לאמיר זיין דורכזיכטיג…

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

לאמיר זיין דורכזיכטיג…

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

מיין טייערע חבר, לאמיר דיך עפעס מסביר זיין, נישט אז כ'האב עפעס קעגן דיר, נאר פארקערט כ'וויל מיך פשוט דורכרעדן מיט דיך אז דו זאלסט מיך אביסל פארשטיין, און ווי מיינע און דיינע רבי'ס פלעגן זאגן, כ'מיין מיך אליינס..

לאמיר עס צולייגן אביסל:
געווען איז עס איין טאג אינדערפרי, כ'געב מיך א כאפ אויף, אבער היינט אנדערש ווי געווענליך איז שוין געווען אביסל צו שפעט זינט איך דארף זיין שוין 10 אזייגער אין אפיס, און דא זעה איך מיך ארום קוואדער נאך צעהן נאך מיט פארקלעבטע אויגן,
אן טראכטן צוויי לויף איך ארויס פונדערהיים מיט ציקנייטשטע פיאות מיט אפענע שיך בענדל, און איך לויף אריין אין מקוה אינעם נענטסטן ס'מעדרש, און 5 מינוט שפעטער זיך שוין געזען צוריק די אנדערע זייט פונעם שטאלענעם דלת, א קאווע העט זיין מארגן מערצאשעם.
אבער דא קומט צו צו מיר א איד, גראדע נאך א חבר פון ישיבה קטנה, ער קומט צו מיט זיין געשמאק נאך ווי אמאל און הייבט אן רעדן מיטן פילסטן מאס רואיגקייט ווי כאילו ער האט עפעס א דיעל מיטן זייגער אז ס'זאל זיך גיין אפרוען פאר אפאר שעה,

און אזוי שטיי מיר דארט שוין פאר א גוטע האלבע שעה און כ'זעה נישט קיין וועג ארויס, און דער שטייט און רעדט מיט אייפער אן קיין שום צייכענעס פון א ענדע, און מיין בלוט דרוק האלט שוין ממש פאר א קראך,
איי כ'קען אים דאך זאגן אז איך האב א דזשאב און איך יאג מיך געפערליך סאוי פראביר צו מקצר זיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס איך קען מיך עפעס נישט אויס דריקן וואס כ'וויל זאגן, און די ווערטער קומען פשוט נישט ארויס פון מויל, פשוט כ'האב מורא אז ער זאל זיך נישט באליידיגן...

יעצט לאמיר צוגיין צום פאוינט, וואס כ'זיך שוין לאנג צו ארויסברענגען, מילא לאמיר דיר זאגן חבר טייערע,

איך האב זייער ליב צו שמועסן מיט דיך:
"ווען כ'האב צייט"
כ'האב זייער ליב צו הערן דיין מיינונג:
"ווען דו זאגסט עס מיט א רואיגן וועליום"
דו ביסט זייער געשמאק:
"אבער שטייטצעך מיט א לימיט.."
און ווען כ'זאג דיך אז דיין צווייטן קנעפל (הנקרא: מקוה קנעפל) איז אפן, איז עס נישט ווייל כ'וויל חוזק מאכן:
"נאר ס'איז א זאך וואס באלאנגט פארמאכט"
"און ווען דיין הוט איז ארום געדרייט דארפסטו נישט בלאשן ווען כ'קום עס פיקסן"
און די זעלבע זאך אויך ווען איך אדער דו יאגן זיך, איז נישט מער ווי נארמאל צו זאגן קלאר: חביבי! איך יאג מיך אביסל, סאו"י מיר וועלן רעדן אנאנדער'ס מאל,

די געדאנק איז, זיי אפן!

ס'איז העכסט צייט אראפ צו ברענגען אונזער אזוי גערופענע "איגאו"י", און זיין אביסל אפן סיי מיט זיך און סיי מיט א צווייטען,
וויפיל רויטע פענימער און וויפיל אומבאקוועמע שמועסן, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, ווען אונז וואלט מיר ווען געווען אביסל מער דורכזיכטיג פאר א צווייטען, און בעיקר פאר זיך!!
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1488

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך אנדערער »

שיין און אמת
פעינטיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 150

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך פעינטיג »

גוטע פענע דער @מרור מיט חרוסת

הערליך!!! און אוי איז דאס אמת.... אראפ מיט די קאמפלעקס. אבער שוין!!!!!!
דעמאקראטיע - גוד ביי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1488

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך אנדערער »

וויפיל עגמת נפש און מחלוקת קען מען איינשפארן מיט אביסעלע אפענקייט
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1368

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך ווינטעלע »

הרב דורכזיכטיג שליטא איז מיין בעסט פרענד!

