פארוואס שטייט עס אזוי פארשטופט?
אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
זיכער אז מדארף אפהאלטן!
איינער ווייסט די צדדי "הלכה" דערין?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
דער גראפיקער האט געמאכט איין ווארט קליין און דאס איבריגע גרעסער, אבער די ווערטער שטייען.
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
וכל המחטיא את הרבים, אין מספיקין בידו לעשות תשובה
ירבעם חטא והחטיא את הרבים, חטא הרבים תלוי בו, שנאמר (מלכים א טו), על חטאות ירבעם [בן נבט] אשר חטא ואשר החטיא את ישראל.
תויו''ט
וכל המחטיא את הרבים אין מספיקין בידו לעשות תשובה. פי' הר"ב שלא יהא הוא בגן עדן וכו' גמ' שם. ומפיק ליה שנאמר אדם עשוק בדם נפש עד בור ינוס אל יתמכו בו [משלי כ"ח י"ז] ואע"ג דבקרא משמע אפילו עשוק נפש אחת. אפ"ה תנן דדוקא המחטיא את הרבים לפי שמדה טובה מרובה ולא הצילה אלא כשזיכה את הרבים כ"ש מדת פורענות המעוטה שלא תזיק. אא"כ שהחטיא את הרבים כך נ"ל:
אין מספיקין בידו לעשות תשובה. כלומר אין מסייעין לו וכדכתיב אל יתמכו בו. משא"כ לשאר עוברי עבירה כשיתן אל לבו לשוב. ודאי דהוי בכלל בא לטהר מסייעין לו. אבל הרמב"ם פירש שימנעוהו מן התשובה וכענין שנאמר בפרעה ויחזק ה' את לב פרעה. ובפ"ח מהח' פרקים שהקדים למסכתא זו נתן טעם לדבר. שיש חטא שראוי להענש עליו עכ"פ ולפיכך ימנעהו הש"י מהתשובה כדי שיבא עליו עונשו הראוי לו. וכן כתב ג"כ בחבורו פ"ו מהל' תשובה והביא ראיות מן הכתובים:
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6662
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15383
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
@פרייליך די שאלה דא איז, ווער איז געווען דער ערשטער פוסק וואס ברענגט דעם מאמר חז"ל אויפ'ן ענין פון פארדינגען דירות פאר גויים.
ענטפער נישט 10 מאל די זעלבע זאך. לאז איינעם טרעפן די עכטע מקור אין די "הלכה".
און מיין מיינונג איבער דעם איז גראדע אז ס'איז אן אומרעכט, אלס מענטשהייט, אבער ס'איז געוואנדן אין אסאך אומשטענדן ארום.

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 304
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
- Location: קר"י והגלילות
- x 323
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
איך אגרי מיט דעם - אלמלא עס איז דא אפציעס,דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:19 am און מיין מיינונג איבער דעם איז גראדע אז ס'איז אן אומרעכט, אלס מענטשהייט, אבער ס'איז געוואנדן אין אסאך אומשטענדן ארום.
אלץ איז די שאלה ווער און ווי, און צו מען רעדט פון מניעות רויח גדול אדער אז איינער זאל נישט באנקאטירען לעולם וועד, עס איז דא געוויסע מציאות'ן און געגענטער וואס עס פארלאנגט זיך מסי"נ צו קענענן אן דעם.
און נאך אסאך אנדערע פאקטארן, ואכמ"ל.
.
