איך האלט ס'איז פאלש, זאל איך לאזן מיינע קינדער זיך נארן?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

איך האלט ס'איז פאלש, זאל איך לאזן מיינע קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב אזויפיל מאל די ספיקות, און כ'קען קיינמאל נישט באשליסן וואס ס'איז דער ריכטיגער וועג. אפשר וועלן אנדערע זאגן אויפריכטיג.

אין בין בטבע נישט קיין פתי יאמין לכל דבר, נאר ענדערשט פארקערט. רוב מעשיות וואס מ'ליינט אין די אויסגאבעס און מ'הערט אין דרשות פרעזענטירט אלס "מעשה שהי'" זענען ביי מיר "הוחזק משל", ס'וואלט געקענט פאסירן, אויסער אויב עס איז מיט א נאמען און/אדער געזאגט דורך א איש מהימן וכדו'.

קומט מען אבער אהיים, די שטוב פארציילט מיט התפעלות עפעס א געבאקענע מעשה פוןם די באלייכטונגען. די קינדער זאגן אז עפעס א מעשה איז אזוי שרעקעדיג, אבער די מוסר השכל איז מורא'דיג!

און איך, במסתרים תצחק נפשי... פון וואס ווערסטו דא נתפעל? פון איינעמס דמיונות? נעם ארויס א רמב"ם און גלייב אלעס וואס דארט שטייט. נישט א נארישע געפילישע שרייבער וואס חלומ'ט חלומות בהקיץ. און צומאל איז עס נוגע למעשה אויך... מ'ליינט א מעשה ווי א פרוי האט געקויפט א הונט און געווארן א וויזויהייסטעס, אלעס אדאנק זי איז געגאנגען צו א טעראפיסט וואס האט נישט געבלאקט טעקסט מעסעדזש בלא בלא בלא בלא. איך ווייס דאך אז די מעשה איז געבאקן. איך לאך צו מיר באהאלטן.

ועל של עתה: מיין טאכטער זאגט מיר נעכטן "האסט געהערט די אינטערוויו אויף קול מבשר פון א מענטש פון יענע וועלט?! יויש!!!!!!"

זעמיר עס געגאנגען אויסהערן. און כ'מוז זאגן, דער איז גוטע נייעס! און איך גלייב זיין גאנצע מעשה איז אמת! אויסער יענע 18 מינוט ווען ער איז געווען אויף יענע וועלט, יענע 18 מינוט איז אויסגעזויגן פון פינגער. נאר וואס, ער האט געלערנט תניא, און געזען וואס ס'שטייט וויאזוי ס'זעט אויס אויף יענע וועלט, און זייענדיג א געלונגענער עקטער און רעדנער, האט ער באשלאסן אויסצונוצן זיינע טאלאנטן צום גוטן און העלפן אידן אנערקענען דעם אמת דורכ'ן מאכן פונעם תניא א כאילו-לעבעדיגע מעשה.

איך רעד פון דעם מעשה:

https://www.yiddish24.com/interviews/38/105032
Screenshot 2024-05-06 185641.jpg
Screenshot 2024-05-06 185641.jpg (92.01 KiB) געזען געווארן 920 מאל

איז יעצט מיין שאלה. וואס זאג איך פאר מיינע קינדער? און פאר די שטוב? איך מאך זיך ווי איך גלייב, ווייל אז זיי זענען איבערגענומען "זאל עס זיין אזוי", זאלן זיי האבן א גוטע סיפוק הנפש והתבוננות?

אדער ניין, מיט שקר קומט מען נישט אן! אין אדם מוריש שקר לבניו! זאג זיי קלאר וואס דיר ליגט אין מחשבה! זאג זיי אז ס'איז אלעס אמת, אבער פאסירט האט עס נישט! ווייל מארגן וועלן זיי הערן די זעלבע פון א מזרחיסט וואס גייט זען אויף יענע וועלט אז די וואס וואוינען אין קיבוץ באניאדע זיצן אויף די העכסטע היכל אין גן עדן, זאלן זיי וויסן צו לאכן פון דמיונות! אונזער תורה איז נישט געבויט פון דעם, נאר פון מסורה וקבלה אמיתית, נישט דמיונות און חזיונות.

