היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
א שוידערליכע חילול שבת איז פארגעקומען די וואך שבת ביי די חילול שבת'דיגע פייער דעפארטמענט!
די וואך שבת נאכמיטאג האבן היימישע אידן פון די ברוער פייער דעפארטמענט געפארן צום טראוועי ווי א הערש האט אריינגעפארן און א גוישע קאר.
ווי ווייטוגלעך איז געוועהן צו זעהן ווי צענדליגע קינדער און בחורים האבן געשטאנען ביים 59 אויווערפעס און צוגעקוקט ווי די אידן און די א"ג אידישע פייער דעפארטמענט באטראכטן ווי א שלעפער טראק שלעפט אוועק די צימאזיקטע קאר און דערנאך פארן זיי אהיים מיט זייער קארס

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 376
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
- x 385
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
.פלאם האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 7:28 amזיי האבן באוויזן משכנע זיין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז ס'גייט ממילא נישט ווערן,שמן ששון האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:22 amהאט איינער פון זיי געזאגט אז די לייזונג איז עפענען א פרישע מצילי אש? אדער ארויסגעברענגט דעם זעקת השבת איבער די הפקרות וואס גייט פאר אין די פייער דעפארטמענט?פלאם האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
ווען ס'קומט צו שאלות ווי גדולי הרבנים, דארף מען פארשטיין צו וואס מ'דארף זיי, ס'איז דא צוויי סארט גדולי הרבנים, איינס וואס זענען רב איבער א גרויסע קהילה, און איינס וואס זענען ארויפגעקוקטע מענטשן אין שטאט.
ווען ס'קומט צו א שאלה ווי בשר בחלב וועט די רב מיט מער מתפללים אטוימאטיש פסקענען פאר מער מענטשן זיין פסק.
אבער ווען ס'קומט צו א שאלה בהשקפה איז די דעת תורה פון הגה"צ ר' רפאל שור, ר' חיים פלאהר, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' מרדכי שטיינער, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו, כ"ק אדמו"ר מסקולען ווייניגער ווי די דעת תורה פון די 'גדולי' הרבנים וואס די האסט אויסגערעכנט?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
וועלכע חלק?ביסט גערעכט האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 1:33 pmדאס איז שוין קאנספיראציעס
א. איך קען נישט יעדע נאמען וואס זיין מיינונג איז בנוגע מצילי אש
ב. מ'דארף פארשטיין אז די טאון וויל נישט אז מצילי אש זאל ווערן
ג. זיי האבן באוויזן משכנע זיין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז ס'גייט ממילא נישט ווערן
ד. איז ער געזיצן בשב ואל תעשה ביז היינט
זעה פריער
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
און נאך איין שאלה,וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:09 pm
די שבת סיסטעם שטימט בכלל נישט, ערשטנס האב'ך נאכנישט געהערט פון קיין איינעם וואס האט געזעהן זייער פאטראל קאר, צווייטנס איז די מציאות אז ר' יחזקאל האט שוין געמאלדן פאר די מצילי אש מעמבערס בערך א חודש פאר פסח אז מ'זאל זיך גרייטן אויף א שבת סיסטעם, נאר יעצט האט מען עס געטוהן שנעלער ווי געפלאנט וועגן די פייער יום טוב ביינאכט.
יעצט, פאר וועלכע פאל איז די פאטראל געמאכט???
אין פאל פון עמערדזענסי דארף מען ווייטער רופן 911!
פאר נאן עמערדזענסי קאלס, האט מאנסי א פלאטע פון חברים פאטראל, כתר ווילעדז פאטראל, וועם וועט העלפן די נאך 1 אדער 2 קארס? וואס דעליווערן זיי??
וואס העלפט די שבת פאטראל קאר פאר די חילול שבת און אנדערע פראבלעמען וואס טוט זיך אפ נאך וואס זיי ריספאנדן צו א קאלל?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
העמיר סקיפן א חלק פון די מעשה, און גיין גלייך צום אויספיר...
היינט שטייט א הערליכע ארגעניזאציע "מצילי אש" וואס איז א טראסטבארע נומבער ביי רוב תושבי מאנסי.
