גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליך »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:35 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:24 pm ליידער זעהט זיך ווייטער אהן אז די מדינה באקומט מער און מער סכמות פון די פארטייען וואס פארטרעטן די חרדים צו מאביליזירן נאך חרדים

די צרה פון די יעצטיגע גזירה איז אז עס גייט שטאפעלווייז און מען שרייט אלץ אז נעע יעצט איז נאכנישט געפערליך, אבער ליידער איז די מצב זייער ביטער.
לאמיר זיין אביסעל ריאליסטיש. די קנאישע פארטייען שרייען שוין יארן אז את אשר יגורני בא. מען שרייט כסדר אז אט אט קומט די שרעקליכע גזירה אריין, אבער דערווייל איז שוין דורך צענליגע יארן וואס אלעס גייט מער ווייניגער די זעלבע.
וואס איז א חילוק וואס די חוק איז, דער עיקר איז גייען א גרעסערע פראצענט בחורים אין מיליטער יעצט ווי צען יאר צוריק אדער נישט? די פשוטע ענטפער איז ניין!
די זעלבע האב איך געשריבען דא. עפעס שטימט נישט. ר' דוב לאנדא גייט נישט פלוצלינג געבן אן הסכמה פאר פופציג פראצענט בחורים צו גיין אין מיליטער. עינט גאינג טא העפפען! עפעס א ספינעריי איז דא דא מיטן געזעץ וואס זיי זוכן דעם לאך פאר די קומענדיגע 5 יאר, און ווען דאס וועט אויסוועפן וועלן זיי מאכן א פרישע ספין. לייג דיר אריין אין קאפ, מען גייט נישט שיקן ערליכע בחורים אין מיליטער!! רבי דוב איז נאך אזוי ריספאנסעביל ווי דער בעל מוחה אין מאה שערים.
כאפסט נישט די פראבלעים דא
ווען מען שרייט אלעס גייט 'למעשה' גוט און ביני לביני ריקט מען ארויס הסכמות אויף 50 פראצענט מיינט עס אז מער און מער בחורליך גייען זיך צוכאפן דערצו, עס איז ליידער דא א גרויסע פראצענט בחורים וואס ליגט נישט ממש 12 שעה א טאג אין לערנען, און פאר זיי איז עס גאר א גרויסע סכנה.
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 608

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הר ההר »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:55 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:35 pmגייען א גרעסערע פראצענט בחורים אין מיליטער יעצט ווי צען יאר צוריק אדער נישט? די פשוטע ענטפער איז ניין!

דער תירוץ איז א זיכערע יא.
דארף איך נאכאמאל איבערהערן וואס דיין רבי האט געזאגט ביי די מיטינג אין פארשעי.

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:56 pm

און? שוין יארן וואס מען זאגט אז אלעס איז שטיל און בחורים וואס ליגן נישט אין לערנען גייען גיין אין מיליטער. און? פארוואס זעט מען זיי נישט גיין למעשה? שוואכע און שקצים זענען דא איבעראל, איך רעד פון בחורים וואס אין אמעריקע וואלטן זיי געווען אין ישיבות און אין ארץ ישראל זענען זיי אין מיליטער.
די עיקר איז יעדע צוויי יאר נאכאמאל שרייען את אשר יגורנו בא! איך ווייס אויך אז גיוס איז א פראבלעם, און ר' דוב לאנדא ווייסט אויך. און דער בעלזער מיטן גורער רבי ווייסען אויך. ווייז מיר די גורע בחורים וואס גייען אין מיליטער! ווייז מיר די בעלזא אין מיליטער! אה די ספרידם... נישטא ווער זאל לאכן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:55 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:35 pmגייען א גרעסערע פראצענט בחורים אין מיליטער יעצט ווי צען יאר צוריק אדער נישט? די פשוטע ענטפער איז ניין!

דער תירוץ איז א זיכערע יא.
דארף איך נאכאמאל איבערהערן וואס דיין רבי האט געזאגט ביי די מיטינג אין פארשעי.