איר קענט אליינס פארשטיין פון די ווערטער אז איך בין נוטה צו די צווייטע... אבער איך בין אליינס נישט הונדערט פראצענט. כ'בין נייגעריג צו הערן וואס קלוגע אידן זאגן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4062
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11260

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ס'דא א פתגם העולם "ליגנט טאר מען נישט זאגן, די אמת דארף מען נישט זאגן".

דו דארפסט זיך נישט מאכן ווי דו גלייבסט עס, און דו דארפסט זיך בכלל נישט באציען אויפן עצם סיפור, נאר אויפן מוסר השכל פון שכר ועונש וואס קומט ארויס דערפון.

דארפסט נישט זיין באזארגט אז זיי וועלן אויפוואקסן אין שקר, בדרך כלל וואקסט מען אויף און מען הייבט אן אנטוויקלען דעם פילטער אין מוח וואס צו אריינלאזן, דו אלס קינד האסט אויך געגלייבט ווען דיין חבר האט דיר פארציילט איבער זיין טאטעס מעכטיגע לעלוס...

און פאר די וואס האבן א תמימות'דיגן תכונת הנפש וועט דיר נישט העלפן עס אוועקצומאכן, מארגן וועלן זיי הערן עפעס אנדערש און עס יא אפקויפן.

כנלענ"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עפעס זאגסטו.

אבער דו רעדסט נאר פון קינדער. וויסן זאלסטו אז כ'האב גערעדט מיט מיין מאמע איבער דעם, און זי האט גערעדט מיט אזאנע באק ציין, אז ס'האט מיר געקאסט אייזערנע קייטן...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך מסתמא »

Near death experience איז אן עכטער זאך, די מוח פליעט און די גוף עקספיריענסד פיזיש געוויסע סארטן זאכן וואס מ’עקספיריענסד נישט נארמאל. טייל זענען מדמה די סייקעדעליקס דראגס צו דעם, די גוף פראדוצירט אלע סארטן דמיונות.

יעצט צו סאיז דא אמת אין דעם? זיכער אז יא, והא ראיה אפילו חלומות זענען טיילמאל כלים צו נבואה. אבער פארט איז די כלל אז חלומות שוא ידברון. לעניננו, ווען יענער זעהט יאשקע מיט מוחאמאד אין זיין near death עקספיריענס ווערט נאכנישט איסלאם אדער קריסטענטום אפילו א ברעקל אמת, אלא מאי, דאס וואס ליגט דארטן טיעף טיעף באגראבן אינטערן באוואסטזיין קריכט ארויף צום אויבערפלאך.

יעצט צו מענטשן עקספיריענסן געוויסע זאכן? הונדערט פראצענט אז יא. צו סאיז בבחינת חלומות שוא ידברון? יא. צו סהאט אין זיך מער הימלישקייט ווי סתם חלומות? יתכן אז יא, יתכן אז סווענד זיך קעיס ביי קעיס.

לאמיר זיך נישט פאפן, ריין רוחניות איז לגמרי מופשט, וואס הייסט דו ”זעסט” זיך פון ”אויבן”? וואו איז ”אויבן” און וואס איז דאס ”זעהן”? אלא מאי, סאיז זיכער נישט ריין רוחני, דהיינו די אמתע מציאות לאמיתו, אפשר עפעס א סרך פון רוחניות רעאליטעט. סוכ”ס איז רוחניות א השתלשלות ביזן אנקומען צו גראב גשם, סאו לכל היותר איז עס ערגעץ אינמיטן די השתלשלות, זיכער נישט די זאך אליינס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מסתמא די נקודה איז נישט אז איך גלייב נישט אז ס'איז דא אזא זאך.

אבער אויף דעם לעוול, מיט די פרטים, אין צוגאב צו מיין אייגענע שמעק אויף א בעל מספר, בין איך איבערצייגט אז ס'איז אויסגעזויגן פולי. הער עס אויס.
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 165

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך חיים יוסף »

אויב איז געבויעט אויפ'ן תניא איז עס דאך אמת, איך האב גערעדט צו א איד וואס האט פארלוירן זיין טאטע אין ער האט ממש הנאה געהאט צו הערן דעם שמועס עס האט עם בארואוגט ווי שנעל עס נעמט. עס נעמט אוועק אסאך אנגעצויגייט.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4062
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11260

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 7:38 pm עפעס זאגסטו.