זיי ראטעווען טעגליך לעבנס און פארמעגנס מיט זייער שנעלע ריספאנס און אחריות, אלעס עפ"י תורה, מיט א רואיגקייט און געשמאק.
די איבעריגע חלק פון די מעשה - וויאזויי זיי זענען געווארן א לעגאלע פייער דיפארטמענט, רעפרעזענטירט די דיסטריקט, מיט אלע נויטיגע עקוויפמענט - וועט נאכפאלגן בעז"ה
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1214
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4060
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אנעקסטערעלייק!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9976
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
א ריזיגן יישר כח פאר די געוואלדיגע קלארקייט!פלאם האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 7:14 amדי סיבות זענען ניי סיבות וואס מ'האט קיינמאל געזאגט פונעם וועד הרבנים פאר ר' יחזקאל שליט"אשמן ששון האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:18 am קודם די עצם מוחאה. איז קיין מוחאה נישט געווען, דאס זענען די ווערטער וואס וויזשניצע רבי האט געזאגט:
"כ’האב געוואלט נאר מעורר זיין איבער דעם ענין פון מצילי אש, אן אריינגיין איבער די עצם ענין יא אדער ניין, אבער עס שטייט אונטער א יחיד, אן די הנהגה פון די רבנים פון שטאט, דעריבער זאל נישט איינפאלן פאר א אינגערמאן פון דאהי צו גיין ווערן א וואלנטיר דארט"
עכל"ק.
וואס ווי איך האב דערנאך מברר געווען זענען געווען עטליכע אינגעלייט פאריגע וואך וואס זענען אריין פרעגן אז היות מצילי אש איז עפעס וואס די רבנים פון שטאט האבן איינגעשטעלט, צו מ'זאל גיין
ווערן וואלאנטירן דארטן, האט ער דאס געזאגט.
יעצט, וועל איך יא אריינגיין אין דעם ענין...
דאכצעך אז ס'איז נישטא קיינער וואס דינגט זיך אז די הנהגה וואס איז פארגעגאנגען אין די מאנסי פייער דעפארטמענט האט נישט געטויגט, סיי שבת סיי אבן העזר וכו.
איז געקומען ר' יחזקאל ווייס שליט"א כבודו במקומו מונח, מיט א מוראדיגע איינפאל צו עפעענען אליין א פייער דעפארטמענט, ער איז כמה וכמה פעמים געווען ביים וויזשניצער רבין דערוועגן, און דער רבי האט אים קלאר געשטעלט אז לדעתו איז דאס נישט קיין מהלך, נאר ענדערש זאל מען נעמען די איצטיגע דעפארטמענט און מאכן תיקונים דארטן. די זעלבע וואס וויזשניצע רבי ז"ל האט געטון ביי הצלה, ער האט נישט געעפנט א נייע, נאר געמאכט תיקונים ביי די עקזעסטירנדע, די זעלבע זאך האט אים אויך ר' חיים יהושע מסאטמאר מאנסי אים געזאגט, די עיר סיבות:
1,
איז ווייל היות עס איז שוין דא אן עקזעסטירנדע פייער דעפארטמענט, - אנדערש ווי קר"י - וועט קיין צענט פון די גאווערמענט נישט קומען דערפאר, און מוועט זיך דארפן אנלייגן אינגאנצן אויפן ציבור, און ווער עס האט די מאה האטעך די דיעה, ממילא וועט נישט נעמען צו לאנג און די רבנים וועלן אויך פארלירן דאס ווארט דארטן, און מה הועילו?
2:
מען האט נאכנישט פרובירט צו פאררעכטן ביי די עצם פייער דעפארטמענט, איז צו וואס שפרינגען און עפענען א נייע? אויב קומסטו זאגן אז דו האסט פרובירט און סגייט נישט ממילא איז נישטא קיין ברירה נאר צו עפענען "מיט א רב וואס איז עס גרייט צו נעמען אויף זיין נאמען" און נעמען נדבות ביים עולם, העריך, האסטעך אבער נאכנישט פרובירט.
למעשה איז ער צוויי מאל געזיצן מיט יענקי פליגמאן און איז צוריקגעקומען זאגן אז סנישטא וואס צו מאכן און ער עפנט, למעשה וואס יענקי טענה'עט אז ער האט אים אויסגעהערט אלעס און געזאגט ער איז רעדי זיך אריינצולייגן נאר היות ס'איז א דאווערמענט פאנדעד זאך נעמט אלעס סאך לענגער, למשל, צו קענען האבן בעק אפ קרוס פון גוים איבערצונעמען איינמאל ס'איז שוין נישט קיין שאלה פון נפשות האט גענומען אין מאנרא איבער דריי יאר צו ווערן אפראווד און ער האט דאס באוויזן אין א יאר א האלב,
[און אגב, ווייסט איינער פארוואס די ערשטע וואך שבת נאך ס'איז געווארן אפראווד און איינגעשטעלט ביי די מאנסי פייער דעפארטמענט, האבן מצילי אש אינגעלייט געקאווערט א קאלל מיט די קאר אויף שבת? תיקו,]
למעשה כהיום, נאך אלע צעטליך מוחאות און חיזוק למען קדושת השבת, איז נישט פארהאן קיין איין רב וואס איז גרייט צו שטעלן זיין נאמען אז מצילי אש איז אונטער אים, און קיין איין רב האט אים נישט געהייסן עפענען, און די רבנים פון די צוויי גרעסטע קהילות אין מאנסי האבן אים געזאגט בעסער נישט צו עפענען, און זיינע אינגעלייט לויפן שוין שבת אויף קאלס.
אין די זעלבע צייט געשעהן פאקטיש שנויים ביי די מאנסי פייער דעפארטמענט, מיט די פאטראל און מיט די גוים פאר בעק אפ, איז פארוואס זאל ווערן א אנגענומענע זאך אז היימישע כולל אינגעלייט זאלן ווערן פייערלייט צו לויפן שבת - וואס אפילו וויזשניצע הצלה אינגעלייט לויפן נישט אויף קאלס שבת מיט די קאר - נישט מיט די השגחה פון א רב, ווייל איין יחיד האלט אז ער פארשטייט בעסער?
ביי אן אסיפה ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אינדערהיים מיטוואך ויצא תשפ"ב בהשתתפות הגה"צ ר' חיים יהושע האלבעשטאם שליט"א, ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א, ר' חיים פייוול שליט"א, ר' בצלאל טוביה וועטענשטיין שליט"א, ר' הערשל ראבינאוויטש שליט"א, האט מען מחליט געווען אז מ'זאל עפענען א מצילי אש 'א שטייגער ווי ערשטע הילף אין שיכון סקווירא'.
ר' יחזקאל האט באקומען די הוראה אויפן טעלעפאון פון הרה"ג ר' בצאלאל טוביה וועטענשטיין שליט"א, און פנים אל פנים פון הרה"ג ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א.
די נעקסטע הוראה וואס ר' יחזקאל האט באקומען פון די וועד הרבנים איז געווען נאך פסח תשפ"ב, הגה"צ ר' פינחס חיים גרינוואלד שליט"א האט אים גערופן צו אן אסיפה בבית הגה"צ ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א בשם די וועד הרבנים, אז היות ס'וועט ממילא גארנישט ווערן זאל ער נישט עפענען ווייל ס'ווערט סך הכל הייסע לופט אין שטאט, ר' יחזקאל האט גע'טענה'ט אז די חלק אויב ס'וועט עפעס ווערן אדער נישט איז נישט קיין הלכה שאלה נאר א ביזנעס שאלה, און במילא זאל מען שטעלן א וועד בעלי בתים וואס זאל דאס מחליט זיין, וכך הוה, נאך פיר-פינף וואכן האט די וועד בעלי בתים געזאגט אז מ'זאך צוזאמנעמען אינגעלייט צו טרעינונג וכו', און דא איז ווי מ'האלט היינט.
זינט דאן האט ר' יחזקאל נישט ערהאלטן קיין שום הוראה פון די וועד הרבנים אדער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
יענקי פליגמאן איז קיינמאל צו קיין אסיפה מיט ר' יחזקאל אנגעקומען, אנדערע קאמישאנערס זענען יא געקומען, אבער אויך נישט מער ווי איין צוויי, זיי האבן סך הכל געוואלט שרייען אויף ר' יחזקאל נישט מער. איי יענקי זאגט אז יא? איך מיין אין די פרט על כל פנים האט ביי מיר על כל פנים ר' יחזקאל א גרעסערע נאמנות.
די קאר פאטראל איז א ליצנות, איך האב נאכנישט געזעהן אזא קאר ארומפארן, די גוי - לדבריו פון מאטי ניימאן - האט נישט באקומען קיין טרעינונג פון מאנסי, די גוים זענען נישט געמאכט פאר בעק אפ, ס'שטייט נישט אזוי אויפן צעטל, און מאטי ניימאן זאגט קלאר ס'איז נישט אזוי, סך הכל פאר א היימישע בחור ארום און א קאר מיט א גוי'שע דרייווער ווען ס'איז נישט דא קיין קאל'ס, רח"ל.
אלע זאכן האב איך געהערט פון ר' יחזקאל נאכדעם וואס איך האט געזעהן זיין צעטל אין ביהמ"ד, און אדרבה יעדער קען אים אליינס פרעגן וואס מ'וויל ער ענפערט גערן יעדע שאלה, און מ'קען די אלע זאכן מברר זיין.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9976
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:32 pmהעמיר סקיפן א חלק פון די מעשה, און גיין גלייך צום אויספיר...
היינט שטייט א הערליכע ארגעניזאציע "מצילי אש" וואס איז א טראסטבארע נומבער ביי רוב תושבי מאנסי.
זיי ראטעווען טעגליך לעבנס און פארמעגנס מיט זייער שנעלע ריספאנס און אחריות, אלעס עפ"י תורה, מיט א רואיגקייט און געשמאק.
די איבעריגע חלק פון די מעשה - וויאזויי זיי זענען געווארן א לעגאלע פייער דיפארטמענט, רעפרעזענטירט די דיסטריקט, מיט אלע נויטיגע עקוויפמענט - וועט נאכפאלגן בעז"ה
מ'קוקט ארויס.
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 787
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 902
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
זיי זענען שוין לעגאל צו רעפרעזענטן די דיסטריקט?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
נאכנישט.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:46 pmזיי זענען שוין לעגאל צו רעפרעזענטן די דיסטריקט?
זיי ענדיגן יעצט די טרענירונג, עס קומט א טראק, נאכדעם פאנגט זיך אן די פראצעדור.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 787
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 902
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
קען זיין 2 אין איין דיסטריקט?וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:50 pmנאכנישט.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:46 pmזיי זענען שוין לעגאל צו רעפרעזענטן די דיסטריקט?
זיי ענדיגן יעצט די טרענירונג, עס קומט א טראק, נאכדעם פאנגט זיך אן די פראצעדור.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
ניין.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:51 pmקען זיין 2 אין איין דיסטריקט?וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:50 pmנאכנישט.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:46 pm
זיי זענען שוין לעגאל צו רעפרעזענטן די דיסטריקט?
זיי ענדיגן יעצט די טרענירונג, עס קומט א טראק, נאכדעם פאנגט זיך אן די פראצעדור.
ס'קען זיין א פריוואטע פייער קאמפעני וואס איז עפראווד ביי די סטעיט, און מ'מעג לעשן פייערס, אבער מ'האט נישט די כוחות וואס א דיסטריקט האט.
ס'איז נישט אפגעפרעגט צו בלייבן ביי די צווייטע אפציע, אבער ווערן א דיסטריקט קאמפעני איז בעסער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 787
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 902
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
איז שייך צו ווערן בכלל?וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:59 pmניין.
ס'קען זיין א פריוואטע פייער קאמפעני וואס איז עפראווד ביי די סטעיט, און מ'מעג לעשן פייערס, אבער מ'האט נישט די כוחות וואס א דיסטריקט האט.
ס'איז נישט אפגעפרעגט צו בלייבן ביי די צווייטע אפציע, אבער ווערן א דיסטריקט קאמפעני איז בעסער.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
יא.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 5:01 pmאיז שייך צו ווערן בכלל?
כ'וויל נישט אריינגיין אין דעם דא.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 120
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
קען מען באקומען פאנדאינג אויב מען איז נישט קיין דיסטריקט קאמפעני?וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 5:19 pmיא.
כ'וויל נישט אריינגיין אין דעם דא.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
- x 305
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
איך האב אמאל אנגעפרעגט דער פראגע פון ר' יחזקאל, און ער האט מיר געענטפערט אז מען קען, אבער ס'מיז נישט זיין אז זיין אראפגעבינדן צו איין ספעציפישע דיסטריקט איז א מעלה. (אויב געדענק איך גוט...)וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:59 pmניין.
ס'קען זיין א פריוואטע פייער קאמפעני וואס איז עפראווד ביי די סטעיט, און מ'מעג לעשן פייערס, אבער מ'האט נישט די כוחות וואס א דיסטריקט האט.
ס'איז נישט אפגעפרעגט צו בלייבן ביי די צווייטע אפציע, אבער ווערן א דיסטריקט קאמפעני איז בעסער.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 304
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
- Location: קר"י והגלילות
- x 315
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
דאס איז די ציל?! ד"מ אז אלע חילול שבת פון די אנדערע קאמפאני בלייבט נאר דשאסט נאך א קליינע קאמפאני אין די זייט וואס נעמט עטוואס איבער?!וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 4:59 pmניין.
ס'קען זיין א פריוואטע פייער קאמפעני וואס איז עפראווד ביי די סטעיט, און מ'מעג לעשן פייערס, אבער מ'האט נישט די כוחות וואס א דיסטריקט האט.
ס'איז נישט אפגעפרעגט צו בלייבן ביי די צווייטע אפציע, אבער ווערן א דיסטריקט קאמפעני איז בעסער.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1214
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4060
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אין דמיון גערעדט:מחדש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 9:09 pmדאס איז די ציל?! ד"מ אז אלע חילול שבת פון די אנדערע קאמפאני בלייבט נאר דשאסט נאך א קליינע קאמפאני אין די זייט וואס נעמט עטוואס איבער?!
אויב זאל זיך דאס אויסארבעטן דאן וועט עס זיכער האבן אן השפעה אז ווי אימער עס געפונט זיך א גענוג גרויסע אידישע קאמיוניטי זאלן זיי איבערנעמען די דעפארטמענט פון זייער דיסטריקט "ווייל זעהסטאך אז מען קען" אדער לכה"פ וועלן די אידן וואס זענען דארט איינגעשטעלט פאר זיך זעלבסט אויסארבעטן מיט די קאמפאניס א מהלך אז זיי זאלן זיין משועבד צו די תורה און עס זאל שטימען מיט זייער דינסט אין די פייער דעפארטמענטס.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
וואו די פייער קאמפאני איז גויאישע איז דאס גוט. די פראבלעם איז ווען זיי זענען אידן און זענען מחלל שבתלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 9:14 pmאין דמיון גערעדט:
אויב זאל זיך דאס אויסארבעטן דאן וועט עס זיכער האבן אן השפעה אז ווי אימער עס געפונט זיך א גענוג גרויסע אידישע קאמיוניטי זאלן זיי איבערנעמען די דעפארטמענט פון זייער דיסטריקט "ווייל זעהסטאך אז מען קען" אדער לכה"פ וועלן די אידן וואס זענען דארט איינגעשטעלט פאר זיך זעלבסט אויסארבעטן מיט די קאמפאניס א מהלך אז זיי זאלן זיין משועבד צו די תורה און עס זאל שטימען מיט זייער דינסט אין די פייער דעפארטמענטס.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
כ'ווייס נישטפישל שווארץ האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 8:40 pmקען מען באקומען פאנדאינג אויב מען איז נישט קיין דיסטריקט קאמפעני?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
מחדש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 9:09 pmדאס איז די ציל?! ד"מ אז אלע חילול שבת פון די אנדערע קאמפאני בלייבט נאר דשאסט נאך א קליינע קאמפאני אין די זייט וואס נעמט עטוואס איבער?!
ווייסט פארוואס כ'לאך??
כ'וועל דיר זאגן...
שוין יעצט קומען אריין א גרעסערע פראצענט קאלס אין די מאנסי געגענט דירעקט צו מצילי אש, מער וויפיהל ס'קומט צו 911, סאוי ס'וועט נישט זיין פארוואס זיי זאלן מחלל שבת זיין.
איי וועסטו פרעגן פון וואו מ'וועט האבן פיקטשער פון די שבת'דיגע סצענעס?? מאנסי וועט דאס מוזן מוחל זיין.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
יישר כח פאר די אלע וואס קלארן אויס די ציבור און געבן פרטים איבער די שומרי שבת פייער קאמפעני
איין שאלה איז מיר געבליבן, לויט ווי איך פארשטיי קען מען נישט קלעימ"ן אינשורענס אויב פייער דעפארטמענט איז נישט געווען אויפן סצענע, אין א געווענליכע פאל וועט די היימישע ארגענעזאציע אויך אראפרופן די לאקאלע דעפארטמענט, אבער דא איז דא א פראבלעם ווייל זיי זענען דא להכעיס,
איז וויאזוי געבט מען זיך א עצה מיט אינשורענס?
איין שאלה איז מיר געבליבן, לויט ווי איך פארשטיי קען מען נישט קלעימ"ן אינשורענס אויב פייער דעפארטמענט איז נישט געווען אויפן סצענע, אין א געווענליכע פאל וועט די היימישע ארגענעזאציע אויך אראפרופן די לאקאלע דעפארטמענט, אבער דא איז דא א פראבלעם ווייל זיי זענען דא להכעיס,
איז וויאזוי געבט מען זיך א עצה מיט אינשורענס?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
נאך איין וויכטיגע זאך האב איך געוואלט צולייגן
דאס איז א פערזענליכע מעסעדזש צו פליגמאן:
לאמיר נישט אריינגיין אין די אריכות הדברים צו די האסט יא אין אנפאנג געזיצן אינאיינעם מיט די אנפירער פון מצילי אש צו נישט, אדער צו ר' יחזקאל האט דיר יא אריינגעוועלט צו ווערן פייער קאמישענער, אדער נישט, בלויז איין קליינע עצה וויל איך דיר געבן, פאר עס ווערט צו שפעט דריי דיך שנעל אריין אין די מצילי אש ארגענעזאציע, מאך שלום מיט זיי, ווייל אין עטליכע יאר ארום ווען די וועסט בעטן אנגענומען צו ווערן דארט, וועלן זיי דיר מער נישט אננעמען
דאס איז א פערזענליכע מעסעדזש צו פליגמאן:
לאמיר נישט אריינגיין אין די אריכות הדברים צו די האסט יא אין אנפאנג געזיצן אינאיינעם מיט די אנפירער פון מצילי אש צו נישט, אדער צו ר' יחזקאל האט דיר יא אריינגעוועלט צו ווערן פייער קאמישענער, אדער נישט, בלויז איין קליינע עצה וויל איך דיר געבן, פאר עס ווערט צו שפעט דריי דיך שנעל אריין אין די מצילי אש ארגענעזאציע, מאך שלום מיט זיי, ווייל אין עטליכע יאר ארום ווען די וועסט בעטן אנגענומען צו ווערן דארט, וועלן זיי דיר מער נישט אננעמען
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 120
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
איבערנעמען א דיסטריקט איז נישט קיין אפציע, פארדעם איז ר' יחזקאל אריין געשפרונגען צו עפענען זיין אייגענע. וואס יא אפשר, מען קען באארבעט די וואלונטירן זאלן נישט קיין אויף נישט קאולס שבת. א וואלונטיר גייט נאר ווען ער איז עוועילעבל.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 9:14 pmאין דמיון גערעדט:
אויב זאל זיך דאס אויסארבעטן דאן וועט עס זיכער האבן אן השפעה אז ווי אימער עס געפונט זיך א גענוג גרויסע אידישע קאמיוניטי זאלן זיי איבערנעמען די דעפארטמענט פון זייער דיסטריקט "ווייל זעהסטאך אז מען קען" אדער לכה"פ וועלן די אידן וואס זענען דארט איינגעשטעלט פאר זיך זעלבסט אויסארבעטן מיט די קאמפאניס א מהלך אז זיי זאלן זיין משועבד צו די תורה און עס זאל שטימען מיט זייער דינסט אין די פייער דעפארטמענטס.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
יעצט וועט ער אים יא נעמען?איטשע האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 2:05 am נאך איין וויכטיגע זאך האב איך געוואלט צולייגן