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
אויך אלץ ועשית הישר והטוב, דעליך סני
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
געוואלט ענטפערן בלומען תגובה אבער עס איז אנטלאפן. וועל איך מוזן מקצר זיין אן ציטירן
נישט יעדע זאך וואס איינער ווייסט נישט האט נישט קיין מקור, עסן OU איז פשוט כשרות זארגן, גיין אין א פלאץ מיט פריצות איז ולא תתורו און נאך, ד איבריגע געדענק איך נישט
נישט יעדע זאך וואס איינער ווייסט נישט האט נישט קיין מקור, עסן OU איז פשוט כשרות זארגן, גיין אין א פלאץ מיט פריצות איז ולא תתורו און נאך, ד איבריגע געדענק איך נישט
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
דאס זאג איך
נישט אויף אלעס קען מען אנצייגן אז ס'איז א הלכה, אבער פארט איז עס אסור
דאס איז נאר דא אויסצושמועסן. אויב ס'איז פאקטיש אן הלכה האמיר דאך געשמועסט קען מען אנרופן איינס פון די דיינים אדער התאחדות פרעגן
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
איך האב געזעהן דיין תגובה. דו האסט פלעין געמאכט ליצנות און געטרייט אוועקצומאכן דעם פאקט אז דו האסט נישט געטראפן קיין מקור צו די איסור אויף אריינשטעלן גוים
איך האב געענטפערט אז די אלע וואס דו האסט געפרעגט האבן גראדע יא א מקור און אויב וועט מען עפענען א אשכול איבער יענע נושאין וועט מען עס דארט ברענגען, אבער אויף נושא וואס אונז רעדן דא האסטו דערווייל נישט קיין ענטפער
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
וואס א נפק"מ ווער די ערשטער איז געוועןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:19 am @פרייליך די שאלה דא איז, ווער איז געווען דער ערשטער פוסק וואס ברענגט דעם מאמר חז"ל אויפ'ן ענין פון פארדינגען דירות פאר גויים.
בזמנינו שרייבן אזוי פוסקים
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
אויף וואס זענען זיי סומך?פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 3:52 pmוואס א נפק"מ ווער די ערשטער איז געוועןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:19 am @פרייליך די שאלה דא איז, ווער איז געווען דער ערשטער פוסק וואס ברענגט דעם מאמר חז"ל אויפ'ן ענין פון פארדינגען דירות פאר גויים.
בזמנינו שרייבן אזוי פוסקים
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1971
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5466
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
איז איינער דא באמת נייגעריג אין די הלכה? אויב יא קען איך פראבירן אביסעל צוזאמען צו נעמען די סוגיא. אבער אויב איז עס סתם פאליטיק איז ידי מסולקת!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
וויאזוי מען קוקט אויף א מחטיא ומכשיל את הרביםאנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:11 pmאויף וואס זענען זיי סומך?פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 3:52 pmוואס א נפק"מ ווער די ערשטער איז געוועןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:19 am @פרייליך די שאלה דא איז, ווער איז געווען דער ערשטער פוסק וואס ברענגט דעם מאמר חז"ל אויפ'ן ענין פון פארדינגען דירות פאר גויים.
בזמנינו שרייבן אזוי פוסקים
ביי איינע פון די פעלער ווי מען האט געליטן פון די צרה האט איינע פון די עלטערע פוסקים געזאגט
די צווייטע מערכה איז געווען אקעגן בויען הייזער פאר ארטיסטן
און רבי אברהם האט געזאגט ארור האיש אשר יבנה ביתו לארטיסטן.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4913
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14668
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
איינעם האסטו שוין.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:17 pm איז איינער דא באמת נייגעריג אין די הלכה? אויב יא קען איך פראבירן אביסעל צוזאמען צו נעמען די סוגיא. אבער אויב איז עס סתם פאליטיק איז ידי מסולקת!
ווער איז מיט מיר?
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
איך בין נאר נייגעריג אין די הלכה און בכלל נישט אין די פאליטיקנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:17 pm איז איינער דא באמת נייגעריג אין די הלכה? אויב יא קען איך פראבירן אביסעל צוזאמען צו נעמען די סוגיא. אבער אויב איז עס סתם פאליטיק איז ידי מסולקת!
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
איךשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:23 pmאיינעם האסטו שוין.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:17 pm איז איינער דא באמת נייגעריג אין די הלכה? אויב יא קען איך פראבירן אביסעל צוזאמען צו נעמען די סוגיא. אבער אויב איז עס סתם פאליטיק איז ידי מסולקת!
ווער איז מיט מיר?