הער עס טאקע גוט איבער, אבער לאז גארנישט אויס...

ס'איז נישטא (דערווייל) קיין גזירה אז מען מוז גיין אין מיליטער, מ'קען זיך דערווייל ארויסדרייען די זעלבע וועג ווי ביז היינט. (כאטש די אינפארסירונג אויף די תנאים ווערן שטרענגער אינפארסירט).

דערפאר איז נישטא קיין בעלזע בחורים אדער וויזניצע אין מיליטער מער ווי אמאל.

אבער היות ס'איז געווארן א נייע זאך אז די מיליטער איז כאילו חרדי'ש, און מ'איז "אפיציעל" מסכים אז א געוויסע פראצענט דארף אנקומען אין מיליטער, זנען דא אסאך בחורים פון אנדערע סארטן וואס גייען מאסנווייז! און אסאך פון זיי זעען איין נאך אפאר וואכן וואס דארט טוט זיך און זיי קומען צו לויפן צו "שישא", און אנדערע בלייבן דארט זינקען.

און דאס איז אויסער די אינגעלייט וואס נעמען דארט "טעקנישן דזשאבס", וואס דאס איז דא עטליכע רבי'ס וואס הייסן געהעריג עס טון!

און דאס איז אויסער וואס די פאליטישע אפיסעס (אגודת ישראל אדער די חכי"ם פריוואט) זענען נאטורליך זייער פרייליך מיט יעדן א"ג שוואכער וואס גייט אין מיליטער, ווייל אזוי פילט זיך אן די ליסטע פון שעירים לעזאזל אז די פרעסע זאל שווייגן.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליך »

@הר ההר לייקענסט די זון אינמיטן העלן טאג
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 608

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הר ההר »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:08 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:55 pm

דער תירוץ איז א זיכערע יא.
דארף איך נאכאמאל איבערהערן וואס דיין רבי האט געזאגט ביי די מיטינג אין פארשעי.
און דאס איז אויסער די אינגעלייט וואס נעמען דארט "טעקנישן דזשאבס", וואס דאס איז דא עטליכע רבי'ס וואס הייסן געהעריג עס טון!
איך וועל עס אי''ה אויסהערן, אבער קודם אויף דעם שורה. וואס איז די פראבלעם פון זיין א טעקנישען? איז עס א מקום זוהמא?
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליך »

אפילו נאר דאהי אין ניו דזשערזי טוט זיך א גרויסע ווינט צו ארויפגיין צו דינען אינעם מיליטער, די לעצטערע יארן האט זיך עס פיל פארמערט, גיי ארום אין די ארטיגע שולן און פרעג דיר נאך.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליך »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:08 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:02 pm דארף איך נאכאמאל איבערהערן וואס דיין רבי האט געזאגט ביי די מיטינג אין פארשעי.
און דאס איז אויסער די אינגעלייט וואס נעמען דארט "טעקנישן דזשאבס", וואס דאס איז דא עטליכע רבי'ס וואס הייסן געהעריג עס טון!
וואס איז די פראבלעם פון זיין א טעקנישען? איז עס א מקום זוהמא?
פריער זאגסטע אז מען גייט נישט, יעצט זאגסטע אז די זעהסט נישט קיין פראבלעים
די וואס זעהן דערין יא א פראבלעים זעהן אויך אז ס'וואקסט די פראצענטן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:12 pm וואס איז די פראבלעם פון זיין א טעקנישען? איז עס א מקום זוהמא?
1) יא, קיין שאלה נישט!!!