כגלייך זיי גאר שטארק, איך לעכץ פאר זיי.
סאוי ווען מרור'ל מאכט אן עווערנעס אויף דעם, ווער איך פרייליך!
פיינעלי רעדט שוין איינער פון דעם.


א גוטע שרייבער האמער דא
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

@ווינטעלע, קודם שכח פארן קאמענטירן!!
און לאמיר האפן אז ס'וועלן זיין נאך מענטשן וואס וועלן זיך אויף וועקן דורכדעם!
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1368

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך ווינטעלע »

מרור מיט חרוסת האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:10 am @ווינטעלע, קודם שכח פארן קאמענטירן!!
און לאמיר האפן אז ס'וועלן זיין נאך מענטשן וואס וועלן זיך אויף וועקן דורכדעם!
אודאי.

מענטשן קוקן היינט אן די ווארט דורכזיכטיג אלס א אומגעזינטע מענטש...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

ווינטעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:18 am
מרור מיט חרוסת האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:10 am @ווינטעלע, קודם שכח פארן קאמענטירן!!
און לאמיר האפן אז ס'וועלן זיין נאך מענטשן וואס וועלן זיך אויף וועקן דורכדעם!
אודאי.

מענטשן קוקן היינט אן די ווארט דורכזיכטיג אלס א אומגעזינטע מענטש...
מענטשן קוקן היינט אן דורכזיכטיג ווי א סיקסטי יער אלד, אין די צייט וואס יעדע נארמאלן, יונג, געזונטע מענטש וואלט געדארפט זיין אזוי.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
אויסגעשארפטע בליי
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 238

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

שטארקע פונקט... דאכצעך ממש לעצטנס געהערט דערפון ערגעץ! מען ברויך נעמען שריט דערפאר... יעדער ווייסט סיי ווי אז דיין היט איז געווען ארומגעדרייט ביז אינמיטן מעריב ווען די האסט געכאפט דיין בראך... די ווייסט אויך אז יעדער ווייסט... איז פארוואס ווען איך פרעג דיר איבער עס נאך מעריב ווערסטו רויט?? לאמיר זיך אראפ נעמען די מאסקעס און זיין נארמאלע מענטשן
א שרייבער איז א בויער. זיין בוי געצייג איז די פענע, און זיין מוח איז די אינזשעניר.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4390
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6729

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאפ. אפנקייט פארשפארט אסאך עגמ"נ.

מיין מאמע זאגט אלס "דער אמת איז די בעסטע ליגנט".

גוט ארויסגעברענגט דיין פוינט @מרור מיט חרוסת!
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א אויסצוג פון א צעטל וואס הענגט ביי אונז אין אפיס, און איז די יסוד פון א ביזנעס צו פארן געהעריג (כמובן מיט קליינע טעכנישע שינוים).

לכבוד דיר חשובער מיטארבעטער וואס איז אצינד געווארן א טייל פון אונזער ביזנעס.

די סלאגאן פון אונזער ביזנעס לאמיר זיין אפן!!!

דאס איז דער יסוד היסודות וואס איבערדעם דרייעט זיך די גאנצע ווערטשאפט אין ביזנעס.

דאס הייסט, דו האסט עפעס צו פרעגן? האסט עפעס צו מעיר זיין און אויפמערקן? האלטסט אז מען מעג זיך פארבעסערן אין א געוויסע הינזיכט? האסט געהערט גוטע פידבעק? האסט געהערט שלעכטע פידבעק? האסט עפעס צובראכן בטעות? האסט עפעס צובראכן במזיד? כ'בין מסופק ווי אזוי צו האנדלען די און די סיטואציע? כ'בין אין די גיסטע פון טון די און די פונקציע? כ'בין נישט אין די גיסטע פון ארבעטן היינט? כ'בין אין די גיסטע פון די און די תאוה היינט? כ'וויל פראטעקציע אין די און די הינזיכט? כ'בין נישט צופרידן צו זיין מיט דער און דער ארבעטער? וכו' וכדו' וגו' א.ד.ג. א.א.וו. ETC.