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
איך גיי מיט דיר אין סירקעלס. זיי געזונטפרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:19 pmוויאזוי מען קוקט אויף א מחטיא ומכשיל את הרבים
ביי איינע פון די פעלער ווי מען האט געליטן פון די צרה האט איינע פון די עלטערע פוסקים געזאגטדי צווייטע מערכה איז געווען אקעגן בויען הייזער פאר ארטיסטן
און רבי אברהם האט געזאגט ארור האיש אשר יבנה ביתו לארטיסטן.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6662
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15383
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:39 pmאיךשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:23 pmאיינעם האסטו שוין.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 4:17 pm איז איינער דא באמת נייגעריג אין די הלכה? אויב יא קען איך פראבירן אביסעל צוזאמען צו נעמען די סוגיא. אבער אויב איז עס סתם פאליטיק איז ידי מסולקת!
ווער איז מיט מיר?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1971
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5466
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
העמיר פראבירן צו מאכן צייט דערפאר נעקסטע זונטאג אי''ה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 5:25 pm
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1971
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5466
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
חלק א'
קודם כל א דיסקלעימיר.
איך בין כלל נישט באקאנט מיט די פאליטיק. ניטאמאל ווייס איך אויב די חסידי מהר״א/חסידי מהרי״י/בני יואלים זענען די וואס פארדינגען, אויב עס איז פון די מחנה מגושמים אדער מחנה אלקים. וואס איך שרייב האט קיין שייכות מיט די נושא העומד על הפרק.
איך וועל פראבירן אביסעל צו צונעמען די סוגיא פון עטליכע ענגעלס. 1) איסור עבודה זרה 2) גזירה אטו היזק וסכנה 3) מצד המוסר.
האפענטלעך וועט עס זיין להנאת הציבור און מען וועט קענען ארויס נעמען דערפון אפאר נקודות טובות. פארשטייט זיך אז די סוגיא איז א לאנגע און א ברייטע, דערפאר איז וויכטיג אנצומערקן אז הרבה יותר ממה שאני כותב לפניכם יש כאן, נאר משום חוסר הזמן, אפס הידיעה, און מיעוט נערווען וועל איך נישט דעקן אלעס.
מצד איסור עבודה זרה.
אין פרשת ואתחנן (ז' ב') זאגט משה רבינו אן פאר אידישע קינדער אז ווען מען קומט אריין קיין א''י איז דא אן איסור פון ''לא תחנם'' און לויט ווי די גמרא אין ע''ז דף כ איז מסביר מיינט דאס לא תתן להם חנייה בארץ, אז מען טאר נישט געבן פאר א גוי א חלק אין א''י.
די משנה אין ע''ז כ: ברענגט א מחלוקה צווישען ר' מאיר און ר' יוסי איבער וואס און וואו מען מעג יא, און וואס און וואו מען טאר נישט פארקויפן אדער פארדינגען פאר א גוי. להלכה פסק'ענען די רמב''ם (פרק י' הל' ע''ז) ושלחן ערוך (יו''ד קנ''א) אזוי ווי ר' יוסי ווי פאלגענד.
א) אין א''י מעג מען פארדינגען א הויז פאר א גוי, אבער פארקויפן טאר מען נישט. און א פעלד טאר מען פארדינגען אויך נישט.
ב) אין סוריא מעג מען פארקויפן א הויז פאר א גוי, וכ''ש פארדינגען. און א פעלד טאר מען נישט פארקויפן אבער פארדינגען יא.
ג) אין חוץ לארץ מעג מען סיי פארקויפן און סיי פארדינגען סיי א הויז אין סיי א פעלד.
די משנה לייגט אבער צו א וויכטיגע תנאי. אף במקום שאמרו להשכיר לא לבית דירה אמרו מפני שמכניס לתוכו ע''ז, שנאמר לא תביא תועבה אל ביתך. נאר וואס דען דוקא פאר א בית האוצר (סטארידזש) וכדו'.
