לאמיר זיין דורכזיכטיג…

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

נאך וואס האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:56 pm יישר כח גדול מאוד, הרב @להגדיל הטראסק
ידעס ווארט איז ציקער זיס, ממש צום באלעקן
(און יעצט אפען אין פנים אריין...) לענ"ד די שורה מיט די לבנה וואלט נישט געדארפט געשריבן ווערן
אויב שטייט עס אין די גמרא, מיינט עס עפעס פאר אונז.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3530

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ייש"כ @מרור מיט חרוסת פארן אויפברענגען אזא שטארקע נקודה!

@להגדיל הטראסק האט זיך היינט צולאזט מיט א צולאזעניש... און ווי אייביג זענען זיינע ווערטער דברים קילורין לענים וערבים לשומעיהם. לייק!

קענענדיג @להגדיל פונדערנאנט (גילוי?! נע... ווער אין ק"י קען אים נישט...) קען איך מעיד זיין אז ער איז טאקע א נאה דורש ומקיים, און ס'איז א פלעזשור צו רעדן מיט אים אן דארפן מורא האבן אז מ'קריכט אים אויף די נערוון.
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

יאפ, להגדיל האט עס ביי פאר!!!!
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

pm
לאמיר זיך אביסל מער מסביר'ן אויפן פארלאנג פונעם ציבור,

ס'איז דא צוויי זייטן פון זיין "דורכזיכטיג", קודם פארן לאמיר אים רופן "זאגער", זײ דורכזיכטיג מיט דיין זאגן, ווען דו ווילסט עפעס זאגן, דו האסט עפעס צו זאגן פאר איינעם, זאג עס מיט א זיכערקייט!! (שטייטצעך מ'ברויך אביסל וואטשן אויף יענעם'ס כבוד..)

און יעצט פארן "הערער", ווען איינער זאגט דיך עפעס, הן איבער דיין פערסאנאליטי, און הן איבער א שריט וואס דו האסט געטון, נעם עס אן אפן און דורכזיכטיג!
די לעבן גייט גרינגער פאר ביידע צדדים ווען ס'איז דא א קריסטאל קלארע אפענקייט.

און דאס איז בעיסיקלי נוגע פאר יעדעם, טאקע ביי יעדעם כאפט עס אויף א צווייטע פלאץ, אבער בכלליות האט די נושא פון זיין אפען ביי יעדעם א פלאץ אין מוח.

כ'האף אז ס'איז אביסל קלארער..
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1368

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך ווינטעלע »

מרור מיט חרוסת האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 9:28 pm pm
לאמיר זיך אביסל מער מסביר'ן אויפן פארלאנג פונעם ציבור,

ס'איז דא צוויי זייטן פון זיין "דורכזיכטיג", קודם פארן לאמיר אים רופן "זאגער", זײ דורכזיכטיג מיט דיין זאגן, ווען דו ווילסט עפעס זאגן, דו האסט עפעס צו זאגן פאר איינעם, זאג עס מיט א זיכערקייט!! (שטייטצעך מ'ברויך אביסל וואטשן אויף יענעם'ס כבוד..)

און יעצט פארן "הערער", ווען איינער זאגט דיך עפעס, הן איבער דיין פערסאנאליטי, און הן איבער א שריט וואס דו האסט געטון, נעם עס אן אפן און דורכזיכטיג!
די לעבן גייט גרינגער פאר ביידע צדדים ווען ס'איז דא א קריסטאל קלארע אפענקייט.

און דאס איז בעיסיקלי נוגע פאר יעדעם, טאקע ביי יעדעם כאפט עס אויף א צווייטע פלאץ, אבער בכלליות האט די נושא פון זיין אפען ביי יעדעם א פלאץ אין מוח.

כ'האף אז ס'איז אביסל קלארער..
זייער שיין קלאר!

אין מיין אויגן איז דורכזיכטיג א נאטור.

פארהאן מענטשן וואס קענסט זיי פשוט דורך קוקן, און זיי באהאלטן גארנישט פון דיר, זייער שטריכן פארציילן אלעס,
אויכט פארהאן געוויסע וואס זענען זייער פארמאכט און פארשלאסן, און ער וועט זיך כמעט נישט ארויסגעבן וואס ליגט אין אים.

סאו וואס וויל איך ארויסברענגן?
גארנישט!
דזשאסט אז סדא אסאך נאטורן אויפן וועלט...


