נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 5:31 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 3:06 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 2:04 pm
@צווייזייטיג, כ'האב יעצט געפרעגט א מנהל אין ת"ת פון מוסדות קרית יואל, ס'איז נאכנישט געווען אזא זאך מ'זאל געבן א טעסט פאר די אינגלעך. נישט יעצט און נישט בעבר די לעצטע פאר יאר.
image (4).png
איך גיי נישט אריין אויב מען האט יא אדער נישט געמעגט געבן די טעסט אבער דו האסט סתם אריינגעווארפן א פלאקן, און עפעס וואס קומט דא נישט אריין
דאס איז די NYSE טעסט, וואס האט גארנישט מיט די פעטוועי טעסט, מען גיבט עס פרייוויליג און מען באקומט געלט דערויף, און האסט גארנישט געוויזן וואס אין יענע טעסטס זענען געשטאנען וכדומה,
"די טעסטס" זענען טעסט וואס מען האט פאקטיש געגעבן ווייל מען האט זיך אונטערגענומען צו געבן, און געשריגן איבעראל, אז עס איז אויסגעהאלטענע טעסטס, און מען גייט מאכן אייגענע בלא בלא בלא,
און דערווייל זענען די טעסטס פיל מיט כפירה טומאה וזוהמה, אסאך אסאך מער ווי די מעשה מיט פרעה האט מען ליידער דארט געפינען
איך אין פערלס'ס פלאץ וואלט זיך פארשטעקט אין א מייזן לאך
איך מיין אז די טעסטעס וואס געוויסע מוסדות האבן גענומען די לעצטערע יארן זענען אנדערע סארט טעסטעס וואס מען גיבט יעצט ביי די פעטוועי 6 מוסדות ,
ביז יעצט איז עס געווען גרינגערע סארט טעסטעס, ווי למשל די
נייסלע"ד מאלפטיפאל טשויס טעסט,
משא''כ ביי פעטוועי 6 טעסטעס איז עס שווערערע סארט טעסטעס
וואס מען דארף מען דורך ליינען די גאנצע מעשה און מען פרעגט דיך א קשיא ווי למשל, וואס זעסטו פון די מעשה וואס האלטסטו אויף די חלק פון די מעשה, און אזוי זעט מען צו ער האט פארשטאנען בכלל וואס ער ליינט,
דאס איז חיץ דעם וואס 'סייענס טעסטעס' האט קיינער קיינמאל נישט געגעבן,צוליב איר אפיקורס'ישע און תועבה'דיגע אינהאלט,
וזה העיקר!! די טעסטעס ביז יעצט האט נישט געדינט פאר די ציל פון די גזירת החינוך אבער נעמען אסעסמענט אויף פעטוועי 6 דארף אפראווען אז די לערנסט אלעס אזוי די פאבליק סקול
און אנדערע ווערטער די פראבלעם איז נישט נאר אויף די טעסטעס נאר אויף די לימודים