לאמיר זיין אפן! זאג עס ארויס!

מאידך גיסא וועט מען פון די ביזנעס מענעדזשמענט אויך זיין זייער אפן אי"ה, אויב דער מענעדזשער וועט האבן קריטיק וועט ער עס זאגן אפן אן קיין רמזים! אויב וועט ער נישט זיין צופרידן פון עפעס וועט ער עס זאגן!, קומט אויס אז ווען ער קאמפלימענטירט עפעס מיינט ער עס אויך אמת'דיג ווייל דא איז מען זייער אפן!

אט דער קלארער כלל מאכט אסאך גרינגער די ארבעט פון אלע זייטן , די ביזנעס דארף נישט מורא האבן אז מען וועט זיך זעהן סטאק ווייל איין ארבעטער וואס האט עפעס קאליע
געמאכט האט געמאכט א שווייג און יעצט זענען מיר אין טראבל.


יישר כח פארן אייבערשטן פארן שיקן אזא באלעבאס וואס דאס איז נר לרגליו, ער האט דאס געפילעוועט און גע'חזר'ט מיט מיר ביז עס איז מיר אריין אין די ביינער, וויפיל מאל כ'האב געציטערט ביים אים מעלדן איבער דורכפעלער וואס כ'האב געהאט בשוגג ובמזיד האט ער עס אנגענומען מיט די פולסטע רואיגקייט און דאנקבארקייט אז מען איז אפן, און דאס גיסט זיך צו די וואס זענען אונטער מיר ווייטער כן יעזור ה' הלאה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ווי זאגט מיר א באקאנטער לעבעדיגער תלמוד חכם ומו"צ?
ער איז מחנך זיינע קינדער אז "פאני איז אן עבירה - אלעס אנדערש פייף אויף די וועלט!!!"
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דא קומט ווייטער אריין, איך בין נישט דער שתקן ביים קופקע... אבער עס קען זיך מאכן אז אידן ווילן צוקומען כאפן א שמועס, דארפן א טובה, וכו'
היינט צוטאגס איז א נארמאלע זאך ביי מיר צו זאגן פאר איינער וואס קומט צו מיטן גאנצן פרישקייט וועלנדיג כאפן א זאפטיגע שמועס און פארברענג
"איך בין יעצט נישט אין די גיסטע פון א שמועס - כ'האב גארנישט קעגן דיר, אבער לעת עתה בין איך נישט דערביי"

דער איד וואס וויל מיר דערציילן א ווערטל אדער נייעס איז נישט אזוי זעלטן צו הערן
"קענסט רעדן וואס דו ווילסט אבער מיין קאפ איז יעצט נישט דא"

דער איד וואס דארף א טובה:
"יעצט קען איך נישט/יעצט בין איך נישט אין די גיסטע/ יעצט האב איך נישט קיין נערוון דערצו" און פון דעם וועסטו וויסן אז דו קענסט מיר בעטן א טובה אן פחד אז די אביוזט מיר, ווייל אויב איז מיר עס דאס מינדסטע שווער וועל איך דיר עס זאגן אין פנים אפן!!!

און עס קען זיך אויך מאכן ווען איינער דרוקט מיר שטארק וועל איך אים זאגן "איך טו דיר דעם טובה אומגערן!!!"

דאס זעלבע ווען עס קומט צו קאמפלימענטירן אדער קריטיקירן

היות כ'האב זייער נישט ליב ווען איינער קומט מיר חנפענען, אדער זאגט מיר פלאסטישע קאמפלימענטן ווייל ער וויל מיך מאכן גוט פילן. דעריבער ווען איינער וועט מיר קאמפלימענטירן נאך א דאווענען אז איך קען האלטן א טאן, אדער אז כ'קען זייער שיין מאלן בילדער דאן וועט עס מיר זייער נישט שמעקן, איך ווייס דעם אמת און אז דו ווילסט מיר פלעין קאמפלימענטירן און מאכן גוט פילן, זיי אויפריכטיג מיט מיר! און זאג מיר נאר וואס דו האלטסט באמת!