א דורכזיכטיגע מחשבה ארויס פון מיין קעפעלע....
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

@ווינטעלע,
דיין קלארקייט און לויטערקייט קומט אריין מער און מער מיט יעדן פאוסט וואס דו לייגסט!!
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
משותלח
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:46 pm
x 28

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך משותלח »

איך וועל מיר ווייגן צו צולייגן מיינע דריי צענט (יאפ, צוליב אינפלאציע איז עס געווארן פילפאכיג געהעכערט משנים קאפיקעס אל שלושה קאפיקעס)
וויפיל מחלוקות וואלטן געקענט פארמיטן ווערן אויב מען וואלט געווען דורכזיכטיג?! צו ס'איז אין כיתה א', אנשטאט די זאלסט מאכן א באהאלטענע פיג אדער א באהאלטענע פעיס מאחורי הפרגד צוליב ס'האט דיר געדאכט אז מושי האלט א פייט מיט דיר.
(ניין, איך רעדט נישט ווען די קעניג פון די חדר באשליסט אז מי שאוכל את המאכל טונא לא יבא עוד בקהל, צו די ברויכסט קומען זיך טאנענן מיט איהם און עם אויפקלערן דעם אמת אז עכט איז עס יא גוט. וועגן איר גייט סייווי גארנישט אויפטיען!)
צו ס'איז במשך די חדר יארן און בעיקר די ישיבה יארן וואס אנשטאט די זאלסט ארום גיין העצן אויף פלוני ואמוני ווייל די האסט דיר געחלומט אז פלוני האט דיר פיינט שנאת מות. אדרבה, קים דיר אויסשמעוסן מיט עם, זיי דורכזיכטיג, און בדרך כלל וועט זיך אלעס אויסלאזן כשורה.

צו ס'איז נאך די חתונה ווען די ארבעטס ערגעץ און והנה און אט עפעס האט זיך צובראכן, סאה פארוואס זאלט איר זיך ארום דרייען אנגעדרייט און באשלוסן צו מאכן א שווייג און גארנישט זאגן פאר דיין אויפזעהר צו דיין מענידזשער?! די געשמאקסטע זאך איז צו זיין דורכזיכטיג און איהם גיין זאגן אהובי ידידי, איך האב פאר א מיסטעיק צובראכן חפץ פלוני, דאס איז די בעסטע זאך וואס קען נאר זיין.

און בנוגע די משל פון די איבער געדרייטע היט און די אפענע קנעפל האלט איך אז פאר ווער ס'האט די קוראזש צו מעלדן פאר יענעם די בשורה, קומט נישט אריין דורכזיכטיג. נאר פאר די בעל הקובע און די בעל הבגד ש'קנעפלעך אין לא אבל פנים בצביע אדום יש לו, וויל איך דיר זאגן, יא, יעדער האט געזעהן אז דיין היט איז געווען ארום געדרייט, און יעדער האט געזעהן אז דיינע קנעפלעך זענען אופן. סאה פארוואס בלאשטי יעצט? א מענטש איז א מענטש און פעיס פעקט, סך הכל גארטעל דיר אינטער און דריי עס ארום, און קנעפל דיר צו!
ווען איך זאג דיר אז די האסט א שמוץ אויף דיין בארד מיינט נישט אז איך האב עפעס קעגן אייך!!

און ווען דיין גוף האט דיסייטיט אז ער גייט מקיים זיין די מצוה פון וישב אויפן אימשילדיגן אייז, און והנה ויסעו ויחנו בארץ אשר לא זריעה, פארוואס ווערסטו רויט? א מענטש איז א מענטש, והא ראיה אז די גייסט צוויי מינוט שפעטער טרעפן דיינס א חבר און די גייסט איהם זאגן, פוי האסטי פארפאסט א מחזה, איך בין געליגן פשוט ידים ורגלים באמצע השוק בערם ובחסר היט, וברילן פונה לכאן והענטל פונה לכאן. איין מינוט, וואס איז יעצט געשעהן? אויב די וואלסט געוואלט האבן טויזענטער פארזאמעלט בשעת איר לייגט זיך אויף די לענג און די ברייט, זאלט איר אויסקלאפן אין ס'מדרש פאר קידוש לבנה אז יעדער זאל זיך צוזאם קומען בשעה פלוני במקום פלוני מפנה ס'קומט פיינע ווארע!
איך מיין נאר ארויס צו ברענגן אז ווען איר זעהט זיך שוין סמך לארץ, ברויכסטי נישט ווערן רויט, א מענטש איז נאר א מענטש!
און ווען די בארגסט דיין חבר'ס נייע קאר, און די בוים וואס שטייט שוין פאר זיבעציג יאר מיט א ח' אויף די זעלבע פלאץ באשלוסט אז גענוג איז גענוג און גיבט א זעץ אריין אין זיין אויטא, אנשטאט צו שטיין אנגעצויגענערהייט און טראכטן די בעסטע ליגענט וואס די קענסט איהם איינרעדן, זיי מוחל קלונג עם אן און זיי דורכזיכטיג מיט עם, ווייל די אמת איז די בעסטע ליגענט!!

