כ'מיין.. איך בין נישט די בעסטע און נישט שענסטע, אבער פארשטייסט וואס כ'מיין. ס'מאכט זיך ממש ביי יעדן, אזא סארט יאוש.
זאגן שוין חז"ל אז יעדע מדה קען מען אמאל נוצן צום גוטן. יאוש אויך. יא! אפילו דאס.
בין איך נכשל געווארן אין אזא הרהור דעם עש"ק אין סאמע ברען פון הערן קול מבשר בשעת'ן צוגרייטן די שבת ליכט.
איך קאל אריין און איך הער די טעגליכע עד איבער אן ענין גדול מאוד, דאסמאל איז עס צוליב ווייל עס קומט ל"ג בעומר. און רבי שמעון האט געהייסן מען זאל דאס טון, ממילא איז יעצט ווידער דער התעוררות: לאמיר עס אלע טון לכבוד התנא אלוקי!!!
אבער, איך האב זיך אריענטירט די מחשבות, און, ניין. ניין! און ווען א טאטע זאגט ניין, איז ניין. איך גיי דאס נישט טון! פארטיג.
איי פרעגן מיר מיינע מחשבות: ווען וועט דעמאלס זיין מיט דיר? רבי שמעון בעט, די ישועות ווארטן, די חיוב איז גרויס, פארוואס פארוואס קענסטו זיך נישט ברעכן?! פארוואס טוסטו עס נישט?!
אבער מיין יצר טוב איז נישט געשלאפן. גלייך פאלט מיר איין דער ענטפער: "ווייל דו ביסט שוין ממילא א פארפאלענער!!!"
און עס הייבט זיך אן די ליסטע. ס'לויפט אזוי אדורך אין מיין משחבה איינס נאכסאנדערע. "ביסט געבוירן געווארן אנדעם! כאטש ס'איז מבואר אין אלע עדס אז בשעת סכנה איז דאס וויכטיג!"; ווייטער "דיין טאטע האט דיר אפגעשוירן די האר, געטראגן אין חדר, געלעקט האריג, אן דעם!!! כאטש וכו'"; און ווידער "ביסט געווען א בחור, ס'איז געווען בין הזמנים, און ביסט זיך באגאנגען ב"ה, אן דעם!! כאטש וכו'"; און נישט נאר דאס, נאר שטעל דיך פאר: "ביסט א חתן געווארן! חתונה געהאט! געמאכט א קידוש! געווען צוזאמען מיט די משפחה אויף יו"ט! געהאט נאך א קינד! און זאגאר אדורך א חמשה עשר בשבט עטליכע מאל, און א ראש השנה אנהייב יאר, און א יו"כ וואס איז א זמן מסוגל, און א סוכות ווען די משפחה קוקט איינער אויפן צווייטן, און א חנוכה ווען די משפחה איז ווידער צוזאמען, און געמופט א דירה, און געמאכט א ביזנעס דיעל, און פורים מיט די שיינע פארשטעלעכץ, אלעס אלעס אלעס אן דעם!!!"
"בין איך דאך שוין א פארפאלענער!

הפנים, וועל איך אי"ה "נישט" אריינרופן לייגן מיין נאמען אויף די עין הרע ליסטע לכבוד ל"ג בעומר. ווייל "נישט" דאס האט רבי שמעון געמיינט! "נישט" דאס מיינט זיך היטן פון א שלעכט אויג! יא, אז איינער זעט אז עפעס גייט פאר און ער איז עס תולה אין עין הרע און ער טוט א סגולה מקובלת פון אפשפרעכן מיט בליי, כל הכבוד, אדרבה, אבער משוגע מאכן כלל ישראל אז יעדן שני וחמישי דארף מען ארויפגיין אויף א ליסטע פון אפגעשפראכענע, היינט ווייל ס'איז היינט און מארגן ווייל ס'איז מארגן און ווידער איבערמארגן ווייל "ס'איז דאך איבערמארגן היינט"?!.
לאז אפ. לאז מנוחה. סטאפ די טעראר...