די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

געזונטע שמועסן און ידיעות
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

אן אריינגיין צופיל אין די נושא, וואקסין איז געמאכט צו נעמען ווען די בענעפיט איז זיכער מער ווי די פאטענציאלע שאדן

-די קאוויד וואקסין איז דערווייל נאך נישט געפראוועד כנ"ל (זייער אסאך שאדנס און אסאך צו פרי צו ציען קאנקלוזענס)
-מ.מ.ר.וו. (און פערטאסיס) האבן אונזערע עלטערן אלע געהאט און געווארן אימיונעד פארן לעבן, און די אומבאקוועמליכקייט איז קראצעניש וכדומה קיינע פאטאליטעיטן.
-פאליא איז שוין אויסגעראטן אסאך יארן, די לעצטיגע איינצלענע קעיסעס זענען פון די וואקסין סטרעין ווי באקאנט, פארוואס מאכט מען נישט קיין וואקסין אויף חולערע אדער אנדערע מחלות פון 100 יאר צוריק?
-די טעטענעס איז פאר 1 מין ראסט וואס טרעפט זיך נאר אין די מדבריות און נישט שכיח און אויך קען מען עס געבן ביז א טאג אדער מער נאכן כאפן די מין ראסט.
-פלו וואקסין עפעקטיוונעס און שאדנס דארף מען אפילו נישט אויסשמועסן.

למעשה איז כולי עלמא מודי אז עס קען זיין און עס זענען שוין געווען ערנסטע שאדנס פון יא נעמען א וואקסין, קען זיין 1 פון טויזענט אדער אפילו נאר 1 פון 100,000, מעג מען אריינלייגן א קינד אין א ספק ספיקא פון א שאדן ווען יא באקומען די מחלה איז זיכער נישט קיין שאדן נאר מאקסימום א אומבאקוועמליכקייט?


____________________________________________

למשל דא פון די פייזער וואקסין געשעדיגטע פון א צייט צוריק.
Vaers update.jpg
Vaers update.jpg (139.66 KiB) געזען געווארן 855 מאל

______________________________________________


און דא וויפיל קאמפענסעישן די שטאט האט באצאלט פאר געשעדיגטע פון וואקסינען.



The federal government's Vaccine Injury Compensation Program (VICP) provides compensation to people who experience severe injuries from vaccinations, including the MMR vaccine. The program is a no-fault alternative to the traditional tort system. As of May 2023, the program has awarded nearly $4.6 billion in compensation and $450 million in attorneys' fees.


____________________________________________


און חוץ פון דעם איז דא א ערנסטע פראבלעם ווייל מען האט אוועקגענומען די אחריות פון די קאמפעניעס אין די 1986 געזעץ ווי איינער שרייבט דא:

-לגבי גענעראל וואקסין סעיפטי פון די קאמפעניעס:
נאך מאסיווע ריקאלס לעצטע פאר יאר פון די עיר בעג קאמפעניעס און ביליאנען שאדנס פון לאוסוטס פאר נעגלעדזשענס וואס האט צוגעברענגט צו אומצאליגע טויט צאלן האט די עיר בעג קאמפעניעס געדינגען לאביאיסטן און געסטראשעט פאר וואשינגטאן אז זיי גייען אויפהערן צו מאכן עיר בעגס, וואשינגטאן האט געהאט א גרויסע פראבלעם מיט דעם האבן זיי נאכגעגעבן פאר די קאמפעניע אז זיי גייען געבן א $100 דאלער אפצאל פאר יעדע עיר בעג וואס זיי פראדעצירן און דאס גייט גיין אין א פאנד און קיינער גייט זיי נישט קענען מער קלאגן נאר מען וועט דארפן גיין צום פאנד סוען וואס איז פארשטייט זיך אינטער די גאווערמענט מיט אלע ביאקראטיעס, די קאמפעניע איז געווען זייער פריילעך מיט די אפמאך, בעסיקלי זיי גייען ארויפגיין מיט $100 אויף יעדע עיר בעג און זיי דארפן זיך נישט צו שטארק זארגן עס צו מאכן מער סעיף ווייל מען קען זיי מער נישט סוען.

וואלט איר געפילט סעיף צו פארן מיט א קאר מיט די עיר בעג??

אט פונקט דאס האט מען געמאכט מיט די 1986 וואקסינען געזעץ.




ביטע נאר תורה'דיגע השקפה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מעג מען געבן אנטיביאטיק על פי הלכה?
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:28 pm מעג מען געבן אנטיביאטיק על פי הלכה?
אראפצוקלאפן הויכע פיבער וואס קען מאכן פאטאלע שאדנס אודאי יא, וואס איז די שאלה? האסט געליינט מיין תגובה מיט ישוב הדעת? קוקט נישט אויס
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך world champion »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:28 pm מעג מען געבן אנטיביאטיק על פי הלכה?
עפען א נייע אשכול דאס דורעכצוטון.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 680

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך וואלף »

אה, ס'קומט גוטע צייטן דא.... @דער תהלים איד איז שוין דא אן קאל... @פופציגער קום צו די רעסקיו.....