אבער דו רעדסט נאר פון קינדער. וויסן זאלסטו אז כ'האב גערעדט מיט מיין מאמע איבער דעם, און זי האט גערעדט מיט אזאנע באק ציין, אז ס'האט מיר געקאסט אייזערנע קייטן...
אה, דו רעדסט פון פרויען... פאר זיי העט שוין גארנישט העלפן.

ארגעניק פוד, וואקסינס, ודייעטס יוכיחו.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אגב, האמיר נאכגעקוקט די פאקטן ארום Myocarditis Mumps וואס ער זאגט אז ער איז דער ערשטער וואס לעבט איבער אזאנס.

להד"ם.

ס'איז א זעלטענע סארט מאמפס, דאס יא, און ס'איז אויך "פאטענשאלי פאטאל".
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 419
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 714

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך וואלף »

אז ס'איז דא א עולם האמת איז הייליג אמת צי פונקט די מעשה מיט דעם בר נש איז אמת איז נישט נוגע, מ'קען עס הערן אזויווי מ'קוקט בית המקדש גלעזער זיך מעורר צו זיין צו א אמת וואס איז ווייט פון אונז ותו לא

יסודות אמונה בויט מען נישט אויף מעשה'לעך

וואס זאגן צדיקים? ביי די דיבוק אין א"י האבן אסאך געלאכט דערפון
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2277
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2451

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך אנדערער »

זעט אויס א משפחה זאך דאס. איך פארנעם נישט די שטותים און אפילו ווען איך זאג גארנישט שפירט מען עס
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 617

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך הר ההר »

נישט לאנג צוריק האט הרב דרעזנער פארציילט די מעשה מיט די חלום פון ר' לייבוש וויינפעלד. דארט איז עס כאטש געווען אן ערענסטער איד וואס האט געוואלט עפעס אויפטוהן. איינער וועם איך קען נישט לייג איך בחזקת בעל דמיון אדער א שקרן וואס זיך עטענטשען.

אראפ רייסען איז קיינמאל נישט גוט, מען בויט נישט מיט נעגעטיוועטי. נאר אנשטאט דארף מען בלייבן פאוקעסד, און פראבירן האלטן די שטוב פאוקעסד.

לדוגמה. זיי פרעגן, נו אשר על כן? וואס ברענגט דיר די מעשה?
אוועיטער
שעפטי
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:43 pm
x 49

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך שעפטי »

כ'געדענק אלס קינד האט איינער געזאגט פאר מיין טאטע אז ער זאגט פאר זיינע קינדער אז א קאמפיאטער איז עבודה זרה.
מיין טאטע זז"ג האט עם גענטפערט: מ'קען נישט בויען דעם אמת מיט ליגנט! (מ'זאגט אז ס'דא גוטע חלקים און נישט גוטע חלקים וכו'.)

שטייצעך מ'דארף נישט חוזק מאכן פונעם געפיהל וואס די קינד האט פון די מעשה. אבער מ'קען אויך צולייגן אז די אמת שטייט דאך שוין אין די תורה, אפי' אויב דעי מעשה איז דמיון ברענגט עס ארויס די אמת אז אונז זענען דא פאר אפאר יאהר מיט א שליחות.
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 247

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך dev »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 7:46 pm Near death experience איז אן עכטער זאך, די מוח פליעט און די גוף עקספיריענסד פיזיש געוויסע סארטן זאכן וואס מ’עקספיריענסד נישט נארמאל. טייל זענען מדמה די סייקעדעליקס דראגס צו דעם, די גוף פראדוצירט אלע סארטן דמיונות.

יעצט צו סאיז דא אמת אין דעם? זיכער אז יא, והא ראיה אפילו חלומות זענען טיילמאל כלים צו נבואה. אבער פארט איז די כלל אז חלומות שוא ידברון. לעניננו, ווען יענער זעהט יאשקע מיט מוחאמאד אין זיין near death עקספיריענס ווערט נאכנישט איסלאם אדער קריסטענטום אפילו א ברעקל אמת, אלא מאי, דאס וואס ליגט דארטן טיעף טיעף באגראבן אינטערן באוואסטזיין קריכט ארויף צום אויבערפלאך.

יעצט צו מענטשן עקספיריענסן געוויסע זאכן? הונדערט פראצענט אז יא. צו סאיז בבחינת חלומות שוא ידברון? יא. צו סהאט אין זיך מער הימלישקייט ווי סתם חלומות? יתכן אז יא, יתכן אז סווענד זיך קעיס ביי קעיס.