דעריבער איך מיט אנדערע גלייך איך אויך זייער צו זיין אפן, עס קען זיך מאכן אז איינער זאל האבן געזאגט א דרשה, איך זאל אים זאגן קאמפלימענטירן און זאגן אפן וואס איך פערזענליך האב נישט געגליכן, אבער דאס איז א ראיה אז די חלק הקאמפלימענט איז 100 פראצענט אמת!

דאס זעלבע איז מיט קריטיק, ווען דו זאגסט עס אויפריכטיג, מיט דרך ארץ אן יענעם פערזענליך אטאקירן, מען באציעט זיך צום נושא מיטן גאנצן אמת, איידל אן אפן, מיט עכטע אהבה צום קריטיקירטן ווערט עס אסאך מער נתקבל, און יענער האט דיך נישט פיינט ווייל ער ווייסט אז דו מיינסט זיין טובה און דו ביסט פשוט אפן מיט אים

(כ'האב נאך זייער אסאך צו שרייבן, לאמיר צוטיילן די תגובה.)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך פופציגער »

נייס! שיין געשריבן! גוטע נקודה!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך האב א שיינע צאל מעשיות וואס ברענגט עס גוט ארויס
איינס ליגט מיר גוט אין זיכרון
עס איז געווען ווען איינער האט געדארפט א געוויסע סערוויס פון אונזער ביזנעס וואס האט נישט געשטימט מיט אונזערע גיידליינס, יענער קאסטומער איז געווען מיט מיין באלעבאס א האלבע שעה אויפן טעלעפאון כעסיג היתכן מען וויל אים נישט סערווירן, מיין באלעבאס האט אים זייער שיין מסביר געווען אז עס שטימט נישט מיט די מהלך פון אונזער ביזנעס, און ארויסגעברענגט גרייטקייט און איידיעס אים ארויסצוהעלפן, דירעקטירן און מסדר זיין דאס בעסטע און אונזער יכולת אבער דורך אונזער ביזנעס קען ער נישט ווערן סערווירט.

די פידבעק איז שפעטער צוריקגעקומען ווען יענער האט זיך אויסגעדרוקט פאר אנדערע זיין שעצע צו אונזער ביזנעס אז אונז האלטן זיך צו אונזערע גיידליינס...

ווייל איינמאל יענער פארשטייט וואס מען וויל, ער פארשטייט די סיבות פארוואס מען קען אים נישט נאכגעבן, אבער מאידך גיסא זעהט ער אז מען וויל זיין טובה און כפי היכולת וועט מען אים ארויסהעלפן פון אנדערע ווינקלען, שעצט ער עס.

דאס איז אייגענטליך די פשט פון הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'האב געהאט אמאל א חשובער איד וואס איז מיר צוגעקומען נישט מער און נישט ווייניגער מיט די ווערטער "הרב להגדיל הטראסק! צוליב דעם פליכט פון הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא וויל איך דיר אויפמערקן אז כ'בין פארווייטאגט אויף דיר! כ'האב א שווער הארץ אויף דיר! האסט מיר פערזענליך פוגע געווען און געטשעפעט מיט די און די פעולה וואס האסט געטון!"

איך בין געזיצן געפלעפט... סיי דאס אז א איד זאל זיך נישט שעמען און א זאך וואס מאנכע קוקן אן בעיבאיש "איך גיי וויינען ווי א בעיבי אז האסט מיר בארירט מיין קרוין? אזוי סענסיטיוו בינעך? אזא נארעלע?" אבער ער האט מיר עס געזאגט אין פנים

און צווייטנס אז כ'האב יענעם בכלל נישט געמיינט און נישט געוויסט אז עס גייט אים שטערן!
כ'האב פארשטייט זיך עס אויסגעקלארט פאר יענעם און מיר זענען אוועק אלס גוטע פריינט ביתר שאת פון בעפאר.