אויף למעשה טוט זיך אין די ראשונים אויף טישן און בענק ווי אזוי קען זיין אז מען זעהט אז מען פארדינגט יא פאר גוים הייזער אויף צום וואוינען, בזמן וואס די משנה זאגט קלאר אז לבית דירה טאר מען נישט. און עס זענען דא אויף דעם עטליכע מהלכים.
א) תוס' ברענגט א מהלך אז די תנאי אין די משנה איז דוקא במקום וואס די גוי ברענגט אריין ע''ז בקביעות. משא''כ די גוים וואס האבן געלעבט בזמן התוס' איז נישט געווען זייער שטייגער אריינצוברענגען ע''ז בקביעות, נאר דוקא ווען איינער איז געווען נוטה למות וכדו' און ביי דעם איז נישט דא קיין איסור.
ב) תוס' ברענגט א מהלך פון רבינו תם ור' חיים כהן אז דאס וואס די משנה לייגט צו די תנאי מכח די פסוק פון לא תביא תועבה אל ביתך איז ווי רבינו תם ותלמידו ר' חיים כהן פארשטייען נאר כולל ארץ ישראל, משא''כ חוץ לארץ ווערט נישט אנגערופען ביתך. און אויב איז נישטא קיין איסור פון פארדינגען פאר א גוי אפי' די גוי ברענגט אריין ע''ז. (תוס' מביאו מר' חיים אבל הריטב''א מרבינו תם)
ג) רבי אלחנן (הובא בתוס') און די רמב''ן, רשב''א, אורחות חיים, ריטב''א, מאירי (כן משמע מדבריו) פארשטייען אזוי ווי ר' חיים כהן ולאו מטעמיה. לויט ר' אלחנן איז באמת די גאנצע איסור פון פארדינגען פאר א גוי וואס ברענגט אריין ע''ז נישט קיין איסור דאורייתא, וויבאלד מן התורה איז דוקא אסור אין די הויז פונעם איד ממש. נאר דאס א גזירה פון חז''ל וקרא אסמכתא בעלמא. יעצט וויבאלד מיר זעהן אז חז''ל אליינס האבן נישט גוזר געווען בבית אוצר נאר דוקא בבית דירה, פארשטייט ר' אלחנן אז די גאנצע איסור איז נאר בארץ ישראל. די רמב''ן לייגט אבער צו אז בעל נפש יחמיר, און אזוי אויך די רשב''א שרייבט בשם הרמב''ן אז א בעל יחמיר. (אולם עיין ברמב''ן דבארץ אסור מדאורייתא)
ד) איז שיטת הרא''ש והמרדכי. די רא''ש טוט אויף א חידוש אז מן התורה איז שכירות לא קניא, און לויט דעם קומט אויס אז ווען דער גוי ברענגט אריין ע''ז אין הויז ברענגט ער עס אריין ברשות ישראל ממש. (ובאמת שזה מבואר בהדיא בגמ' פסחים דף ו.) אבער היינט וואס מיר זענען נכנע אונטער די גוים וואס ביי זיי איז יא שכירות קניא, איז דינא דמלכותא דינא און עס הייסט נישט ווי מען ברענגט עס אריין ברשות ישראל און ממילא איז מותר.
ה) די ראב''ן (סימן רצ''א) טוט אויף א גרויסע חידוש. אז וויבאלד בזמנינו נעמט די גוי'שע געווארמענט שטייער אויף די הייזער, קומט אויס אז אין יעדע הויז איז יד גוי באמצע. איז נישט דא ביי דעם קיין פראבלעם פון ולא תביא תעבה אל ביתך. ווייל די תקנות חז''ל איז נאר געווען בזמן וואס איז נישט געווען יד גוי באמצע.
להלכה שרייבט די טור (יו''ד סימן קנ''א) והאידנא נהגו להשכיר אף לדירה כיון שאין נוהגין להכניס עבודה זרה בבתיהם. און אזוי פסק'ענט די רמ''א למעשה.