לאמיר זיך נישט פאפן, ריין רוחניות איז לגמרי מופשט, וואס הייסט דו ”זעסט” זיך פון ”אויבן”? וואו איז ”אויבן” און וואס איז דאס ”זעהן”? אלא מאי, סאיז זיכער נישט ריין רוחני, דהיינו די אמתע מציאות לאמיתו, אפשר עפעס א סרך פון רוחניות רעאליטעט. סוכ”ס איז רוחניות א השתלשלות ביזן אנקומען צו גראב גשם, סאו לכל היותר איז עס ערגעץ אינמיטן די השתלשלות, זיכער נישט די זאך אליינס.
אז די רעדסט פון Near death experience געב א קוק למשל די מעשה https://www.alonanava.com/

דער מענטש איז געווען פריי לגמרי, ער איז געווארן א פרומער בעל תשובה גמור נאך זיין Near death experience

לכאורה אויזגעזויגן פון פינגער איז עס נישט, די שאלה איז וואס יא? סתם דמיונות זאל עם טוישן מקצה אל הקצה? אויך שווער צו גלייבן,

איז וואס יא?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

dev האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:04 am

עס קען זיין אז ער האט פשוט געהאט א הרהור תשובה זיך כפאנדיג אז מען לעבט נישט אויף אייביג. אבער עס קען אויך זיין ער האט עכט 'עפעס' געזען.

דער אונזעריגער אבער, וויבאלד ער דערציילט עס מיט אזא קלארקייט און אזויפיל פרטי פרטים, און וויבאלד ער זעט אויס צו זיין א בריליאנטאנער רעדנער, בין איך איבערצייגט אז ס'איז א געבאקענע מעשה.

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

און וואס האב איך געטון למעשה?

למעשה נעכטן נאכט פרעגט מיר מיין טאכטער "נו, טאטי, האסט עס שוין געהערט?". האב איך געזאגט יא.

"נו? דו האלטסט אז ס'איז א עכטע זאך?". שוין, פון די שאלה האב איך שוין פארשטאנען אז זי פארשטייט אז איך גלייב עס נישט... ממילא האב איך געענטפערט "איך ווייס? ס'קען זיין אמת, די מציאות פון יענע וועלט איז דאך אמת, ווייל ס'שטייט אזוי אין די ספה"ק, אבער דעם מענטש ספעציעפיש בין איך נישט זיכער אז איך גלייב".

"אה! כ'האב געזאגט פאר מיין חבר'טע אז מיין טאטע גייט עס נישט גלייבן" :oops:
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 247

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך dev »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:27 am
dev האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:04 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 7:46 pm Near death experience איז אן עכטער זאך, די מוח פליעט און די גוף עקספיריענסד פיזיש געוויסע סארטן זאכן וואס מ’עקספיריענסד נישט נארמאל. טייל זענען מדמה די סייקעדעליקס דראגס צו דעם, די גוף פראדוצירט אלע סארטן דמיונות.

יעצט צו סאיז דא אמת אין דעם? זיכער אז יא, והא ראיה אפילו חלומות זענען טיילמאל כלים צו נבואה. אבער פארט איז די כלל אז חלומות שוא ידברון. לעניננו, ווען יענער זעהט יאשקע מיט מוחאמאד אין זיין near death עקספיריענס ווערט נאכנישט איסלאם אדער קריסטענטום אפילו א ברעקל אמת, אלא מאי, דאס וואס ליגט דארטן טיעף טיעף באגראבן אינטערן באוואסטזיין קריכט ארויף צום אויבערפלאך.

יעצט צו מענטשן עקספיריענסן געוויסע זאכן? הונדערט פראצענט אז יא. צו סאיז בבחינת חלומות שוא ידברון? יא. צו סהאט אין זיך מער הימלישקייט ווי סתם חלומות? יתכן אז יא, יתכן אז סווענד זיך קעיס ביי קעיס.

