אן אריינגיין צופיל אין די נושא, וואקסין איז געמאכט צו נעמען ווען די בענעפיט איז זיכער מער ווי די פאטענציאלע שאדן
-די קאוויד וואקסין איז דערווייל נאך נישט געפראוועד כנ"ל (זייער אסאך שאדנס און אסאך צו פרי צו ציען קאנקלוזענס)
-מ.מ.ר.וו. (און פערטאסיס) האבן אונזערע עלטערן אלע געהאט און געווארן אימיונעד פארן לעבן, און די אומבאקוועמליכקייט איז קראצעניש וכדומה קיינע פאטאליטעיטן.
-פאליא איז שוין אויסגעראטן אסאך יארן, די לעצטיגע איינצלענע קעיסעס זענען פון די וואקסין סטרעין ווי באקאנט, פארוואס מאכט מען נישט קיין וואקסין אויף חולערע אדער אנדערע מחלות פון 100 יאר צוריק?
-די טעטענעס איז פאר 1 מין ראסט וואס טרעפט זיך נאר אין די מדבריות און נישט שכיח און אויך קען מען עס געבן ביז א טאג אדער מער נאכן כאפן די מין ראסט.
-פלו וואקסין עפעקטיוונעס און שאדנס דארף מען אפילו נישט אויסשמועסן.
למעשה איז כולי עלמא מודי אז עס קען זיין און עס זענען שוין געווען ערנסטע שאדנס פון יא נעמען א וואקסין, קען זיין 1 פון טויזענט אדער אפילו נאר 1 פון 100,000, מעג מען אריינלייגן א קינד אין א ספק ספיקא פון א שאדן ווען יא באקומען די מחלה איז זיכער נישט קיין שאדן נאר מאקסימום א אומבאקוועמליכקייט?
____________________________________________
למשל דא פון די פייזער וואקסין געשעדיגטע פון א צייט צוריק.
______________________________________________
און דא וויפיל קאמפענסעישן די שטאט האט באצאלט פאר געשעדיגטע פון וואקסינען.
____________________________________________
און חוץ פון דעם איז דא א ערנסטע פראבלעם ווייל מען האט אוועקגענומען די אחריות פון די קאמפעניעס אין די 1986 געזעץ ווי איינער שרייבט דא:
-לגבי גענעראל וואקסין סעיפטי פון די קאמפעניעס:
נאך מאסיווע ריקאלס לעצטע פאר יאר פון די עיר בעג קאמפעניעס און ביליאנען שאדנס פון לאוסוטס פאר נעגלעדזשענס וואס האט צוגעברענגט צו אומצאליגע טויט צאלן האט די עיר בעג קאמפעניעס געדינגען לאביאיסטן און געסטראשעט פאר וואשינגטאן אז זיי גייען אויפהערן צו מאכן עיר בעגס, וואשינגטאן האט געהאט א גרויסע פראבלעם מיט דעם האבן זיי נאכגעגעבן פאר די קאמפעניע אז זיי גייען געבן א $100 דאלער אפצאל פאר יעדע עיר בעג וואס זיי פראדעצירן און דאס גייט גיין אין א פאנד און קיינער גייט זיי נישט קענען מער קלאגן נאר מען וועט דארפן גיין צום פאנד סוען וואס איז פארשטייט זיך אינטער די גאווערמענט מיט אלע ביאקראטיעס, די קאמפעניע איז געווען זייער פריילעך מיט די אפמאך, בעסיקלי זיי גייען ארויפגיין מיט $100 אויף יעדע עיר בעג און זיי דארפן זיך נישט צו שטארק זארגן עס צו מאכן מער סעיף ווייל מען קען זיי מער נישט סוען.
וואלט איר געפילט סעיף צו פארן מיט א קאר מיט די עיר בעג??
אט פונקט דאס האט מען געמאכט מיט די 1986 וואקסינען געזעץ.
ביטע נאר תורה'דיגע השקפה