2) עס צוברעכט אויך דעם עצם חומה פון "נישט גיין אין מיליטער".
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 608

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הר ההר »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:13 pm אפילו נאר דאהי אין ניו דזשערזי טוט זיך א גרויסע ווינט צו ארויפגיין אין דינען אין מיליטער, די לעצטערע יארן האט זיך עס פיל פארמערט, גיי ארום אין די ארטיגע שולן און פרעג דיר נאך.
נניח סאיז דא א ווינט. וואס איז די גזירות הגיוס שולדיג אין דעם? און אדרבה, דאס פראווט נאר די פוינט אויף פארקערט. דאס וואס איר ווילט זאגן אז מער בחורים גייען היינט אין מיליטער איז נישט וויבאלד עס איז דא פשרות פון די היימישע פארטייען, נאר אפי' דא אין אמעריקע איז די רוח צו גיין. דאס האט פשוט מיט ירידות הדורות פונקט ווי די אלגעמיינע מכה פון פירות הנושרים! יא די טראמפיסטען זענען זייער פרא מדינת ישראל, פארברענטע ציונים. אבער דאס איז די היינטיגע דזשענערעישען, נישט פשרות!

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:15 pm

אנדערע זאגן אז א קווין פאון צוברעכט די גדר פון א סמארטפאון. א מין גערעדעכץ דאס.
דו האלטס אז זיין א טעקנישען איז א גדר, און אנדערע רבי' האלטען אז נישט. דאס האט מיט קיין פשרות גארנישט!

און אגב, גיין במקום זוהמא איז גענצליך אנדערש ווי וואוינען צוזאמען מיט די ישראל שירדו... קיין פארגלייך. סארי.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליך »

בכלל נישט קיין פלוצימע ירידה, דער גזירת גיוס ארבעט אזוי און די הסכמה פון די פרומע העלפט דאס צו
עס געשעהט נישט פלוצלינג.
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 608

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הר ההר »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:14 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:08 pm
און דאס איז אויסער די אינגעלייט וואס נעמען דארט "טעקנישן דזשאבס", וואס דאס איז דא עטליכע רבי'ס וואס הייסן געהעריג עס טון!
וואס איז די פראבלעם פון זיין א טעקנישען? איז עס א מקום זוהמא?
פריער זאגסטע אז מען גייט נישט, יעצט זאגסטע אז די זעהסט נישט קיין פראבלעים
די וואס זעהן דערין יא א פראבלעים זעהן אויך אז ס'וואקסט די פראצענטן
קודם כל איך האב עס נישט געזאגט @דער תהלים איד האט עס געזאגט. איך זאג נאר אז אפי' נניח מיינט דאס גיין אין מיליטער.
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 608

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הר ההר »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:20 pm בכלל נישט קיין פלוצימע ירידה, דער גזירת גיוס ארבעט אזוי און די הסכמה פון די פרומע העלפט דאס צו
עס געשעהט נישט פלוצלינג.
הייסט די גזירות הגיוס איז געציהלט אויף אמעריקאנע בחורים?
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליך »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:22 pm

אויף אידישע נפשות
זיי אינטערסירט צו שמדן אידן אפגעזעהן אין וועלכע לאנד ער געפינט זיך
זיי זענען פונקט אזוי אינטערסירט אין ארויסשלעפן פון 770 אלע תלמידים און די ניו דזשערזי אידן, און די זעלבע די ארץ ישראל'דיגע ס'ביי זיי נישט קיין נפ"מ.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2139

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:17 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:13 pm אפילו נאר דאהי אין ניו דזשערזי טוט זיך א גרויסע ווינט צו ארויפגיין אין דינען אין מיליטער, די לעצטערע יארן האט זיך עס פיל פארמערט, גיי ארום אין די ארטיגע שולן און פרעג דיר נאך.
נניח סאיז דא א ווינט. וואס איז די גזירות הגיוס שולדיג אין דעם? און אדרבה, דאס פראווט נאר די פוינט אויף פארקערט. דאס וואס איר ווילט זאגן אז מער בחורים גייען היינט אין מיליטער איז נישט וויבאלד עס איז דא פשרות פון די היימישע פארטייען, נאר אפי' דא אין אמעריקע איז די רוח צו גיין. דאס האט פשוט מיט ירידות הדורות פונקט ווי די אלגעמיינע מכה פון פירות הנושרים! יא די טראמפיסטען זענען זייער פרא מדינת ישראל, פארברענטע ציונים. אבער דאס איז די היינטיגע דזשענערעישען, נישט פשרות!
דאס אז שוואכערע אידן דא אין אמעריקע גייען האט שייכות מיט דעם אז די דארטיגע מאכן עס אקעי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:15 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:12 pm וואס איז די פראבלעם פון זיין א טעקנישען? איז עס א מקום זוהמא?
1) יא, קיין שאלה נישט!!!