האפענטליך וועט מען נאכן אויספראסקענען ארויסקומען מיט א קלארקייט פונעם נעפל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2230
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2383

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך אנדערער »

הנה ימים באים. עס קומען לעבעדיגע צייטן
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3211
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3710

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך שמח »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm
דו פרעגסט תורה'דיג, וויפיל כ'האב געהערט פון די היימישע רבנים מעג מען על פי הלכה געבן.

טעמע געשלאסן...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2383
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6191

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך פופציגער »

וואלף האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:53 pm אה, ס'קומט גוטע צייטן דא.... @דער תהלים איד איז שוין דא אן קאל... @פופציגער קום צו די רעסקיו.....

האפענטליך וועט מען נאכן אויספראסקענען ארויסקומען מיט א קלארקייט פונעם נעפל
איך שעם זיך אריינצורעדן דא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

שמח האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:28 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm
דו פרעגסט תורה'דיג, וויפיל כ'האב געהערט פון די היימישע רבנים מעג מען על פי הלכה געבן.

טעמע געשלאסן...
Did you asked personal a Daas Toira who know madical?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -די קאוויד וואקסין איז דערווייל נאך נישט געפראוועד כנ"ל (זייער אסאך שאדנס און אסאך צו פרי צו ציען קאנקלוזענס)
ס'איז יא געפראווד.

לויט די קלאר און דייטליכע שטודיעס האבן שווערע מיליאנען מענטשן בכלל נישט באקומען קאוויד, אדער עס באקומען גאר מילד, אדאנק די קאוויד וואקסינען.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -פאליא איז שוין אויסגעראטן אסאך יארן
דורך די וואקסינען. ממילא מוז מען עס ווייטער געבן, ווייל אויב נישט וועט מען מוזן אנהייבן צוריק נאר נאך א אויסברוך ח"ו, און דעמאלס קען עס שוין קאסן טויזנטער אידישע לעבנס, ס'וועט שוין זיין צו שפעט צוריקצודרייען דעם זייגער און טוישן ניגון אז "עכט וואלט עס געשען מיט וואסקינען אויך"...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -מ.מ.ר.וו. (און פערטאסיס) האבן אונזערע עלטערן אלע געהאט און געווארן אימיונעד פארן לעבן, און די אומבאקוועמליכקייט איז קראצעניש וכדומה קיינע פאטאליטעיטן.

טעות גדול. ס'איז די רעדע פון לאנגע טעג יסורים נוראים, ווי כ'האב אליינס געהערט פון עלטערן וואס זייערע קינדער האבן געהאט מיזעלס.

און, אויב קעטשט עס א קינד וואס האט א שוואכע אימיון, קען עס זיין פאטאל ר"ל.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3643
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9572

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:32 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -פאליא איז שוין אויסגעראטן אסאך יארן
דורך די וואקסינען. ממילא מוז מען עס ווייטער געבן, ווייל אויב נישט וועט מען מוזן אנהייבן צוריק נאר נאך א אויסברוך ח"ו, און דעמאלס קען עס שוין קאסן טויזנטער אידישע לעבנס, ס'וועט שוין זיין צו שפעט צוריקצודרייען דעם זייגער און טוישן ניגון אז "עכט וואלט עס געשען מיט וואסקינען אויך"...
גאמ.

פאליא איז נאר אויסגעראטן אין די ציוויליזירטע לענדער אבער אין אפריקאנע לענדער הערט מען נאך פון צייט צו צייט איבער פאליא אויסברוכן ה"י.

וויפיל צייט מיינסטו נעמט אז ס'זאל זיך חלילה אריבערכאפן צו די איבריגע חלק וועלט?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -די טעטענעס איז פאר 1 מין ראסט וואס טרעפט זיך נאר אין די מדבריות און נישט שכיח
פשוט נישט אמת.

כעת, מיט רוב מענטשן וואקסינירט, איז דא יערליך בערך 30 רעפארטעד טעטניס אינפעקציעס "אין אמעריקא".
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -פלו וואקסין עפעקטיוונעס און שאדנס דארף מען אפילו נישט אויסשמועסן.
פארוואס דארף מען נישט? ווייל יעדער ווייסט אז טויזנטער אידן נעמען עס און קיינער שטארבט נישט.

גראדע איך נעם עס נישט. סתם ווייל איך האב זעלטן די פלו, און די וואקסין מאכט אויך פיבער פאר א טאג, און ס'איז נישט וויכטיג.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pmלמעשה איז כולי עלמא מודי אז עס קען זיין און עס זענען שוין געווען ערנסטע שאדנס פון יא נעמען א וואקסין
ריכטיג.

אזוי ווי פון יעדע רפואה און פריווענשן. אריינגערעכנט פון "הקזת דם" בימי חז"ל, וואס איז געווען א עכטע 'היי ריסק' ווי מען זעט אין חז"ל די צענדליגער אזהרות וואס נישט צו טון בעפאר און דערנאך וכו', ווייל ס'קען פירן צו דאס ארגסטע. און נאך אלס האט מען עס געטון, פאר די געזונט.