לאמיר זיך נישט פאפן, ריין רוחניות איז לגמרי מופשט, וואס הייסט דו ”זעסט” זיך פון ”אויבן”? וואו איז ”אויבן” און וואס איז דאס ”זעהן”? אלא מאי, סאיז זיכער נישט ריין רוחני, דהיינו די אמתע מציאות לאמיתו, אפשר עפעס א סרך פון רוחניות רעאליטעט. סוכ”ס איז רוחניות א השתלשלות ביזן אנקומען צו גראב גשם, סאו לכל היותר איז עס ערגעץ אינמיטן די השתלשלות, זיכער נישט די זאך אליינס.
אז די רעדסט פון Near death experience געב א קוק למשל די מעשה https://www.alonanava.com/

דער מענטש איז געווען פריי לגמרי, ער איז געווארן א פרומער בעל תשובה גמור נאך זיין Near death experience

לכאורה אויזגעזויגן פון פינגער איז עס נישט, די שאלה איז וואס יא? סתם דמיונות זאל עם טוישן מקצה אל הקצה? אויך שווער צו גלייבן,

איז וואס יא?

עס קען זיין אז ער האט פשוט געהאט א הרהור תשובה זיך כפאנדיג אז מען לעבט נישט אויף אייביג. אבער עס קען אויך זיין ער האט עכט 'עפעס' געזען.

דער אונזעריגער אבער, וויבאלד ער דערציילט עס מיט אזא קלארקייט און אזויפיל פרטי פרטים, און וויבאלד ער זעט אויס צו זיין א בריליאנטאנער רעדנער, בין איך איבערצייגט אז ס'איז א געבאקענע מעשה.
דער אונזעריגער האב איך נישט געהערט, אבער די לינק וואס כ'האב געברענגט דערציילט עס אויך מיט א קלארקייט און פרטי פרטים,

די סיבה פארוואס עס מאכט סענס אים יא צו גלייבן איז - ווי געזאגט - ער האט געמאכט נאכדעם א 360 דעגרי טויש אין זיין לעבן,

שווער צו זאגן אז סתם פון א דמיון אדער א חלום מאכט מען אזא טויש, ס'האט געמוזט אויסקוקן גאר עכט און שרעקעדיג אויף צו מאכן אזא טויש, לכאורה,
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1612
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1748

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 7:11 pm
איז יעצט מיין שאלה. וואס זאג איך פאר מיינע קינדער? און פאר די שטוב? איך מאך זיך ווי איך גלייב, ווייל אז זיי זענען איבערגענומען "זאל עס זיין אזוי", זאלן זיי האבן א גוטע סיפוק הנפש והתבוננות?

אדער ניין, מיט שקר קומט מען נישט אן! אין אדם מוריש שקר לבניו! זאג זיי קלאר וואס דיר ליגט אין מחשבה! זאג זיי אז ס'איז אלעס אמת, אבער פאסירט האט עס נישט! ווייל מארגן וועלן זיי הערן די זעלבע פון א מזרחיסט וואס גייט זען אויף יענע וועלט אז די וואס וואוינען אין קיבוץ באניאדע זיצן אויף די העכסטע היכל אין גן עדן, זאלן זיי וויסן צו לאכן פון דמיונות! אונזער תורה איז נישט געבויט פון דעם, נאר פון מסורה וקבלה אמיתית, נישט דמיונות און חזיונות.

איר קענט אליינס פארשטיין פון די ווערטער אז איך בין נוטה צו די צווייטע... אבער איך בין אליינס נישט הונדערט פראצענט. כ'בין נייגעריג צו הערן וואס קלוגע אידן זאגן.
שקר פאר זיך איז א פראבלעם א דבר מאוס ממילא דארף מען אפהאלטן די קינדער נישט צו גלייבן אין קיין שקרים
צדיקים האבן נישט סובל געווען קיין שקר לאו דווקא וועגן די פראבלעמען וואס קומען ארויס פון דעם נאר פשוט ווייל שקר איז מיאוס

איך בין זיכער אז דער בעל האינטעוואיואר רייסט זיך פאר גלעכטער יעדעס מאל בשעת ער מאכט אזאלכע סארט אינטעוויאווס ווי דעם און ווי טורנהיים וכדו'
ער טוט דאס פשוט פאר זיין ביזנעס ס'איז א שטארקע עוולה מצדו
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 169

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:27 am
dev האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:04 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 7:46 pm Near death experience איז אן עכטער זאך, די מוח פליעט און די גוף עקספיריענסד פיזיש געוויסע סארטן זאכן וואס מ’עקספיריענסד נישט נארמאל. טייל זענען מדמה די סייקעדעליקס דראגס צו דעם, די גוף פראדוצירט אלע סארטן דמיונות.