אבער כ'האב מיך אפגעלערנט פון יענעם!!!
היינט איז שוין ביי מיר נישט פאני צו זאגן פאר איינעם אין פרצוף "ווען דו טוסט דאס אזוי און אזוי טוט מיר עס וויי!" כ'בעט דיר לכה"פ בפני רעד צו מיר אזוי און אזוי אפילו דו מיינסט עס נישט אמת'דיג! קענסט טון וואס דו ווילסט אבער זאלסט וויסן אז מיר להגדיל הטראסק שטעלסטו נישט צופרידן דערמיט!

כמובן איז דא מענטשן וואס כ'האב מיר שוין אויסגעלערנט אז לטובתי זאל איך נישט רעדן די שפראך, ווייל זיי וועלן נאר רידזשעקטן און ווערן מער אגרעסיוו, אבער בכלליות ארבעט עס געוואלדיג!

דערמאנסט מיר: פונקט נעכטן געהאט מיט איינעם א גאר היציגע אויסטויש אין אימעיל איבער א געוויסע מיספארשטענדעניש, כ'בין געגאנגען מיט יענעם זייער אפן, כ'האב אפן מודה געווען אויף מיינע טעותים, און יענעם זייער איידל אויפגעמערקט אויף זיינע טעותים, כ'בין זיכער אז יענער איז געשפרינגען פאר כעס ביים עס ליינען, כ'האב עס געזען צווישן די שורות אין אימעיל... ווי אזוי די פרשה האט זיך גענדיגט עטליכע שעה דערויף? אהבה אחוה ושלום וריעות! כן יעזור ה' הלאה!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עס נעמט מיר שוין אסאך צייט אבער הרב @מרור מיט חרוסת האט עס געמוזט עפענען פונקט יעצט... און אז עס פארט פליסיג די פעדער לאמיר עס נוצן כל זמן עס ארבעט, ווייל דאס איז א ברענעדיגער נושא, עס נעמט אריין אין זיך אזויפיל...

דער באאפנטער - לאמיר עס אזוי רופן - דארף פארשטיין אז אויב האסטו געמאכט א טעות איז עס נישט קיין בושה! @מרור מיט חרוסת האט עס גוט ארויסגברענגט, יעדע מענטש מאכט א טעות!

די וועלט זאגט א שפריכווארט, "ביי יעדעם מאכט זיך א טעות - אויסער ביים אייבערשטן", און פונדעסטוועגן דאך שטייט אין מס' שבועות דף ט "אמר ר"ל מה נשתנה שעיר של ר"ח שנאמר בו לה' אמר הקב"ה שעיר זה יהא כפרה על שמיעטתי את הירח" (כמובן אונז האבן נישט קיין השגה דערין, אבער עס שטייט אין גמרא צוליב א סיבה...)

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א במח"ס לב אהרן האט געזאגט ביי א שבע ברכות פאר די סופרים "ביי יעדעם מאכט זיך א טעות, ביי מיר אויך!" און דערציילט ווען ביי א חופה האט מען אים בטעות געגעבן די צעטל מיט די נוסח פון א ברית, און ער האט עס אנגעהויבן זאגן..."

יעדער געדענקט ווען (פאריאר?) האט ער ברבים מגלה דעת געווען אז ער האט געמאכט א טעות ביים זיך אויפשטעלן טאנצן ביי א בר מצוה אין ספירה - און הגם מען וואלט געקענט טרעפן התירים האט ער אבער אן קיין בושה געזאגט ברבים 'טעיתי'!

עס איז באקאנט די מעשה מיט רבינו הדברי יואל ווען ער האט געמאכט א טעות ביים ציילן ספירה און גראדערהייט וואלט ער מער נישט געקענט ציילן מיט א ברכה, די גבאים האבן געוואלט פארשפארן בושות און געוואלט אויסארבעטן אז ער זאל מאכן א ברכה און מוצא זיין איינעם פון די גבאים, אבער ער האט דירעקט נישט געוואלט, כדאי דערמיט צו מגלה דעת זיין ברבים אז א רבי קען אויך מאכן א טעות!

עס איז נישט קיין בושה ווען מען מאכט א טעות, דעריבער ווען מען מערקט דיר אויף אויף א טעות, ווער נישט פארשעמט! נעם עס נישט צום הארצן! עס איז נארמאל, עס איז טאקע שווער אבער נעקסט קעיס!

