כאפסט נישט די פראבלעים דאהר ההר האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 15, 2024 12:35 pmלאמיר זיין אביסעל ריאליסטיש. די קנאישע פארטייען שרייען שוין יארן אז את אשר יגורני בא. מען שרייט כסדר אז אט אט קומט די שרעקליכע גזירה אריין, אבער דערווייל איז שוין דורך צענליגע יארן וואס אלעס גייט מער ווייניגער די זעלבע.פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 15, 2024 12:24 pm ליידער זעהט זיך ווייטער אהן אז די מדינה באקומט מער און מער סכמות פון די פארטייען וואס פארטרעטן די חרדים צו מאביליזירן נאך חרדים
די צרה פון די יעצטיגע גזירה איז אז עס גייט שטאפעלווייז און מען שרייט אלץ אז נעע יעצט איז נאכנישט געפערליך, אבער ליידער איז די מצב זייער ביטער.
וואס איז א חילוק וואס די חוק איז, דער עיקר איז גייען א גרעסערע פראצענט בחורים אין מיליטער יעצט ווי צען יאר צוריק אדער נישט? די פשוטע ענטפער איז ניין!
די זעלבע האב איך געשריבען דא. עפעס שטימט נישט. ר' דוב לאנדא גייט נישט פלוצלינג געבן אן הסכמה פאר פופציג פראצענט בחורים צו גיין אין מיליטער. עינט גאינג טא העפפען! עפעס א ספינעריי איז דא דא מיטן געזעץ וואס זיי זוכן דעם לאך פאר די קומענדיגע 5 יאר, און ווען דאס וועט אויסוועפן וועלן זיי מאכן א פרישע ספין. לייג דיר אריין אין קאפ, מען גייט נישט שיקן ערליכע בחורים אין מיליטער!! רבי דוב איז נאך אזוי ריספאנסעביל ווי דער בעל מוחה אין מאה שערים.
ווען מען שרייט אלעס גייט 'למעשה' גוט און ביני לביני ריקט מען ארויס הסכמות אויף 50 פראצענט מיינט עס אז מער און מער בחורליך גייען זיך צוכאפן דערצו, עס איז ליידער דא א גרויסע פראצענט בחורים וואס ליגט נישט ממש 12 שעה א טאג אין לערנען, און פאר זיי איז עס גאר א גרויסע סכנה.