2) עס צוברעכט אויך דעם עצם חומה פון "נישט גיין אין מיליטער".
אנדערע זאגן אז א קווין פאון צוברעכט די גדר פון א סמארטפאון. א מין גערעדעכץ דאס.
דו האלטס אז זיין א טעקנישען איז א גדר, און אנדערע רבי' האלטען אז נישט. דאס האט מיט קיין פשרות גארנישט!

און אגב, גיין במקום זוהמא איז גענצליך אנדערש ווי וואוינען צוזאמען מיט די ישראל שירדו... קיין פארגלייך. סארי.
און אנדערע זאגן אז גיין מיט שטיוול שאדט פאר פאנגוס.

וואס ענטפערסטו מיר דא? מען האט געפרעגט דא צו עס גייען יעצט אין מיליטער - אדאנק די פשרות - מער ווי 10 יאר צוריק. איז מיין ענטפער א קלארע יא! און דאס נעמט אריין סיי שוואכע בחורים, און סיי אינגעלייט מיט דזשאבס במקום הזוהמה אין הערצלס שמעלצטאפ.

ה"י.
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 608

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הר ההר »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:24 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:22 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:20 pm בכלל נישט קיין פלוצימע ירידה, דער גזירת גיוס ארבעט אזוי און די הסכמה פון די פרומע העלפט דאס צו
עס געשעהט נישט פלוצלינג.
הייסט די גזירות הגיוס איז געציהלט אויף אמעריקאנע בחורים?
אויף אידישע נפשות
זיי אינטערסירט צו שמדן אידן אפגעזעהן אין וועלכע לאנד ער געפינט זיך
זיי זענען פונקט אזוי אינטערסירט אין ארויסשלעפן פון 770 אלע תלמידים און די ניו דזשערזי אידן, און די זעלבע די ארץ ישראל'דיגע ס'ביי זיי נישט קיין נפ"מ.
אז דו גייסט מיט קאנספיראצעס טשעק איך ארויס.
אין היסטאריע איז נאכנישט געווען אזא רעכטע רעגירונג וואס זאל בדוקא זיין גענויגט מער צו די חרדים ווי די לינקע מייסדי המדינה, אבער זיי זוכן צו שמד'ן אמעריקאנע אידן.
און טאקע דאס איז וואס די לינקע פורקי עול פראטעסטירן טאקע... זיי ווילן די אמעריקאנער אידענטום... וואס מאכסטו דיך נעריש?

די מדינה איז א פראבלעם. גיין אין מיליטער איז א פראבלעם. די לינקע ווילן זוין יארן אז די חרדים זאלן אויך זיין א חלק פון די מיליטער און זיי קענען נישט אריבערטראגען דאס וואס עס איז דא אזא שטארקע קול תורה אין זייער מדינה. דאס איז אלעס אמת. אבער צו גיין זאגן אז זיי זוכן אמעריקאנער, דארף מען שוין גלייבן אז די וואקסין האט טשיפס...
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 608

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הר ההר »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:27 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:15 pm

1) יא, קיין שאלה נישט!!!

2) עס צוברעכט אויך דעם עצם חומה פון "נישט גיין אין מיליטער".
אנדערע זאגן אז א קווין פאון צוברעכט די גדר פון א סמארטפאון. א מין גערעדעכץ דאס.
דו האלטס אז זיין א טעקנישען איז א גדר, און אנדערע רבי' האלטען אז נישט. דאס האט מיט קיין פשרות גארנישט!

