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך world champion »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:29 pm @world champion ווייס איך נישט צו עס באלאנגט דא נעמען.

כאטש מ'רעדט נישט דא פון די פאליטיק שבו נאר די מציאות הדברים, אבער דאך.
דו לאזסט אראפ א שטינק באמבע קעגן עסקני מירון... בינעך נייגעריג פון וועלעכע עסקנים דו רעדסט? און פון ווי דיין קוגל צווישן די געדינגענע מוסרים מיט עסקנים פון מירון קומט? געדינגען ביי וועם? און נישט דאס שטייט אינעם בריוו פון בי"ד.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך שרייב דיר אין אישי.

און פרעג עניוואן אין בי"ד, ס'קאכט זיך שוין אפאר טעג דערוועגן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

באקומען אין אימעיל:

‪ סעודת ל״ג בעומר תשי״ג

קודם זינגט הרב ר יוסף אשכנזי ז״ל משב״ק בר יוחאי און ואמרתם כה לחי און דערנאך זינגט ר יקתואל הערש בר יוחאי

ביי די סעודה איז פאר געקומען אן אינטערעסאנטע מעשה, הרה״ח ר׳ יקתואל הערש וו״ב ע״ה איז געקומען פון זיין שוועסטער מרת לעווי אשת הרה״ח ר יצחק לעווי ע״ה פון שפיטאל מזכיר זיין אז די דאקטורים האבען שוין אויפגעגעבען ר״ל זי איז לא עלינו געווען זייער קראנק, האט רבינו זי״ע געזאגט פאר ר יקתואל הערש׳ן ער זאל זינגען בר יוחאי מיט דעם באקאנטן ניגון וואס דער טאטע בעל קדיו״ט זי״ע פלעגט דאס צו זינגען, און אזוי ווי ער האט דאס נישט צו גיט גע�‬

אנקעטע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:32 pm
x 249

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך אנקעטע »

[flash=][flash=][flash=][flash=][flash=][/flash][/flash][/flash][/flash][/flash]

עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1009
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2940

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך עדיטאריעל »

עדיטאריעל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:22 pm ברעיקונג: די מיליטער האט געטראפן א אינטערערדישע הייל וואס לויפט פין בית שמש ביז די מושב אין מירון...
פיילס
ה_מנהרה_למירון_1.jpg
ה_מנהרה_למירון_1.jpg (153.84 KiB) געזען געווארן 654 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1009
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2940

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך עדיטאריעל »

רבי מיילעך'ס הדלקה! קע"ה
פיילס
ה_עשרות_האלפים_בבית_שמש.JPG
ה_עשרות_האלפים_בבית_שמש.JPG (405.24 KiB) געזען געווארן 670 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך world champion »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:34 pm איך שרייב דיר אין אישי.

און פרעג עניוואן אין בי"ד, ס'קאכט זיך שוין אפאר טעג דערוועגן.
גארנישט געענפערט. סתם עקעלדיגע פאליטישע חשבונות.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:34 pm איך שרייב דיר אין אישי.

און פרעג עניוואן אין בי"ד, ס'קאכט זיך שוין אפאר טעג דערוועגן.
גארנישט געענפערט. סתם עקעלדיגע פאליטישע חשבונות.
כהאב דיר נישט געגעבן קיין נאמען?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עדיטאריעל האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:19 pm רבי מיילעך'ס הדלקה! קע"ה
WOW

בליעה"ר
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך world champion »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:24 pm
world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:34 pm איך שרייב דיר אין אישי.

און פרעג עניוואן אין בי"ד, ס'קאכט זיך שוין אפאר טעג דערוועגן.
גארנישט געענפערט. סתם עקעלדיגע פאליטישע חשבונות.
כהאב דיר נישט געגעבן קיין נאמען?
אהן קיין פרוף.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 599

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך צווייזייטיג »

די צעטל איז טאקע פונקט ארויסעגקומען 2 אזייגער...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך world champion »

@צווייזייטיג אפשר קלארסטו אויס ווער האט געדינגען די מוסרים?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 599

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך צווייזייטיג »

world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:46 pm @צווייזייטיג אפשר קלארסטו אויס ווער האט געדינגען די מוסרים?
נישט איך...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 599

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דאס האט אש דת ארומגעשיקט.
והוקע אותו נגד השמש
הציבור החרדי מתכונן למחאה האדירה
נגד מעלליו של
איש צר ואיוב "השר" מ... פ...

על האכזריות הנוראה שנעשה על ידו, במשך הימים האחרונים, נגד אנשים נשים וטף,
הפעם זה לא יעבור הפעם בשתיקה.
----------------------------
הודעה נחוצה
מתבקשים מכל מי שיש בידו תיעודים ותמונות
במשך הימים האחרונים מאכזריות הקשה של קלגסי המשטרה
מכל המוקדים ציון הרשב''י, מושב מירון, הדרכים בדרך למירון
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 599

Re: ל"ג בעומר תשפ"ד

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דאס האבן זיי געשיקט פרייטיג.
קריאת חירום
מראות אכזריות, נראו אתמול באתרא קדישא מירון
כאשר המשטרה הוציאו בכח מהדירות אנשים נשים וטף והעלו אותם בעל כורחם על אוטובוסים והרחקה אותם לערים רחוקות
וכן נתנו מכות רצח לכל באי ציון התנא האלוקי הרשב''י
והכל ע''פ הצעת החוק שהניח
צורר היהודים "השר" מ פ
ככל ישראל לא ינוח ולא ישקוט נוכח פשע המחפיר הזה
-----------------
אלפי איש אשר בתוך מושב מירון, ורבבות אלפי איש, אשר בערים והמושבים סביב מירון,
יתחילו מיד במוצש''ק ליל ל''ג בעומר
במלחמה חרמה
להציל את ציון הרשב''י מחוטפיה הציונים
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
שרייב פאוסט