די ש''ך פרעגט אפען פלאץ אז דאס איז גוט במקום וואס איז טאקע נישט די סדר פון א גוי אריינצוברענגען ע''ז, וואס טוט זיך אבער בזמן הזה (בזמן הש''ך) וואס די סדר פון די גוים איז יא אריינצוברענגען ע''ז? אויף דעם זאגט די ש''ך אז מ''מ פארלאזט מען זיך אויף די אנדערע תירוצים פון די ראשונים וואס מיר האבן אויבן געברענגט.
קומט אויס אויף למעשה ווען איינער וויל פארדינגען א הויז פאר א גוי אויף צום וואוינען זאגט די ש''ך קלאר אז דאס איז מותר. נאר אויף אזוי פיל יא האבן מיר האבן געברענגט אויבן פון רמב''ן אז אה''נ ע''פ הלכה איז נישט אסור צו פארדינגען פאר א גוי, מ''מ בעל נפש יחמיר. אזוי ברענגט ר' חיים פאלאג'י אין ספר רוח חיים בשם ספר שלחן גבוה אז אפי' בזמן הזה שומר נפשו ירחק מהם (פארשטייט זיך נאר ווען עס איז דא א חשש ע''ז) ווי אויך שרייבט די מאירי מאירי אז די קפידא פון לא תחנם איז נישט צו וואוינען נעבן גוים עובדי ע''ז, וואס פון דעם איז משמע אז אפי' אויב איז דא א היתר מ''מ איז נאך אלץ ראוי פאר א בעל נפש להחמיר.
עס דארף אבער ערווענט ווערן אז עס קען אמאל זיין אז פארקויפן פאר א גוי זאל קענען זיין אן איסור פון לא תביא תועבה אל ביתך לשיטת המאירי והריטב''א. און דאס איז ווען מען מאכט א שכונה פאר גוים ווי מיר וועלן אויסמועסען בער השם שפעטער.
מצד היזק וסכנה.
שטייט ווייטער דארט אין די גמרא, אמר שמואל הלכה כר' יוסי. אמר ר' יוסף ובלבד שלא יעשנה שכונה. וכמה שכונה, תנא אין שכונה פחותה משלשה בני אדם. דהיינו אז אפי' באופן וואס איז מותר צו פארקויפן אדער פארדינגען פאר א גוי, איז אבער דא אן איסור צו פארקויפן דריי הייזער איינס נעבן אנדערען פאר דריי גוים.
בטעם האיסור שרייבן די ראשונים (תוס', אורחות חיים ע''ז ג', ספר התרומה סימן קמג, פירוש תלמידי רבינו יונה, מרדכי, וכן בטורי זהב) אז אויב פארקויפט מען פאר דריי גוים איינס נעבן צווייטען קען דאס צוברענגען א פאטענציאלע היזק פאר די אידן וואס וואוינען דארט וויבאלד די גוים וועלן זיך צוזאמען נעמען און טשעפענען די אידן, אדער גאר אפי' הרג'ענען. און די איסור דערפון איז ולפני עור לא תתן מכשול.
די גמרא זאגט אבער אז א מענטש מעג פארקויפן עטליכע הייזער פאר איין גוי, און ער דארף נישט טראכטען אז די גוי וועט ווייטער פארקויפן פאר נאך צוויי גוים. אין פירוש תלמידי רבינו יונה ווערט צוגעלייגט פארקערט אויך, אויב עס וואוינען שוין צוויי גוים איינער נעבן צווייטען טאר א איד נישט פארקויפן די דריטע הויז פאר א גוי ווייל עס קומט אויס אז ער איז דער וואס מאכט עס פאר א שכונה.
בפשטות ווי מען פארשטייט איז די איסור גילטיג סיי בארץ און סיי בחוץ לארץ, און די טעם איז משום היזק. דער ספר התרומה, מרדכי, און טור שרייבן אז דערפאר איז טאקע די איסור איז נאר גילטיג בשכונת היהודים, אבער א פלאץ וואו עס וואוינען נישט קיין אידן איז נישטא די איסור.
יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס מיינט שכונת היהודים. די אמת איז אז איך בין נישט קלאר אין דעם.
דער ספר התרומה שרייבט די לשון אם אין ישראל דר בכל אותו רחוב, און אזוי שרייבט אויך די מרדכי. פון דעם איז משמע אז נישט קיין חילוק צו מען רעדט פון א אידישע שטאט אדער א גוישע שטאט איז אסור נאר אויב אויף יענע גאס וואוינען אידן, אבער אויף א גאס וואס עס וואוינען נישט דארט קיין אידן איז מותר.
פון בית יוסף איז אבער משמע אז אויב איז עס א אידישע שטאט וואס עס וואוינען דארט נאר אידן, דעמאלטס איז אסור אפי' אויב אויף יענע גאס וואוינט נישט קיינער חוץ פון די דריי גוים. לויטן ב''י איז די גאנצע חידוש פון טור נאר אין א שטאט וואו עס וואוינען אידן און להבדיל גוים, דעמאלטס מעג מען פארקויפן חוץ לשכונת היהודים. די לשון הב''י איז, נראה שטעמו משום דהאידנא העיירות מליאות בתי גוים וכן שאינו בשכונת היהודים אפי' מוכר כמה בתים מאי הוה, הילכך לא מיתסר אלא בשכונת היהודים.
אין שלחן ערוך יו''ד סימן קנ''א שרייבט דער מחבר, לא ימכור ולא ישכיר לג' ע''כ ביחד בשכונת היהודים. דער מחבר שרייבט נישט אויב ער רעדט פון ארץ אדער חו''ל, דער ש''ך לייגט צו אף בחו''ל. לויט ווי מיר האבן גערעדט איז די ש''ך זייער פארשטענדליך, וויבאלד די חשש סכנה איז נישט מער אין א''י ווי אין חו''ל, און אזוי שרייבט אויך דער לבוש.
קומט אבער דער נודע ביהודה אין דגול מרבבה און ער קריגט אויפן ש''ך אז דאס איז דוקא בארץ ישראל, און ער ברענגט א ראיה פון רמב''ם וואס פסק'ענט די הלכה נאר בארץ ישראל. און די אמת איז אז די שלטי הגבורים (ה:) האלט אויך כהרמב''ם אז די איסור איז נאר בארץ ישראל און ער שרייבט אז אזוי איז משמע פון רי''ף אויך. שטעלט זיך די שאלה מאי שנא ארץ מחו''ל לארץ.
ונראה לפי עניית דעתי אז די רמב''ם וועט לערנען אזוי ווי דער מאירי והריטב''א וואס זיי לערנען אז די איסור פון מאכן א שכונה של עכו''ם איז וויבאל איינמאל עס ווערט א גוישע געגענט האבן חז''ל שוין יא גוזר געווען משום ע''ז, וכלשון המאירי, שלא יעשה שכונה והוא שימכר שלשה בתים בשורה אחת לשלשה בני אדם מאותם שהזכרנו ענינם הואיל ושלשה הם ואין מפסיק ביניהם אי אפשר להם בלא ע''ז. און אזוי אויך שרייבט דער ריטב''א, אמר רב יוסף ובלבד שלא יעשה שכונה אפי' בחוצה לארץ דהשתא הוה קביעותא טובא וגזרינן. נאר עפעס זעהט אויס אז די רמב''ם האט פארשטאנען אז די איסור איז נאר בארץ. אבער לשיטתו האט דאס נישט משום סכנה בכלל. און אזוי נעמט אן די נודע ביהודה. (ומה שכתב בארבעה טורי אבן דלהרמב''ם אסור אף בחו''ל והא דכתבו דוקא בארץ משום רווחא דמילתא מאוד תמוה, דבפירוש המשניות משמע להיפך)
עכ''פ ווי געשריבען להלכה זאגט נישט דער מחבר קלאר אויב די הלכה גייט אן דוקא בארץ אדער אויך בחו''ל, און דאס איז טאקע א מחלוקת ש''ך ודגול מרבבה.