עס גייט דיר גארנישט אפעקטירן אין לעבן, קיינער גייט עס נישט געדענקן! און ווער יא, און כ"ש אויב ציעט יענער מסקנות פון איינמאליגע דורכפעלער, איז יענער געדענקער דער טועה און יענער זאל זיך שעמען! (אדער לפי דברינו זיך נישט שעמען... אקעי, מאך עס נישט אזוי קאמפליצירט...)

פארקערט! איינער וואס איז מודה על האמת טראגט א געוויסע חן וואס לאזט זיך נישט זאגן! משא"כ איינער וואס קען נישט מודה זיין אין זיין טעות איז ער די שטאטס נער...
(איך רעדט צו זיך אליינס, איך קען אויך נוצן די חיזוק פון דא...)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

יעצט הייב נישט אן צו מאכן קיין טעותים בשיטה און פיל זיך קאנפידענט דערמיט... ווייל דעמאלס ביסטו א פושע!!!
א מענטש דארף זיך אויפפירן נארמאל און טון השתדלות צו טוהן דאס ריכטיגע,
מען רעדט אבער לאחר המעשה אז עס האט שוין פאסירט.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

נאך איין קליינע נקודה
מוזט נישט יעדע זאך באמערקן! נישט אלעס מוזטו זאגן! מעגסט פארקוקן א דורפאל פון יענעם! מעגסט אמאל פארקוקן א צווייטנס עוולה!
נוץ דיין שכל וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקן צו וויסן ווי איין און ווי אויס

די משל פונעם בן איש חי מיט מידת האמת עד הסוף איז מסתמא באקאנט...

(אויב כ'וועל האבן צייט וועל איך עס בל"נ באשרייבן, אבער נישט יעצט ווייל די צייט וואס כ'האב שוין געשפענדעט דא איז אויך שוין געווען גניבה...)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך פופציגער »

א באזונדערן דאנק פאר @מרור מיט חרוסת פאר’ן עפענען @להגדיל הטראסק ... דער טראסק ווערט מער און מער מוגדל...

און מרור’ל, דו ווייסט מסתם אז ווען להגדיל עפנט זיך איז עס נישט סתם א טובה צו טון... ווען ער מיינט עס ווען נישט אמת’דיג וואלט ער עס קלאר געזאגט און געווען דורכזיכטיג..
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 148

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך נאך וואס »

יישר כח גדול מאוד, הרב @להגדיל הטראסק
ידעס ווארט איז ציקער זיס, ממש צום באלעקן
(און יעצט אפען אין פנים אריין...) לענ"ד די שורה מיט די לבנה וואלט נישט געדארפט געשריבן ווערן
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

נאך וואס האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:56 pm (און יעצט אפען אין פנים אריין...) לענ"ד די שורה מיט די לבנה וואלט נישט געדארפט געשריבן ווערן
עס איז א באזונדערע שמועס צו אונז מעגן נעמען העכערע מושגים און עס מגשם זיין לתכלית הנמצא.

די תורה איז אסאך העכער וואו אונז מיינען מיר, אבער עס איז אראפגעשריבן פאר א תכלית
חזל זאגן רבי מחייב עשירים וכו'
איך פארשטיי נישט! דער גרויסער רבינו הקדוש, אונז האבן נישט קיין השגה אפס קצהו פון אים ער קען מחייב זיין באראן ראטשילד? ווער איז באראן ראטשילד קעגן רבינו הקדוש? רבינו הקדוש איז געווען א שטיק פייער!

אלא מאי, עס איז געשריבן אין דעם צורה כדי אונז זאלן ארויסנעמען די לימוד, מוסר אין חיזוק אויף אונזער אופן, האלטנדיג פאר די אויגן אז אמת לאמיתה האבן מיר נישט קיין השגה דערין.

דער רלב"ג איז טאקע מפרש נך אויף דעם אופן, אז יעדע מעשה און פסוק וואס איז געווארן פארנאטירט לדורות אין די פסוקי קודש איז געשריבן מיט א צוועק
אז אונז זאלן עפעס ארויסלערנען דערפון למעשה אין אונזער לעבן.