יעצט צו סאיז דא אמת אין דעם? זיכער אז יא, והא ראיה אפילו חלומות זענען טיילמאל כלים צו נבואה. אבער פארט איז די כלל אז חלומות שוא ידברון. לעניננו, ווען יענער זעהט יאשקע מיט מוחאמאד אין זיין near death עקספיריענס ווערט נאכנישט איסלאם אדער קריסטענטום אפילו א ברעקל אמת, אלא מאי, דאס וואס ליגט דארטן טיעף טיעף באגראבן אינטערן באוואסטזיין קריכט ארויף צום אויבערפלאך.

יעצט צו מענטשן עקספיריענסן געוויסע זאכן? הונדערט פראצענט אז יא. צו סאיז בבחינת חלומות שוא ידברון? יא. צו סהאט אין זיך מער הימלישקייט ווי סתם חלומות? יתכן אז יא, יתכן אז סווענד זיך קעיס ביי קעיס.

לאמיר זיך נישט פאפן, ריין רוחניות איז לגמרי מופשט, וואס הייסט דו ”זעסט” זיך פון ”אויבן”? וואו איז ”אויבן” און וואס איז דאס ”זעהן”? אלא מאי, סאיז זיכער נישט ריין רוחני, דהיינו די אמתע מציאות לאמיתו, אפשר עפעס א סרך פון רוחניות רעאליטעט. סוכ”ס איז רוחניות א השתלשלות ביזן אנקומען צו גראב גשם, סאו לכל היותר איז עס ערגעץ אינמיטן די השתלשלות, זיכער נישט די זאך אליינס.
אז די רעדסט פון Near death experience געב א קוק למשל די מעשה https://www.alonanava.com/

דער מענטש איז געווען פריי לגמרי, ער איז געווארן א פרומער בעל תשובה גמור נאך זיין Near death experience

לכאורה אויזגעזויגן פון פינגער איז עס נישט, די שאלה איז וואס יא? סתם דמיונות זאל עם טוישן מקצה אל הקצה? אויך שווער צו גלייבן,

איז וואס יא?

עס קען זיין אז ער האט פשוט געהאט א הרהור תשובה זיך כפאנדיג אז מען לעבט נישט אויף אייביג. אבער עס קען אויך זיין ער האט עכט 'עפעס' געזען.

דער אונזעריגער אבער, וויבאלד ער דערציילט עס מיט אזא קלארקייט און אזויפיל פרטי פרטים, און וויבאלד ער זעט אויס צו זיין א בריליאנטאנער רעדנער, בין איך איבערצייגט אז ס'איז א געבאקענע מעשה.
זייער אן אינטערסאנטער הוכחה האסטו, אמער ער איז דאך א בריליאנטענער רעדנער, נו מיז דאך זיין אז עס איז א געבאקענטע מעשה.... פלאי פלאים די הוכחה.

איך גלייב גראדע יא די מעשה וואס ער פארציילט. גראדע איז אמאל געווען אן אינטערוויו אויף קול מבשר נומבער 875 מיט א צווייטן - נישט אזא גוטע רעדנער - וואס פארציילט בערך די זעלבע זאך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נישט קיין בהלה אזוי האסטו פארשטאנען פון מיר? אקעי גוט. קיין פראבלעם מצדי... כ'וועל נישט מאכן קיין בהלה.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 456

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך א טויב »

די דילעמע איז באמת שווער,
וואס איך וואלט לכאורא געטון, איז פארשטייט זיך שטארק געוואנדן אונעם סעטואציע פונעם ארום, און צו וואס די נושא באציעט זיך.

למשל איך בין נישט געפאלן פאר די ריזיגע סכנה פון קראנע, ביי די סאמע ערשטע כוואליע, ווען מען האט ליידער געהערט נישט גיטע בשורות, און שביעי של פסח 4 יאר צרוק ווען מען האט געפראוועט מיט די שכינים ביזת הים בין איך צוגעגאנגן צו א חבר, איך זאג אים, איך האב עס שוין געהאט וואס טוט זיך מיט דיר, ער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ און מאמער זיך געגרייכט די הענט און זיך פאר לאזט און א טאנץ.
ביז עפעס א יון וואס האט זייער שווער אויפגענומען די ראלס און רעגעלעשאנס א ווי תורה מסיני האט געכאפט א בענקל און עס געזארקעט און פנים, אין אנטלאפן פון שטח, ער איז נישט קיין מסיע לרשעים..

בקיצור זעמער פארקראכן...