המשך יבוא בעזר השם

יישר כח @נקודות טובות !!!
צווישן דיינע ווערטער זע איך די פשוט’ע הלכה’דיגע פראבלעם םון לפני עוור לא תתן מכשול!
דאס הייסט אז אויב ברענגט מען אריין אין א געגנט נידריגע גוים, בפרט ווען זיי זענען נידריגער ווי די פריערדיגע איינוואוינער, איז עס א פראבלעם.
אינטערסאנט קיינער האט דאס נישט אויפגעברענגט.
די פראגע איז נאר צי ווען ס’דא א הפסד ממון איז אנדערש.
צווישן דיינע ווערטער זע איך די פשוט’ע הלכה’דיגע פראבלעם םון לפני עוור לא תתן מכשול!
דאס הייסט אז אויב ברענגט מען אריין אין א געגנט נידריגע גוים, בפרט ווען זיי זענען נידריגער ווי די פריערדיגע איינוואוינער, איז עס א פראבלעם.
אינטערסאנט קיינער האט דאס נישט אויפגעברענגט.
די פראגע איז נאר צי ווען ס’דא א הפסד ממון איז אנדערש.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
שיין צולייגט די סוגיא
וואס איז די גדר פון שכונת היהודים, וויפיל גויים דארפן האבן ארויסגעמופט פון א געגנט אז די שטאט זאל הייסן אידיש הלכה'דיג.
נאך איין נקודה להלכה וואס דא קומט צו איז אין חו"מ סי' קע"ה סמ''א
עס איז אבער מב' דארט אז דאס איז נאר דארט ווי דער גוי איז נישט קיין מזיק.
ביי דין תורות אין אזעלכע פעלער קומט אריין דאס וואס די שכנים זענען תובע מצד נזקי שכנים אז עס איז א היזק.

וואס דאס ווערט אלץ די תביעה פינעם משכיר לנכרים אז ער איז מרויח מער ביים גוי.במ"ד אמורים כשיכול למוכרה או לשוכרה לישראל בדמים שנותן העכו"ם אבל אינו חייב למוכרה לישראל בפחות
עס איז אבער מב' דארט אז דאס איז נאר דארט ווי דער גוי איז נישט קיין מזיק.
ביי דין תורות אין אזעלכע פעלער קומט אריין דאס וואס די שכנים זענען תובע מצד נזקי שכנים אז עס איז א היזק.
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
קודם יישר כח פאר @נקודות טובות!פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:01 am יישר כח @נקודות טובות !!!
צווישן דיינע ווערטער זע איך די פשוט’ע הלכה’דיגע פראבלעם םון לפני עוור לא תתן מכשול!
דאס הייסט אז אויב ברענגט מען אריין אין א געגנט נידריגע גוים, בפרט ווען זיי זענען נידריגער ווי די פריערדיגע איינוואוינער, איז עס א פראבלעם.
אינטערסאנט קיינער האט דאס נישט אויפגעברענגט.
די פראגע איז נאר צי ווען ס’דא א הפסד ממון איז אנדערש.
יעצט, אויב איז טאקע גילטיג די לאו פון ולפני עיור גלייב איך נישט אז דאס טוישט זיך ווען ס'דא א הפסד ממון
ווי אויך זעהט מען אז די עיקר פראבלעם איז געווען וועגן עבודה זרה אדער סכנה, און ווערט גארנישט דערמאנט וועגן פריצות, קען זיין ווייל אמאל זענען גוים געגאנגען אנגעטון די זעלבע צניעותדיג ווי אידן, אבער ס'איז גאר א וויכטיגן פרט, די פאקט אז אסאך אזאנע דירות ווערן פארדינגען פאר גאר געמיינע עלעמנטען וואס איז 100% מכשיל אידן מיט ראיות אסורות. א שטייגער ווי ביי די ארטיסן, און ביי געוויסע פעלער אין בלומינג גראוו
און וועגן הפסד ממון, וואס איז די גדר דערפון? מעג מען לכתחילה קויפן א הויז און דערנאך אריינלייגן גוים וועגן הפסד ממון? קויף נישט און האב נישט קיין הפסד ממון
און אפילו מ'האט געקויפט פאר אנדערע סיבות, און מ'טרעפט זיך אז מ'וויל עס פארדינגען, קען מען זאגן הפסד ממון ווען מ'קען עס פשוט פארקויפן פאר אן אנדערע איד, טיילמאל אפילו פאר מער געלט?