און אגב, גיין במקום זוהמא איז גענצליך אנדערש ווי וואוינען צוזאמען מיט די ישראל שירדו... קיין פארגלייך. סארי.
און אנדערע זאגן אז גיין מיט שטיוול שאדט פאר פאנגוס.

וואס ענטפערסטו מיר דא? מען האט געפרעגט דא צו עס גייען יעצט אין מיליטער - אדאנק די פשרות - מער ווי 10 יאר צוריק. איז מיין ענטפער א קלארע יא! און דאס נעמט אריין סיי שוואכע בחורים, און סיי אינגעלייט מיט דזשאבס במקום הזוהמה אין הערצלס שמעלצטאפ.

ה"י.
ווער גייט אין מיליטער א דאנק פשרות? געב מיר די בעלזע באיאנע גור'ע און וויזניצע אינגעלייט וואס דינען ''אין די מיליטער''. דאס אז מען זעט הימיישע פורקי עול דארף מען נישט גיין ביז מדינת ישראל, מען האט נארוואס אנגעשמירט גאנצע בלעטער וועגן די מאנסי פייער דיפארטמענט. האט דאס אויך מיט פשרות? און די אלע נושרים דא אין אמעריקע האבן אויך מיט פשרות?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:33 pm ווער גייט אין מיליטער א דאנק פשרות?
1) הונדערטער תמימות'דיגע בחורים פון שטובער וואס זעען אויס אנדערש ווי אונזערע

2) היימישע בחורים מיט פייגלעך אין קאפ (נישט מחללי שבת) וואס באקומען א נסיון צו גיין אדאנק די שוועריקייט זיך ארויסצודרייען, און די רייץ וואס די צה"ל מאכט, און די מכלומרשטע כשרות דערפון

3) אינגעלייגט וואס נעמען דארט דזשאבס, בזוהמה מלאה
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 533

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:30 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:24 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:22 pm

הייסט די גזירות הגיוס איז געציהלט אויף אמעריקאנע בחורים?
אויף אידישע נפשות
זיי אינטערסירט צו שמדן אידן אפגעזעהן אין וועלכע לאנד ער געפינט זיך
זיי זענען פונקט אזוי אינטערסירט אין ארויסשלעפן פון 770 אלע תלמידים און די ניו דזשערזי אידן, און די זעלבע די ארץ ישראל'דיגע ס'ביי זיי נישט קיין נפ"מ.
אז דו גייסט מיט קאנספיראצעס טשעק איך ארויס.
אין היסטאריע איז נאכנישט געווען אזא רעכטע רעגירונג וואס זאל בדוקא זיין גענויגט מער צו די חרדים ווי די לינקע מייסדי המדינה, אבער זיי זוכן צו שמד'ן אמעריקאנע אידן.
און טאקע דאס איז וואס די לינקע פורקי עול פראטעסטירן טאקע... זיי ווילן די אמעריקאנער אידענטום... וואס מאכסטו דיך נעריש?

די מדינה איז א פראבלעם. גיין אין מיליטער איז א פראבלעם. די לינקע ווילן זוין יארן אז די חרדים זאלן אויך זיין א חלק פון די מיליטער און זיי קענען נישט אריבערטראגען דאס וואס עס איז דא אזא שטארקע קול תורה אין זייער מדינה. דאס איז אלעס אמת. אבער צו גיין זאגן אז זיי זוכן אמעריקאנער, דארף מען שוין גלייבן אז די וואקסין האט טשיפס...
קודם כל אפשר האבן טאקע די וואקסינען טשיפס? אקעי ווערטליך און א זייט געלייגט,

סאיז זיכער אז זיי פרייען זיך מיט יעדע איד וואס ווערט נענטער צו זיי, אפגעזעהן וויזוי עס געשעהט

סאיז א בפירושע חז"ל אז עם הארץ וויל צורייסן א עהרליכע איד, נאר וואס דען זיכער וועלן זיי קודם גיין מיט די אידן וואס זענען אין ארץ ישראל