"הלכה".
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm און דא וויפיל קאמפענסעישן די שטאט האט באצאלט פאר געשעדיגטע פון וואקסינען


היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm מען האט אוועקגענומען די אחריות פון די קאמפעניעס אין די 1986 געזעץ


איך יתקיימו שניהם?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 460

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך צווייטער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:43 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm און דא וויפיל קאמפענסעישן די שטאט האט באצאלט פאר געשעדיגטע פון וואקסינען


היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm מען האט אוועקגענומען די אחריות פון די קאמפעניעס אין די 1986 געזעץ


איך יתקיימו שניהם?
מ'האט געמאכט א געזעץ אז מ'קען נישט קלאגן די קאמפעני, און דער זעלבער צייט (כמדומה לי) האט מען געעפנט א רעגירונג'ס אפיס צו באצאלן קאמפענסאציע פאר וואקסין געשעדיגטע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5234
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9617

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גערעכט. האמיר עס נאכגעקוקט.

דיסרעגארד.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3211
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3710

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך שמח »

לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:14 pm
שמח האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:28 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm
דו פרעגסט תורה'דיג, וויפיל כ'האב געהערט פון די היימישע רבנים מעג מען על פי הלכה געבן.

טעמע געשלאסן...
Did you asked personal a Daas Toira who know madical?
יא, און כ'פלאן נישט צו ארומ'טענה'ן דא.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:32 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -פאליא איז שוין אויסגעראטן אסאך יארן
דורך די וואקסינען. ממילא מוז מען עס ווייטער געבן, ווייל אויב נישט וועט מען מוזן אנהייבן צוריק נאר נאך א אויסברוך ח"ו, און דעמאלס קען עס שוין קאסן טויזנטער אידישע לעבנס, ס'וועט שוין זיין צו שפעט צוריקצודרייען דעם זייגער און טוישן ניגון אז "עכט וואלט עס געשען מיט וואסקינען אויך"...
עס קומט נישט קיין אויסברוך פאר א מחלה פון יארן צוריק אויסגעראטן.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:35 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -מ.מ.ר.וו. (און פערטאסיס) האבן אונזערע עלטערן אלע געהאט און געווארן אימיונעד פארן לעבן, און די אומבאקוועמליכקייט איז קראצעניש וכדומה קיינע פאטאליטעיטן.

טעות גדול. ס'איז די רעדע פון לאנגע טעג יסורים נוראים, ווי כ'האב אליינס געהערט פון עלטערן וואס זייערע קינדער האבן געהאט מיזעלס.

און, אויב קעטשט עס א קינד וואס האט א שוואכע אימיון, קען עס זיין פאטאל ר"ל.
מיינע אלע קינדער האבן געהאט, נישטא קיין פאטאליטעיטן פון דעם.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:42 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pmלמעשה איז כולי עלמא מודי אז עס קען זיין און עס זענען שוין געווען ערנסטע שאדנס פון יא נעמען א וואקסין
ריכטיג.

אזוי ווי פון יעדע רפואה און פריווענשן. אריינגערעכנט פון "הקזת דם" בימי חז"ל, וואס איז געווען א עכטע 'היי ריסק' ווי מען זעט אין חז"ל די צענדליגער אזהרות וואס נישט צו טון בעפאר און דערנאך וכו', ווייל ס'קען פירן צו דאס ארגסטע. און נאך אלס האט מען עס געטון, פאר די געזונט.

"הלכה".
הקזת דם איז געווען צו ראטעווען לעבנס נישט אוועקצונעמען קראצענישן.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:40 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pm -פלו וואקסין עפעקטיוונעס און שאדנס דארף מען אפילו נישט אויסשמועסן.
פארוואס דארף מען נישט? ווייל יעדער ווייסט אז טויזנטער אידן נעמען עס און קיינער שטארבט נישט.

גראדע איך נעם עס נישט. סתם ווייל איך האב זעלטן די פלו, און די וואקסין מאכט אויך פיבער פאר א טאג, און ס'איז נישט וויכטיג.
מאך ריסערטש אויף פלו וואקסין עפעקטעווניס פארן צוריקשיסן.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3211
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3710

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך שמח »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 2:42 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:23 pmלמעשה איז כולי עלמא מודי אז עס קען זיין און עס זענען שוין געווען ערנסטע שאדנס פון יא נעמען א וואקסין
ריכטיג.

אזוי ווי פון יעדע רפואה און פריווענשן. אריינגערעכנט פון "הקזת דם" בימי חז"ל, וואס איז געווען א עכטע 'היי ריסק' ווי מען זעט אין חז"ל די צענדליגער אזהרות וואס נישט צו טון בעפאר און דערנאך וכו', ווייל ס'קען פירן צו דאס ארגסטע. און נאך אלס האט מען עס געטון, פאר די געזונט.

"הלכה".
הקזת דם איז געווען צו ראטעווען לעבנס נישט אוועקצונעמען קראצענישן.
דא שמועס מען דאך ''נאר'' הלכה... זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע רב, כ'פארשטיי נישט די גאנצע שמועס דא.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שרייב פאוסט