דערנאך קען מען אריינגיין אין מייקר שער זיין (ווען איינער וויל עס קויפן צו וואוינען, קומט לאמיר זאגן א עושר און כאפט דאס אויס דורך צאלן מער, עס צו קויפן פאר אינוועסטמענטס)
אבער דאס איז שוין א ענין פאר א צווייטע אשכול
נאך דא א שיינע פאר צדדים, לאמיר האפן אז @נקודות טובות וועט עס צונעמען אין דיטעיל אינעם קומענדיגן המשך
Re: אריינשטעלן גוים אין א אידישער געגנט להלכה
זאגסט זייער גוט, בפרט איבער צניעות.בלומען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:54 amקודם יישר כח פאר @נקודות טובות!פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:01 am יישר כח @נקודות טובות !!!
צווישן דיינע ווערטער זע איך די פשוט’ע הלכה’דיגע פראבלעם םון לפני עוור לא תתן מכשול!
דאס הייסט אז אויב ברענגט מען אריין אין א געגנט נידריגע גוים, בפרט ווען זיי זענען נידריגער ווי די פריערדיגע איינוואוינער, איז עס א פראבלעם.
אינטערסאנט קיינער האט דאס נישט אויפגעברענגט.
די פראגע איז נאר צי ווען ס’דא א הפסד ממון איז אנדערש.
יעצט, אויב איז טאקע גילטיג די לאו פון ולפני עיור גלייב איך נישט אז דאס טוישט זיך ווען ס'דא א הפסד ממון
ווי אויך זעהט מען אז די עיקר פראבלעם איז געווען וועגן עבודה זרה אדער סכנה, און ווערט גארנישט דערמאנט וועגן פריצות, קען זיין ווייל אמאל זענען גוים געגאנגען אנגעטון די זעלבע צניעותדיג ווי אידן, אבער ס'איז גאר א וויכטיגן פרט, די פאקט אז אסאך אזאנע דירות ווערן פארדינגען פאר גאר געמיינע עלעמנטען וואס איז 100% מכשיל אידן מיט ראיות אסורות. א שטייגער ווי ביי די ארטיסן, און ביי געוויסע פעלער אין בלומינג גראוו
און וועגן הפסד ממון, וואס איז די גדר דערפון? מעג מען לכתחילה קויפן א הויז און דערנאך אריינלייגן גוים וועגן הפסד ממון? קויף נישט און האב נישט קיין הפסד ממון
און אפילו מ'האט געקויפט פאר אנדערע סיבות, און מ'טרעפט זיך אז מ'וויל עס פארדינגען, קען מען זאגן הפסד ממון ווען מ'קען עס פשוט פארקויפן פאר אן אנדערע איד, טיילמאל אפילו פאר מער געלט?
דערנאך קען מען אריינגיין אין מייקר שער זיין (ווען איינער וויל עס קויפן צו וואוינען, קומט לאמיר זאגן א עושר און כאפט דאס אויס דורך צאלן מער, עס צו קויפן פאר אינוועסטמענטס)
אבער דאס איז שוין א ענין פאר א צווייטע אשכול
נאך דא א שיינע פאר צדדים, לאמיר האפן אז @נקודות טובות וועט עס צונעמען אין דיטעיל אינעם קומענדיגן המשך
בנוגע צי מ’מעג לכתחילה קויפן מיט דעם חשבון, איז די שאלה צי איינער קויפט טאקע לכתחילה מיט דעם חשבון, אדער האט ער זיך טועה געווען.