- עס זענען געווען טריליאנען מעשיות די טויזענטער יאר פון תנ"ך, אברהם אבינו האט געטון אסאך מער מצוות ווי דאס וואס עס שטייט אין פרשת לך וירא חיי שרה... - (מיט די היינטיגע וועלט פון באריכטן בצל הקודש קענסטו זעהן ווי דיק פרשת לך לך וואלט ווען געווען ווען די תורה וואלט ווען געווען געשריבן בלויז אלס ביאגראפיע און היסטאריע ביכל...)


די גמרא זאגט אין פארשידענע פלעצער אז ווען נישט די תורה זאגט עס וואלט איך עס נישט געזאגט.



אבער דאס איז א שמועס פאר זיך
כ'גלייב נישט אז איינער דא האלט אז עס איז געווען א טעות פון כביכול... אויב יא איז ער נישט קיין אפיקורוס, נאר א טיפש וואס גוגלפלעקס מאל די ווארט טיפש קען נישט דעסקרייבן...

די געדאנק איז וואס ריש לקיש האט געשריבן און די לעקציע וואס ער וויל מעגליך אז אונז זאלן ארויסנעמען דערפון.

אבער מעגסט זיין מחולק מיט מיר.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 148

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך נאך וואס »

קיין איין דוגמא וואס די ברענגסט, איז נישט קיין דימיון צו דעס אז כביכול האט געמאכט א ט... (איך קען עס נישט ארויסשרייבן)
עס איז ביטער ווי זית אז מען רעדט בכלל פון דעם, דאס איז עפעס וואס מען איז מחיוב אריינצוגיין אין פייער ווי איידער דאס זאגן.
פארגעס נישט אז די ביסט נאכנישט קיין 3 דורות פון די וואס האבן אויסגעהויכט מיט א שמע ישראל אויף די ליפן אין אוישוויץ
חכמים הזהרו בדבריכם.
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 97

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

@להגדיל הטראסק,
ווען כ'ווייס ווען אז דו האסט אזוי סאך צו שרייבן וואלט איך שוין אריינגעקומען סאך פריער!!
און א דזשאמבוי טענקס פאר די קאמענטס!!!
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2267

Re: לאמיר זיין דורכזיכטיג...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

נאך וואס האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:23 pm קיין איין דוגמא וואס די ברענגסט, איז נישט קיין דימיון צו דעס אז כביכול האט געמאכט א ט... (איך קען עס נישט ארויסשרייבן)
עס איז ביטער ווי זית אז מען רעדט בכלל פון דעם, דאס איז עפעס וואס מען איז מחיוב אריינצוגיין אין פייער ווי איידער דאס זאגן.
פארגעס נישט אז די ביסט נאכנישט קיין 3 דורות פון די וואס האבן אויסגעהויכט מיט א שמע ישראל אויף די ליפן אין אוישוויץ
חכמים הזהרו בדבריכם.
מיין קוקווינקל וואס איז נישט אין פלאן איבערצו'חזר'ן
- די תורה איז העכער פון אונזערע השגות.
- עס איז דאך געשריבן אין די צורה כדי אונז זאלן עפעס ארויסנעמען דערפון.
- אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
- אין פארשידענע ערטער זאגן חז"ל בפירוש אז אויך די פשוטו איז נישט קיין פשוטו ואכמ"ל מחמת אהבת הקיצור.
- איך האב עס נישט געזאגט, ריש לקיש האט עס געזאגט.
- דא שטייט עס נישט אז ריש לקיש האט געזאגט א לחש.
- דעריבער איז ניתן להאמר אז די מאמר וויל אונז לאזן הערן אז דער מושג פון טעות איז אקצעפטירבאר - נישט אז כביכול האט זיך טועה געווען.
- אכמ"ל צו ציטירן מאמרי חזל פון "ווען נישט די פסוק זאגט עס וואלט איך עס נישט געזאגט"
- דער מושג אז א בשר ודם זאל זיך אפלערנען פון כביכול זעהט מען כמה פעמים אין חז"ל - לדוגמא שבת דף קלג עב (עיינתי בגוגל הדור) "אבא שאול אומר ואנוהו הוי דומה לו מה הוא חנון ורחום אף אתה היה חנון ורחום"
- מעגסט ווייטער מחולק זיין.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט