דער רבי האט דורכגעקוקט כולל ענינים, און געזאגט זיינע הגהות.אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:19 pm ר' בנימן הערש איז געווען א וווילער איד הכלל כולל ענינים איז נישט פוסק אחרון. איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט. ער האט זיכער נישט געמיינט אז מען זאל יעדן טאג דורכקיקן אלע צעטלעך און בוקס פון די קינדער. אין ווען דער רבי וואלט געהאט אזוי ווייניג טראסט אין די הנהלה און אזוי פיל אין די עלטערן וואלט ער גערעד דערפון און זיך נישט פארלאזט אויף די כולל ענינים
איך ווייס נישט פארוואס דו קענסט נישט טראכטן גראד, אין כולל ענינים שטייט אסאך זאכן וואס דער רבי האט נישט גערעדט ווייל ס'איז א פארשטענדליכע זאך, און מען איז בכלליות געווארנט דערין. דעמאלטס איז די וועלט געוען געשלאגן מיט ציונות, צניעות, און טעלעוויזיע, און פון די זאכן האט דער רבי אסאך גערעדט, אין די ביכער איז דעמאלטס נישט געווען קיין הפקרות, נאר היות ביכער איז א האקעלע זאך ווי דער רבי שרייבט שוין אין ויוא"מ, דארף מען אייביג זיין וואכזאם דערויף.
יעצט וואס פונקטליך מיינט אז מען דארף זיין וואכזאם ווייס איך נישט, צו יעדן טאג אדער יעדע וואך אדער עפעס אנדערש. וואס איז אבער זיכער אז ביי די ענין טאר מען זיך נישט פארלאזן אויף די הנהלה אדער אויפן רבי'ן בלינדערהייט, נאר מ'דארף זיין וואכזאם, און ווען איינער טרעפט עפעס איז ער נישט דווקא א שווארץ קוקער, נאר קען גאר זיין אז ער האט געטון דאס וואס דו וואלסט באמת געדארפט טון.