אה.. וואס איך מיין ארויסציברענגן איז, אז צומאל פארן טראכטן מיטן אייגענעם דעת קענסטו זוכה זיין צו סקילא, דאס איז געוואנדן אונעם ארום. נעם א מאל מיט וואסער און שפיל תם.

ביי מיר אונדערהיים האב איך נישט געפולט פארוויכטיג צו אנהאלטן די געשפאנטקייט און איך בין ארויס שפאצירן און די כמעט ליידיגע גאסן,

אבער ווען די תוכן איז רחניות?!?
איך וועל נישט געווענליך קראכן די באבל בשעת עס איז הייס, און ביים קראכן וועט עס אויך ציגיין היבש דעלעקעט, מיט א קלארקייט אז מיר איז פערפעקט די תניא אליינס ער ברויך מיר נישט שיקן קיין עדזענטס, עפעס אזוי, די נקידא איז אז דאס אז די מעשה איז נישט אמת טוישט נישט קיין פאקטען פון וואס חז"ל זאגן.

זייער לאנג אבער שוין, איך האס נישט קיין צייט צו מעקן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גוט.

אבער דאס וואס דו האסט אריינגעווארפן וועגן קאראנע פאדערט א באזונדערע אשכול. און איך האב דארט אסאך צו זאגן...
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1020
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך צווייזייטיג »

איך האלט אז דו גלייבסט עס יא, עס פאסט דיר נישט, און דו טרייסט צו אוועקשטופן אז זאלסט עס נישט גלייבן.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10138

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@צווייזייטיג וואס פאסט מיר נישט? צו גלייבן? ס'דא מענטשן וועמען איך גלייב.
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נארן?

פאוסט דורך לייבל פריש »

להלכה האט א איד א חזקת כשרות פון אין אדם מוריש שקר לבניו ביז מווייסט אז ער איז א כפרן ושקרן ידוע
אבער איך דארף הערן דעם שמועס צי פארשטיין מער פון וואס מרעדט דא..
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: איך האלט ס'איז פאלש. זאל איך לאזן די קינדער זיך נער'ן?

פאוסט דורך לייבל פריש »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:39 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:27 am
dev האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:04 am
אז די רעדסט פון Near death experience געב א קוק למשל די מעשה https://www.alonanava.com/

דער מענטש איז געווען פריי לגמרי, ער איז געווארן א פרומער בעל תשובה גמור נאך זיין Near death experience

לכאורה אויזגעזויגן פון פינגער איז עס נישט, די שאלה איז וואס יא? סתם דמיונות זאל עם טוישן מקצה אל הקצה? אויך שווער צו גלייבן,

איז וואס יא?

עס קען זיין אז ער האט פשוט געהאט א הרהור תשובה זיך כפאנדיג אז מען לעבט נישט אויף אייביג. אבער עס קען אויך זיין ער האט עכט 'עפעס' געזען.

דער אונזעריגער אבער, וויבאלד ער דערציילט עס מיט אזא קלארקייט און אזויפיל פרטי פרטים, און וויבאלד ער זעט אויס צו זיין א בריליאנטאנער רעדנער, בין איך איבערצייגט אז ס'איז א געבאקענע מעשה.
זייער אן אינטערסאנטער הוכחה האסטו, אמער ער איז דאך א בריליאנטענער רעדנער, נו מיז דאך זיין אז עס איז א געבאקענטע מעשה.... פלאי פלאים די הוכחה.

איך גלייב גראדע יא די מעשה וואס ער פארציילט. גראדע איז אמאל געווען אן אינטערוויו אויף קול מבשר נומבער 875 מיט א צווייטן - נישט אזא גוטע רעדנער - וואס פארציילט בערך די זעלבע זאך.
זאגט מיר יעצט איינער אז עס איז דא א דריטער פרוי וואס האט פארציילט אויך ממש ענדליך אויב אמת אויף די אלע 3 (איך האב קיינע פון די 3 נישט געהערט דערווייל) איז עס חזקה וואס מיינט אז אפילו ווען חז"ל זאלן ווען אונז נישט מגלה זיין דעם ענין פון עולם הבא וואלט מען עס פון דעם אליין געדארפט/געמעגט גלייבן
נאר וואס יא מטאר נישט בויען נאר אויף דעם ווען אונז דארפן גלייבן חז"ל אנע דעם אויך אבער א חיזוק איז עס זיכער
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
שרייב פאוסט