פרייטאג פרשת בהר
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
האחים הב׳ חנינה יואל, הב׳ דוד, הב׳ משה יהודא בני הרה״ח ר׳ אברהם יצחק מערץ הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען מו״ה יואל היימאן הי״ו.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אין די פארמיטאג שעות האט אריינגערופן צום רבי׳ן הר״ר אברהם משה סופר שליט״א פון מאנטריאל, מקבל זיין ברכת הקודש לקראת דעם גרויסן שבת התוועדות פאר חברי קהלתינו הק׳ פון מאנטריאל, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גרויסע פארנעם אין סאראטאגא ספרינגס נ״י,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פרטי השבת און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
שב״ק פרשת בהר בצל הקודש
אום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות יטב לב בירושלים עיה״ק דורכ׳ן מנהל הרה״ח ר׳ מענדל וואלערשטיין הי״ו פון ירושלים.
קבלת שבת: הרה״ח ר׳ משה בעריש לויפער הי״ו פון מאנטריאל, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור באולם פרדס פיגא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה ח״ג, און אנגעהויבן שלום עליכם,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב׳ דוד אהרן בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א.
הגבהת הכוס צו קידוש הרה״ג ר׳ יצחק משה בלומענפעלד שליט״א ר״מ בישיבה.
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים, און געהייסן זינגען עטליכע ניגוני שב״ק, במשכ׳ן טיש האט דער רבי געזאגט צוויי מאל תורה, ביים ערשטן תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויף די פסוקי הפרשה און ארומגערעדט אז שעות רציפות בלימוד התורה האט א כח משלים צו זיין אפילו אין זמנים וואס מען איז נישט בין כותלי הביהמ״ד.
נאך די פלייש האט דער רבי געזאגט א צווייטן מאל תורה, ארומרעדנדיג לענגערע דברי דרוש בעניני ל״ג בעומר און אז די כח פון התנא ר׳ שמעון איז משפיע עד היום הזה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה״ג ר׳ משה ביטמאן שליט״א מנה״ר, מען האט פארענדיגט ארום 2:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש,
אויפן וועג אהיים האט דער רבי ארומגערעדט איבער מנהגי פסח שני בצל רבותינו הק׳ זי״ע
י
ום שבת קודש
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ג ר׳ נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט״א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה: הרה״ח ר׳ יואל וואלערשטיין הי״ו פון ירושלים.
כהן: הרה״ח ר׳ אהרן גאלדמאן הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ ליפא קרויס הי״ו.
שלישי: הרה״ח ר׳ משה לעפקאוויטש הי״ו.
רביעי: הרה״ח יושע ארי פירטה הי״ו.
חמישי: החתן שמעון יואל ב״ר יודא נתן גרינפעלד הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: החתן יושע יוחנן פלאם ני״ו.
אחרון: הרה״ח ר׳ דוד הערש גליק הי״ו.
מפטיר: הרה״ח ר׳ שמואל מנחם קאהן הי״ו.
הגבה: הרה״ג ר׳ יואל וואלטער שליט״א.
גלילה: הרה״ח ר׳ יצחק פעקעטע הי״ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ משה לעפקאוויטש הי״ו.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ זלמן לייב שפילמאן הי״ו פון ב״פ.
מען האט פארענדיגט ארום 12:45, דער ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן.
מנחה ושל״ס
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ הערשל גאלדבערגער הי״ו.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ דוד לאנדא הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ הערשל מאנדל הי״ו.
שלישי: הרה״ח ר׳ זלמן לייב שפילמאן הי״ו פון בארא פארק.
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ יעקב קרויס הי״ו.
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ אברהם מאיר רייך הי״ו.
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה ודברי הכנה ליום ל״ג בעומר.
ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם ברוין הי״ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
מוצאי שב״ק - ליל ל״ג בעומר
אום 12:15 איז רבינו שליט״א אנגעקומען אין די עידן פעלעס זאלן, צום מעמד אדיר ׳הודך והדרך׳ לכבוד ל״ג בעומר, אינאיינעם מיט די טויזענטער תלמידי הישיבות פון וויליאמסבורג.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רמ״י הישיבות אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורה, דער רבי האט טועם געווען פון די קוגל, דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ׳לחיים טובים ולשלום׳, דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגען בני יששכר זי״ע אז מען ווינטשט ׳טובים ולשלום׳ טוב איז בגי׳ זיבעצן, און דאס גייט ארויף אויף די זיבצן טעג וואס איז דא ל״ג בעומר ביז יו״ט שבועות, ואין טו״ב אלא תורה און די הייליגע טאג ל״ג בעומר איז די ריכטיגע התחלה צום קבלת התורה.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררת, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג אז רבי שמעון כאור החמה מזהיר, און בזכות ר׳ שמעון קען מען שפירן א טעם אין די תורה הק׳ אבער דאס איז נאר ווען מען איז דבוק אינעם אויבערשטן, און מען ווערט נישט מיאוש, און דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי התחזקות בעבודת השם און אויסגעפירט מיט לענגערע ברכת הקודש פאר׳ן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות והתעוררת, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעצינדן פינף לעכט לכבוד ל״ג בעומר, און דאן זיך ארויסגעלאזט באש קודש און פייערדיגע ריקודין לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך האט מען געזינגען בר יוחאי, ואמרתם, אמר רבי עקיבא, און ניגוני ל״ג בעומר פאר א לענגערע צייט, און די בחורים האבן ווייטער ממשיך געווען צו טאנצן, ארום 2:20 האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט״א בשירה ובזמרה.
~


~