אבער זייער מארקעטינג ארבעט זייער גוט אויך דא אין אמעריקא, אז אויב ווילסטו זיך אנהענגן אין כלל ישראל דארף מען עפעס טהון פאר זייער מדינה! עפ"ל
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליך »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:30 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:24 pm
הר ההר האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:22 pm

הייסט די גזירות הגיוס איז געציהלט אויף אמעריקאנע בחורים?
אויף אידישע נפשות
זיי אינטערסירט צו שמדן אידן אפגעזעהן אין וועלכע לאנד ער געפינט זיך
זיי זענען פונקט אזוי אינטערסירט אין ארויסשלעפן פון 770 אלע תלמידים און די ניו דזשערזי אידן, און די זעלבע די ארץ ישראל'דיגע ס'ביי זיי נישט קיין נפ"מ.
אז דו גייסט מיט קאנספיראצעס טשעק איך ארויס.
אין היסטאריע איז נאכנישט געווען אזא רעכטע רעגירונג וואס זאל בדוקא זיין גענויגט מער צו די חרדים ווי די לינקע מייסדי המדינה, אבער זיי זוכן צו שמד'ן אמעריקאנע אידן.
און טאקע דאס איז וואס די לינקע פורקי עול פראטעסטירן טאקע... זיי ווילן די אמעריקאנער אידענטום... וואס מאכסטו דיך נעריש?

די מדינה איז א פראבלעם. גיין אין מיליטער איז א פראבלעם. די לינקע ווילן זוין יארן אז די חרדים זאלן אויך זיין א חלק פון די מיליטער און זיי קענען נישט אריבערטראגען דאס וואס עס איז דא אזא שטארקע קול תורה אין זייער מדינה. דאס איז אלעס אמת.

אבער צו גיין זאגן אז זיי זוכן אמעריקאנער, דארף מען שוין גלייבן אז ....
עס פארן טויזענטער בחורים יערליך קיין א''י פון אמעריקא ווי מער עס ווערט א נארמאלע ערשיינונג צו זעהן א חרדי אפגעזעהן פון וועלכע לאנד אינעם מיליטער קענען זיי פיל גרעסערע פראצענטן אריינשלעפן, וואס איז אזוי שווער דאס צו פארשטיין, זיי ארבעטן זייער אויף א סטראטעגישער צוגאנג עס צו מאכן פאר נארמאלער מקובל'דיגע זאך ביי אלעמען.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך צווייזייטיג »

@הר ההר מאך א סירטש אויף חרד"ש, און נאכדעם קום צוריק.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 168

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ר' משה »

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היינט האט זיך אנגעהויבן אן ערנסטער שפיל.

נתניהו האט געשאסן א קויל, דערקלערנדיג אז היות מען זוכט א חוק הגיוס, גיט ער.... ארויפברענגען דעם חוק הגיוס וואס די פריערדיגע ממשלה האט פארגעשלאגן, מיט לאפיד אלס ראש ממשלה און בעני גאנץ אלס זיכערהייט מיניסטער.

יענע געזעץ איז געווען נאך מילדער ווי די לעצט פארגעשלאגענע וואס גאנץ וויל נישט שטיצן... בעיקר מיט די חלק ווי שנעל עס דארפן זיך ארויפריקן די יערליכע נומערן אין די יעדי גיוס. סוי נתניהו האט באשלאסן אז דא קען ער גוט צופיקסן גאנץ. "ביסט נישט צופרידן? אקעי, איך ברענגט אהער דיינס! שטיץ עס".

גאנץ האט אבער גלייך צוריקגעשאסן אז נע, יענס איז געווען "בעפאר אקטואבער 7". היינט האלט מען שוין אסאך ווייטער! די מיליטער דארף יעצט מער, דער עולם איז גרייט מער, און דאס אויפברענגען א אלטע געזעץ איז אומרעלעוואנט און ער גייט עס נישט שטיצן.

יו"ט אינדערוואכן, כרגיל במדינת הציונים.
שרייב פאוסט