און בנוגע אז ווען די האסט נישט קיין נערווען צו איינעם, צו די יאגסטיך, צו די ברויכסט אריין אין דזשאב, קענסטי עם זאגן בלאה בתך הגדולות אז איך האב זייער הנאה געהאט צו שמעוסן מיט אייך, אבער יעצט ברויך איך גיין! און אז די האסט טענות אויף דיין בעל הבית, צו די ווילסט עפעס אויסארבעטן, אדער די האסט א תשוקה פאר א רעיז, זיי מוחל שמעוס דיר אויס ווי א נארמאלע מענטש! די סארטיסטיקס צייגן אז געווענטליך בייסן נישט קיין מענטשן! אדרבה, יעדער פרייד זיך ווען די ביסט דורכזיכטיג מיט זיי און די זאגסט זיי די אמת!
איך וועל אויספירן מיט א ברכת הדיוט, טייערע יודן איבער די גאנצע וועלט, זייט דורכזיכטיג וועט אייך גיט זיין!
אדרבה איבער צייגט אייך אליין!
און אז איך האב שוין די שופר אין מיינע ידים וועל איך מיר ערלויבן צו זאגן אז איך גלייך זייער די פאזעטיוועטי וואס ס'הערשט דא!!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2833
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3370

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך וואוילער »

@משותלח פיין ארויסגעברענגט, האסט א גוטע שפראך, און גוטע מהלך המחשבה!
דו ביסט א חלק פון די סייטס פאזיטיוויטי!!


@ווינטעלע ס'איז זיכער א זאך וואס האט מיט נאטור, אבער אונז ווייס מיר אז הרגל נעשה טבע שני, מ'קען זיך דאס צולערנען און קונה זיין.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

@ווינטעלע ס'איז זיכער א זאך וואס האט מיט נאטור, אבער אונז ווייס מיר אז הרגל נעשה טבע שני, מ'קען זיך דאס צולערנען און קונה זיין.

ס'איז אזוי ווי יעדע אנדערע מדה, וואס מ'קען אויס ארבעטן.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3530

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ובפרט ווען א שטארקע חלק פון דאס הערמאטישע פארמאכטקייט, קומט געווענליך פון פחד פון בזיונות וכוד', ווי אזוי וועט מיר יענער אנקוקן וכו', משא"כ אויב מען ווייסט אז אזוי קומט עס, דאס איז נארמאל, דאס גייט מיך מאכן גרינגער און איינשפארן אסאך בושות און עגמת נפש וכו' דאן איז גרינגער צו זיין אפן, וויבאלד עס איז א חיצוניות'דיגע פחד.

-----------------------------------------------------

מען רעדט נישט פון די נאטורליכע בושה פון אויספויקן פאר די גאס אלע פריוואטע ענינים - וואס אויף דעם זאגט דער רבי ר' אלימלך אין צעטיל קטן "ירגיל את עצמו שלא יתחיל לדבר לשום אדם זולת לצורך גדול ההכרח לו, ואף ההכרח ידבר בדברים קצרים מאוד מנופה בי"ג נפה[6], שלא יהיה בדיבורו שום שקר ח"ו, ושום חנופה, ושום לשון הרע ורכילות, ושום הלבנת פנים, ולא שום הראות מעשיו לבני אדם

פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי ר' אלימלך אויך אינעם זעלבן צעטיל קטן "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה:"

מען דארף נוצן די דזשעלי וואס ליגט אונטער די קאפל צו וויסן ווי איין און ווי אויס...
------------------------------------------------
אמר"ש האט מיר דער אייבערשטער נעכטן אויפגעבליצט אז מעגליך דאס איז דער פשט
במס' ברכות דף טז ע"ב ר' אלעזר בתר דמסיים צלותי' אמר הכי וכו' ותקננו בחבר טוב וי"ל אז ער האט געבעטן אז אויב מען דארף אים פאררעכטן, און אויפמערקן אויף זאכן וואס ער טוט אומריכטיג, זאל דאס נישט זיין דורך די נערוועזע זיידע, דורך אנדערע סעלף העיטערס און שווארץ קוקערס, נאר ותקננו בחבר טוב, פאררעכט אונז דורך עכטע חברים וואס האבן מיך עכט ליעב, זיי ווייסן ווי אזוי מיך אויפצומערקן, און וועלכע ווערטער צו נוצן, איך האב אין זיין טראסט אז זיי מיינען מיין טובה און זיי זוכן באמת נאר אז דער פראבלעם זאל געלעזט ווערן.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
חטף פתח
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:40 pm
x 13

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך חטף פתח »

@מרור מיט חרוסת זייער זייער א שטארקן פאוינט!!!
לאמיר נאר האפן אז דאס וועט ברענגען אווערנעס איבער דעם נושא, און ס'וועט זיך ענדיגן די פאלטשקייט וואס הערשט ביינונז.
חטף פתח זאגט מען די זעלבע ווי א רעגולער פתח, נאר מיט א חטף פון אנהייב!..
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1487

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך אנדערער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:41 am באותו ענין.
נישט ממש די זעלבע נושא

מען קען זיין דורכזיכטיג און איינגעהאלטן די זעלבע צייט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1487

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך אנדערער »

טייערע ווערטער @להגדיל הטראסק
שרייב פאוסט